איך בין בהעלם די רושם וואס דאס האט מיר איבער געלאזט איז אומבאשרייבליך.
בשעת איך שרייב דא די שורות 1:15 ביינאכט פון זונטאג גייענדיג צו דער מונטאגדיגער טאג, זיץ איך אלץ באזיכער/אויפזעהער ביי א נאנטער משפחה מיטגליד כמעט משבע קרובים וואס ליידט ל״ע אויף די ביטערע מחלה הידועה GBM
איך וועל נישט אריין גיין אין די פרטי המחלה זעלבסט וואס איך האב נישט קיין ברייטער ידועה אין דעם בכלל, אבער וואס איך האב יא א ברייטער ידועה איז די צדקה וחסד וואס מוסדות׳ר גרעסער ווי קלענער וואס פרובירן צו לינדערן א שווערע לאגע פונעם באטראפענעם זעלבסט פשוט ווייל ער/זי איז א אידיש קינד לא יאומן כי יסופר.
מוסדות׳ער לפי ערכו א יעדער לויט זיין אייגענשאפט, און כח אדער עקספערטיז. אבער היינט וויל איך ארויס ברענגען איין מוסד/יחיד ספעציעל, עס איז שוין אריבער 4 יאר זונט מיין שוואגער ה׳ ירפאהו האט געהאט זיין ערשטער סידזשער אינמיטן די ארבעט, אין א בהלה האט מען אים שפיטאל אריין געפירט אין שפיטאל נישט וויסענדיג על מה ולמה די סידזשער האט עים פלוצלונג געכאפט.
אין שפיטאל די ערשטע זאך וואס מען האט געטוהן איז געווען אן עם.אר.איי. די ריזאלטס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, ל״ע ול״ע מיין שוואגער זאל זיין געזונט האט א געוואוקס אויף די פראנט רייט לאוב אין קאפ.
די בשורה לא טוב איז געפאלן ווי א באמבע אין מיטן טאג.
איך וועל פרובירן זיך צו האלטן מיט די פאקטן נישט מיט די אימאושענס אדער קאמפעינס.
מיין שוואגער א שיינער פארדינער ארבעטנדיג אויף עמזאן סעלער סענטרעל שוין א שיינע פאר יאר פארדינענדיג בערך 12-18 אלפים א חודש, א שיין גיהאלט פאר א קינדער געבענטשטע משפחה. אבער די היזנעס ווערט געפורט דורך עים אליינס מיט א בחורל(וואס איז נאך כלומרשט אין ישיבה א האלבער טאג) א געהילף. פילן די ארדערס פאר עף. בי. עי. וכדו׳
דא רוקען זיך טעג און וואכן און מיין שוואגער (גראדע נישט אין שפיטאל יענע צייט פוןמוואס איך ציטיר דא) פראדוצירט שוין ליידער גארנישט. פיזיש גערעדט דער קאפ שווינדעלט עים ער קען נישט פאוקעסען מער ווי 5 מינוט אין איין צו, גייסטיש גערעדט מה יולד יום וואס גייט דא זיין וועל איך נאך מוצא שנתי זיין? די דאגות עסן עים אויף.
דער דאקטאר זאגט, ווערי פיאו מעיק איט אוט מען גייט זיך געזעגענען מיט די קינדער בקרוב אויף אייביג, גראדע לייף אינשורענס איז דא בחסד, אבער ליווינג אינשורנס איז נישטא.
העלט אינשורנס, ב״ה RCCS האט אנגעהאקט מיט א גוטער פאליסי, אבער די פאליסי לייגט נישט אויפן טיש די איעדען טאגיגער ברויט. וואס א טאג עס גייט אדורך ווערן די קרעדיט קארדס מער מעקסט, אפאר קארטלעך איז שוין אווער די לימיט עס גייט שוין נישט אריבער נאך א טרענסעקשאן. מיין שוואגער און שוועסטער זעהן די בראך דערנענטערן זיך מיט א שנעלקייט אן קענען רעדן מיט קיינעם דערפון, טאטע/שווער נישט קיין גרויסע נגידים, פארקערט גאר, די לעצטע חתונה ביי מיין שוואגערס טאטע האט ער געבארגט/געגעבן פאר מיין שווער עשרת אלפים ככר צו העלפן צו די חתונה פון זיין אינגערע שוועסטער.
