נייעס פון סטאק מארקעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך מהיכי תיתי »

סאנטיאגא האט געשריבן:
מהיכי תיתי האט געשריבן:"מאך טראנזאקציעס אויפן מארקעט באזירט אויף דיין timing, נישט אויף די מארקעטס טיימינג"

אייגענטליך די סעאינג איז:
"It's not about timing the market, it's about time in the market"

איך האב נישט געדענקט די פונקטליכע קוואט, שכוח פארן צוברענגען.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: נייעס פון סטאק מארקעט

שליחה דורך פאליטיקאנט »

@סאנטיאגא יא איך האב אנגעזעצט פיר יאר צוריק (ווען איך האב מיך צום ערשט אריינגעלאזט דערין) בגדול.
אבער ב"ה זייט דעמאלטס האב איך מיך אסאך געלערנט און איך שטיי אין א גרויסע פלאס.


אלמלא עס קומט מיר אן שווער צו שרייבן אידיש וואלט איך דיר געענטפערט במלואו אויף יעדע פרט, אבער עס איז מיר אן אפקומעניש.


די ביסט זייער קאנפידענט אין זיך אפי' דו ביסט קוים אריין דערין און דאס איז די פראבלעם, יא מ'קען זיך לערנען אסאך אויף יו טיוב, אבער דאס מיינט נישט אז דו (און איך) פארשטייסט צום מארקעט, עס איז דא אסאך אסאך זיך צו לערנען, און א חלק קומט מיט עקספיריענס.

ס'זעט מיך אויס ווי די מישט אביסל אויס טרעידינג און אינוועסטינג (ווי אויך טעקניקעל מיט פאנדאמענטל אנאליז), דאס אז די מארקעט רעפלעקטירט נישט די אונטערליגענדע ווערט פון א סטאק, איז פשוט ווייל עס איז א מארקעט ווי מ'קען אריין און ארויס ווען מ'וויל און דערפאר זענען דא אסאך גורמים וואס רוקן די פרייז "מאמענטאל". - דאס איז טאקע זייער וויכטיג פאר טרעידינג.

אבער אויב זעסטו צו אינוועסטירן פארן לאנגן טערמין, דאן איז דאס פונקט וואס די זיכסט, "א סטאק וואס איז ווייניגער ווי איר אמת'ע ווערט (אנדערוועליוד)" ווייל יעצט טאקע איז עס ווייניגער משום איזה סיבה, אבער אויב אלעס איז כשורה גייט עס מיט די צייט ארויפגיין צו איר אמת'ע ווערט+ (אגב, דאס איז איין וועג פון אינוועסטירונג, גערופן, וועליו אינוועסטינג, וואס מאנכע מיינען איז באפעט'ס שיטה)

אויף אינוועסטירונג איז דא גאר אסאך זיך צו לערנען און כמעט נישטא אויף יו טיוב.


איינער האט דא געזאגט אז מ'זאל אריינגיין ווען מ'קען און ארויסשלעפן ווען מ'דארף.
דאס איז אויסדרוקליך נישט די ריכטיגע וועג - לייגט נאר אריין געלט וואס איר גייט בכלל נישט דארפן אין די קומענדיגע עטליכע יאר!


(איך וויל שוין לאנג שרייבן מער אויף אינוועסטירונג און פערסאנעל פיינענסינג, אבער עס קומט נישט אונטער)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: איך האב געליינט אין איינע פון דיינע שורות אז ס'קומט דיר אן זייער שווער צו שרייבן אידיש. ווילל איך דיר זאגן 2 זאכן. איינס. אז מ'קומט אפ א סאך זאכן מיט דעם. דאס הייסט אז אויב איך פרעג דיר א פראוואקאטיווע שאלה. און דו מוזסט ענטפערן. ווערט דאס פאררעכנט ווי א שטיקל גהינום. און ביז 120 יאר וועסטו אי"ה האבן א ..."קליען סלעיט"...!

