לעצטענס קימען אויף אסאך קליפס פון פאליס וואס באגייען זיך מיט ברוטאליטי קעגען אימשולדיגע מענטשען פשוט ווייל זיי זענען פאליס און האלטען זיך מוראדיק גרויס, אסאך מאהל ווען די ארעסטירטע איז שוין געהענדקאפט און איז נישט קיין טרעהט צום פאליסמען
זייער אסאך מאל ווען זיי כאפען אז זיי ווערען אפגעטעיפט זאגען זיי אז ער האט ריזיסטעד ארעסט אדער געשלאגען די פאליס וכדומה, ווען סאיז דא ווידעאו און מזעהט אז די פאליס איז א ליגנער איז גוט אבער ווען סנישטא גוטע פוטעזש קען יענער גיין אין זשעיל פאר לאנגע יאהרען, ווייל מגלייבט אייביג די פאליס קעגען די פאברכער
סוועט קימען צו א צייט אז די עולם וועלכען אנפאנגען רעוואלטען קעגען פאליס, זיי מוזען אויפהערען מיט די רשעות
היינט האב איך געזעהן 2 קליפס
http://video.tampabay.com/In-video-offi ... d=28631447
http://www.sun-sentinel.com/local/browa ... story.html
פאליס ברוטאלעטי
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
פאליס ברוטאלעטי
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 138
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
מיט די צווייטע קליפ ביזטו גערעכט אבער מיט די ערשטע ווייסטו דאך נישט וואס איז געווען פארדעם
בכלל ביזט גערעכט אז סאיז דא אין די פאליציי אזוינע וואס ווילען ווייזען מאכט אין פירען זיך אויך ווי מטורפים. די פראבלעם אבער היינט איז אז מיט יעדע קליפ וואס קומט ארויס אין סווערט א מהומה געבט עס קוראזש פאר אנדערע נישט צו פאלגען די פאליציי ווייל זיי ווייסען אז די פאליציי האט היינט מורא צו טון וואס זיי דארפען טון. אין סאיז א פארט אז די פאליציי האט מורא צו טון זייער דזשאב
א ווינדער אז די קריים ראטע אין ניו יארק גייט ארויף? ניין נישט וועגן סטאפ ענד פריסק. סאיז די גאנצע ענווייראמענט אקעגן די פאליציי אין די פאליציי האט פשוט מורא צו טון זייער ארבייט
סדרייט זיך ארום די לעצטע פאר טעג א קליפ פון א pool party אין די פאליציי האלט אראפ א שווארצע נקיבה אנגעטון בלויז אינעם שווים קלייד אין ווען אנדערע האבען אנגעהויבען פארפירען האט ער ארויסגעשלעפט זיין גאן זיי צו פארטרייבען אין עס טוט זיך א מהומה. אבער לפי דעתי הקלושה האט ער באמת נישט געהאט א אנדערע ברירה. ער טרייט צו באקומען קאנטראל איבער די סיטואציע אין מהאלט אים אין איין אטאקירען אין דא דארף ער אכט געבן אז די חברה וואס ער האלט אראפ זאלען נישט אנטלויפען מוז ער ניצען די איינציגסטע מאכט מיט וואס ער איז שטערקער ווי זיינע אטאקירער אין דאס איז די רעוואלווער

טראכט גוט וועט זיין גוט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
https://www.wsj.com/articles/they-used- ... =flipboard
איך האב שוין ערגעץ אין שטיבל געשריבן די געוואלדיגע מעלה אז עס איז פאראן ווידיאו קעמרעס וואס יעדער שמויגער קען רעקארדירן, דאס העלפט פארמיידן ברוטאליטעט און רשעות פון די פאליציי, וואס פלעגן זיך אמאל ארויסדרייען פון יוסטיץ מיט נארישע תירוצים, און מען האט זיי געגלייבט מיט א אמונה פשוטה.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
ווידיאו קאמערעס האט מעלות, אבער גלייכצייטיג האט עס אויך חסרונות
אמאל דארף מען יא איינעם קענען אביסל מסדר זיין, און "איידעלערהייט" פארזיכערן אז עס פארמשעקט איהם נישט צו טוהן נאכאמאל א געוויסע מעשה. אבער אין די קאמערע עפאכע ציטערט יעדער נישט נאר פאליציי

שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
לענ"ד איז די פאליציי נושא היפש א קאמפליצירטער:
-א סאסייעטי דארף א פאליציי סיסטעם, קעיר צו נעמען פון די וואס מאכן פראבלעמען פאר אנדערע.
