קורקלענד האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם
די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?
די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....
אין DC ווי די איבערוויגענדיגע מערהייט זענען ליבעראלן און אפילו רוב פון די רעפאבליקאנער זענען RINO’s (א קלארע ביישפיל קענט איר זעהן פון די 2016 פרעזידענטשעל אלעקשענס ווי קלינטאן האט אנגעצויגן כמעט 91% לעומת טראמפ וואס האט באקומען ווייניגער ווי 5%, דאס איז א אומדערהערטע נאמבער וואס מען זעהט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אין די פאראייניגטע שטאטן! אפילו און די 5 שטאטן ווי קאליפארניע, האווייאי, מערילענד, מאססאטשוסעטס און ניו יארק וואס האבן געוואויט די מערסטע צו לינקס פון די גאנצע לאנד איז די עווריזש וואס קלינטאן האט באקומען געווען בערך 60%, מיט גאנצע 30% פראצענט ווייניגער ווי אין DC!) איז דא אסאך א קלענערע ווערייעטי פון מענטשן פון וועם צו קלויבן איז אטאמאטיש זייער שווער פאר א רעפאבליקאנער פרעזידענט צו טרעפן 1)געטרייע 2)געלונגענע מענטשן פאר זיין קאבינעט וואס זאלן אויך 3)מיטגיין מיט זיין אג'ענדע, עס איז נישט מעגליך פאר א רעפאבליקאנער צו סורווייווען דארט אן זיין א בוחר הרע במיעוטו און פראבירן צו אויס וועלן די בעסטע פסולת מתוך הפסולת (און דאס איז "איינער" פון די סיבות פארוואס ער שפיעלט דארט א ערנסטע מוזיקאלישער בענקל שפיל מיט זיין קאבינעט מיניסטארן שוין פאר דריי יאר)... אויב וואלט ער געווארט צו טרעפן אזעלכע וואס אלעס פון זיי זאל שטימען מיט אים 100 פראצענט וואלט ער נאך יעצט נישט געהאט 3/4 פון זיין קאבינעט אויף זייערע פאזיציעס...
און אפילו אויב וואלט ער יא געטראפן אזעלכע רעכטע ווי ער וואלט ווען געוואלט, וואלט די [אזוי גערופענע] רעפאבליקאנער סענאט זיי נישט באשטעטיגט פאר אים, אויב דארפסטו א קלארע ביישפיל קוק ווי שווער עס איז געווען צו באשטעטיגן זיינע סופרים קארט שופטים, וואס כאטש זיי זענען נישט 100% קאנסערוועטיוו איז נאך אלץ געווען א שווערע מלחמה זיי צו באשטעטיגן, וואלט ער אפוינטעד שופטים וואס זענען מער קאנסערוועטיוו ווי זיי וואלט עס לכאורה נישט אדורך.
אויך קענסטו עס זעהן אויף לעצטיגע החלטות פון די סופרים קארט וואס איז יעצט מער רעכט גענויגט ווי אנדערע צייטן, וואס ווי פריער ערווענט איז געווען זייער שווער זיי צו באשטעטיגן, מיט דעם אלעם זענען די [אזוי גערופענע] רעכטע שופטים בכלל נישט אזוי רעכט ווי די קאנסערוואטיווע וואלטן ווען געוואלט און די סאפרים קארט האט געוואויט לינקס סיי ביי דאק"א, סיי ביי די חוקי תועבה און נאך (א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט ערגעץ אן ארטיקל - איך טרעף עס נישט יעצט - וואס האט אנאליזירט די החלטות פון די ספרים קארט, איז אויסגעקומען אז עס איז אסאך מער מצוי אז די רעכטע שופטים זאלן גיין לינקס ווי אז די לינקע זאלן גיין רעכטס...) ס'איז קלאר אז א חלק פון דעם קומט פון דאס וואס די שופטים זענען ארומגענומען מיט אזא לינקע סביבה און עס האט א השפעה אויף זיי.
פון די איינציגסטע וואס ארבעטן מיטן פרעזידענט (אויב נישט די איינציגסטע) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט - לויט ווי עס זעהט אויס - צו האבן אלע דריי קוואליפיקאציעס פריער אויסגערעכנט איז די נייע פרעסס סעקרעטערי, אבער אויב וואלט די פאזיציע אויך געדארפט דורך גיין א באשטעטיגונג פון סענאט וואלט זי מן הסתם נישט דארט געווען, זי וואלט געווען צו רעכט פאר זיי...
ס'איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן אין דעם נושא (לדוגמא איבער וויאזוי אבאמא'ס טשיף אוו סטעף ראהם עמאנועל און אנדערע אבאמא סטעפערס האבן באהאנדלד אבאמא) ואכמ"ל.