פאליטיקאנט האט געשריבן:@סאנטיאגא יעדע קאמפעני עקסטער איז א דארף מען דורכגיין זייער ווערט און אסאך פאקטארן.
די משל וואס די האסט גענומען וועגן דיזני:
דיזני איז א שטארקע קאמפעני מיט אסאך רעוועניו סטרימס, פארקס, מאוויס, סטרימינג (זייער סוקסעספול דערווייל), לייסענסינג, און פראדוקטן.
איז אויפ'ן לאנגן טערמין איז עס פשטות א רעלאטיוו גוטע און זיכערע אינוועסטירונג און די אלע ראטעס און רעכענונגען מאכן נישט עכט אויס, אבער דאס אז די ווילסט אריינגיין ווייל עס איז נאך נידריגער ווי פאר די פאל,מיינט אז די ווילסט עס יעצט קויפן ביליג.... איז אויף דעם איז די תירוץ אז לאו דוקא און עס מיינט בכלל נישט אז זיי זענען יעצט אונטערגעשאצט ווייל זיי האבן ערנסט דערלייגט, און זיי דערלייגן ווייטער.
(אינטערעסאנט צוצולייגן אז באפעלט האט שטארק חרטה געהאט פארן ארויסצוגעבן פון דיזני יארן צוריק - עס וואלט געווען פון זיינע בעסטע אינוועסטמענטס)
אבער אויף וואס די פרייז גייט זיין, דאס קען קיינער פאראויס זאגן.....
איין זאך בעט איך דיר בלייב ביי די עטליכע מאות און לייג נישט צו (אזוי שנעל) אפי' דו זעסט הצלחה.
אוי וויי דו האסט שוין אנגעזעצט? איך ב''ה קיין פרוטה נאכנישט פארלוירן, אבער איך האב שוין געהאט שלעכטע עקספירענס אין געוויסע סעקטארס, סתם אפגעזיצן פאר וואכן אן די מינדעסטע surge
קודם א דאנק דיר פאר דיין עדווייס, נאכאמאל קוק אהער דיזני - ווי אנדערע מעכטיגע קאמפעניס אין די ביליאנען - פעסט אהערגעשטעלט אבער די טריקי פארט איז, אז די market cap פון א קאמפעני און זייערע פארשידענע קאמפאונענטס די עפפ מיט די אנדערע זאכן, די פארקס, די שפילצייגן, און די פילמס, זאגט דיך גארנישט וועגן די סוקסעס פון זייער סטאק, פונקט ווי די סטאק מארקעט געט נישט דעם קלארן בילד איבער די גאנצע עקענאמיע, יעדע צווייטע מאוומענט אויפן מארקעט האט בכלל נישט צוטוהן מיט די מארקעט נאר מיט נארישקייטן און נייעסלעך, די מתנגדים ווילן ס'זאל פאלן אזוי מאכן זיי געלט אויף זייערע בעטס, די חסידים טוען זיך די זייעריגע לויט זייערע שיטות ס'קראכט אריין איינס אינעם צווייטן, בקיצור ס'איז נישט אלעמאל אפגעשפיגלט, סא דעס איז די צומישעניש פארשטייסט, דיזני קען ווערן רייכער מיט נאך 200 ביליאן דאלער און דאבלען זייער valuation און ס'וועט נישט בארירן זייער שעיר פרייז (כ'זאג נישט עס וועט, כ'זאג עס קען, ווייל מ'זעהט עס גענוג מיט אנדערע סטאקס) סא דעס אז די פארקס און די טיטערס גייען צוריק געעפנט ווערן האפענטליך בקרוב מוז נישט מיינען ערנסטע רווחים, אוודאי האף איך אז יא, כ'זאג סתם ס'איז דא אזויפיל אנדערע קאמפעניס וואס הייסן סוסקסעפול אין די גאס, עפעס אין די מארקעט גייט עס זיי נישט.
למשל כ'געדענק נישט די לעצטע מאל כ'האב מיך אנגעשטויסן אין א פארטפאליא וואס זאל זיין ווערט אונטער א ביליאן דאלער וואס זאל האבן עפעס לייטישע growth דו ווייסט וואס מיינט א קאמפעני valuation פון 800 מיליאן? דאס מיינט אז די קאמפעני איז געקומען היבש ווייט נישט אזוי? איז וואס איז עס נישט מצליח אלס א פובליקלי טרעידעד קאמפעני? פארוואס פארווען... גיי פיגער
פארקערט יעצט איז עס טייערער ווי אנהייב קראך, איך וויל אריינגיין אבער איך בין סקעפטיש וועגן לאנג טערמיניגע growth פון יעצט ביז די היי'ס איז סך הכל נאך דרייסיג דאלער איז פארוואס זאל איך עס קויפן נאר ווייל ס'איז א blue chip? ווייס איך נישט