סדרן האט געשריבן:די הנהלה פרובירט צו זיין מער טאלעראנט איבער פרויען ניקים, ובת קול יוכיח. ווען א זאך איז נישט בולט'דיג דער נאמען פון א פרוי ווי פריידי אדער גיטי וועט מען עס דורכלאזן...
וואס פונקטליך איז די עוולה פון א בולט'דיגע נאמען פון א פרוי?
ווען א צייטונג מעקט א בילד פון א פרוי מאכן מיר א גרויסע ויצעקו. און דאס איז אפילו ביי א בילד, כ"ש ווען מ'ערלויבט נישט א נאמען, אפילו א "בולט'דיגע", וואלט מען אודאי געדארפט מאכען א ויצעקו.
כ'פארשטיי אז ביי ווייבערישע ניקס וועט זיך מאכען ב"ש, אבער דא און ק"ש, ווי אונז ווערען פארעכנט די פאנטרעגער פון אויפריכטיגע היימישע דזשארנעליזם, וואלט א ודאי נישט געטארט זיין אן אומאפיציעלע פאליסי באסירט בלויז אויף א בולט'דיגע נאמען.