קאך_לעפל האט געשריבן:אנטשולדונג, דער רמב''ם האט קיינמאל חלילה נישט געטוישט קיין שום יסוד אין די אמונה.
דער רמב"ם האט נישט געטוישט, ווייל עס איז נאכנישט געווען פון וואס צו טוישן, דער רמב"ם האט דאך מחדש געווען די י"ג עיקרים, (כלומר ער האט מחדש געווען וואס איז אן עיקר און וואס נישט), און נישט יעדער האט מסכים געווען מיט איהם אין אלעס, כידוע. למשל דאס אז *אינו גוף ולא ישיגוהו משיגי הגוף* איז אן עיקר אמונה, דאס איז א חידוש פונעם רמב"ם, און דער ראב"ד איז חולק דערויף.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה, בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי. [tag]רביה''ק זי''ע[/tag] ביסט מסכים מיט מיר?
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
אישתישבי האט געשריבן:אז מען רעדט וועגן דער רמבם, זיין גרעסטע ספר וואס איז דער גרעסטע חידוש איז דער מורה נבוכים.
אין דער ספר האט ער געטוישט דער אנגענומענע אמונת היהדות לעולם ועד. דער יד החזקה איז נישט קיין גרויסע חידוש נאר אין דער אויסשטעלונג, אונז וועלען קיינמאל נישט וויסן אויב די הארבע רמבם'ס זענען מיסטעיקס אדער נישט. אמת, צו שרייבן דער ספר אינגאנצען אליין ווי דער לעגענדע זאגט איז א חידוש, אבער סוף כל סוף האט ער גארנישט מחדש געוועהן מיט דער ספר, אידען האבן געהאלטן דער זעלבע תורה בערך פריער און שפעטער. משא"כ דער מורה האט געטוישט יסודות אין אמונה.
חידוש, אין דעם אשכול, מיינט נישט דוקא אז די תוכן איז מחודש. חידוש איז אויף די ספר בכלל, די געדאנק פון די ספר און די וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן. משנה תורה איז געשריבן געווארן אסאך רייכער ווי די אנדערע הלכה'דיגע חיבורים פון ראשונים.
אזוי אויך, למשל, וואס נקודת אמת שרייבט, ויואל משה איז א חידוש, דאס איז באמת א חידוש פון א ספר, נישט קיין נפק"מ צו מ'איז מסכים מיט עם צו נישט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

