דזשאן באלטאן מעמואר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
יודישע שרייבער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 187
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך יודישע שרייבער »

קורקלענד האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:John bolton איז א ווילדע עקסטרעמיסט וואס האט שוין אהנגעטוהן גענוג שאדן מיט העלפן אריינפיהרן אמעריקע אין א נערישע מלחמה מיט איראק אוו וויל הרגענען כמעט יעדען וואס גייט נישט מיט א שנאלץ
און בכלל אויב איז ער אזוי קאנווינסעד ווי קארופטורט טראמפ איז פארוואס איז ער געגאנגען ארבייטן פאר איהם ?
און אויב האט ער עס איינגעזעהן שפעטער פארוואס האא ער נישט עדות געזאגט אין קאנגרעס?
איך פארשטיי אז ער האט ענדערש געוואלט מאכן געלט ווי איידער צו ראטעווען זיין לאנד פון א קארופטורטע פיהרער, נאר געדענקט דאס קומענדיגעס מאל ווען איינער רעדט אייך צו ווי וויכטיג עס איז פארן לאנד צו באמארדירן באגדאד טעהראן אדער פיאנגיענג,אז ווען עס קומט צו זיין טאש אדער כבוד אינטערעסירט דאס איהם גאנץ ווייניג און די גאנצע אידעלאגיע איז נאר ווי איך קען פארדינען פון דעם

די שאלה אין אזא פאל איז, אויב אזוי מעיקרא מאי קסבר? פארוואס האט איהם טראמפ אויפגענומען?

די פראבלעם איז אבער אז א 'אמת'ע' תירוץ צו די שאלה וועט מען לכאורה סייווי נישט קענען וויסן....

אין DC ווי די איבערוויגענדיגע מערהייט זענען ליבעראלן און אפילו רוב פון די רעפאבליקאנער זענען RINO’s (א קלארע ביישפיל קענט איר זעהן פון די 2016 פרעזידענטשעל אלעקשענס ווי קלינטאן האט אנגעצויגן כמעט 91% לעומת טראמפ וואס האט באקומען ווייניגער ווי 5%, דאס איז א אומדערהערטע נאמבער וואס מען זעהט נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אין די פאראייניגטע שטאטן! אפילו און די 5 שטאטן ווי קאליפארניע, האווייאי, מערילענד, מאססאטשוסעטס און ניו יארק וואס האבן געוואויט די מערסטע צו לינקס פון די גאנצע לאנד איז די עווריזש וואס קלינטאן האט באקומען געווען בערך 60%, מיט גאנצע 30% פראצענט ווייניגער ווי אין DC!) איז דא אסאך א קלענערע ווערייעטי פון מענטשן פון וועם צו קלויבן איז אטאמאטיש זייער שווער פאר א רעפאבליקאנער פרעזידענט צו טרעפן 1)געטרייע 2)געלונגענע מענטשן פאר זיין קאבינעט וואס זאלן אויך 3)מיטגיין מיט זיין אג'ענדע, עס איז נישט מעגליך פאר א רעפאבליקאנער צו סורווייווען דארט אן זיין א בוחר הרע במיעוטו און פראבירן צו אויס וועלן די בעסטע פסולת מתוך הפסולת (און דאס איז "איינער" פון די סיבות פארוואס ער שפיעלט דארט א ערנסטע מוזיקאלישער בענקל שפיל מיט זיין קאבינעט מיניסטארן שוין פאר דריי יאר)... אויב וואלט ער געווארט צו טרעפן אזעלכע וואס אלעס פון זיי זאל שטימען מיט אים 100 פראצענט וואלט ער נאך יעצט נישט געהאט 3/4 פון זיין קאבינעט אויף זייערע פאזיציעס...

און אפילו אויב וואלט ער יא געטראפן אזעלכע רעכטע ווי ער וואלט ווען געוואלט, וואלט די [אזוי גערופענע] רעפאבליקאנער סענאט זיי נישט באשטעטיגט פאר אים, אויב דארפסטו א קלארע ביישפיל קוק ווי שווער עס איז געווען צו באשטעטיגן זיינע סופרים קארט שופטים, וואס כאטש זיי זענען נישט 100% קאנסערוועטיוו איז נאך אלץ געווען א שווערע מלחמה זיי צו באשטעטיגן, וואלט ער אפוינטעד שופטים וואס זענען מער קאנסערוועטיוו ווי זיי וואלט עס לכאורה נישט אדורך.
אויך קענסטו עס זעהן אויף לעצטיגע החלטות פון די סופרים קארט וואס איז יעצט מער רעכט גענויגט ווי אנדערע צייטן, וואס ווי פריער ערווענט איז געווען זייער שווער זיי צו באשטעטיגן, מיט דעם אלעם זענען די [אזוי גערופענע] רעכטע שופטים בכלל נישט אזוי רעכט ווי די קאנסערוואטיווע וואלטן ווען געוואלט און די סאפרים קארט האט געוואויט לינקס סיי ביי דאק"א, סיי ביי די חוקי תועבה און נאך (א שטיק צייט צוריק האב איך געליינט ערגעץ אן ארטיקל - איך טרעף עס נישט יעצט - וואס האט אנאליזירט די החלטות פון די ספרים קארט, איז אויסגעקומען אז עס איז אסאך מער מצוי אז די רעכטע שופטים זאלן גיין לינקס ווי אז די לינקע זאלן גיין רעכטס...) ס'איז קלאר אז א חלק פון דעם קומט פון דאס וואס די שופטים זענען ארומגענומען מיט אזא לינקע סביבה און עס האט א השפעה אויף זיי.

