אויסצאלן קעמפ טעראר!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אויסצאלן קעמפ טעראר!
[justify]אין דיזע טעג איז ארויס א טעראר קאמפיין פון די מוסדות וואס האט נאכנישט געהאט זיינס גלייכענס. זיי האבן דערשמעקט אז דער עולם וויל זייער שטארק שיקן די קינדער אין קעמפ דאס יאר, ווארים דאס וואכן לאנג זיצן אינדערהיים צוליב דעם אונטערגאנג האט געהאט אן ערענסטען אויסווירקונג אויף די קליינווארג. די פרעכע טאשן שניידער וועלכע זענען וועלטס עקספערטן אויסצונוצן די געדרוקטע לאגע פאר זייערע נידעריגע בענעפיטן ווארפן זיך ארויף אויפן ציבור ווי הונגעריגע לייבן און צווינגן יעדען "אויסצוצאלן די קעמפ פון פאראויס" זיי באגענוגען זיך נישט מיט קיין באצאלונגען, נאר יעדער "מוז זיין אויסגעצאלט פון פאראויס" זיי געבן דעם געפול ווי זיי טוען אונז א גאנצע טובה מיטן עפענען קעמפ... און דערפאר זענען מיר אלע פארפליכטעט זיך צורייסן פאר זיי צום טויט. זיי לויפן נאך און סטראשענען מיטן ארגסטן ווער ס'צאלט נישט אויס! אמת דער יחיד האט א כוח, אבער דער ציבור האט א גרעסערע כוח. מיר דארפן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד און זיך נישט לאזן שאנטעזירן פון די רשעים און בלוט צאפער. אז דער עולם וועט זיי ווייזען דאס מיטלסטע אויף ארויף וועט זיך דער רשעות אויפהערן, און מ'וועט נישט זיין געצווינגן אויסצוצאלן פון פאראויס... דאס שיקן די קינדער אין לאגער קאסט שוין אזוי אויך באלד ווי חתונה מאכן א קינד, אצינד איז נאך צוגעקומען די רשעות פון אויסצוצאלן פון פאראויס! רשעים, אנידער מיט ענק.[/justify]
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אויסצאלן קעמפ טעראר!
כ'ווייס נישט פון וועלכע קעמפ דו רעדסט, אבער רוב קעמפס עפענען זיך נישט געהעריג און גייען האבן גרויס שאדן (דאס איז נאך וואס א געהעריגע יאר דערלייגן זיי אויך אסאך מאל), אם כן "קען איך הערן פון אזא זאך ווי בעטן פון פאראויס" (קלארמאכונג: איך ווייס נישט קיין דעטאלן און אויסדריקליך שטיץ איך עס נישט), ווען זיי ווייסן אז אסאך גייען נישט צאלן שפעטער געהעריג....
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: אויסצאלן קעמפ טעראר!
ווער הייסט שיקן אין קעמפ?
ווילסטס א סערוויס, באצאל.
האסט נישט געמוזט האבן דעם קינד מתחילה אויב קענסטו זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל (לשיטת הגר"מ פיינשטיין)
ווילסטס א סערוויס, באצאל.
האסט נישט געמוזט האבן דעם קינד מתחילה אויב קענסטו זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל (לשיטת הגר"מ פיינשטיין)
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'ווייס נישט פון וועלכע קעמפ דו רעדסט, אבער רוב קעמפס עפענען זיך נישט געהעריג און גייען האבן גרויס שאדן (דאס איז נאך וואס א געהעריגע יאר דערלייגן זיי אויך אסאך מאל), אם כן "קען איך הערן פון אזא זאך ווי בעטן פון פאראויס" (קלארמאכונג: איך ווייס נישט קיין דעטאלן און אויסדריקליך שטיץ איך עס נישט), ווען זיי ווייסן אז אסאך גייען נישט צאלן שפעטער געהעריג....
די פראבלעם מיט דער טענה איז אז ס'גייט אייביג נאר איין וועג. איך דארף פארשטיין אז ס'דא צייטן וואס ס'גייט זיי שווער און איך דארף זיך משתתף זיין. אבער ווען די קעמפּ אדער סיי וועלכע מוסד'ס פינאנציעלע מצב גייט די אנדערע וועג און ס'איז פלוצים דא א איבערפלוס פון געלט פארגעסן זיי אינגאנצן פון מיין שותפות.......
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
קל וחומר האט געשריבן:ווער הייסט שיקן אין קעמפ?
