וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................

באשטעטיגט? לויט טייל ראשונים מוז אזוי זיין, לויט טייל ראשוינים קען נישט אזוי זיין.

נישט אזא חידוש? איך ווייס נישט וויאזוי דו ביסט מגדיר חידוש (אויב קען איך לייענען צווישן דיינע שורות האסטו א שטיקל אדיטוד צו די "ישיבה'שע רייד", איך בין לגמרי מיט דיר דערויף, אבער עס נעמט נישט אוועק פון די חידוש שבו), לויט ווי העניך לייגט אראפ ניוטאן'ס חידוש, איז דאס גאנץ א גוטע צושטעל, קאנטער-אינטואיטיוו, פארענטפערט א ריזן בילד מיט א סך פרטים וכו' וכו'.

---

העניך האקט, איך מיין אז א איך בין זיך מסביר.


חדא מתורצת בחברתה. דער חידוש איז דאך מבואר אין די ראשונים וואס מוזן אזוי האלטן, אזש מרוב פשיטותו האט מען עס נישט אויסגערעדט. ממילא קען מען נישט זאגן אז ר' אלחנן איז אויפגעקומן מיט א חידוש און דערנאך איז ליכטיג געווארן. און לויט די חולקים, איז עס דאך בכלל נישט אמת און באלייכט נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בפשטות איז דאך מיגו בלויז א נאמנות, פשט איז איך בין מניח אז דער מענטש איז נישט קיין ליגנער ווייל טאמער וויל ער זאגן ליגנט קען ער טענה'ן בעסער. דאס איז פארשטענדליך און אינטואטיוו.

כח הטענה קומט מיט אינגאנצן א נייע דערהער, אז אשר ובכן וועט זיין טענה באקומען אזא כח ווי די טענה וואס ער טענה'ט "נישט". דאס איז א ריזן חידוש וואס איז נישט פארשטענדליך בפשטות, אבער די ראיות פון גמרא און ראשונים צייגן גאנץ שטארק אין דעם ריכטונג. און כדי צו קענען אויפקומען מיט אזא וואזשנע געדאנק און דאס נאך באשטעטיגן, איז א געוואלדיגע גאונות.

גיבט א קוק: @ליטוואק (און נאך א סך לומדים) שלינגען דאס נאך היינט נישט אראפ, מהאי טעמא טאקע, ווייל די חידוש איז צו שטארק גרויס און עס זאגט זיך נישט פון זיך אליינס, אבער די ראיות דערויף איז עפעס וואס מען מוז זיך ספראווענען און ר' אלחנן האט זיי למעשה פארגעלייגט א פעסטע טעזע וואס איז נישט לייכט אפצופרעגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מיגו כח הטענה איז גארנישט באשטעטיגט, און לאו דוקא אזא חידוש........................

באשטעטיגט? לויט טייל ראשונים מוז אזוי זיין, לויט טייל ראשוינים קען נישט אזוי זיין.

נישט אזא חידוש? איך ווייס נישט וויאזוי דו ביסט מגדיר חידוש (אויב קען איך לייענען צווישן דיינע שורות האסטו א שטיקל אדיטוד צו די "ישיבה'שע רייד", איך בין לגמרי מיט דיר דערויף, אבער עס נעמט נישט אוועק פון די חידוש שבו), לויט ווי העניך לייגט אראפ ניוטאן'ס חידוש, איז דאס גאנץ א גוטע צושטעל, קאנטער-אינטואיטיוו, פארענטפערט א ריזן בילד מיט א סך פרטים וכו' וכו'.

---

העניך האקט, איך מיין אז א איך בין זיך מסביר.


חדא מתורצת בחברתה. דער חידוש איז דאך מבואר אין די ראשונים וואס מוזן אזוי האלטן, אזש מרוב פשיטותו האט מען עס נישט אויסגערעדט. ממילא קען מען נישט זאגן אז ר' אלחנן איז אויפגעקומן מיט א חידוש און דערנאך איז ליכטיג געווארן. און לויט די חולקים, איז עס דאך בכלל נישט אמת און באלייכט נישט.

קיינער האט דאס נישט אנדעקט אין די ראשונים בעפאר ר' אלחנן, זיי זאגן עס נישט אזוי קלאר. יא, די ראשונים זענען ליכטיג געווארן.
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

העניך האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:ר' מיכאל בער ווייסמאנדל מיט'ן אויפקומען מיט די מהלך פון יעדע זיבעטע אדער 49סטע אות אינעם תורה צו טרעפן פארשידענע רמזים.

