אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך גדליה »

א גוטען אווענט טייערע יודישע קינדער, טאטעס און מאמעס, אינגעלייט מיט קינדער, הן די בחורים הן די נשים צדקניות, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

מיר האפען אז אונזער בריעף געפינט אייך אין א גיטע צושטאנד, ב"ה עת הזמיר הגיע, די זון שיינט שוין און די ביימלעך וואקסען שיין, סיי די וואס זענען געבליבען אין שטאט, סיי די וואס זענען ארויס געפארען צווישען די בערג, קוקען מיר ארויס און מיר ווארטען אז דער זומער זאל אייך טרעפען אין א גוטן צושטאנד, די קינדערלעך זאלן זיך אויסגעבען אביסעל, און אלעס זאל פארן על מי מנוחות אן קיינע שום שוועריקייטען. בפרט אין די יעצטיגע צייט, ווען כלל ישראל האלט נאך א גאר שווערע אביב, ווען מ'האט אוועקגעריסען פון אונז די שענסטע און די בעסטע, און ברוך ה' מ'האלט שוין ביי ותעצר המגיפה, און מ'קען זיך אביסעל שטעלען אויף די פיס, די ביזנעסער איז שוין אביסעל צוריק ווי געהעריג, און מ'קען אביסעלעל אפאטעמען און זיך בארואיגען, האפן מיר אז איהר האט טאקע באוויזן צו קומען צו זיך, און מ'קען שוין ב"ה איבערמישען א נייע בלעטעל.

מיר ווילען אדרעסירען א קריטיש וויכטיגע אנגעלעגענהייט וואס האט זיך אקורשט אפגעשפילט אין היימישען ניו יארק, און האט געמאכט אסאך טומעל איבער די היימישע וואטסאפ און ט"ג טשענעלס. מיר וועלען אראפלייגען די מדובר לויט די ביסעל אינפארמאציע וואס מיר האבען געהערט, אפשר איז עס נישט אזוי פונקטליך אבער תוכן הדברים איז בערך אזוי: איינע פון די גרעסטע חסידישע מוסדות אין אמעריקא, וואס זייער צענטער איז אין אידישן וומסב"ג, און זייער קהילה איז בארימט מיט זייערע וואוילטעטיגע אקציעס צו ארויסהעלפען מוסודת פון איבער די גאנצע וועלט, ויהי היום, די זומער האט זיך אנגעהויבען, און היות מחמת א סך פאמיליעס זענען געבליבן אין שטאט צוליב די שוועריקייטן מיט קעמפס, האט מען געעפנט די חדרים פאר די שטאטישע קינדער. האט זיך אזוי געמאכט אז טייל טאטעס האבען נישט איינגעצאלט געלט פאר די זומער חדר. ווער מחמת וואס זיי האבען נישט דאס געלט, בפרט אין די איצטיגע שווערע עקאנעמישע צייטן, נאך וואס א סך ביזנעס איז צאמגעפאלן וועגן קאויד. ווער מחמת אנדערע סיבות.

האט די יעניגע מוסד, די מדובר איז פון א תלמוד תורה פאר אידישע אינגלעך, געשטעלט וועכטער ביי די טיר און געזאגט אז ווער ס'האט נישט א איינטריט קארד קען נישט אריינגיין. דא עקא, אז טאמער האט איינער געוואלט באצאלען און ארויסנעמען א איינטריט קארד, איז נישט געווען צו וועם צו רעדען, ווארום די בעלי בתים פון די מוסדות, וואס ריפט זיך הנהלה, זיינען שוין געווען אויף זומער אין דאטשע. איז די אפיס געווען צוגעשפארט. נאך מער, אסאך טאטעס האבען געצאלט אויף די אינטערנעט אויף די פארלאנג פון די בעלי בתים פון די מוסדות (למרות וואס יענע חסידות וואס די מסודות באלאנגט צו זיי איז שטארק קעגן די אינטערנעט, און זייער רבי האט זיך אפילו באטיילגט אין די אנטי אינטערנעט ראלי, כאטש וואס ס'איז דארט געווען אגודיסטן בעלי דרשנים אויף ענגליש, וואס אין יענע חסידות איז מען קעגען זיי) אבער היות די קארטל איז נישט אנגעקומען אין פאסט, האבען זיי נעבעך נישט געקענט שיקען די קינד אין חדר.