נעה יענקל דארף נישט אונזער אפאר דולער, ער האט א גוטער ביזנעס וואס פרודעצירט פון זיך אליינס, וואס טוהט מען דא פרענגט מיין שוועסטער איר מאן וואס פעיסט זיין ענדע בקרוב מהאיך אנו חיים עד ......
איך ווייס נישט וויאזוי אבער איין טאג ויהי היום עס קומט אפיר א אינגערמאן און נעמט זיך אונטער הוצאות הבית מיט א העפטיגער וועכענטליכער געהאלט. מיין שוואגער שטייט און ווארט אז דער אינגערמאן זאל ארויס רוקן זיין פארלאנג, וואס וויל ער, ער וויל אפשר מיין ביזנעס און וויל פשוט משקיעה זיין ?
אבער די פארלאנג קומט נישט עס בלייבט א סוד ביי דעם אינגערמאן פארוואס ער האלט אויס א משפחה אן קיין שום פרסום אן דעם וואס איינער ווייסט אפי׳ און זאגט נישט וואס ער וויל דערפאר.
מען זעהט עים מער נישט מען הערט נישט פון עים נאר מאנטאג טרעפט מען א טשעק אין די מעיל באקס פון $1,800.00 א יעדער וואך שוין כמעט דריי יאר. אפי׳ אינדערצווישען האט מיין שוואגער יא אביסעל דא און דארט געמאכט עפעס אויפן עמאזאן, אבער די טשעק קומט נאך אלץ מדי שבת בשבתו.
ליידער ליידער די לעצטע צוויי חדשים דאס געוואוקס איז געווארן גרעסער און מיין שוואגערס באוואוסט זיין ווערט צוביסלאך שוואכער און שוואכער און עס איז דער מצב אז ער ליגט אין האספיס באוועגלאז און דארף כסדר צו קומען צו נורסעס זאלן עים באהאנדלען מיט זיינע געברויכען און מען דארף נעמען שיפטס ווייל מיין שוועסטער קען שוין נישט מער. נישט זיין אין שטוב גאנצע טעג וואכן און חדשים.
און יעצט זוצענדיג דא ווער איך געוואר א פרישער חלק פון דער מעשה.
המשך יבא !!!
איז אזוי,
זיצענדיג דא אזוי אין די צימער פון מיין שוואגער הער איך ממש א קליינעם קלאפ אינם טיר און אן ווארטן אויף א ענטפער עפענט זיך די טיר שטייטערהייט אויף א קאפ שטעקט זיך אריין אונם טיר, און איך הייב אויף מיינע אויגען פונעם טעלעפוין און איך זעה שטייט א חסידישער אינגערמאן מיט בארד אביסעל לענגערע פיאות א חסידישער געשטעל און זאגט מיר שלום עליכם. עליכם השלום ענטפער איך אביסעל צוריק געצויגען, נאך פאר וואס ווען און ווי פרעגט ער מיר די שאלה וואס א יעדער באזוכער פרעגט צו עפענען א קאנווערסעשאן. ווער ביסטו ?
זאג איך עים, איך בין א שוואגער א ברידער מיטן ווייב פונעם חולה, אזוי ווי לעצעטענס לאזט מען שוין אריין האבן מיר אנגעהויבן נעמען שיפטס.
אזוי זיי לאזן שוין אריין ענטפערט ער מיט התפעלות, פון ווען פרעגט ער גלייך, שוין א וואך זיכער, אזוי איך האב נישט געוואוסט זאגט ער איידעל.
און ווער זענט איר פרעג איך מיט דרך ארץ דעם אינגערמאן וואס זעהט אויס עלטער פון מיר מיט אפאר יאר, בערך אין די הויעכער דרייסגער אדער אפי׳ אריבער די פערציג. ענטפערט ער מיר זייער א מאדנע ענטפער, איך בין גאר א נאנטער ידיד מיט דיין שוואגער און אזוי ווי איך האב דא א שטיקל דריסת הרגל קום איך כסדר קוקען וואס דיין שוואגער טוהט, זייט ער איז דא פאר די לעצטע צוויי חדשים.
און דיר לאזט מען יא אריין כסדר אפי׳ אין די קאראנא טיימס ?