כאטש דאס איז נישט מחשבה להלכה, איז עס אינגאנצען א נייע דרך אין רמז!

דערווייל קוקט דאס מיר אויס ווי דער שטערקסטער קאנדידאט פאר דעם מערסטן אריגינעלן גאונות'דיגן געדאנק וואס איז נישט צו פארשטיין וויאזוי א מענטש האט געקענט אליין צו דעם צוקומען.

דער פראבלעם מיט דעם איז אז מ'האט שוין אויפגעוויזן אז דאס איז נישט אמת, ווייל אין יעדן טעקסט קען מען טרעפן אזעלכע רמזים. דאך איז דאס א גרויסער חידוש.


יא אין אסאך אנדערע טעקסט קען מען געפונען זאכן, אבער אין די תורה האט זיך עס אויפגעוויזען צו זיין זייער עפישענט און אקוראט!

אבער דאס איז טאקע זיכער אז עס א חידוש וואס ער איז אויפגעקומען דערמיט (כאטש ער אליין האט גע'טענה'ט אז ער האט עס גענומען פון פריערדיגע אזויווי די רמב"ם.....), נאכפאר די קאמפיוטער איז פארשפרייט געווארן און אזוינע זאכן זענען געווארן באקאנט.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

די גאנצע צוזאמשטעל איז אביסל פראבלאמאטיש ווייל ווי קען מען פארגלייכן טעאלאגישע געדאנקען אין עולם המושכלות, צו פיזיקס, סייענס אדער מעדעצין ווי דערגרייכונגען זענען מער ממשות'דיג און האבן פאקטישע השלכות אויף מענטשנס לעבן.

אבער אין עולם המחשבה איז זיכער דא גדולי ישראל וואס האבן געעפנט נייע דרכים אין לערנען. דער כלל הגדול איז אז גארנישט פאלט נישט פון הימל, און די תורה, ווי להבדיל יעדע חכמה איז פרה ורבה, און יעדן סארט דרך אין תורה והשכלה וואס מיר האבן היינט, בכל חלקי פרד"ס התורה, איז געווען א מענטש פון פלייש און ביין וואס האט עס אנגעהויבן און אנדערע האבן עס מפתח געווען ביז מיר טרעפן זיך היינט מיט אזא קאלירפולע אוצר הספרים מיט אזויפיל דרכים און מהלכים און גוונים בכל שערי פשט רמז דרוש סוד.
בזמנינו אלה איז עס רבי חיים מיט'ן בריסקער דרך הלימוד וואס האט אריינגעברענגט א רעוואלוציאנערישע טראכט אין לאגיק און סברא, רבי צדוק האט געברענגט א נייע אור אין אגדות חז"ל, רבי עקיבא אייגער איז געווען רעוואלוציאנעריש אין חשבון און סברא עפענענדיג נייע שערים אין תורה, דער חזון איש מיט זיין אייגנארטיגן דרך הלימוד איז רעוואלוציאנעריש, בפרט אין זיין מהלך אין קו התאריך איז סיי חוצפא'דיג און סיי אויגן עפענענדיג, דער סאטמארער רב האט זיכער געמאכט א יש מאין ארום תורת ארץ ישראל און געבויעט א בנין אדיר אויף א שורה גמרא אין כתובות (צי דו גלייכסט עס יא אדער נישט איז עס אריגינעל), דער ראגאטאשווער מיט זיין אבנארמאלע שליטה אויף כל התורה כולה און ווי ער איז מקשר סוגיא צו סוגיא נימה בנימה איז אריגינעל און אייגנארטיג, רבי חיים קניבסקי האט אויך א מבהיל'דיגע בקיאות אין תורה, רבי עבודי'ס בקיאות אין ספרות היהדות, וואס נאך איז שייך צו זאגן, דער בית יוסף האט געשריבן א געוואלד ממש איבער די כח האנושי, דער פרי מגדים לויפט אין א שנעלקייט פון א ליכט יאר און מ'קען ממש משוגע ווערן פון זיין היקף, ווי ער עפנט צען נייע שמועסן אין איין קליינע שטיקל, ווי ער לאזט נישט אויס קיין פרט ופרט און ברייטערט אויס יעדע קליינע סעיף קטנ'דל צען פאכיג, דער חתם סופר לייגט אריין אין דריי שורות דרשות כל התורה כולה נ"ך מיט אגדות חז"ל מיט כוונת התורה מיט השקפה מיט וואס דו ווילסט נאר נישט, דער קרבן נתנאל (איינער פון מיינע באליבטסטע ספרים) איז אלעמאל ספאט אן און האט א כשרון צו בארירן די עיקרי הסוגיא ואיברים שהנשמה תלוי' בהם, רבי איטשא מאיר זאגט אריגינעל אין פנימיות התורה און רבי מאטל מיט זיין מהלך אין דרושי חסידות, און מלאך זאגט שיינע וויצן.