נו, א פראבלעם. מאכט זיך א מיספארשטענדיש. מ'קען זאגן ס'איז א שטיקעל קאנטראווערסי, ווייל ס'איז דא מאנכע וואס טענה'ן מיט א ארגינעלע טענה אז א אידישע מוסד ברויך יא ארייננעמען קינדער אפילו זייער פאטער קען נישט צאלן שכר לימוד, ווייל ס'איז דאך א חיוב אין א שטאט צו שאפן געלט פאר אזוינע טאטעס, מדינא דגמרא כתקנת יהושע בן גמלא. ווידער אנדערע ברענגען א קלארע ראיה פון די אלטע מסורה פון די שומר הפתח אין הילל הזקן'ס בית מדרש, אז איינער קען נישט באצאלן מעג ער פארפרוירען ווערן ביז אייז אבער אין סמעדרעש קומט מען נישט אריין. איז דא צוויי דעות און מיר וועלן נישט מכריע זיין צווישען די הרים הגבעות, יהושע בן גמלא קעגען די סעקיוריטי גארד.

מיר ווילען זיך נאר שטעלען אויף איין נקודה, צווישען די פארשידענע וואויסנאוטס וואס איז ארומגעגאנגען איז געווען איינער וואס האט פארפירט "דא איז עפעס א פאבליק סקול??!!" יענע האט כאילו גע'טענה'ט, דא איז א אידישע מוסד, א חסידישע מוסד, וואס מ'האט אביסעל רחמנות אויף די עלטערען. מילא די פאבליק סקול, פארשטייט מען, זיי פירען זיך דאך ווי גויים, און אז א טאטע האט נישט קיין געלד, לאזט מען נישט אריין זיין קינד, אבער די יודן זענען דאך בעסער. מיר זענען דאך עפעס אתה בחרתנו, מיר זענען דאך עפעס גומלי חסדים, ווי קומט אזא גלייכגילטיקייט צו א טאטע'ס צער.

אויף דעם ווילען מיר מעורר זיין כלל ישראל, אז גראדע אין פאבליק סקול וואלט אזא זאך נישט געשעהן, כידוע אז פאבליק סקול איז א ארט ווי יעדעס קינד לערענט בחינם. מ'רעכענט נישט קיין געלד. איי וועט איהר פרעגען ווער צאלט אויס די הויעכע געהאלטן, די אסטראנאמישע סכומים פון די גויאישע מלמדים און גויאישע מנהלים, וואס כידוע אז א גויאישע טיטשער פארדינט בערך דריי צי פיר מאל אזוי פיל ווי א יודישע מלמד?
די תירוץ איז, די רעגירונג צאהלט אויס די געהאלטען, מיט די ספעציעלע שטאטישע פראגראמען וואס זיי שטעלען צו אויסצוצאלן די אלע אסטראנאמישע אויסגאבן. וואס ביי זיי איז דאס פי כמה, ס'קאסט א מוזיק טיטשער מיט א ספארטסט טיטשער, מיט נאך צוואנציג זאכען וואס אין א חסידישע חדר איז אינגאנצען נישט פארהאנען. איז האבען זיי אזא עצה, אז זיי צאלן דאס געלד פון די שטאטישע קאסע, למרות וואס קיינע דינער געלט פארלאנגען זיי נישט פון קיינעם.