ווילסטס א סערוויס, באצאל.
האסט נישט געמוזט האבן דעם קינד מתחילה אויב קענסטו זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל (לשיטת הגר"מ פיינשטיין)
איר זענט אדער איר מאכט זיך? וויפיל האבן באמת די ברירה נישט צו שיקן? און דא אין דער פאל איז די שאלה א טיפערע, ווייל פונקט ווי די מוסדות (אויב זיי מוטשען זיך באמת) זענען פילע עלטערן אויך שטארק געשלאגן פינאנציעל. און אדערווייל זעהט ניטאמאל אויס ווי מ'גייט בכלל אין קעמפ. ממילא איז פארלאנגן די פילע סכום איידער ס'איז אפי' דא די מינדענסטע שאנס איז נישט שיין.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: אויסצאלן קעמפ טעראר!
אינטערסאנט אז איר האט ציטירט מיין גאנצע תגובה אן עס ליינען.קורקלענד האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:ווער הייסט שיקן אין קעמפ?
ווילסטס א סערוויס, באצאל.
האסט נישט געמוזט האבן דעם קינד מתחילה אויב קענסטו זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל (לשיטת הגר"מ פיינשטיין)
איר זענט אדער איר מאכט זיך? וויפיל האבן באמת די ברירה נישט צו שיקן? און דא אין דער פאל איז די שאלה א טיפערע, ווייל פונקט ווי די מוסדות (אויב זיי מוטשען זיך באמת) זענען פילע עלטערן אויך שטארק געשלאגן פינאנציעל. און אדערווייל זעהט ניטאמאל אויס ווי מ'גייט בכלל אין קעמפ. ממילא איז פארלאנגן די פילע סכום איידער ס'איז אפי' דא די מינדענסטע שאנס איז נישט שיין.
טאמער האסטו נישט קיין ברירה, האב נישט קינדער.
קיינער איז נישט מחויב דיר אויסצאלן דיינע הוצאות.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 187
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:48 am
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל
אברך משי האט געשריבן:וואס איז די סקווערע חסל סידור פסח? ומה טיבה?
We buy things we don't need
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
with money we don't have
to impress people we don't like
(קרעדיט: @טייערע ברודער)
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
האסט אמאל געהערט די אויסדרוק ''וויפיל קאסט א שיסל רייז אין טשיינע''?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 60
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אין דיזע טעג איז ארויס א טעראר קאמפיין פון די גראסעריס וואס האט נאכנישט געהאט זיינס גלייכענס. זיי האבן דערשמעקט אז דער עולם וויל זייער שטארק האבן עסן פון זייער געשפעט דאס יאר, ווארים דאס וואכן לאנג זיצן אינדערהיים צוליב דעם אונטערגאנג האט געהאט אן ערענסטען אויסווירקונג אויף די הונגער און די פרידזשערטער. די פרעכע טאשן שניידער וועלכע זענען וועלטס עקספערטן אויסצונוצן די געדרוקטע לאגע פאר זייערע נידעריגע בענעפיטן ווארפן זיך ארויף אויפן ציבור ווי הונגעריגע לייבן און צווינגן יעדען "אויסצוצאלן די ארדערפאר איר גייט ארויס פון געשעפט" זיי באגענוגען זיך נישט מיט קיין באצאלונגען, נאר יעדער "מוז זיין אויסגעצאלט פון פאראויס" זיי געבן דעם געפול ווי זיי טוען אונז א גאנצע טובה מיטן עפענען דעם סטאר... און דערפאר זענען מיר אלע פארפליכטעט זיך צורייסן פאר זיי צום טויט. זיי לויפן נאך און סטראשענען מיטן ארגסטן ווער ס'צאלט נישט אויס! אמת דער יחיד האט א כוח, אבער דער ציבור האט א גרעסערע כוח. מיר דארפן שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד און זיך נישט לאזן שאנטעזירן פון די רשעים און בלוט צאפער. אז דער עולם וועט זיי ווייזען דאס מיטלסטע אויף ארויף וועט זיך דער רשעות אויפהערן, און מ'וועט נישט זיין געצווינגן אויסצוצאלן פון פאראויס... דאס שיקן די קינדער אין גראסערי יעדע שני וחמישי קאסט שוין אזוי אויך באלד ווי חתונה מאכן א קינד, אצינד איז נאך צוגעקומען די רשעות פון אויסצוצאלן פון פאראויס! רשעים, אנידער מיט ענק.[/justify]