צווייטנס. זאג מיר אין וועלכע שפראך דו פילסט באקוועם צו שרייבן. וועלל איך מיך בלי"נ פרובירן צו צושטעללן. או.קעי. אידיש נישט. אפשר ענגליש.פראנצויזיש. ביידע די קוויבעק'ער אדער די עכט פראנצויזישע/בעלגישע. ספאניש. אויך די זעלבע. דו האסט א טשאויס. די שפראך און אקסענט וואס די מעהיקאנאוס רעדן. אדער די ארגענטינישע. אדער אונגאריש . רוסיש. וואס איך קען נאר א ביסל. אבער איך קען ליינען די רוסישע אלפאבעט (סירילליק). ס'וועט נעמען א יאר מיט א מיטוואך. אבער איך וועלל עס פארשטיין...!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די מער איך לערן אדער לייען אויף די מארקעט, די מער פארשטיי איך אז פארשטיין העלפט נישט אדער איז כמעט נישט שייך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורקלענד: דו ביסט גערעכט. נאר איך מיין אז סיי אין 1929 און סיי אין 2008 האט מען געוואוסט ( די יודעי דבר) אז דער מארקעט גייט כאפן א קראך. אין '29 איז עס געווען ווייל דאס האנדלען מיט סטאקס פאר פשוט'ע מענטשן (און נישט פראפעשיאנאל טרעידערס) האט איבערגעהיצט דעם מארקעט ארויס פון א יעדן פראפארץ. און די בראוקערס האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס גייט קראכן. נאר זיי האבן עס געטריבן ווייטער. זיי האבן צוגערעדט זייערע קליענטן אז זיי זאללן צריק אינוועסטן זייער געלט כדי צו ווערן נאך רייכער. אבער די מענטשן וועלכע האבן איבערגעטראכט דעם מצב מיט שכל. אדער זענען זיי געווען גאר מזל'דיג. און זיי האבן איינגעקעשט זייערע סטאקס. טראץ די עקשנות פון די בראוקערס און די שוועריגקייטן וואס זיי האבן געמאכט צוריקצוגעבן דאס געלט פאר זייערע קאסטומערס, זענען געווארן גרויסע עשירים ווען דער מארקעט האט געקראכט.

די זעלבע איז געווען אין 2008. ווען די מארגעדזש אינדוסטרי איז ארויס פון א יעדן קאנטראל. ווער ס'איז געווען באקאנט מיט דעם מצב האט גאנץ גוט געוואוסט אז דאס גייט קראכן. נאר עטליכע גרויסע פינאנציעלע אינסטיטושאנס האבן ווייטער געטריבן דעם מארקעט. און ס'זענען טאקע געווען א סאך שווינדלערס וועלכע האבן געזוכט צו פראפיטירן און מאכן א שנעללן דאללער פאר ס'גייט קראכן. און זייער א סאך מענטשן האבן דאן פארלוירן זייער גאנץ געלט מיט די פראפערטיס.

די פעדעראלע רעגירונג האט טאקע אינוועסטיגעיטעד די גאנצע קרעדיט אינדוסטרי. און א סאך פון די שולדיגע האבן געמאכט א דיעל מיט די רעגירונג צוריק צו צאללן די געלטער. אויך מיט גרויסע שטראפן. אבער זיי זענען נישט געגאנגען אין דזשעיל. אנדערע זענען יא געגאנגען זיצן פאר יארן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

דאס אז איינער וואס ליגט דערין ראשו ורבו קען מעגליך וויסן איז נישט קיין סתירה. אבער אפי' דאן ווייסט מען נישט ווען און וויאזוי ס'גייט גיין א גאנג. און אפי' אזוי האבן עס רוב א''ג מבינים פארזעהן די גאנצע זאך. אין 2008 האבן געוויסע פינאנציעלע ריזן געטוהן מעשים אשר לא יעשו, אבער רוב און בעיקר די ריזיגע שולדיגע, נישט נאר האבן זיך ארויסגעדרייט פון יוסטיץ, נאר זיי האבן נאך געקריגן א בעילאויט!
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