יעצט א אידיש קינד וועט דאך נישט אויפקומען אין ווילדסטע געדאנק צו שיקען א קינד אין פאבליק סקול, הס מלהזכיר. אבער דאך איז א כלל, חכמה בגויים תאמין. אז א גוי'אישע טעמישע קאפ קען זיך א עצה געבען, און שאפען פין זיך אליינס געלט צו צאלען פאר טיטשערס און אנדערע זאכען, כדאי א קינד זאל נישט דארפן ווערן ארויסגעלאזט פון א פשוט'ע עדיוקאציע, איז דאך על אחת כמה וכמה, אז מיר יודן ברויכען זיך אנשטרענגען און מסדר זיין אויף אזוי אופן אז אלע טאטעס זאלן קענען שיקען די קינדער אין די יודישע חדרים און מיידעל שולעס.

א חסידיש לעבען קאסט אסאך געלט, א שטריימעל קאסט געלט, א פסח קאסט געלט, לעבען אין א גרויסע קהילה קאסט געלט (ריעל עסטעיט וכו'), במילא איז דא אסאך חסידישע יודן וואס זיי קאנען פשוט נישט צאלן שכר לימוד, אפילו זיי זאלן וועלען. ווידער די טאטעס וואס זיי קענען יא צאלען, און זיי ווילן נישט מחמת איזה סיבה, אבער למעשה וואס זענען זייערע קינדערלעך נעבעך שולדיג? ואלה הצאן מה חטאו. וואס קומט זיך זיי נישט אז מ'זאל לערנען ויקרא מיט א קליינע אלף, אפשר וועט איינער אפילו וואקסען א גדול בתורה. ס'איז נישט כדי אז פאר א בצע כסף זאל א יודיש קינד פארשעמט ווערען, אהיימגעשיקט ווערען, אדער חלילה מבטל תורה זיין.

נישט לאנג צוריק האבן די באהערדע ליידער אפגעשפארט די חינוך אנשטאלטן און ישיבות צוליב פיקוח נפש סיבות. יעדער יוד ווייסט ווי שווער ס'איז אנגעקומען, ווי ס'האט אונז באנג געטאן אז א אידיש קינד גייט ליידיג אפילו איין טאג. נו מיר ווייסען אז דער זאטער שפירט נישט די הונגעריגער, אבער דא האמער דאך אלע געזעהן ווי שרעקליך ס'איז, איז דאך א גוטע תשובת המשקל אז מ'זאל זיך צאמנעמען און מסדר זיין א קרן, א פאנד, צו מאכן עפעס א סיסטעם. עפעס א חסידישע פאבליק סקול. ווי יודישע קינדער קענען קומען לערנען תורה יעדע טאג און אהיימגיין, בחינם אין כסף. אפשר קען מען אפילו טרעפען וואלונטירן אין אנהייב, און נאכדעם איינמאל ס'איז אוועקגעשטעלט וועט שוין זיין נדבנים. פילייכט אפילו די יעניגע מוסדות וואס האט אפגעשפארט זייערע טירען, וועט זיך לאזן קאסטן געלט פאר די ילדי פאבליק חדר.

די פאבליק חדר קען זיין א שיינע זאך, און ס'וועט א סך אויפטוהן פאר יודישקייט ברוחניות ובגשמיות. מ'קען באקומען שיין געלד פון די גאווערמענט, און ווייטער די מלמדים, וואס קאסט שוין אפאר טאלער פאר א כולל אינגערמאן צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער, כ'בין זיכער אז ר' הערשעל שרייבער צו ווער וועט זיך עפענען די טאשען און זיכער מאכן אז זיי ווערן נישט מקופח.


מיר וועלען מסיים זיין מעין הפתיחה, מיר האפען אז אלע יודישע קינדער זאלן האבען א לעכטיגע שיינע זומער, מיט אסאך פאן, אסאך געלט און אסאך נחת געזונטערהייט מיט הרחבת הדעת.


אייער פריינט

גדליה
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די פאבליק סקולס ווערען באצאלט דורך פראפערטי טעקס.