איידער דער רמב״ם, האט לערנען געמיינט די גאנצע חשך און פארפלאנטערטקייט פון א סוגיא, קשיאס, הערות, תירוצים מיט נייע קשיאס, וחוזרים חלילה. עס איז נישט געווען קיין שום וועג צו וויסען וואס צו טון, נאר דורך די חשך. דער רמב״ם איז דער ערשטע אוועק צו שטעלן א דארט לערנען לייכט, שנעל און קלאר. און פון דעם האבען מיר א שו״ע מיט א קיצור שו״ע, א משנה ברורה און א נטעי גבריאל. דאס איז א חידוש פון א גאנג פון לערנען, און דאס האט אויך פאראורזאכט אז דומ׳ער פוילע מענטשן פאררופן זיך אלס ׳רמב״ם אידן׳, ווייל זיי ווילן נישט ארבעטן און ווילן נאכאלס הייסן מענטשן צום טיש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
האלטסט טאקע אז די 'יסוד הנפשי' ארונטער די מהלך פון די רמב"ם'יסטים איז פשוט א גרינגערע וועג פון ארבעטס-לאזע יונגען זיך צו פיהלן בעסער מיט זייערע מהלך החיים? איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט, אבער איך האב דיר פארגינט א לייק פאר די חידוש אז דו האלטסט אזוי.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
נקודת-אמת האט געשריבן:לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה, בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי. [tag]רביה''ק זי''ע[/tag] ביסט מסכים מיט מיר?
א חידוש וואס איז טאקע נישט אנגענומען דורך רוב מנין ובנין פון כלל ישראל מחמת דעם....
נקודת-אמת האט געשריבן:לטעמי, ספר הקדוש ויואל משה איז פון די מערסטע מחודש'דיגע ספרים בעת החדשה, בעיקר מיט די צאם-שטעלן דרוש מיט מוסר און פסק'נען הלכה לויט זיי. [tag]רביה''ק זי''ע[/tag] ביסט מסכים מיט מיר?
צדיקים פלעגן זאגן אז איין בלאט על הגאולה האט מער חידושים ווי גאנץ ויואל משה. אבער אז מרעדט פון סיגעטע סאטמערע ספרים איז בלי שום ספק אז די ספר ״ברך משה״ איז די שטערקסטע. שיינע געשמאקע און לייכטע תורות, א כאפ א בליץ, גוט נאכצוזאגן ביי א דרשה וכדומה. אויך איז עס זייער א ריינע נארמאלע ספר אן קיין גראבע נארישקייטן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס זעט אויס אז מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די חידוש פון דער רמב״ם, אזש מ׳קען נישט פארשטעלן א לעבן אן אים, וכיוצא בו.
[tag]נקודת-אמת[/tag], איך וויל שרייבן א מאמר אויף די רמב״ם אידן, איך ווארט נאר ביז דער נער גייט ארויס פון מקוה. נישט וועלן ארבעטן מיינט נישט ביי מיר ארבעטן בגשמיות, נאר ארבעטן און זיך פלאגן אין לערנען
דאכציך אז דער רי"ף האט געמאכט זיין חיבור נאך איידער דעם רמב"ם נאר דער רמב"ם האט דאס מער פארברייטערט. די 'חידוש' שבו איז לכאו' דעם ריף'ס.

מיר קוקט דער רמבם אויס גאר אנאנדערע סארט חיבור ווי דער ריף. איה"נ דער ריף איז מכריע צווישען גמרות און פיהרט אויס אליבא דהלכתא אבער דער אופן פון דעם רמבםס הערליכע סדר הדברים איז גענצליך ניי און עס איז נישטא קיין שפיר פון דעם אינעם ריף

ריכטיג, און מ'האט שוין דערמאנט אויבן דער עניין, דער חידוש פונעם רמב"ם איז פארשטייטזיך די נייע סדר הדברים, און פארשטייטזיך די דיוק הלשון וואס א יעדע קוצו של יו"ד איז אויסגערעכנט. משא"כ דער רי"ף האט בעצם בסה"כ מלקט געוועהן מתוך מסכתות הש"ס די סוגיות הנוגעות הלכה למעשה, אבער נאך אלטס, ווען נישט די ארבעט וואס די רי"ף האט אריינגעהארעוועט צו מסכם זיין נאר די הלכה למעשה סוגיות, בין איך נישט זיכער אז מיר וואלטן זוכה געוועהן צו אזא רמב"ם, וכבר העירו כעי"ז למעלה, ד'צבת בצבת עשוייה'.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
איש, איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט אזוי מזלזל זיין אין יד החזקה. אין יעדער יוריסטישע סיסטעם איז דער קאדיפיקאציע (codification) פון געזעצן איינס פון די וויכטיגסטע זאכן צו דער געוועלדיקן פון געזעץ און היינו הך לגבי הלכה. כאטש דער רי"ף האט שוין אויסגעשלאסן די שקלא וטריא פון דער גמרא, איז דער רמב"ם דער ערשטער וואס האט גענומען אלעס וואס איז געווען פאר אים און עס מסדר געווען אויף נושאים, פרקים און הלכות און דאס האט א השפעה אויף הלכה עד היום הזה דורך דער טור, שו"ע און אלע נושאי כלים. פארגעס פון די קשיות און סתירות און קוועטשן. די קאלאסישע ארבעט ליגט אין דער וויזיע דערפון און אין דער גאונות עס דורכצופירן סיי מיט א סדר און סיי אויף א גראדע פשוטע שפראך.