ספאטיפיי איז ארויף מיט איבער הונדערט דאלער דורכאויס די לעצטע דריי חדשים, נאך די 2 לעטעיסט דעוועלאפמענטס איינס אין מאי, און איינס פארגאנגענע וואך, אין מאי איז באריכטעט געווארן א דיל וואס זיי האבן געשלאסן מיט דעם בארימטן קאמידיען און פאדקעסטער Joe Rogan צו ווערן עקסקלוסיוו אויף זייער פלעטפארם, Rogan איז איינער פון די גרעסטע און מערסט געזוכטע פאדקעסטס אויף די וועלט, און מ'וועט עס קענען סטרימען פאר פרי דאס הייסט non premium users וועלן עס אויך קענען הערן, און לעצטע וואך מיטוואך איז געקומען די נייעס אז ספאטיפיי האט געשלאסן א פרישע דיל מיט רעאליטי טיווי סטאר קים קארדאשיען צו האוסטן א פאדקעסט איבער criminal justice reform דא קענט איר ליינען מער איבער די אנטוויקלונג
Kim Kardashian West signs exclusive podcast deal with Spotify
https://www.theverge.com/2020/6/17/2129 ... -announced
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אלמלא עס קומט מיר אן שווער צו שרייבן אידיש וואלט איך דיר געענטפערט במלואו אויף יעדע פרט, אבער עס איז מיר אן אפקומעניש.

דו מיינסט צו פאראידישן ענגלישע ווערטער איז דיר שווער? ווייל דו האסט גאנץ א פיינעם אידיש דאכט זיך מיר. ענגליש פארשטיי איך אויך.

פאליטיקאנט האט געשריבן:די ביסט זייער קאנפידענט אין זיך אפי' דו ביסט קוים אריין דערין און דאס איז די פראבלעם, יא מ'קען זיך לערנען אסאך אויף יו טיוב, אבער דאס מיינט נישט אז דו (און איך) פארשטייסט צום מארקעט, עס איז דא אסאך אסאך זיך צו לערנען, און א חלק קומט מיט עקספיריענס.

נכון. באט מיין שיטה איז; אמת ס'איז קאמפליצירט, אבער ווייל ס'איז קאמפליצירט מיינט נישט אז מ'זאל עס נישט דורכטוהן, פונקט ווי אין יעדע נושא/לימוד איז דא אזויפיל עלעמענטן, אבער איינמאל דו האסט ארויס איין קאנצעפט איז עס ביי דיר פיל קלארער, נאר די איין הינזיכט, נעע דאס איז עפעס? יא ס'איז עפעס! ס'איז אסאך אייגנטליך, די מער מ'ווייסט מאכט מען בעסערע אינוועסטמענט דיסידזשענס, אוודאי וואלט איך געוואלט קענען אלעס אבער כאטש וואס כ'האב גוט ארויס איז הכל ריווח נישט אזוי? כ'זאג נישט כ'קען עס בעסער ווי דיר אבער ס'מיינט נישט אז מ'זאל נישט לערנען...

פאליטיקאנט האט געשריבן:ס'זעט מיך אויס ווי די מישט אביסל אויס טרעידינג און אינוועסטינג (ווי אויך טעקניקעל מיט פאנדאמענטל אנאליז), דאס אז די מארקעט רעפלעקטירט נישט די אונטערליגענדע ווערט פון א סטאק, איז פשוט ווייל עס איז א מארקעט ווי מ'קען אריין און ארויס ווען מ'וויל און דערפאר זענען דא אסאך גורמים וואס רוקן די פרייז "מאמענטאל". - דאס איז טאקע זייער וויכטיג פאר טרעידינג.

