זייער א שיינע אבזערוואציע @מונטסורי, א גרויסען דאנק!
דאס וואס די שרייבסט אז זי מישט צאם די וועקער מיט די מאמענט איז נאכאמאל א באווייז אז ווען א פרעמדע באשרייבט אונזער קאמיוניטי דארף מען נזהר זיין וואס מען ליינט.
"באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
מונטסורי: וואס זאגסטו צום נאמען פונעם בוך, צודען איינער וואס וויל לעבן א דאבל לייוו מיינט שוין אז ער איז אן אפיקורוס?
שוב יום אחד לפני מיתתך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
חוקר ודורש האט געשריבן:זייער א שיינע אבזערוואציע @מונטסורי, א גרויסען דאנק!
דאס וואס די שרייבסט אז זי מישט צאם די וועקער מיט די מאמענט איז נאכאמאל א באווייז אז ווען א פרעמדע באשרייבט אונזער קאמיוניטי דארף מען נזהר זיין וואס מען ליינט.
א ש'כח דיר!
אייגענטליך האט זי אין אלגעמיין גאר גוט ארויסגעהאט אפילו גאנץ דקות'דיגע ענינים אין אונזער געזעלשאפט, נעם פאר א ביישפיל איר פאלגענדע אבזערוואציע (בלאט 8):
"אלטרא-ארטאדאקסישע מענער און פרויען אין ניו יארק נעמען אנטייל אין די עקענאמישע, פאליטישע, און פארוויילונגס (recreational) הלוך ילך פונם שטאט אבער נאר מיטן ציל אויפצובויען זייער אייגענע געמיינדעס, נישט פון א געמיינזאמע געפיל פון בירגערשאפט"
א פאצערישע שרייבער וואלט גאנץ מעגליך פארפאסט די פעלענדע "shared sense of citizenship" כלשונה, אבער אין די זעלבע צייט קען מען זיך אפשר חולק זיין אויב די ווארט recreational איז פאסיג אין דעם זאץ, נעמען מיר דאן אנטייל אין סיי וואספארא אלגעמיינע פארוויילונגען אויסער נוצן די שטאטישע פארקס?
דאס וואס די פרעגסט וועגן די קעפל, איך האב נישט געטראכט דערוועגן ביז איצט, אבער די מיינונג איז מסתמא דער אלגעמיינער חסיד'ס דעפיניציע פון באהאלטענע אפיקורס וואס נעמט געווענליך אריין אלע דאבל לייפערס אפגעזען צו מען גלייבט אין שמע ישראל אדער נישט, טראכט פון "אפיקורסים פון קאווע שטיבל".
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בנוגע דער וועקער, דאכט זיך פראפעסאר פעדער ריפט עס enlightened ליטעראטור וואס שטעלט עס אין קעגנזאץ מיט אנדערע פובליקאציעס. די ביטול תורה איז בלשון אגב און, גערעכט, א כלליות'דיג אבזערוואציע. אבער ס'איז זייער מעגליך די וועג וויאזוי ס'איז געשריבן איז אומקלאר.
בנוגע היימישע פארוויילונג, דאס איז א גיטע ביישפיל פארוואס פעדער'ס ווערק זענען אויסגעהאלטן. אנשטאט זיך ארייננלאזן אין א ענדלאזע פרק פון נואנסן וואס נעמט אין באטראכט יעדע אינדיווידאואלע הנהגה פון לויפער ביז לעפקאוויטש - וועלכע קענען ביידע זיצן אויף איין באנק ביים טינקעלע ווינטער שלש סעודות אים שובבים און פארט האבן א תהום צווישענשייד אין הנהגות הבית אין יעדן הינזיכט פון קיך ביזן שלאף צימער ביזן בעקיארד - און אפי' דאנמאלס וועט איימיצער נאכאלס קענען חולק זיין אז זייער משפחה'ס הנהגה האט מען אויסגעלאזט, וועלט זי אויס א קיצור וואס איז אליבא דאמת: חסידים פארוויילן.
יעצט, צו וועלכע דעגרי טוהן חסידים פארוויילן איז א גאר גיטע שאלה צו פרעגן, און אפי' פאדערט זיך א טעזע פאר זיך. קען מען דען זאגן אז חסידישע פארוויילונג ענדיגט זיך ביים פארק? אפשר די דאגמא צוימט וואס מ'קאווערט נייטראל אן קריטיק אין די אפיציעלע היימישע מידיא, אבער קלער איין מינוט וויאזוי א חלק ניכר פארברענגט בגלי מיט די קינדער אים חול המועד, חנוכה און ווינטער ברעיק, זומער חדשים, ווינטער מוצ"ש. אמת אז איטליכער משפחה באשלוסט ווי ווייט די גלי הים קענען שלאגן, אבער ס'איז קלאר נישט קיין אויסנאם צו טרעפן חסידים ביי די בארטענס, arcade games, ראלערסקעיטינג אין ראקעפעלער צענטער אדער מאללס, שווימען, עקסערסייז קלאסן, בייקינג, וואלי באלל, קאמעדי און היפנאסעס שאוס, עמיוזמענט און וואסער ריידס, טיערגארטן, חיות שאוס און צירקוסן, מוזעאמס, יולי 4 פייערווערק, וועסט פאוינט מיליטערישע פאראדעס, פליגער און אוטו שאוס, וכו'. נאכדעם איז דא זאכן וואס מערערע עלטערן טוהן אן די קינדער,צו ווען אויף וואקאציע אדער אויף אן אווענט דא און דארטן. ס'איז געניג צו קוקן אויף די טראגעדיעס וואס זענען ליידער פארגעקומען לעצטענס ווען די היימישע מידיא מיז עס דעקן כאילו כפאו שד: פארלוירן אויף א הייק, פארשוועמט אויפן ביעטש, דערטראנקן אין א וואסער פארק, מ'זאל נישט וויסן.
כ'מיין אז פעדער וויל מיט איין זאץ פארבן אן אמת'ע בילד וואס קורצע מידיא דעקונג הייבט נישט געניג ארויס: חסידים זענען נישט freaks. זיי לאכן און וויינען ווי יעדעם כאטש ס'מאנאפאסטירט זיך גאר אנדערש: מה טובו אוהליך יעקב, יא, א חסידישע שטוב קוקט אויס גאר אנדערש, אבער ס' איז א שטוב, שוין איינמאל א שטוב. און ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אומריכטיג צו ריפן עס היימלאז. חסידים זענען ענליך אין די זעלבע צייט וואס זיי זענען אנדערש. טא, וואס איז די מהות פון די "אנדערש"? דאס צו פארשטיין און שילדערן איז ווי א געלונגענע פארשער קומט אריין אין בילד.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
די פארויילונגס ערטער באציהט זיך מסתמא אויף די מעמדי פטר חמור.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
מקען היינט קויפען דער ביכל פאר האלב פרייז אויף פרינסטון אוניבערזיטעיט וועבזייטל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: "באהאלטענע אפיקורסים" פון אילה פעדער
לגבי איר אפהאנדלונג איבער דאס מאראליטעט איבער די צווייפאכיגע לייפסטייל, קען אפשר די ציטאט פונעם פראנצויזישן פילאזאף דעניס דידעראט נוגע זיין. ער האט דאס געזאגט אינעם קאנטעקסט פון רעלעטאוויזם:
(ווי ווייט איך געדענק האט זי אים נישט דערמאנט. א סורטש דורך אקראבּאט אויף די pdf פונעם בוך האט נישט געטראפן גארנישט אויך נישט.)