יודישע שרייבער האט געשריבן:שוין, ב"ה ס'איז שוין דא א ניגון אויף דעם (געבויט אויף די ניגון "איך זיך מיר אין מיין סוכה'לע" פון ארי הילל) ארויס געגעבן דורך דעם אלעמען באקאנטן הרב וועלוול שמעלצער ראש המדריכים פון מחנה חיים ושלום מונקאטש.
ארי הילל???

היכי דמי האט געשריבן:אז עס באדערט מענטשן אז די פארקס זענען פארמאכט, און זיי ווילן גיין קעגן די געזעץ און עס אויפברעכן, פיין און וואויל. אבער פארוואס שפילן אונז די נעבעך געים אז די גאווערמענט מיינט זיכער אונז.
אונז זענען אזוי צוגעוואינט צו שרייען אז מען האט אונז פיינט, אז איצט ווען די געזעץ איז פאר די גאנץ ניו יארק סיטי שרייען אונז ווידער אנטיסימיטן, און אז די מעיאר מיינט אונז.
עס דערמאנט מיר ווען פאר עטליכע וואכן צוריק ווען טראמפ האט געזאגט אז געבעט הייזער איז וויכטיג און עס זאל זיין אפען, האט ער פארגעסן פון די מיליאנען קריסטן און מוסלימענער אין אמעריקע, און ער האט עס נאר געעפענט וועגן א רבי אין א קליינע שטעטעלע מאנרא אין אפסטעיט ניו יארק. (און טראמפ איז געווארן די גאנצע העלד, און מען האט פשוט פארגעסן אז די גאנצע שוהל פארשליסונג איז געקומען פון אים)
ניין! נישט אלעס איז אידן! ווען טראמפ זאגט געבעט הייזער איז וויכטיג מוז נישט מיינען אז ער מיינט אונז, און אויב יא, מיינט ער אוודאי נישט "נאר אונז" און ווען דעבלאזיע לאזט נישט עפענען פלעיגראונדס מיינט ער אויך נישט אונז!...
עס איז דא 1,700 פארקס און פלעיגראונדס אין ניו יארק סיטי, זיין געזעץ לויטעט אז 'פלעיגראונדס' דארף זיין פארשלאסן, און עס איז נישט נאר וויליאמסבורג און בארא פארק. אין פאקט זענען אומצאליגע פארקס אין מאנהעטן, ברוקלין און אין די בראנקס פארשפארט, טיקעטס זענען פארטיילט געווארן פאר גוים וועלכע זענען געגאנגען שפאצירן מיט זייער הונט'ל אין פארק. פון די אנדערע זייט זענען אלע אפענע פארקס פול מיט אידן יעדן טאג און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.
איך האב שוין געזעהן אויף טוויטער עטליכע גוים פרעגן מיט וואונדער פארוואס נאר ביי די אידישע געגענטער מאכט מען א מצב מיט די פארקס, ווען זייערס איז אויך פארשלאסן. איך מיין אז די גאנצע מצב וואס מען מאכט איצט קען אנרייצן אונזערע שונאים.
הערטס אויף שרייען וואלף, ווייל ווען עס וועט זיין א עכטע וואלף וועט ענק קיינער שוין נישט אויסהערן.
ליב צו וויסן האט געשריבן:דאס אז "גוים פרעגן אויף טוויטער" מיינט נישט קיין סאך.. ע"פ רוב דער גוי וואס פרעגט דאס, איז איינער וואס האלט אז מען דארף זיך נאך פארשפארן.
די אנדערע "גוים" (די וועלכע ס'באדערט די משונה'דיגע גאווערנמענט פאליסיס) פרייען זיך שטארק אז 'סאיז פאראן די וועלכע שלאגן זיך מיט די דיקטאטורישע (אין זייערער אויגן) רעגירונג (אז דו ווילסט קענסטו באקומען מערערע מראה מקומות פון "גוים" וואס דריקן אויס שטארקע שטיצע פאר די פעולות).
ליב צו וויסן האט געשריבן:פארגעסן צו דערמאנען די פראטעסטן, ביי וואס דיבלאזיא האט פארגעסן פון זיינע פאליסיס "און אז קיינער איז נישט העכער פון געזעץ".
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. די וואס שטימן מיט די אידען זענען נישט ווערט אזויפיל ווי די וואס רעגן זיך. עס איז נישט אין אונזער אינטרס צו זיין לשיחה בפי הבריות, די רעכטע ווילן נישט די חרדים זאלען ווערן זייער פריינט.
ב. אין קעלם האט מען שטארק מקפיד געווען אויף פונקטליכקייט. איין מאל איז מען געקומען צום דאווענען, און די טויער איז געווען פארשפארט. באלד איז געקומען די זמן קבוע צום דאווענען, און קיינער האט נישט געהאט די שליסל. א פלינקע בחור איז געקראכן און געשפרינגן העכער די וואנט, און ער האט גע׳עפענט די טויער, און מ׳האט געקענט דאווענען. דער אלטר פון קעלם האט געהאלטן עטליכע שמועסן דאס צו פארדאמן, ״איינער וואס א שלאס האלט אים נישט אפ, וואס וועט אים יא אפהאלטן?״
אזעלכע פראטעסטן, אין פראנט פון קינדער, איז א חינוך פון א לעבן אן אן עול, מ׳האדעוועט פראי אדם.