איך מיש נישט האסט פשוט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך זאג די סטאק מארקעט בכלליות, as a whole שפיגלט לאו דוקא אפ די גאנצע עקענאמיע, דאס צו וויסן דארף מען קוקן אויף די GDP און אזעלכע זאכן, אבער דאס איז סתם א זייטיגע געדאנק וואס כ'האב ארויפגעברענגט, אמאל קען יא זיין אז די מארקעט זאל פארזאגן וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע קווארטל און וכך הווה, ס'מיינט אבער נישט אז יעדעס מאל ס'קומט א decline איז פשט אז די עקאנאמיע האט געכאפט א גליטש...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: נייעס פון סטאק מארקעט

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ב'"ה איך האב א פיינעם אידיש, נאר דאס עצם שרייבן / טייפן קומט מיר אן שווער.


גערעכט אז וואס מער מען ווייסט אלץ בעסער שטייט מען, אבער אויב הייבט מען אן אינוועסטירן מיטן אייגענעם שכל (לאפוקי אנגענומענע פלענער ווי אינוועסטן אין אינדעקסעס פאר די לאנגן טערמין), אן גאנץ גוט דורך טון און מיטהאלטן די פינאנציעלע וועלט א שטיק צייט דאן זענען די שאנסן צו דערלייגן געלט גאר הויעך.


דעריבער בעט איך דיר, יא אינוועסט / שפיל דיך אינעם מארקעט, אבער לייג נישט צו אזוי שנעל אפי' דו זעסט הצלחה.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אבער אויב זעסטו צו אינוועסטירן פארן לאנגן טערמין, דאן איז דאס פונקט וואס די זיכסט, "א סטאק וואס איז ווייניגער ווי איר אמת'ע ווערט (אנדערוועליוד)" ווייל יעצט טאקע איז עס ווייניגער משום איזה סיבה, אבער אויב אלעס איז כשורה גייט עס מיט די צייט ארויפגיין צו איר אמת'ע ווערט+ (אגב, דאס איז איין וועג פון אינוועסטירונג, גערופן, וועליו אינוועסטינג, וואס מאנכע מיינען איז באפעט'ס שיטה)

נאכאמאל דאס איז די ריסק, מיט וויפיל קען עס ארויפגיין.
אינטערסאנט, כ'האב נאכנישט געהערט פון וועליו אינוועסטינג ס'איז נישט נאך א ווארט פאר פעסיוו אינוועסטינג? פון דעם ווייס איך, העמיר אריינקוקן דערין, און אז ס'איז גוט וועסטו דעמאלטס באקומען פון מיר דעם שכח...

פאליטיקאנט האט געשריבן:אויף אינוועסטירונג איז דא גאר אסאך זיך צו לערנען און כמעט נישטא אויף יו טיוב.

ווי יא?

פאליטיקאנט האט געשריבן:איינער האט דא געזאגט אז מ'זאל אריינגיין ווען מ'קען און ארויסשלעפן ווען מ'דארף.
דאס איז אויסדרוקליך נישט די ריכטיגע וועג - לייגט נאר אריין געלט וואס איר גייט בכלל נישט דארפן אין די קומענדיגע עטליכע יאר!

מ'דארף פארגעסן אז די געלט עקזעסטירט, די פראבלעם איז מ'ברויך פארדינען גענוג מעיקרא צו האבן פון וואס צו פארגעסן... ערנסט גערעדט היסטאריע ווייזט אז אין א געזונטע יאר אינקריסט די מארקעט מיט זיבן פראצענט, בעת ווען די באנק געט דיך נאר איין פראצענט

פאליטיקאנט האט געשריבן:(איך וויל שוין לאנג שרייבן מער אויף אינוועסטירונג און פערסאנעל פיינענסינג, אבער עס קומט נישט אונטער)

שרייב אוועק, מיר ווילן ליינען!
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

טעסלא האט היינט און נעכטן געכאפט א גוטן טראסקע, ווי ערווארטעט, נאכדעם וואס עס איז געשטיגן מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט, איז צו ערווארטן אז יעצט וועט זיך עס סטאביליזירן.

https://markets.businessinsider.com/new ... 029429190#
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