היינט איז דא א זאך וואס רופט זיך טשארטער סקולס, דאס איז עפעס א הייבריד פין פאבליק אין פריוואט, מען וואלט עס אפשר געקענט מאכען ביי אונז.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

א אידישע פובליק סקול איז בכלל נישט אזוי ווייט פון מציאות. כפי השמועה האבן די מוסלעמענער א פובליק סקול וואס איז אפילו אפגעטיילט אינגלעך מיט מיידלעך. ווי אויך מעג מען לעגאל אריינברענגען מלמדים פאר אידישע לימודים. די איינציגסטע חסרון איז אז מ'וועט אויך מוזן לערנען קאמאן קאור רח"ל.

מ'קען עס אויסארבעטן ליגעלי מיט געהעריג לימודי קודש און גארנישט זאל קאסטן געלט חוץ די מלמדים. אויב טיכטיגע מענטשן לייגן זיך אריין דערין קען מען עס אויסארבעטן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@ביבער, קענסט אפשר ברענגען מער פרטים וויאזוי דאס ארבעט? די מוסלעמענע סקול איז אין ני"ס? ס'איז מיר שווער צו גלויבן אז דאס איז א געהעריגע מעגליכקייט און סאטמאר טוט דאס נישט.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

א קהילה טוט עס נישט ווייל זיי קענען נישט אינפארסירן זייער תקנות דארט. און ווייל קיין געלט וועלן זיי נישט מאכן דערויף. און נאך אנדערע סיבות.

וויאזוי עס ארבעט? לכאורה מער מיט עסקנות ווי עפעס אנדערש. ווייל אפיציעל איז א פובליק סקול פאר די גאנצע פובליק. אבער מ'האט שוין געזעהן אזוינס. אויב וואלט ווען סאטמאר געוואלט וואלט עס לכאורה געווען א קלייניגקייט קעגן וואס זיי האבן שוין אלס געטהון. למשל די קרית יואל סקול דיסטריקט.

די מוסלמענער סקול איז נעבן בארא פארק איך האב נישט מער פרטים דערויף.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען איינער וואלט געגרינדעט א קרן אויסצוצאלן די שכר לימוד פאר יעדער וואס קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן די פרייז פון מחנך זיין די קינדער, אדער צו געבן א חלק דערפון, וואלטן די עלטערן גארנישט געניסן דערפון. די מנהלי המוסדות וואלטן שוין געקענט הייבן די פרייז, מיט אן אויסרייד אז מ'קען זיך ווענדן צום קרן. און צוליעב דעם זעי איך נישט די גרויסע תועלת פון וואוטשערס וכדו'.

ווידער, דאס גרינדן א פובליק סקול איז גארנישט אזוי לייכט. מ'דארף האבן מלמדים און לערערס וואס זענען טרעינד פאר די ארבעט, און גלויב מיר, די בעסטע מחנכים אונזערע זענען ניטאמאל נאנט דערצו. ביודעי ובמכירי קאמינא, אז אלע קלאסן פון תורה ומסורה וכדו' קומען נישט נאנט צו די סיסטעם וואס די גויים האבן פאר זייער לערערס. איך ווייס אז מיר זענען איינעוואוינט אז פובליק סקול מיינט מעטאל דעדעקטארס, און קיינער פון זיי קען נישט ליינן און יעדער פון זיי טרעפט זיך אין תפיסה, אבער למעשה איז דאס ווייט פון דער אמת. א טיטשער מוז לעבן זיין דזשאב, און נאכאנאנד ווערן בעסער און גיין פאר קורסעס, און אונזער מלמדים און טיטשערס האבן פשוט נישט די צייט דערפאר, און די סקול באצאלט נישט גענוג פאר דעם.