ג. ווי איז דער שכל? מיינסט ביסט שטערקער ווי אים? וואס פארא קינדערישקייט איז דאס צו שפילן טאטי, און שרייען אין א קאמערא. מ׳קען דאך ארעטסירן דער טישלר, ואנה יוליך את חרפתו. תפיסה איז א געפערליכע עקספיריענס, אפילו פאר איין נאכט. וואס פארא הפקרות איז דאס, זיך צו ריזיקירן די וואוילזיין אויף אזעלכע זאכן?
ליב צו וויסן האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:אז עס באדערט מענטשן אז די פארקס זענען פארמאכט, און זיי ווילן גיין קעגן די געזעץ און עס אויפברעכן, פיין און וואויל. אבער פארוואס שפילן אונז די נעבעך געים אז די גאווערמענט מיינט זיכער אונז.
אונז זענען אזוי צוגעוואינט צו שרייען אז מען האט אונז פיינט, אז איצט ווען די געזעץ איז פאר די גאנץ ניו יארק סיטי שרייען אונז ווידער אנטיסימיטן, און אז די מעיאר מיינט אונז.
עס דערמאנט מיר ווען פאר עטליכע וואכן צוריק ווען טראמפ האט געזאגט אז געבעט הייזער איז וויכטיג און עס זאל זיין אפען, האט ער פארגעסן פון די מיליאנען קריסטן און מוסלימענער אין אמעריקע, און ער האט עס נאר געעפענט וועגן א רבי אין א קליינע שטעטעלע מאנרא אין אפסטעיט ניו יארק. (און טראמפ איז געווארן די גאנצע העלד, און מען האט פשוט פארגעסן אז די גאנצע שוהל פארשליסונג איז געקומען פון אים)
ניין! נישט אלעס איז אידן! ווען טראמפ זאגט געבעט הייזער איז וויכטיג מוז נישט מיינען אז ער מיינט אונז, און אויב יא, מיינט ער אוודאי נישט "נאר אונז" און ווען דעבלאזיע לאזט נישט עפענען פלעיגראונדס מיינט ער אויך נישט אונז!...
עס איז דא 1,700 פארקס און פלעיגראונדס אין ניו יארק סיטי, זיין געזעץ לויטעט אז 'פלעיגראונדס' דארף זיין פארשלאסן, און עס איז נישט נאר וויליאמסבורג און בארא פארק. אין פאקט זענען אומצאליגע פארקס אין מאנהעטן, ברוקלין און אין די בראנקס פארשפארט, טיקעטס זענען פארטיילט געווארן פאר גוים וועלכע זענען געגאנגען שפאצירן מיט זייער הונט'ל אין פארק. פון די אנדערע זייט זענען אלע אפענע פארקס פול מיט אידן יעדן טאג און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.
איך האב שוין געזעהן אויף טוויטער עטליכע גוים פרעגן מיט וואונדער פארוואס נאר ביי די אידישע געגענטער מאכט מען א מצב מיט די פארקס, ווען זייערס איז אויך פארשלאסן. איך מיין אז די גאנצע מצב וואס מען מאכט איצט קען אנרייצן אונזערע שונאים.
הערטס אויף שרייען וואלף, ווייל ווען עס וועט זיין א עכטע וואלף וועט ענק קיינער שוין נישט אויסהערן.
ווען מען קומט אן אינמיטן א מעשה איז שווער צו פארשטיין געוויסע חלקים פון די פארזעצונג..
ס'הייבט זיך אן ווען דיבלאסיא איז געווען דער וואס האט גערעדט און געטוויט פון "אידן ספעצעפיש", אזוי אויך איז ער פערזענליך אראפגעקומען קיין וויליאמסבורג צו שטערן א לויה, אלעס אין די זעלבע טעג ווען מאסן ניו יארקער האבן זיך פארזאמעלט אין פארקס צו באטראכטן די עראפלאנען, אדער סתם אזוי.
מיט די דאזיגע מעשים האט ער געוויזן קלאר "מיט געוויסע וועל איך זיין שטרענגער און ביי אנדערע נישט", דאן איז געקומען די קארניוואל צושטערונגען אין היימישע געגנטער וואס האט בלויז צוגעגיבן צום פייער, אזוי אז יעצט, אפילו ס'איז נאר פאראן "שמועות" אז מען איז שטרענגער מיט פארקס אין די היימישע געגנטער (די אמת ווייס איך נישט), וועלן עס פילע גלייבן.
קורקלענד האט געשריבן:ס'באקאנט די מעשה פון יענער וואס איז געשטאנען אין שורה אויפן וועג אריין צום גאז קאמער, און ס'האט איהם עפעס נישט געשמעקט די גאנצע מצב האט ער אנגעהויבן פארפירן, האט איהם איינער שטיל געמאכט, שאַ, מאך נישט קיין חילול השם....