דזשאן באלטאן מעמואר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
דזשאן באלטאן מעמואר
דזשאן באלטאן, געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ פובליצירט א בוך וואס שטורעמט אויף (אדער פרובירט צו אויפשטורעמען) די פאליטישע וועלט. דער בוך, די צימער וואו עס איז געשען; א ווייסע הויז מעמואר, איז פיל מיט באשולדיגונגען קעגן דעם פרעזידענט, ווי אז ער האט געבעטן הילף פון כינע צו געווינען די 2020 וואלן, און זיך אריינגעמישט אין די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם צו העלפן פירער פון פרעמדע לענדער.
פאלגענד זענען די באשולדיגונגען אין קורצן ווי געברענגט דורך סי ען ען:
- אין 2019 ביים G-20 סאמיט האט טראמפ געבעטן כינע'ס פרעזידענט שי אים צו העלפן געווינען די 2020 וואלן דורך איינקויפן אגריקולטור פראדוקטן פון אמעריקע.
- טראמפ האט געזאגט אז כינע'ס קאנצענטראציע לאגערן, צו "מחנך זיין" די אוגורישע מוסולמענער, איז די גערעכטע זאך צו טוהן.
- ביי א מיטינג מיט קים דזשאנג און, דער דיקטאטור פון צפון קארעא, האט סעקרעטארי אוו סטעיט מייק פאמפעאו זיך אויסגעדריקט אויפ'ן פרעזידענט "he is so full of sh*t".
- טראמפ האט געזאגט פאר דעם טערקישער פרעזידענט ערדואן אז ער וועט "קעיר נעמען" פון א יוסטיץ דעפארטמענט אינוועסטיגעישאן איבער א טערקישער באנק וואס האט, אנגעבליך, עובר געווען אויף די סאנקציעס קעגן איראן.
- איזראעלישע פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, האט זיך געוואונדערט פארוואס טראמפ האט באאויפטראגט דזשעראד קושנער מיט די איזראעל-פאלעסטינע שלום פארהאנדלונגען.
- די ווייסע הויז זיצונגען זענען געווען ווי א "עסן פייט" ענדערש ווי ערנסטע זיצונגען צו לעזן פראבלעמען. בכלל טענהט באלטאן אז טראמפ איז געווען בעיקר פאקוסירט אויף וויאזוי זיינע באשלוסן וועלן ווערן אויפגענומען אין די פרעסע.
- טראמפ האט זייער נישט געגליכן די סאנקציעס קעגן רוסלאנד.
- בעפאר טראמפ האט זיך געטראפן מיט פוטין אין העלסינקי פינלאנד, האט טראמפ געפרעגט צו פינלאנד איז א חלק פון רוסלאנד. אזוי אויך האט ער געפרעגט (לויט באלטאן מיט אן ערנסטקייט) דעם בריטישן נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער צו בריטאניע איז א נוקלעארע מאכט.
- טראמפ האט געטענהט אז ווענעזועלא איז א חלק פון די פאראייניגטע שטאטן, און האט איר געוואלט אינוואדירן.
- טראמפ האט געבעטן אטוירני דזשענעראל ביל בארר צו ארעסטירן סי ען ען זשורנאליסטן פאר'ן אויסזאגן איבער א מיטינג וואס ער האט געהאט איבער אפגאניסטאן.

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אזוי ווי אלע אנדערע געוועזענע געהילפן פון א פרעזידענט וועלכע זענען אוועקגעגאנגען אומצופרידן. האבן זיי געטראכט אז אויב זיי וועללן אויסזאגן ..."סודות פון חדר"... וועלן זיי כאטש האבן א שטיקל נקמה אין דעם פרעזידענט און אויך מאכן א ביסל געלט...! ער איז נישט דער ערשטער. און נישט דער לעצטער. ביי בוש און קארטער איז געווען די זעלבע זאך. אויך ביי אבאמא מייניך איז געווען עטליכע געוועזענע אנגעשטעלטע אין ווייט האוז וועלכע האבן געשריבן א בוך וואו זיי באשמוצן דעם פרעזידענט...!
berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי אלע אנדערע געוועזענע געהילפן פון א פרעזידענט וועלכע זענען אוועקגעגאנגען אומצופרידן. האבן זיי געטראכט אז אויב זיי וועללן אויסזאגן ..."סודות פון חדר"... וועלן זיי כאטש האבן א שטיקל נקמה אין דעם פרעזידענט און אויך מאכן א ביסל געלט...! ער איז נישט דער ערשטער. און נישט דער לעצטער. ביי בוש און קארטער איז געווען די זעלבע זאך. אויך ביי אבאמא מייניך איז געווען עטליכע געוועזענע אנגעשטעלטע אין ווייט האוז וועלכע האבן געשריבן א בוך וואו זיי באשמוצן דעם פרעזידענט...!