און מ'דארף דא מעורר זיין נאך עפעס. פארוואס מוזן אזויפיל מענטשן געניסן פון די שיסל? פארוואס איז עס אזוי אקצעפדד ביי אונז? דאס איז פשוט, ווייל קיין אנדערע ארבעט טרעפט מען נישט. ד.ה. אז די יעצטיגע סומאטוכע איז נאך א תוצאה פון דעם אז די בוגרי הישיבה גדולה קענען נישט קיין ענגליש, און א גוטע דזשאב איז נאר פאר די פאר מצויינים וואס זענען גענוג טיכטיג און אגרעסיוו זיך אריין צו שטופן אין א גוטע ביזנעס. די איבעריגע ווערן פראפעסיאנעלע סאפיסטיקירטע שנארערס, אדער דורך ארבעטן אין א צדקה, אדער דורך דרוקן צעטליך פאר דינערס, ארגאניזירן פאנדרעיזערס, זיצן ביים שיסל אין א מוסד, זיך שלאגן מיט ציונים, שנאדרן פאר אומעגזיסטירענדיגע מוסדות אין די ווייטער מיטל מזרח, און 'עצה געבערס'. סתם צו שיסן אז אונזער מוסדות זענען אזוי געוואלדיג, אפילו ווען מ'קען נישט גיין ארבעטן געהעריג נאך דעם, איגנארירט די צווייטע ראנג פון תוצאות פון אט די מהלך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

זייער א שיינער טיפישער געדאנק.

ווער עס ווייסט אז אין די זעלביגע חסידות נאר דער אנדערע ברידער פון אפסטעיט, איז דא א פראגראם וואס רופט זיך תקנת יהושע בן גמלא (געגעבן דעם פראגראם דעם נאמען נאך די תקנה וואס יהושע בן גמלא האט געמאכט, ווי דערמאנט אין די אויבן דערמאנטע תגובה פון @גדליה). דער פראגראם ארבעט מכלומר'שט ווי פאלגענד, א יעדער פארמעגליכער שכ"ל צאלער לייגט צו לכה"פ $55.00 פער קינד 'בן גמלא געלט' פאר די קינדער וואס קענען נישט קיין שכ"ל באצאלן, און אזוי קענען די נישט אזוי פארמעגליכע אויך באקומען זייער איינטריט קארטלעך.

די בן גמלא אינפארסירטמג פלעגט יארן לאנג זיין זייער זייער שטארק עד כדי כך עס איז כמעט געווען אינפארסירט. אבער עפטער ריסערטש אביסעלע (נישט געווען זייער שווער) איז מען דערגאנגען אז עס איז נישטא קיין איינער אין גם אחד וואס געניסט פון דעם בן גמלא פראגראם, די הנהלה האט פרובירט מסביר זיין דעם דעת החמור (קהל) אז די אלע וואס באקומען דיסקאונטס אין זייער שכ"ל בילס ווערט געדעקט פון דעם בן גמלא פראגראם. אבער דאס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שוא ושקר.

אבער ברם אותו מוסד לטוב, די שכ"ל באאמטע אין די דארטיגע מוסד זענען זייער נאבעלע מענטשן, באהאנדלען א יעדן טאטע מיט די מערסטע כבוד וואס עס איז שייך, זיי באנעמען זיך זייער שיין צו די וואס האבן שוועריגקייטן צו באצאלן די באלאנסעס, זיי געבן זייער גרינגע פעימענט טערמס, און אויב ח"ו מען האט זיך ל"ע נישט געקענט האלטן צום טערם מאכט מען א נייער און א גרינגערע, עס איז ממש אומגלויבליך ווי מענטשליך דער שכ"ל אפיס באהאנדלט א יעדן איינעם ממש ווי א קאסטומער סערוויס הענטשוך.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איינער וואלט געגרינדעט א קרן אויסצוצאלן די שכר לימוד פאר יעדער וואס קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן די פרייז פון מחנך זיין די קינדער, אדער צו געבן א חלק דערפון, וואלטן די עלטערן גארנישט געניסן דערפון. די מנהלי המוסדות וואלטן שוין געקענט הייבן די פרייז, מיט אן אויסרייד אז מ'קען זיך ווענדן צום קרן. און צוליעב דעם זעי איך נישט די גרויסע תועלת פון וואוטשערס וכדו'.