וואס נאך?
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

@כוכב איך מיין אז דו ביסט פארפארן.
די אלע אויסגערעכנטע איז טאקע נתפעל צו ווערן אויף זייער ווערק, אבער זיי האבן געבויעט אויף פריערדיגע, אונזער אשכול (לויט ווי איך האב פארשטאנען) זיכט גדולי ישראל וואס האבן מחדש געווען עפעס אומדערהערבאר בשעתם.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברוחב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

תורה ומדע האט געשריבן:לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברחוב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

הרב קוק איז א חידוש, אבער נישט אנגענומן

הריד״ס איז בעיקר א שפראך, נישט מער

אסאך פון די וואס ווערן דא געברענגט זענען בלויז א קנייטש, נישט קיין גאנצע חידוש, אלס געבויט אויף פריערדיגע, נישט קיין עכטע חידוש.

גראדע, דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט א נייעם דארט סוגיא מיט זיין רש״י תורות, אבער עס איז בכלל נישט אנגענומן, און פערזענליך בין איך ניטש נתפעל דערפון. אבער א חידוש איז עס זיכער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

איך מיין אז מ'מישט דא אביסל די יוצרות. ס'דא חידושים וואס עס איז נישט דוקא דא דערביי קיין גאונות. ממילא די אלע זאכן זענען שלא ממין הטענה. דוקא אן אינטערנעמונג פאר א פראבלעם וואס פאדערט גאונות צו לייזן מיטן שאפן א נייעם מהלך אדער א לעזונג וואס האט ווייטגרייכנדע השלכיות דאס איז די נושא. אדער עכ"פ האב איך געמיינט אז דאס איז די נושא.
די אלע אויבנדערמאנטע זענען טאקע קאנדידאטן אבער זענען נאר א דוגמא פון לייזען הלכה פראבלעמען, אבזערוואציעס אין חכמת הדקדוק, א נייעם מעטאדאלאגיע וויאזוי אפצולערנען גמרא, א נייעם באגריף אין ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא אויפן פארנעם ווי גמטריא אדער ר"ת.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אנצקלופדיה תלמודית איז בלי ספק א גולת הכותרת. אמת אז די געדאנק גענומען פון די ענצעקלאפעדיסטן האט שוין עקזעסטירט אין ספרות הרבנית פון פריער דער ערשטער דער פחד יצחק, און דערנאך פילע אנדערע, חיד"א, ר' יוסף ענגל, שדי חמד, בית יעקב וכו' אבער קיינער איז נישט געווען אויסן פשוט צו קאווערן די נושאים מיטן גאנצן היקף פון די פשוטע הגדרות ביז די לומדות און השלכיות און השוואות צו אנדערע נושאים כלפי די זעלבע הגדרות און די נידונים בהמשך אין די ספרי הלכה ושו"ת אזויווי אין א סעקולארן ענצעקלאפעדיע.
אמת אז אין בו משום חידוש אבער עס פאדערט גאר א פארזיכטיגע צוזאמארבעט און גאונות אין סדר און ווער נאך ווי הרב זווין דער גרויסער סדרן איז געווען פאסיג צו זיין דער עורך.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

שליחה דורך אמת וצדק »

לגבי די עלעמענט פון ״געזעץ״ ווי @צפור בודד צולייגט דאס שיין, איז דא די לוח וואס הלל נשיאה האט מתקן געווען, א גוואלדיגע חידוש וואס גייט אן ביז היינט צוטאגס ער האט משנה געווען די גאנצע ענין פון קידוש החודש, הלל נשיאה האט דאס געטוהן לצורך השעה, ווען צוליב כמה סיבות איז געווען שווער צו גיין מיט די אלטע וועג.
די זעלבע האט רבי יהודה הנשיא מחדש געווען א גרויסע חידוש אין די עלעמענט פון ״געזעץ״ אז צוליב עת לעשות להשם איז נישט דא קיין ברירה נאר צו מתיר זיין צו געהעריג אראפשרייבען תורה שבעל פה.
אונטערסאנט איז אויך די חידוש פונעם חתם סופר אין שו״ת אורח חיים סימן ר״ח, אז די גאנצע היתר איז נאר אויב מען מיינט טאקע נאר לשם שמים, אויב נישט גייט ווייטער אן די איסור אויף צו שרייבען תורה שבעל פה!!
אין די עלעמנענט פון ליטעראטור איז דא די ספר ״סדר עולם״ פון די תנא רבי יוסי בן חלפתא א תלמיד פון רבי עקיבא, וואס לויט וואס איך ווייס איז דאס די ערשטע ספר צו שרייבען די היסטאריע פון בריאת העולם ביז זיין תקופה!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום אמת וצדק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

