נעם איבער די לייצעס פון דיין מח.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

נעם איבער די לייצעס פון דיין מח.

שליחה דורך פיק ניק »

הקדמה.
א גוטן, אין די דאזיגע אשכול וויל איך שרייבן אין המשכים.
אין אנדערע פלעצער האב איך געזען אז אין אזעלעכע פעלער האט מען געמאכט א באזונדערע אשכול פאר הערות,
איך וויל אבער אלעס זאל זיין אויף איין פלאץ און איך וויל אויך מ'זאל עס קענען ליינען ברצף אחד
על כן ווען איך ענדיג וועל איך דרוקן רעדאגיר און אריינפעיסטן פון אנהייב דאס גאנצע מעשה.
המשך יבא אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיק ניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

דיין מח ארבעט סייווי זאל עס כאטש ברענגען תוצאות.

שליחה דורך פיק ניק »

פון ווען א מענטש ווערט געבוירן ארבעט זיין שכל יעדע רגע פון טאג,
אין וואס ער איז זיך נאר מתבונן ווערט ער קלוגער אין יענע נושא.
נעם נאר אפיר דיין פיר יעריג קינד און פרעג אים אויס וועגן זיינע לעגאס וועסטו זען אז ס'ליגט דארט אסאך חשבונות וואס איז דיך קיינמאל נישט איינגעפאלן. פארוואס? ווייל דו האסט זיך קיינמאל נישט מתבונן געווען דערין און ער וואס האט יא האט שוין זיין מח'ל געבויט גאנצע מסקנות און חשבונות ארום דעם.
אז דו וועסט צולייגן קאפ וועסטו זען אז דיין מח טראכט יעדע רגע פון טאג, אבער רוב זאכן וואס זי טראכט זענען מחשבות של מה בכך.
איך דרייוו נישט. ממילא קומט מיך אסאך אויס צו וואקן אויפן גאס, איך האב באמערקט לעצטנס וויפיל קאפ און מח ס'קען אריינגיין אין שטותים.
למשל ווען מ'וואקט דורך איינער וואס האלט אינמיטן א היציגע פאון קאל, וויפיל צייט גייט אריין צו אנאליזירן וואס די פאר ווערטער וואס דו האסט פונקט געהערט מיינען, און פארוואס ער האלט אזוי, און אויב ער איז גערעכט, און וואס איז קלוג אדער ריכטיג פאר אים צו טון יעצט, וכדומה וכדומה.
איך האב מיך אליין געפרעגט: פארוואס מיינע אייגענע פראבלעמען צונעם איך נישט אזוי קלאר ווי יענעמ'ס?
איך מיין אז ס'האט צוויי חלקים.
-איך האב נאך קיינמאל נישט גענומען 20 מינוט דורכצוטראכטן מיינ'ס א פראבלעם.
-ביי מיינע פראבלעמען האב איך נגיעות קען איך נישט טראכטן גלייך.
פון דעם האב איך געצויגן א מסקנא אז כדי ארויסצונעמען די מאקסימום תועלת פון זיך דארף מען ארבעטן אויף צוויי זאכן:
א. די מח זאל צושניידן די ריכטיגע זאכן.
ב. ער זאל שניידן גלייך.
אין דעם אשכול וויל איך פארצייכענען אפאר געדאנקן וויאזוי א מענטש קען באארבעטן זיין מח זי זאל ארויסגעבן די שענסטע פירות מעגליך.
און איך וויל הערן וואס די עולם זאגט דערצו און אויב איינער דינגט זיך אדער האט נאך אנדערע געדאנקען.
א דאנק.
המשך יבא אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיק ניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך פארווע חסיד »

דאס איז דאך די ענין פין התבודות
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