סטאביליזירן זאגט מען פאראויס? מיט אפאר טאג צוריק האט מען געזאגט אז הערשט איצט גייט עס שטייגן ווייל זיי האבן שוין פארדינסטן פאר פיר קווארטלען, און גייען אט אט אריין אין די עספּי500,.... אלא מאי..... ס'טוישן זיך די פאראויסגעזאגאכטס יעדן טאג לויט ווי די ווינט בלאזט יענער טאג.... צוויי טעג צוריק ווען ס'איז ארויסגעקומען די פארדינסטן און ס'איז געשטיגן האט מען פאראויסגעזאגט אויף ארויף. צוויי טעג שפעטער ווען ס'געגאנגען אראפ זאגט מען פאראויס סטאביליזאציע. כאילו ס'ווייסט איינער וואס ס'גייט זיין......
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

ריכטיג, ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן, אבער ווען א פירמע שפרינגט ארויף מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט איז עס נישט פויגלדיג, און רוב מאל נאר א "הייפ" און אפילו זייער סטאק גייט ווארשיינליך פארבלייבן גאר ווערדפול, גייט זיך די עקסטאז אויסוועפן, און ס'גייט זיך סטאביליזירן
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

מען זינגט שוין דער ניגון זייט טעסלע איז געבוירן.....
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

טיכטיגער האט געשריבן:ריכטיג, ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן, אבער ווען א פירמע שפרינגט ארויף מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט איז עס נישט פויגלדיג, און רוב מאל נאר א "הייפ" און אפילו זייער סטאק גייט ווארשיינליך פארבלייבן גאר ווערדפול, גייט זיך די עקסטאז אויסוועפן, און ס'גייט זיך סטאביליזירן

עמעזאן איז אויך אזוי געווען פרעג סיי ווער וואס האט דעמאלט אינוועסטירט אין די מארקעט, ס'איז געשטיגן און געשטיגן אן קיין פארדינסטן און מיטאמאל האט עס אויפגעריסן. און דערווייל האט עס נאכנישט סטאביליזירט.

אגב וואס האלטן די מבינים דא אויף מיוטשועל פאנדס? וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות? פארהאן צענדליגע מינע, אבער מ'מיינט די וואס טוען אנגעבליך איבערשטייגן די index funds ווי די דאו און די עס ענד פי
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

סאנטיאגא האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:ריכטיג, ס'איז אוממעגליך פאראויסצוזאגן, אבער ווען א פירמע שפרינגט ארויף מיט אן אבנארמאלן שנעלקייט איז עס נישט פויגלדיג, און רוב מאל נאר א "הייפ" און אפילו זייער סטאק גייט ווארשיינליך פארבלייבן גאר ווערדפול, גייט זיך די עקסטאז אויסוועפן, און ס'גייט זיך סטאביליזירן

עמעזאן איז אויך אזוי געווען פרעג סיי ווער וואס האט דעמאלט אינוועסטירט אין די מארקעט, ס'איז געשטיגן און געשטיגן אן קיין פארדינסטן און מיטאמאל האט עס אויפגעריסן. און דערווייל האט עס נאכנישט סטאביליזירט.

אגב וואס האלטן די מבינים דא אויף מיוטשועל פאנדס? וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות? פארהאן צענדליגע מינע, אבער מ'מיינט די וואס טוען אנגעבליך איבערשטייגן די index funds ווי די דאו און די עס ענד פי

האט איר ערפינדן איין ביישפיל פון צען טויזנט פירמעס וואס האט מצליח געווען שלא כדרך הטבע. וואס מאכט אייך גלויבן אז די נעקסטע איינצעלער פירמע וואס גייט אזוי ארויפשפרינגן וועט טאקע זיין יענע וואס איר גייט וועלן?