יא ענטפערט ער מיט א פשטות אן קיין שום גיעות, איך בין דא א יעדען טאג שוין די לעצטע פאר יאר זייט מיין חברותא איז ל״ע דא געווען אפאר יאר צוריק און עס איז מיר אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט אסאך היימישע אידן דא, איך פרוביר צו זעהן אויב איך קען עטוואס לינדערן די שמערצן פון די וואס דארפן זיך ליידער דא געפונען. דא איז א ברייטער טיר אריין ארויס גייט מען שוין פון דא בדרך הטבע צום ב...... אבער מיר אידן ווייסן, אפי׳ חרב וכ״ו.
און ער לייגט צו, איך בין נאך דא בערך א האלבער שעה צו וויפיל, אויב איך דארף עפעס קען איך עים קלינגען אויף די נומבער וואס ער לאזט מיר איבער.
איך ווער ערשטוינט דער אינגערמאן זעהט נישט אויס אן אגרעסיווער, אדער גוטער ענגליש קענער אדער א חונף נאר פארקערט, א רבנישער טראגע, שווארצע זאקן א נחבא על הכלים די איידעלקייט שטייט עים אויפן פרצוף אן איידעלער ראויגער שפראך, ווי קומט צו עים בכלל אזא מין פאסטן עד כדי כך אז אפי׳ אין די קאראנא צייטן האט מען עים אריין געלאזט דא ?
איך גיי עים נאך זעה איך נישט מער נישט ווייניגער, ער איז נישט דא אליינס ער איז דא מיט א אינגערמאן אויך חסידיש אבער גאר אן אנדערער געשטעל, א בעלבתיש בעל הבית א שיינער אויסגעבילגעטער רעקל אן הערליכער הויכער היטל אויף זיין שפיץ קאפ כאחד הנגידים און פארפיגט א שמעוס מיט די הויפט נוירס מיט א געשליפן ענגליש און חנפעט אריין און מיט הויעכע מעדיקל טוירמס רעדט ער אזוי מיט די הויפט קראנקען שוועסטער בנושא מיין שוואגער. ער דרייט איבער צו ארלעדיגן עפעס א טרענספער צו א שפיטאל אין איינע פון די סטעיטס גאר איך האב זיי ביידע קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט פון זיי, איך האב נישט קיין אנונג ווער זיי זענען און וואס זיי טוהן דא אבער איך גיי צוריק אין מיין שוואגערס צומער און איך קלינג גלייך מיין שוועסטער און איך פרעג איר אן פשט אים די מדרש פליאה וואס איך האלט דא מיט.
זאגט זי מיר בזה הלשון איך ווייס נישט פון קיין צוויי איך ווייס נאר פון איינעם אבער איך פארשטיי אז ער ניצט הילף וואס איז א מלאך המושיעה פון די מינוט וואס יענקי איז געווארן דייעגנאוזד ער שיקט מיר א יעדע וואך א טשעק פון גרויס געלט ממש א פעי טשעק אן קיין שאלות קיינמאל האט ער מיר נישט געפרעגט אדער געזאגט עפעס וועגן די געלט און ווי אויך ימים טובים יומא דפגרא׳ס קומען באונעסעס עפעס וואונדערליך ממש אליהו הנביא . און ווי אויך האט ער גאר א טופער פארשטאנד אין די אינס ענד אוטס אויפ יענע מעשה ספעציעל אין די קאפ ווי ער ליגט אין די נושא און ער פרובירט טעגליך ממש פון אנהייב אן אז מיר זאלן אנקומען צו די בעסטע מעדעצינישע באהאנדלונגען וואס עס איז שייך. טריילס און אנדערע דאקטורים פון אנקאלעדזשי פון אנדערע שפיטעלער וואס קענען אפשר יא עפעס טוהן אין די פאל וואס יענקי געפונט זיך דאס וואס יענקי צוהט שוין אזוי לאנג איז אויך נאר עים צו פארדאנקען.
וואו אמעזינג און אלעס שלא על מנת לקבל פרס און פאמפע איך קען עס נישט גלייבן איך מיז כאפען א שמועס מיט די חברה.
דער רבנישער אינעגרמאן דרייט זיך ארום אען די קארידארן צו קוקען צו עס געפונט זיך דא איינער, איך ווארט אזוי צו טרעפן דעם שותף זאל ווערן באפרייט איך זאל רענען מיט עים כאפן א שטיקל שמועס, און והנה עס איז געלאנגען דער שותף איז פערטיג און דער רבנישער אינגערמאן איז נאך נישט צוריק.