פארווע חסיד האט געשריבן:דאס איז דאך די ענין פין התבודות

לאו דווקא,
ברעסלעווע התבודדות איז א וועג צו דערוועקן דאס פארשלאפענע נשמה צו פיהלן בענקשאפט צום מקור החיים
(פארהאן פארביטערטע בראסלעווע וואס נוצן די התבודדות אלטס מיטל צו באשולדיגן גא-ט מיט אלע זייערע פראבלעמען.)
דער פותח האשכול רעדט (לפי קוצר הבנתי) וועגן זיך זעצן צו טרעפן א סעלאשן פאר א פראבלעם וואס מ'האט,
דאס איז לאו דווקא דער עניין פון התבודדות במקורותינו.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פיק ניק »

נקודת-אמת האט געשריבן:

ריכטיג.
ס'איז צוויי אנדערע זאכן איינס הייסט טראכטן און די צווייטע הייסט התבודדות.
טראכטן קען מען
-א גאנצן טאג
-וואס מ'וויל
-וואו מ'וויל
-אלייס אדער מיט אנדערע.
משא"כ התבודדות וואס ארבעט אנדערש און דינט אנדערע צוועקן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פיק ניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פיק ניק »

דאס אליין איז די בעסטע דוגמא, איך האב קיינמאל נישט באטראכט מיין מח, און אין די טאג וואס איך האב איר באטראכט בין איך קלוגער געווארן, איך בין נישט היינט קלוגער פון נעכטן, נאר היינט האב איך מיך אין דעם מתבונן געווען, און נעכטן האב איך זיך מתבונן געווען אין די גערעכטיגקייט אדער אומגערעכטיגקייט פון די 'דיפאנד די פאליס' מאוומענט, יענע אנאליז איז אפשר געווען א בעסערע אבער פון די יעצטיגע האב איך סאך מער ניצן.
המשך יבא אי"ה
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

הרב פיק ניק: יעדע מענטש'ס מח איז, ווי באקאנט, צוטיילט אויף צוויי, די באוואוסטזיין און די אונטערן-באוואוסטזיין, (אדער אין ענגליש: conscious / subconscious, עברית: מודע און תת-מודע) די מענטשן'ס אינטואציע און אינסטינקט קומט פונעם אונטערן-באוואוסטזיין, ממילא איז ער נישט אייביג באוואוסטזיניג אין זיינע מעשים, אבער ווען ס'קומט צו יענעם'ס מעשים האסטו דאך נישט יענעם'ס סוב-קאנשעס, ממילא קענסטו נאר אנאלאזירן מיט קאנשעס.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פיק ניק »

לייבל שטילער האט געשריבן:הרב פיק ניק: יעדע מענטש'ס מח איז, ווי באקאנט, צוטיילט אויף צוויי, די באוואוסטזיין און די אונטערן-באוואוסטזיין, (אדער אין ענגליש: conscious / subconscious, עברית: מודע און תת-מודע) די מענטשן'ס אינטואציע און אינסטינקט קומט פונעם אונטערן-באוואוסטזיין, ממילא איז ער נישט אייביג באוואוסטזיניג אין זיינע מעשים, אבער ווען ס'קומט צו יענעם'ס מעשים האסטו דאך נישט יענעם'ס סוב-קאנשעס, ממילא קענסטו נאר אנאלאזירן מיט קאנשעס.

וואס דו שרייבסט איז אמת לגבי מעשים נישט לגבי מחשבות.
(אגב מחשבות האבן אויך סוב קאנטשעס אפשר וועל איך אן אנדערס מאל שרייבן דערוועגן)
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

לייבל שטילער האט געשריבן:הרב פיק ניק: יעדע מענטש'ס מח איז, ווי באקאנט, צוטיילט אויף צוויי, די באוואוסטזיין און די אונטערן-באוואוסטזיין, (אדער אין ענגליש: conscious / subconscious, עברית: מודע און תת-מודע) די מענטשן'ס אינטואציע און אינסטינקט קומט פונעם אונטערן-באוואוסטזיין, ממילא איז ער נישט אייביג באוואוסטזיניג אין זיינע מעשים, אבער ווען ס'קומט צו יענעם'ס מעשים האסטו דאך נישט יענעם'ס סוב-קאנשעס, ממילא קענסטו נאר אנאלאזירן מיט קאנשעס.