העניך האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:די חשבון פון קידוש החודש פון רמב"ם ובפרט די חשבון פון די מולד אמיתי.

דער רמב"ם שרייבט דאך קלאר אז ער האט גענומען די חשבונות פון די חכמי יוון.


ווי שרייבט ער דאס? דו מיינסט דאס?
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

די גרעסטע ״חידוש״ צווישן אחרונים איז לכאורה די נודע ביהודה׳ס עקספערימענט אז די שיעורים שטימען נישט.
די צווייט גרעסטע חידוש איז די חתם סופר׳ס חדש אסור מן התורה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער רמח''ל'ס חידוש פון נהמא דכסיפא איז לדעתי א גרויסע חידוש, ווערד ארויפצוגיין אויף די ליסטע. עס טוישט די גאנצע בליק וויאזוי א איד קוקט אויף זיין ארבעט אויף די וועלט.

אנשטאט פארשטיין אז דער באשעפער וויל עפעס פון אונז מיט די תורה, צו פאר זיין הנאה אדער פאר אונזער הנאה, קומט דער רמח''ל און זאגט אז עס פשוט א שפיל מען זאל נישט שפירן ווי אומזיסטע געסט אין עולם הבא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א קאנדידאט איז דער רמב''ם'ס חידוש אויף קרבנות. אז באמת וויל דאס נישט דער באשעפער, נאר ווייל מען האט נישט געקענט פארלאנגען פון די אידן אויפצוהערן ברענגען קרבנות האט די תורה געזאגט אז מען זאל עס ברענגען פאר'ן באשעפער.
דאס גיבט א גאנצע נייע מהלך אפצוטייטשן די תורה. אז עס איז דא זאכן אין די תורה וואס דער באשעפער וויל נישט ממש דאס, נאר צוליב זייטיגע סיבות האט ער דאס אריינגעלייגט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די חידוש פונעם דרשות הר''ן אז ווען די תורה האט געהייסן פאלגן סנהדרין איז דאס אפי' ווען זיי מאכן א טעות, און ווען זיי מאכן א טעות ווערט די טעות גאר א חלק פון די תורה. ווייל די תורה איז געגעבן געווארן לויט ווי די חכמים פארשטייען עס.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

דער אבן עזרא מיטן סוד השנים עשר.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:לענ״ד: די צווי גרעסטע רעוועלוציענערן במחשבת ישראל בדור אחרון זענען געווען מרן הגראי״ה זצוק״ל ברחוב בינתו וגישתו לתורה וליראה. והגאון הגדול רי״ד סאלאווייציק מבוסטון זצוק״ל בעינו החדה והבהירה.

הרב קוק איז א חידוש, אבער נישט אנגענומן

הריד״ס איז בעיקר א שפראך, נישט מער

אסאך פון די וואס ווערן דא געברענגט זענען בלויז א קנייטש, נישט קיין גאנצע חידוש, אלס געבויט אויף פריערדיגע, נישט קיין עכטע חידוש.

גראדע, דער ליובאוויטשער רבי האט געמאכט א נייעם דארט סוגיא מיט זיין רש״י תורות, אבער עס איז בכלל נישט אנגענומן, און פערזענליך בין איך ניטש נתפעל דערפון. אבער א חידוש איז עס זיכער.