ווער איז געוועהן ביי אבאמא?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
Re: דזשאן באלטאן מעמואר
זיי זענען נישט קיין געוועזענע געהילפן.
ער רעדט פון געוועזענע אבאמא געהילפן וואס האבן פובליצירט א בוך און זיי רייסן אים אראפ
ער רעדט פון געוועזענע אבאמא געהילפן וואס האבן פובליצירט א בוך און זיי רייסן אים אראפ
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חתם סופר האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי אלע אנדערע געוועזענע געהילפן פון א פרעזידענט וועלכע זענען אוועקגעגאנגען אומצופרידן. האבן זיי געטראכט אז אויב זיי וועללן אויסזאגן ..."סודות פון חדר"... וועלן זיי כאטש האבן א שטיקל נקמה אין דעם פרעזידענט און אויך מאכן א ביסל געלט...! ער איז נישט דער ערשטער. און נישט דער לעצטער. ביי בוש און קארטער איז געווען די זעלבע זאך. אויך ביי אבאמא מייניך איז געווען עטליכע געוועזענע אנגעשטעלטע אין ווייט האוז וועלכע האבן געשריבן א בוך וואו זיי באשמוצן דעם פרעזידענט...!
ווער איז געוועהן ביי אבאמא?
איך מיין א שרייבער און אינועסטיגעיטיוו זשורנאליסט פון אידישן אפשטאם. סימאור הוירש. און ס'זענען געווען נאך אנדערע...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
Re: דזשאן באלטאן מעמואר
(כמעט) קיין איינס פון די טענות זענען נישט עפעס מורא'דיג, איך שטעל מיך פאר אז אלע פרעזידענטן האבן אייביג געטון די זעלבע זאכן.פאליטיקאנט האט געשריבן:די לעצטע דריי טענות הערן זיך עפעס צו נאריש.....
די לעצטע דריי ווייזן אז ער איז נישט אויסטערליש באהאוונט אינעם סיסטעם פון גאווערמענט און בכלל איבער אויסערן פאליטיק (אדער אז ער זאגט ארויס ליטערעלי יעדע שטות וואס קומט אים ארויף אין קאפ), איינס פון באלטאן הויפט טענות איז טאקע דאס אז דער ירום הודו איז נישט אינטערעסירט צו פארשטיין וויאזוי די גאווערמענט ארבעט, און די פראצעדור וואס מען דארף דורכגיין און מסתם אויך אינטערנאציאנאלע געזעצן, ער שיסט סטעיטמענטס און דעטס איט.
לויט דעם ווען ער האט געזאגט אז מעקסיקא וועט צאלן פאר'ן וואנט, האט ער עכט געמיינט אז מעקסיקא וועט אים געבן דעם קרעדיט קארטל.
אזוי ווי בערל האט געזאגט כבר היה לעולמים ואין כל חדש תחת השמש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אריה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער גרעסטער אנזעצער איז אדם שיף פון קארליפארניע. ער האט פארארבייט וועלטן אז באלטאן זאל קומען עדות זאגן ביי זיינע אימפישמענט פארהערן, און באלטאן האט זיך קאטאגאריש אפגעזאגט. ער האט בלויז איינגעשטומט עדות צו זאגן אינעם סענאט, אבער פאר די ריפובליקאנער אין סענאט האט גאנץ קנאפע אינטערסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. זיי האבן גוט געוויסט אז באלטאן ברויזט אויפן פרעזידענט און ער וועט זאגן וואס אימער צי שעדיגן דעם פרעזידענט. אין רעזולטאט האט זיך קאמיסאר שיף געמוזט באגענוגן מיט זיין אייגענע פאבריקאציעס און די גאנצע אימפישמענט האט זיך אויסגעלאזט מיט א גרויסע דעמאקראטישע נפיחה. ער וואלט זיך ווען פארסמאקעוועט מיט באלטאנ'ס לשון הרע'לעך..
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
Re: דזשאן באלטאן מעמואר
berlbalaguleh האט געשריבן:אריה: פון וואו האבן די אלע שרייבערס באקומען די אינסייד אינפארמעישן...?!
וועלכע אינעווייניגסטע אינפארמאציע האט דעוויד לימבאו אדער דעוויד פרעדאסא? זיי האבן געשריבן א טאטאל פון פינף ביכער, זיי זענען ביידע קאנסערוואטיווע קאמענטירער, אפשר האבן זיי אביסל בעסערע קאנעקשענס ווי מיר אבער זיי זענען נישט געזיצן ביי זיצונגען מיטן פרעזידענט צו מיטהאלטן ערשט האנטיג.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
Re: דזשאן באלטאן מעמואר
ביי אבאמא איז געווען לפחות צוויי ביכער.