אלעס וואס די טראכסט איבער א צווייטן איז אויך קאנטראלירט דורך דיין אייגענעם אונטער-באוויסטזיין. אין עולם ה׳פסיכילאגיע ווערט דאס גערופען ״פראדשעקשאן״. (Projection/Transference).
בכלל וויפיעל א מענטש זאל נאר נישט טראכטן קען ער זיך קיינמאל נישט אויספיגערען, ווייל דער חלק וואס טראכט ווערט אויך קאנטראלירט דורכ׳ן אונטער-באוויסטזיין. די איינציגסטע וועג איז צו זיין מקושר צו אנדערע אזוי קען איינער דעם אנדערן אויפמערקזאם מאכן איבער זיינע נגיעות.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

חתן בחור האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:הרב פיק ניק: יעדע מענטש'ס מח איז, ווי באקאנט, צוטיילט אויף צוויי, די באוואוסטזיין און די אונטערן-באוואוסטזיין, (אדער אין ענגליש: conscious / subconscious, עברית: מודע און תת-מודע) די מענטשן'ס אינטואציע און אינסטינקט קומט פונעם אונטערן-באוואוסטזיין, ממילא איז ער נישט אייביג באוואוסטזיניג אין זיינע מעשים, אבער ווען ס'קומט צו יענעם'ס מעשים האסטו דאך נישט יענעם'ס סוב-קאנשעס, ממילא קענסטו נאר אנאלאזירן מיט קאנשעס.

אלעס וואס די טראכסט איבער א צווייטן איז אויך קאנטראלירט דורך דיין אייגענעם אונטער-באוויסטזיין. אין עולם ה׳פסיכילאגיע ווערט דאס גערופען ״פראדשעקשאן״. (Projection/Transference).
בכלל וויפיעל א מענטש זאל נאר נישט טראכטן קען ער זיך קיינמאל נישט אויספיגערען, ווייל דער חלק וואס טראכט ווערט אויך קאנטראלירט דורכ׳ן אונטער-באוויסטזיין. די איינציגסטע וועג איז צו זיין מקושר צו אנדערע אזוי קען איינער דעם אנדערן אויפמערקזאם מאכן איבער זיינע נגיעות.

והדא הוא דכתיב:
"מַ֣יִם עֲ֭מֻקִּים עֵצָ֣ה בְלֶב־אִ֑ישׁ, וְאִ֖ישׁ תְּבוּנָ֣ה יִדְלֶֽנָּה׃"
(משלי כ' ה')
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

לייג אריין דיין מח אין א פרעים.

שליחה דורך פיק ניק »

א מעטש קען קאנטראלירן זיינע מחשבות דורכן זיך פרעגן שאלות.
וואס מיין איך צו זאגן? ווען די מח ווערט בלענק קען מען איר פיטערן שאלות און ארויסבאקומען תשובות.
אסאך מאל איז שווער צו צונעמען א נושא, למשל:
"וויאזוי איך קען מאכן מיין בעה"ב זאל מיך נישט פיינט האבן" אין אזעלעכע פעלער פרעג איך זיך שאלות.
אקעי, סא וואס וויל איך פארשטיין?
אה, וויאזוי איך קען מאכן מיין בעה"ב זאל מיך נישט פיינט האבן.
אקעי, איך בין סטאק, איך ווייס נישט, כ'בין נישט קיין סעקייעטריסט וויאזוי דארף איך צו וויסן?
גוט לאמיר זיך פרעגן שאלות:
-פארוואס האט מיך מיין בעה"ב פיינט?
איך ווייס ווידער נישט.
איז לאמיר אויף דעם אויך פרעגן:
-האט מיין בעה"ב יעדעם פיינט?
ניין.
-וואס טו איך אנדערש ווי יעדעם?
יעדער טוט X און איך טו Y.
מאכט סענס אז ער זאל מיך פארדעם פיינט האבן?
יא.
בינגא!
המשך יבא אי"ה
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