גיי איך צו צו עים און פרעיג עים, אויב איך מעג פרעגן פשט אין די עפיסאוד וואס איך האלט דא מיט. זאגט ער מיר זייער גערן אבער דאס איז נישט על רגל אחת די דארפט זיך אקאפ זעצן און הערן אבער ווען דער רב קומט דאקף איך לויפן ער האט מאך אסאך אקבעט פאק היינט.
דער רב האט זיך אריין געלייגט אין די נושא צו העלפן פינאנציעל ווען זיין חברותא איז געוואקן דייאגניזירט און זייט דעמאלס לא ישבותי צו העלפן זיינע אידישע ברידער וואס טרעפן זיך ל״ע אין די מצב מיט געלט, אבער ווערט צומאל פטרמישט אין די עצם רפואה אויך.
ער האט א שכל הישר און גאר אן איידעלער כאראקטאר און מאכט נישט פון זיך גארנישט, הימל און ערד זאלן זיך צוזאמקומען ביז ער וועט וויסן ביי זיך אז ער האט געטוהן די מאקסימום וואס ער קען צו העלפן און אנקומען צו די ריכטיגע
הילף
שמעוסנדיג ווייטער מיטן גבאין ווער איך גיוואויר געשיכטעס וואס עס קומט אלץ פאר בייע דעם רב וואס איז תסמור שערות אנוש אלעס מיט א שטילקייט אן די מאנטל פון א גרויסער מוסד, א פריוואטער אינטער נעמונג אן קיין אפיס מיט א שטאב דער אינגערמאן איז א וואלענטיר און די רב אליינס עטוואס א קינד פון רייכע עלטערן וואס שנארעט נישט פאר זיינע פערזענליכע געברויכן. דער אינגערמאן א בעל הבית אליינס פון א קאמפאני אין ברוקלין א שיינער בעל פרנסה וואס האט זיך אריין געלייגט צו העלפן דעם רב פשוט ווערענדיג אריין געשלעפט מיט די עקסטאז זעענדיג די ס״ד וואס דער רב האט געהאט אין פריערדיגע קעיסעס אז ער האט פשוט געוואלט האבן א חלק אין די אינטערנעמונג .
אשרי העם שהשם וכ״ו מי כעמך ישראל גוי אחד א פאלק וואס איז זיך מוסר נפש איינער פארן צווייטן במלאו מובן המילה נישטא קיין ווערטער וואס קענען דאס אפי׳ מסביר זיין .
Sent from my iPhone using Tapatalk
אן ענין פון צדקה, און פיזישע חסד
אן ענין פון צדקה, און פיזישע חסד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מיינונגזאגער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
גאר א הייליגער געשיכטע. ס'איז בלויז א וואונדער ווי אזוי די צענצור פון קאווע שטיבל האט ערלויבט אזא פאזיטיווער ארטיקל אויף כלל ישראל. אין אלגעמיין איז בלויז ערלויבט בייסיגע ארטיקלן אויף ערליכע אידן... אונזערע העלדן זענען בלויז די דאזיגע מיט די דיפעטידא פיאות וועלכע זענען נאכאנאנד פארנומען צו שימפן אויפן סיסטעם...
Re: אן ענין פון צדקה, און פיזישע חסד
איך דיסעגרי מיט די סטעיטמענטקאך_לעפל האט געשריבן:גאר א הייליגער געשיכטע. ס'איז בלויז א וואונדער ווי אזוי די צענצור פון קאווע שטיבל האט ערלויבט אזא פאזיטיווער ארטיקל אויף כלל ישראל. אין אלגעמיין איז בלויז ערלויבט בייסיגע ארטיקלן אויף ערליכע אידן... אונזערע העלדן זענען בלויז די דאזיגע מיט די דיפעטידא פיאות וועלכע זענען נאכאנאנד פארנומען צו שימפן אויפן סיסטעם...
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: אן ענין פון צדקה, און פיזישע חסד
די רעכט איז מיר באקאנט, און דערפאר האב איך טאקע דאס געטוהןקאך_לעפל האט געשריבן:ביזט העכסט ערלויבט. ס'איז דיין ערשטע קאנסטעטוציאלע רעכט!
Sent from my iPhone using Tapatalk