איינס פון געוועזענע פארטיידיקונג סעקרעטאר (דעפענס סעקרעטערי) ראבערט מ. געיטס, און איינס פון געוועזענע סי איי עי שעף און פארטיידיקונג סעקרעטאר ליאן ע. פאנעטטא.
(גענומען פון די ערשטע גוגל סוירטש רעזאלט)
איינס פון געוועזענע פארטיידיקונג סעקרעטאר (דעפענס סעקרעטערי) ראבערט מ. געיטס, און איינס פון געוועזענע סי איי עי שעף און פארטיידיקונג סעקרעטאר ליאן ע. פאנעטטא.
(גענומען פון די ערשטע גוגל סוירטש רעזאלט)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל
Re: דזשאן באלטאן מעמואר
לאו דווקא נעגאטיוו. זיי קריטיקירן אים.המלוכה והממשלה האט געשריבן:אריה האט געשריבן:ביי אבאמא איז געווען לפחות צוויי ביכער.
איינס פון געוועזענע פארטיידיקונג סעקרעטאר (דעפענס סעקרעטערי) ראבערט מ. געיטס, און איינס פון געוועזענע סי איי עי שעף און פארטיידיקונג סעקרעטאר ליאן ע. פאנעטטא.
(גענומען פון די ערשטע גוגל סוירטש רעזאלט)
און די בוכער זענען געוועהן נעגעטיוו?
אויך קלינטאן'ס מעמאור אלס סעקרעטערי אוו סטעיט נעמען זיי אן ווי זי וויל זיך דערווייטערן פון זיינע פאליסיס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 91
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
איך געדענק נישט אויף די מינוט ווער ס'האט ארויסגעגעבן די פריערדיגע בוך אנטקעגן טראמפ, דאכצעך א פרוי ניומאן. האב איך דעמאלטס געהערט א גוט ווארט: מען קען נישט באשמוצען טראמפ פאר די זעלבע סיבה וואס מען קען נישט הרג'נען עיברעהעם לינקאלן. לינקאלן קען מען שוין נישט ערמארדען, ער איז טויט. טראמפ קען מען נישט באשמוצען, ער איז שוין טיף פארשמיצט.
דהיינו, עס גלייבט זיך שווער אז איינער גייט נאך טוישן זיין מיינונג אויף טראמפ צוליב די פרישע לשה"ר פון באלטאן. ווער איז א שטיצער שטיצט איהם על אף אלע זיינע קינדערישקייטן און אומוויסנשאפט אין הנהגת העולם. על אף ס'איז גלוי וידוע אז די נענסטע ארום איהם לאכן אליינס פון איהם. גארנישט גייט זיך נישט טוישן.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
מהיכי תיתי האט געשריבן:טראמפ קען מען נישט באשמוצען, ער איז שוין טיף פארשמיצט
עס איז גענוג אויף אזויפיל, אז די מידיע וועט האב פרישע שטאף צו האמערן ערב די עלעקשאנס מיט נעגאטיווע מיסברויכן און שרייעדיגע העדליינס
אויף איינער וואס שטימט, לויט די הצלחה פון די עקאנאמיע אד"ג - וועט די שמוץ נישט האבן קיין עפעקט
קיינער לאזט נישט הפקר א פעקל הונדערטערס - אפילו אויב ס'איז אריינגעפאלן אין מאראסט
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 91
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל
האסט געהאט איין הווא אמינא אז די מידיא וואלט איהם נישט באשמוצט ווען נישט די ביך? זיינע פייערדיגע חסידים הערן ניטאמאל וואס די מידיא האט צו זאגן.
און אויב ווילסטו וויסן צו ער האט פייערדיגע חסידים, קוק אויף די אכט הונדרעט טויזנט מענטשן (!!!) וואס האבן זיך איינגעשריבען צו זיין ראלי וואס איז אין א פלאץ וואס נעמט אריין בלויז צוואנציג אלפים.
און אויב ווילסטו וויסן צו ער האט פייערדיגע חסידים, קוק אויף די אכט הונדרעט טויזנט מענטשן (!!!) וואס האבן זיך איינגעשריבען צו זיין ראלי וואס איז אין א פלאץ וואס נעמט אריין בלויז צוואנציג אלפים.
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3204
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל
mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם
די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?
די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
קורקלענד האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם
די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?
די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....
שווער צו וויסן טאקע קודם האט ער איהם נישט געוואלט צוליעב זיין מאדנע שנאלץ אבער נאכדעם האט ער באוויליגט וויל עס מאכט איהם אויסקוקן מעכטיג דער עיקר איז אונז זעמיר אין גוטע הענט