אוי איז דאס געווען צייטן... אזוי בין כסה לעשור, אינמיטן חאלעמויד, בין המצרים, די בעסטע צייט אין לעבן, אדער וויאזוי די ראשעשיבע האט עס נאר גערופן...
לאמיר אבער גיין צושטייטעלעך,
יענע טאג זאגט מיר מיין פאטער, פיק-ניק, מדארף אנהייבן גיין צו חתן שיעורים.
וואס חתן שיעורים? וואס טוט מען דארט? וואס פעלט עס אויס? גיי איך יעצט אויסגעפינען סודות וואס נאר טאטעס ווייסן? אזאנע קשיות האבן געבוזשעוועט מיין קאפ אויפן וועג צום חתן רבי.
איך בין שוין צוויי גאסן אוועק פון זיין אפיס, און א טשיל נעמט ארום מיינע ביינער, וואס גייט מען דא רעדן? וויאזוי גיי איך דארפן ריעקטן?
איך גיי זיך יעצט באקענען מיט א נייע מענטש, איך האב אים אין מיין לעבן נישט געטראפן, און אונז גיימיר רעדן - - - -
וואס? כווייס אפילו נישט וואס מגייט רעדן...
לאמיר שוין זאגן אז מגייט רעדן פלעין וויאזוי מקומט זיך אויס מיט א ווייב, וואלט איך דאך געווען אומבאקוועם דאס צו שמועסן אפי' מיט א חבר אין מיין כתה, כמיין... וואס כגיי רעדן מיט מיין ווייב... דעיס איז א פרייוועט נושא... א וואלקן פון אזאנע מחשבות האבן ארומגענומען מיין קאפ אין יענע מאמענטן.
אבער דאן האט מיך געבליצט א איינפאכע נקודה, ער איז אויך אין צרות, ער גייט זיך יעצט טרעפן מיט א בחור וואס ער קען נישט, און שמועסן מיט יענעם וויאזוי יענער זאל זיך אויפפירן צו פרויען... פאר אים איז אין א געוויסע זין שווערער ווי פאר מיך, ווייל ער דארף פירן די שמועס, מצד שני אבער האט ער שוין עקספיריענס, ער טרעפט יעדן טאג א שיינע פאר חתנים.
און דאן איז מיך איינגעפאלן א פשוטע אבער פאני געדאנק,
ער האט א פראבלעם פאר זיך, די שמועס גייט זיך אנהייבן מיט א פלעינע שלום עליכם-וויאזוי הייסטו, און ביז פופצן מינוט דארף מען שוין רעדן פון ענינים נשגבים, וויאזוי גייט ער אריינפירן די שמועס?
המשך יבא אי"ה
פאני דילעמעס #1
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
די חתן רביס דילעמע
די שמועס וואס איך האב אויסגעשפילט אין מיין קאפ איז געווען ממש געפערליך,
- שלום עליכם, וויאזוי הייסטו?
- (שעמעוודיג) פיק-ניק.
- אה, פיק-ניק, זייער שיין.
שטיל---
- נאך וועמען הייסטו פיק-ניק?
- נאך מיין עלטע זיידע.
- אהה, זייער שיין.
שטיל---
- אהם... און דו ביסט א חתן. יא?
- יא.
- אקעי... סא... (ער שלינגט אראפ אביסל שפייעכטס און ער איז ממשיך) אונז גיי מיר דא שמועסן - - - -
א רגע, צו וועם ביסטו א חתן?
- גר"א-ניק פון וויליאמסבורג.
שטיל---
- אה, זייער שיין.
סא וואס האב איך געהאלטן אינמיטן זאגן? (דעיס איז זייער נישט שיין, ער ווארפט אריין די באל אין מיין קאורט...)
- (אביסל פארלוירן) עפעס אז מגייט דא שמועסן.
- אה, אהם... (נאכאמאל דעי זאך מיט די שפייאכטס) אה, יא, (דא הייבטער אן רעדן זייער שנעל) מהאט חתונה א ווייב, א ווייב איז א אנדערע מין באשעפעניש...
און ער רעדט און רעדט ווייטער זייער שנעל, סזעט אויס ווי ער צווינגט ארויס א פארגעשריבענע דרשה פון זיין מויל, אבער סהאט פארלוירן אלע ספייסעס, ער האט פארגעסן אלע משלים וואס ער האט געוואלט זאגן.
ער האט זיך פארגעשטעלט אז איך גיי זיצן מיט אן אפענע מויל פון זיינע הערליכע געדאנקען, אבער ווייל ער זאגט עס אזוי שנעל און אזוי פלעין קלאץ איך פשוט אריין אין זיינע אויגן, און ער ווערט מער נערוועז און זיינע ווערטער ווערן מער טרוקן, אין צען מינוט ענדיגט ער מיך זאגן וואס ער האט געפלאנט צו זאגן במשך א שעה אהאלב מיט אלע מיני משלים און שטיקלעך רמב"ם מיט מהר"ל וואס זענען אזוי אומקלאר געשריבן אז ער קען מיך איינרעדן אז דעיס וואס ער האט געזאגט שטייט דארט...
אבער אזא אנהייב גייט מאכן א געפערליכע אומבאקוועמליכקייט סיי פאר מיך און אויך פאר אים, סגייט מאכן אזא מין דיקע לופט אין די צימער.
ס'קען נישט זיין אז ער גייט אזוי טון.
נא, וואס יא?