פאליטיקאנט האט געשריבן:אלמלא עס קומט מיר אן שווער צו שרייבן אידיש וואלט איך דיר געענטפערט במלואו אויף יעדע פרט, אבער עס איז מיר אן אפקומעניש.
דו מיינסט צו פאראידישן ענגלישע ווערטער איז דיר שווער? ווייל דו האסט גאנץ א פיינעם אידיש דאכט זיך מיר. ענגליש פארשטיי איך אויך.
פאליטיקאנט האט געשריבן:די ביסט זייער קאנפידענט אין זיך אפי' דו ביסט קוים אריין דערין און דאס איז די פראבלעם, יא מ'קען זיך לערנען אסאך אויף יו טיוב, אבער דאס מיינט נישט אז דו (און איך) פארשטייסט צום מארקעט, עס איז דא אסאך אסאך זיך צו לערנען, און א חלק קומט מיט עקספיריענס.
נכון. באט מיין שיטה איז; אמת ס'איז קאמפליצירט, אבער ווייל ס'איז קאמפליצירט מיינט נישט אז מ'זאל עס נישט דורכטוהן, פונקט ווי אין יעדע נושא/לימוד איז דא אזויפיל עלעמענטן, אבער איינמאל דו האסט ארויס איין קאנצעפט איז עס ביי דיר פיל קלארער, נאר די איין הינזיכט, נעע דאס איז עפעס? יא ס'איז עפעס! ס'איז אסאך אייגנטליך, די מער מ'ווייסט מאכט מען בעסערע אינוועסטמענט דיסידזשענס, אוודאי וואלט איך געוואלט קענען אלעס אבער כאטש וואס כ'האב גוט ארויס איז הכל ריווח נישט אזוי? כ'זאג נישט כ'קען עס בעסער ווי דיר אבער ס'מיינט נישט אז מ'זאל נישט לערנען...
פאליטיקאנט האט געשריבן:ס'זעט מיך אויס ווי די מישט אביסל אויס טרעידינג און אינוועסטינג (ווי אויך טעקניקעל מיט פאנדאמענטל אנאליז), דאס אז די מארקעט רעפלעקטירט נישט די אונטערליגענדע ווערט פון א סטאק, איז פשוט ווייל עס איז א מארקעט ווי מ'קען אריין און ארויס ווען מ'וויל און דערפאר זענען דא אסאך גורמים וואס רוקן די פרייז "מאמענטאל". - דאס איז טאקע זייער וויכטיג פאר טרעידינג.
איך מיש נישט האסט פשוט נישט פארשטאנען מיינע ווערטער, איך זאג די סטאק מארקעט בכלליות, as a whole שפיגלט לאו דוקא אפ די גאנצע עקענאמיע, דאס צו וויסן דארף מען קוקן אויף די GDP און אזעלכע זאכן, אבער דאס איז סתם א זייטיגע געדאנק וואס כ'האב ארויפגעברענגט, אמאל קען יא זיין אז די מארקעט זאל פארזאגן וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע קווארטל און וכך הווה, ס'מיינט אבער נישט אז יעדעס מאל ס'קומט א decline איז פשט אז די עקאנאמיע האט געכאפט א גליטש...