-כדי זיי זאלן קענען טוהן זייער ארבעט, פעלט אויס זיי זאלן האבן מער מאכט ווי די באנדיטן.
-מיט מאכט קומט קארופציע.
-פילע פון די באנדיטן זענען פראבלעמאטישע ברואים..
-פראבלעמאטישע ברואים קענען צומאל ארויס נעמען נארמאלע מענטשן פון גלייך געוויכט.
-ווען א מענטש גייט ארויס פון גלייך געוויכט קען געשען אומגינסטיגע פאסירונגען..
במילא:
-ניץ די פאליציי נאר ווען ס'פעלט באמת אויס פאר סאסייעטי (נישט פאר נערישע טיקעטס וכו).
-זייער טרענירונג זאל שטארק פאקוסן אויף זיך קענען האלטן אפילו אין אנגעשטרענגטע מאמענטן.
-כדי צו פארמיידן קארופציע וכדומה, פארלאנג Body cameras און דאס גלייכן.
-האב א סיסטעם פון באשטראפן די וועלכע פירן זיך אויף נישט ווי ס'באדארף צו זיין, אזוי אויך באלוין די וואס טוהן זייער ארבעט "ריכטיג".
והעיקר:
-בכדי צו קענען ריכטיג קענען לייזן פראבלעמען, דיאגנאז די פראבלעם ריכטיג.
שרייען אז פאליציאנטן זענען "ראסיסטן" ווען ס'נישט דא קיין פרוף דערויף, איז גורם אז די "ריכטיגע" פראבלעמען זאל נישט ווערן באהאנדלט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האב געליינט אמאל אין א ביכל וואס דער געוועזענער פאליס טשיעף פון די ל.א.פ.ד. האט געשריבן.
בתוך שאר הדברים שרייבט ער אז די לאס אנדזשעלעס פאליס דעפט. האט געהאט א מנהג אז פאר מ'מאכט איינעם פאר סארדזשענט גייט ער אריין אין א צימער וואו ס'זיצן 5 אדער 6 הויכע אפיצירן און זיי שמועסן מיט איהם. זייער תפקיד איז איהם/איהר ארויסצונעמען פון די כלים. זיי זענען דעם קאנדידאט משפיל, און פרובירן איהם צו מאכן אויפגערעגט. זיין תפקיד איז נישט צו ווערן אויפגערעגט. אויב יא, קען ער נישט ווערן א סארדזשענט.
פארשטייצעך אז מ'קען עס נישט טון צו א יעדן פשוט'ן פאליס וואס קומט אריין ארבעטן דארט. אבער ביי די לעצטע סומאטוכע אין מינעאפאליס איז עס נישט געווען ראסיזם, נאר פשוט, די צוויי פארשוינען האבן זיך געקענט פון פריער, זיי האבן געארבעט אלס סעקיוריטי גארדס אין דעם זעלבן קלאב, און זיי האבן געהאט אלטע חשבונות.
דער פאליס שאווין איז טאקע א רוצח און א בייזוויליגער מערדער, אבער ס'איז נישט געווען ראסיסטיש מאטיווירט. און מיט דעם תירוץ האבן די לינקע אנארכיסטן איבערגעדרייט גאנץ אמעריקע...