ווידער, דאס גרינדן א פובליק סקול איז גארנישט אזוי לייכט. מ'דארף האבן מלמדים און לערערס וואס זענען טרעינד פאר די ארבעט, און גלויב מיר, די בעסטע מחנכים אונזערע זענען ניטאמאל נאנט דערצו. ביודעי ובמכירי קאמינא, אז אלע קלאסן פון תורה ומסורה וכדו' קומען נישט נאנט צו די סיסטעם וואס די גויים האבן פאר זייער לערערס. איך ווייס אז מיר זענען איינעוואוינט אז פובליק סקול מיינט מעטאל דעדעקטארס, און קיינער פון זיי קען נישט ליינן און יעדער פון זיי טרעפט זיך אין תפיסה, אבער למעשה איז דאס ווייט פון דער אמת. א טיטשער מוז לעבן זיין דזשאב, און נאכאנאנד ווערן בעסער און גיין פאר קורסעס, און אונזער מלמדים און טיטשערס האבן פשוט נישט די צייט דערפאר, און די סקול באצאלט נישט גענוג פאר דעם.

און מ'דארף דא מעורר זיין נאך עפעס. פארוואס מוזן אזויפיל מענטשן געניסן פון די שיסל? פארוואס איז עס אזוי אקצעפדד ביי אונז? דאס איז פשוט, ווייל קיין אנדערע ארבעט טרעפט מען נישט. ד.ה. אז די יעצטיגע סומאטוכע איז נאך א תוצאה פון דעם אז די בוגרי הישיבה גדולה קענען נישט קיין ענגליש, און א גוטע דזשאב איז נאר פאר די פאר מצויינים וואס זענען גענוג טיכטיג און אגרעסיוו זיך אריין צו שטופן אין א גוטע ביזנעס. די איבעריגע ווערן פראפעסיאנעלע סאפיסטיקירטע שנארערס, אדער דורך ארבעטן אין א צדקה, אדער דורך דרוקן צעטליך פאר דינערס, ארגאניזירן פאנדרעיזערס, זיצן ביים שיסל אין א מוסד, זיך שלאגן מיט ציונים, שנאדרן פאר אומעגזיסטירענדיגע מוסדות אין די ווייטער מיטל מזרח, און 'עצה געבערס'. סתם צו שיסן אז אונזער מוסדות זענען אזוי געוואלדיג, אפילו ווען מ'קען נישט גיין ארבעטן געהעריג נאך דעם, איגנארירט די צווייטע ראנג פון תוצאות פון אט די מהלך.

די ארויסגעפאלענע ארבעטערס געשעהט נישט דווקא פון אונזער מוסדות סיסטעם, עס האט נישט קיין שום שייכות מיט וואס מען לערנט און וואס נישט. ווער עס האלט ביים ארבעטן מאכט עס און ווער נישט, נישט. פיריעד ענד אף סטארי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז עס איז פיריעד און ענד אוו סטארי, ווער קען זיך דינגן?
הונדרעט פערצענט גערעכט, עס איז ענד אוו סטארי, און אפילו ווען יעדער וויליאמסבורגער אינגל וואלט געקענט א פערפעקטער ענגליש, וואלט יעדער נאכאלס געארבעט פאר פאוני צדקות, און סגולות מיט מסע קודש'ס מיט מוסדות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

t
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך גראף »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איינער וואלט געגרינדעט א קרן אויסצוצאלן די שכר לימוד פאר יעדער וואס קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן די פרייז פון מחנך זיין די קינדער, אדער צו געבן א חלק דערפון, וואלטן די עלטערן גארנישט געניסן דערפון. די מנהלי המוסדות וואלטן שוין געקענט הייבן די פרייז, מיט אן אויסרייד אז מ'קען זיך ווענדן צום קרן. און צוליעב דעם זעי איך נישט די גרויסע תועלת פון וואוטשערס וכדו'.