ביי וועם הגראי״ה איז ניט אנגענומען האט לענ״ד ליידער נישט טועם געווען פונעם אמת׳ן עץ הדעת האמונה והבינה. ווי קען מען זיין איין ערליכע איד, אן אוהב ישראל מיט הארץ אהן די לויטערע הגיונות פונעם רב זצ״ל.
בנוגע הגרי״ד איז מיין כוונה אויך זיין טהרת המחשבה אין אביעקטיוויטעט ביחס צו חכמת התורה און חכמת האומות. ווי ער האט באוואוזען דעם ״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.״
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

תורה ומדע האט געשריבן:ביי וועם הגראי״ה איז ניט אנגענומען האט לענ״ד ליידער נישט טועם געווען פונעם אמת׳ן עץ הדעת האמונה והבינה. ווי קען מען זיין איין ערליכע איד, אן אוהב ישראל מיט הארץ אהן די לויטערע הגיונות פונעם רב זצ״ל.
בנוגע הגרי״ד איז מיין כוונה אויך זיין טהרת המחשבה אין אביעקטיוויטעט ביחס צו חכמת התורה און חכמת האומות. ווי ער האט באוואוזען דעם ״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים.״

פאקטן טוישן זיך נישט. און איך מיין נישט נאר אז הרב קוק'ס מהלך איז נישט אנגענומן ביי 'חרדים'. אפילו ביי זיין 'נאכפאלגערס' איז עס נאר א באגרעניצטע נאכפאלגערשאפט. ער האט געהאט א מהלך הכוללת הכל און זיי האבן גענומן געציילטע פונקטן דערפון.
דער טהרת המחשבה פון הגרי"ד איז א שפראך זאך. פראביר איבער צו טייטשן זיין ווערטער אויף א היימישע אידיש, אדער א ישיבישע ענגליש, וועסטו זען אז עס איז דא ווייניגער דארט ווי מ'זעט ביים ערשטן בליק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גאר גאר אן אינטערעסאנטער נושא, העניך! אן הארציגע דאנק פארן אויפברענגן. זעהענדיג ווי די אשכול שפרינגט ארום, אפשר מעג מען סימפלעפייען די שאלה אזוי:

אויב זיצט איר אויף א וועד אהערגעשטעלט צו פארטיילן און באטיטלן די "חכמה און באשטייערונג פרס" פאר רבנים און תלמידי חכמים דורכאויס היסטאריע, וועלכער פערזענליכקייט וואלט איר נאמאנירט, אין וועלכע דיציפלין, און זייער ספעציפיש פאר וועלכע ווערק?

די דיציפלינען קענען זיין סיי וואס, אבער אלס אן החתחלה, נאדיר א ליסטע אויסגעברייטערט פונעם "נאבעל פרייז" געדאנק: פיזיקע, אסטראנאמיע, כעמיע, מעדעצין און פיזיאלאגיע, מאטאמאטיקע, עקאנאמיע, געזעץ, ליטעראטור, קונסט, פרידן אדער שיץ און שעצונג פאר די פארנאכלעסיגטע, אידישע טעאלאגיע, אידישע געזעלשאפט און לעבן'ס קוואליטעיט, וכו'.

כ'פארשטיי, העניך, אז דיין פארשונג איז דייקא אין די תחום פון א טיפע חידוש וואס איז נתברר געווארן אלס אן אביעקטיווע אמת, אבער ס'זעהט אז אז אזא אשכול וועט קומען צו א גאר קורצע ענדע. אלזא,לאמיר עס אויסברייטערן.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

שליחה דורך קל וחומר »

דער חיבור 'חזון איש' איז לדעתי פון די גרעסטע חידושים אין ספרי התלמוד.
ער איז דער איינציגסטער וואס האט באוויזן ארויסצוקומען מיט א חיבור וואס לויפט דורך 'בעיון' גאנץ ש"ס.
זיין עיון איז מער על דרך החשבון (ענליך צום מהרש"א) און ציעט ביז הלכה למעשה.
אלס א ספר וואס ווערט געלערנט אין יעדע ישיבה בסדרי העיון איז ער פון די איינציגסטע וואס ווערט אויך גענוצט אליבא דהלכתא.

ס'לאזט זיך ממש נישט גלויבן ווי אזוי א יליד אשה איז צוגעקומען צו דעם, בפרט ווען ס'איז באקאנט וויפול ער האט עוסק געווען פארן כלל ופרט.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וואס זענען די מערסט גאונות'דיגע געדאנקען ביי גדולי ישראל

שליחה דורך קל וחומר »

ספר תהלים איז לדעתי דער שענסטער ארטווערק אין אידישע היסטאריע, הגם וואס עס באשטייט פון מערערע מחברים, איז דאס רוב געשריבן געווארן דורכ'ן מלך ישראל מיט א זעלטענע ארטיסטישע פעדער וואס יעדע פסוק באזונדער איז בכח אריינצושליידערן א מענטש אין א טיעפע טראנס וואס זאל אים צוריקשלעפן דריי טויזנט יאר און מיטלעבן דעם קולטור און אלס ארום, אויב זאל ער זיך מתעמק זיין דערינען.
פארשפארט