אויף מיוטשעל פאנדס האלטן די מבינים אז די מבינים פארשטייען נישט און דעריבער איז געאייגענט אז מ'זאל זיצן אין פשוטע אינדעקס פאנדס, אמווייניגסטנס די ספּ500 אדער די מהדרין טוען די גאנצע אמעריקאנער מארקעט און די מהדרין מן המהדרין טוען די גאנצע וועלט מארקעט.
dan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך dan »

א גיטן,
קען איינער פּליז מסבּיר זיין די חילוק פין Index Funds And ETF? ווי קען מען קויפן אינדעקס פאנדס?
איז כּדי יעצט צי קויפן אפילו די מארקעט איז עט אלל טיים היי?
איך רעד פין לאנג טערם.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: נייעס פון סטאק מארקעט

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אינדעקס פאנדס זענען אי טי עף'ס (ETF) וועלכע טרערן א געוויסע אינדעקס.

דהיינו א אי טי עף איז א באנדל פון סטאקס, לאמיר נעמען א ביישפיל XLF דאס איז א אי טי עף וועלכע האט אין זיך די פינאנציעלע סעקטאר, אזוי אז מיט'ן קויפן די אי טי עף טוט איר אינוועסטירן אין די פינאנציעלע מארקעט - און יעדע סטאק פון די אי טי עף האט איז זיך איין סטאק (אדער א חלק) פון צענדליגע פינאנציעלע קאמפעניס א שטייגער ווי בענק.
נאך א משל איז USO וועלכע איז א Crude oil אי טי עף.....


די מעלה פון אי טי עף'ס איז אז מען פארמינערט ריזיקע, ווייל אויב אויב אפאר קאמפעניס גייען אראפ האסטו נאך אלס די אנדערע קאמפאניס, משא"כ אויב איינער אינוועסטירן נאר אין געוויסע סטאקס צ.ב. אויב איינער האלט אז די פינאנציעלע וועלט גייט האבן שטארקע רווחים אין די קומענדיגע פאר יאר, איז ענדערש אריינצוגיין אין XLF ווי איידער בלויז אין טשעיס אדער באנק פון אמעריקא, ווייל אזוי איז ער מער פארזיכערט צו פארדינען.

צוריק צום שאלה: אינדעקס פאנדס איז א אי טי עף פון די דאזיגע אינדעקס, צ.ב. די באקאנטע SPY האט אין דיל אלע סטאקס פון די s&p 500.

מ'קען עס קויפן ביי יעדע בראקערידש פונקט ווי געהעריגע סטאקס.


צו עס לוינט יעצט צו קויפן?
די כלל ביי לאנג טערמיניגע אינוועסטמענטס איז אז נישט קיין חילוק ווי די מארקעט שטייט, לייגט מען אריין.

אבער איך פערזענליך וועלט געזאגט זאלסט נאר אריינלייגן א חלק, און האלטן די איבעריגע קעש, פאר 'אפורטוניטיס' ווען די מארקעט ציט צוריק אביסל.....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

dan האט געשריבן:א גיטן,
קען איינער פּליז מסבּיר זיין די חילוק פין Index Funds And ETF? ווי קען מען קויפן אינדעקס פאנדס?
איז כּדי יעצט צי קויפן אפילו די מארקעט איז עט אלל טיים היי?
איך רעד פין לאנג טערם.

ETFs און אינדעקס פאנדס זענען צוויי אנדערע זאכן וואס זענען נישט תלוי זה בזה.

ETF איז א מין סטרוקטור וויאזוי א פאנד איז געשטעלט, ס'האט אירע אייגענע רעגולאציעס אויף אלע פרטים. א מיוטשעל פאנד איז א אנדערע מין סטרוקטור, און ס'דא נאך פאנד סטרוקטורן ווי למשל א פארמאכטע פאנד וכו'. יעדעס איין'ס האט זיך זיינע מעלות וחסרונות. אבער אפגעזען פון וועלכע מען סטרוקטור האט עס נישט צו טוהן מיט וואס די אינהאלט און אינוועסטמענטס אין די פאנד זענען. יעדעס איינס פון די אויבן דערמאנטע קען טעכניש אנטהאלטן יעדע מין אינוועסטמענט.

