אויס מענטש האט געשריבן:די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
איך פרוביר שוין צו מאכן די גימטריא אפאר מינוט און ס'גייט נישט. איינער קען מיר העלפן?
ח = 8
ט = 9
א = 1
18
א = 1
ג = 3
ו = 6
ז = 7
17
אויס מענטש האט געשריבן:די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
זר זהב האט געשריבן:די אלף פון חטא זאגט מען נישט ארויס. עסטע פרעגן אזוי ווי איך האב געפרעגט אז די וא"ו פון אגוז זאגט מען דאך אויך נישט ארויס. איז אבער דער וא"ו מאכט די נקודה פונעם ווארט אגוז (א חולם)
איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר געפאסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.

על המחיה האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, שטייט אין חתם סופר נאך צוויי טעמים פארוואס נישט צו עסען קיין אגוזים ראש השנה, א' ווייל אגוז איז ר"ת ואף גם זאת (בהיותם בארץ אויביהם) און עס איז נישט קיין גיטע סימן דאס צי דערמאנען ר"ה; ב' לפי וואס די הייליגע חז"ל שרייבען מפני מה נמשלו ישראל לאגוז וכו' און עס איז מרמז אויף גלות איז נישט כדאי דאס צו דערמאנען
אויס מענטש האט געשריבן:בנוגע דער ענין פון גימטריא מיט כולל
איז דא א באקאנטער בני יששכר אז א גימ' מיטן כולל איז די ריכטיגע וועג
און ברענגט א שיינע ראי' ווי די תורה זאגט און פ' ויחי שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים
כראובן ושמעון יהיו לי
זאגט ער מנשה אפרים איז בגי' ראובן שמעון מיטן כולל
ווייל די ריכטיגע וועג פון בגי' איז מיטן כולל עיי"ש בדבריו כי נעמו