פון די איינציגסטע וואס ארבעטן מיטן פרעזידענט (אויב נישט די איינציגסטע) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט - לויט ווי עס זעהט אויס - צו האבן אלע דריי קוואליפיקאציעס פריער אויסגערעכנט איז די נייע פרעסס סעקרעטערי, אבער אויב וואלט די פאזיציע אויך געדארפט דורך גיין א באשטעטיגונג פון סענאט וואלט זי מן הסתם נישט דארט געווען, זי וואלט געווען צו רעכט פאר זיי...

ס'איז דא נאך אסאך וואס צו שרייבן אין דעם נושא (לדוגמא איבער וויאזוי אבאמא'ס טשיף אוו סטעף ראהם עמאנועל און אנדערע אבאמא סטעפערס האבן באהאנדלד אבאמא) ואכמ"ל.
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

זייט ווען קען מען נאר נעמען פון DC? פאר א גוטע פאזעציע קען מען זיך אהינציען אין נאו טיים.
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך אריה »

דאס בוך איז שוין אוועילעבל פאר פרי דאונלאוד דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

זיי זאגן אז נאך וואס די שופט האט מרמז געווען אז ענליך צו סנאודן וועלן די פארדינסטן פון די ביכל לכאורה גיין פאר די רעגירונג האט ער עס ארויסגעלאזט בחונם
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: דזשאן באלטאן מעמואר

שליחה דורך גראף »

כאטש אויף אזויפיל וועט מען לכאורה מער נישט הערן און זען דעם באלטן נאך דער עלעקשאן'ס. קיין איין פרעזידענט ריפוב אדער דעם גייט עם שוין מער נישט געטרויען. די סיבה פארוואס טראמפ האט עם למעשה יא גענומען האב איך דעמאלסט געהערט איז צוליב די ריזיגע חכמים ממש פון די קלוגסטע אין דעם דור שאון העננעטי און אזאנע בוש קלען סופפארטערס וואס האבן געמאכט אומזיסטע מלחמות.
א זייטיגע נאטיץ, מייקל סעוועזש האט געווארענט טראמפ ווען די פרעזידענט האט עם געפרעגט אז ער זאל עם בשום אופן נישט נעמען ווייל ער איז נאר טראבל אבער יר''ה האט עם (ליידער...) נישט געפאלגט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

עס איז ממש א שאנדע צו זען וואס עס שפילט זיך אפ פאר די אויגן.

דער נאציאנאלער זיכערהייטס ראטגעבער איז פון די סאמע נאנסטע מענטשן צום פרעזידענט. דער פרעזידענט דארף אים קענען געטרויען מיט די האקעלסטע געשפרעכן. אט קומט דער פאררעטער באלטען און גיבט ארויס די געהיימסטע אינפארמאציע... ווען ס'וואלט אמת געווען ממילא... עס איז נישט קיין צווייפל אז פרעזידענטן אינעם צוקונפט וועלן זיין גאר פארזיכטיג נישט אויפצונעמען קיין אלט געזעצענע שלענג פונעם וואשינגטאן זומפ פאר אמטן אין זייערע קאבינעטן. דאס פאלק זעט שוין ענדליך איין דאס דורכגעפוילקייט פון די מערסט-עקלהאפטיגע שטאט אויפן פלאנעט וואס רופט זיך וואשינגטאן! אפילו די פארפוילטע ליבעראלן ווי די צוויי זעלבסט-האסענדע יעווסעקציעס נאדלער און אדם שי''ט שאקלן זיך אפ מיט אפשיי פון אזא נאסע קרעץ ווי באלטאן.

דער ווילדער באלטאן ווען אריינגיין אין די היסטאריע אלס דער סימבאל פון פארראט און דורכגעפוילקייט און אלס א לעבעדיגער מוסטער פונעם פארפוילטן וואשינגטאן זומפ. זיינע פרעכע בובקעס און פאנטאזיעס זענען נישט מאסגעבנד פאר קיינעם, דער אלטער שוטה האט זיך בלויז צונאר געלייגט מיט זיין בוך.
פארשפארט