יעדעס פאנד, אפגעזען פון וועלכע מען סטרוקטור אנטהאלט אינוועסטמענטס, און יעדע פאנד האט א אייגנארטיגע מהלך און פרינציפן וויאזוי זיי באהאנדלען זייערע אינהאלטן. רוב פאנדס זענען אקטיוולי געמענעדזשט דורך פאנד מענעדזשערס וואס אנאלעזירן אינוועסטמענטס און גייען אריין און ארויס פון אינוועסטמענטס לויט וויאזוי זיי פארשטייען. אין קאנטראסט איז אבער דא אינדעקס פאנדס, דאס זענען אזעלכע פאנדס וואס וועלן פשוט בלינדערהייט אינוועסטירן אין א געוויסע ליסטע אדער קלאס פון סטאקס אפגעזען צו זיי זענען גוט אדער שלעכט. א שטייגער איז א פאנד וואס גייט נאך די ספּ500 ליסטע אדער א פאנד וואס גייט נאך די גאנצע אמעריקאנער מארקעט, אדער א פאנד וואס קויפט אלע טעכנאלאגישע סטאקס, אדער אלע אוויאציע סטאקס, אדער נאר קליינע פירמעס, אדער נאר גרויסע וכו'וכו'. דאס אלעס איז איז דא סיי אין מיוטשעל פאנדס און סיי אין אינדעקס פאנדס.

די מארקעט איז טאקע אויף א אלל טיים היי, אבער ווער ווייסט וואס נאך ס'גייט קומען. ס'קען זיין אז ס'גייט טראסקענען און ס'קען זיין אז נישט. איינער וואס וויל אריינלייגן דארף זיין גרייט אויסצוזיצן א ירידה פון בערך פופציק פראצענט. אויב ווילט איר אריינלייגן פאר איבער פינעף יאר דאן איז עס געאייגענט פאר אייך. אויב נישט דאן דארפט איר טרעפן א בעסער פראדוקט וואס איז מער געאייגענט פאר אייך.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

SPY אנטהאלט די זעלבע אינהאלט ווי VOO און VOO איז א דריטעל די פרייז.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: נייעס פון סטאק מארקעט

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

אזוי ווי לי לעצטענס זענען אסאך יונגעלייט אריין אינעם סטאק מארקעט דורך ראבינהוד, און ניינציג פראצענט פארלירן געלט דארט, וויל איך מציע זיין צוויי סארט וועגן פון כמעט זיכער ארויסגיין מיט רווח אויף א וועכנטליכן פארנעם.

אפציע איינס: קויפן קרעדיט ספרעדס.

אפציע צוויי: קויפן ביליגע סטאבילע סטאקס פער הונדערט און פארקויפן קאללס.

אפציע איינס דארף מען קויפן און פארקויפן דארט וואו איר זענט זיכער אז די מארקעט וועט נישט דערגרייכן אינעם צייט אפשניט ביז דעם עקספירעישן דאטום.

אפציע צוויי זאלט איר נאר אינוועסטירן אין א סטאק וואס איר גלייבט דערין און איר זענט מסכים דאס צו האלטן לאנג טערם, וויבאלד די פרייז קען מעגליך פאלן אינעם שארט טערם. (לדוגמה, gopro אדער visa ודומיהן).

פאר מער אינפארמאציע איבער די סטראטעגיעס, מאכט א סירטש אויף יוטוב.

Sent from my SM-G973U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אדער זאלן זיי גיין צו א סלאַט מאשין, יענץ איז אסאך מער פאָן.

אינוועסטירן איז איין זאך אין שפעקולירן איז צווייטע זאך. די אלע ראָבּינהאָדערס זענען געמבלערס. און אז איר מיינט אז איר האט אנגעטראפן די גאלדענע סטראטעגיע האט איר א ריזיגע טעות. העמער רעדן אין אפאר חדשים.
פארשפארט