פיק ניק האט געשריבן:הקדמה.
א גוטן, אין די דאזיגע אשכול וויל איך שרייבן אין המשכים.
אין אנדערע פלעצער האב איך געזען אז אין אזעלעכע פעלער האט מען געמאכט א באזונדערע אשכול פאר הערות,
איך וויל אבער אלעס זאל זיין אויף איין פלאץ און איך וויל אויך מ'זאל עס קענען ליינען ברצף אחד
על כן ווען איך ענדיג וועל איך דרוקן רעדאגיר און אריינפעיסטן פון אנהייב דאס גאנצע מעשה.
המשך יבא אי"ה

בד"וו דא דארף מען נישט שרייבן אנדערע פלעצער קענסט קלאר שרייבן איי וועלט ...
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פיק ניק »

אדער א ענדליכע מהלך.
-האט ער מיך אייביג פיינט געהאט?
ניין.
-ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
צוויי וואכן צוריק.
-האב איך עפעס געטוישט דעמאלטס?
איך פלעג טון X און היינטיגע טעג טו איך Y.
-מאכט סענס אז ער זאל מיך פארדעם פיינט האבן?
יא.
בינגא!
המשך יבא אי"ה
פיק ניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

מ'קען נישט טראכטן כלליות'דיג.

שליחה דורך פיק ניק »

דאס איז א כלל גדול אין די מח פון א מענטש, א מענטש קען נישט טראכטן כלליות'דיג.
א מענטש קען טראכטן פון איין פרטיות'דיגע כלל, אבער נישט סתם בכלליות.
א מענטש קען נישט טראכטן "וויאזוי קען מען זיך אויסקומען מיט א ווייב"
אין אזעלעכע פעלער נעם איך א פרטיות'דיגע משל צו ארבעטן מיט, און אויף דעם פרעג איך זיך שאלות.
למשל:
-ווען קום איך זיך נישט אויס מיט מיין ווייב?
ווען ס'הייבט זיך אן א וויכוח, און ווען זי פלוידערט אירע שטותים.
אקעי, לאמיר אנהייבן מיט וויכוחים,
-סתם וויכוחים?
יא, ווען איך האלט פון חתונה תקנות האלט זי נישט דערפון ווען איך האלט נישט דערפון האלט זי יא.
-און וואס געשעט?
ס'ווערט היציג.
סא די פראבלעם איז נישט די וויכוח די פראבלעם איז די היץ.
אקעי, מ'האלט שוין אויף א וועג.
-פון וואו קומט די היץ און א וויכוח?
ווייל ער האלט אנדערש פון מיך.
-אלעמאל ווען איינער האלט אנדערש פון דיך ווערט די וויכוח הייס?
ניין.
וואס איז די חילוק?
לאמיר נעמען צוויי מעשיות פון וויכוחים וואס ביי איינס האב איך זיך אויפגערעגט און ביי די אנדערע נישט און לאמיר בודק זיין די חילוק.
ווען יענעמ'ס סברא מאכט ממש נישט קיין סענס רעגט מען זיך אויף אויף אים.
אה, אין אנדערע ווערטער איך רעג מיך אויף מיין ווייב ווען איך האלט אז איר צד מאכט נישט קיין סענס.
יעצט איז שוין די וועג ארויס זייער פשוט.
איך פרעג זיך ווידער:
- פארוואס האלט זי אז ס'מאכט יא סענס?
זי האט א נגיעה.
אקעי סא איך קען איר שוין פארשטיין, זי איז אפשר נישט גערעכט, אבער זי איז נישט משוגה פארן האלטן אזוי.
בינגא!
המשך יבא אי"ה
פארשפארט