ווידער, דאס גרינדן א פובליק סקול איז גארנישט אזוי לייכט. מ'דארף האבן מלמדים און לערערס וואס זענען טרעינד פאר די ארבעט, און גלויב מיר, די בעסטע מחנכים אונזערע זענען ניטאמאל נאנט דערצו. ביודעי ובמכירי קאמינא, אז אלע קלאסן פון תורה ומסורה וכדו' קומען נישט נאנט צו די סיסטעם וואס די גויים האבן פאר זייער לערערס. איך ווייס אז מיר זענען איינעוואוינט אז פובליק סקול מיינט מעטאל דעדעקטארס, און קיינער פון זיי קען נישט ליינן און יעדער פון זיי טרעפט זיך אין תפיסה, אבער למעשה איז דאס ווייט פון דער אמת. א טיטשער מוז לעבן זיין דזשאב, און נאכאנאנד ווערן בעסער און גיין פאר קורסעס, און אונזער מלמדים און טיטשערס האבן פשוט נישט די צייט דערפאר, און די סקול באצאלט נישט גענוג פאר דעם.

און מ'דארף דא מעורר זיין נאך עפעס. פארוואס מוזן אזויפיל מענטשן געניסן פון די שיסל? פארוואס איז עס אזוי אקצעפדד ביי אונז? דאס איז פשוט, ווייל קיין אנדערע ארבעט טרעפט מען נישט. ד.ה. אז די יעצטיגע סומאטוכע איז נאך א תוצאה פון דעם אז די בוגרי הישיבה גדולה קענען נישט קיין ענגליש, און א גוטע דזשאב איז נאר פאר די פאר מצויינים וואס זענען גענוג טיכטיג און אגרעסיוו זיך אריין צו שטופן אין א גוטע ביזנעס. די איבעריגע ווערן פראפעסיאנעלע סאפיסטיקירטע שנארערס, אדער דורך ארבעטן אין א צדקה, אדער דורך דרוקן צעטליך פאר דינערס, ארגאניזירן פאנדרעיזערס, זיצן ביים שיסל אין א מוסד, זיך שלאגן מיט ציונים, שנאדרן פאר אומעגזיסטירענדיגע מוסדות אין די ווייטער מיטל מזרח, און 'עצה געבערס'. סתם צו שיסן אז אונזער מוסדות זענען אזוי געוואלדיג, אפילו ווען מ'קען נישט גיין ארבעטן געהעריג נאך דעם, איגנארירט די צווייטע ראנג פון תוצאות פון אט די מהלך.

די ארויסגעפאלענע ארבעטערס געשעהט נישט דווקא פון אונזער מוסדות סיסטעם, עס האט נישט קיין שום שייכות מיט וואס מען לערנט און וואס נישט. ווער עס האלט ביים ארבעטן מאכט עס און ווער נישט, נישט. פיריעד ענד אף סטארי.
ווער עס האלט ביים ארבעטן מאכט עס און ווער נישט איז נישט? די צווייטע חלק איז אמת אבער די ערשטע חלק איז נישט. וויפיל מאל איז מען שוין דא אין ק''ש א דורך געגאנגן די עקפענסעס וואס א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער האט? און גענוג און נאך פארדינען נישט מער ווי זעכציג א יאר און דאס איז מיט נאר א חלק אויף די ביכער כדי ער זאל נאך באקומען מעדיקעיד. סתם גערעדט פיריאד ענד אוו סטארי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז עס איז פיריעד און ענד אוו סטארי, ווער קען זיך דינגן?
הונדרעט פערצענט גערעכט, עס איז ענד אוו סטארי, און אפילו ווען יעדער וויליאמסבורגער אינגל וואלט געקענט א פערפעקטער ענגליש, וואלט יעדער נאכאלס געארבעט פאר פאוני צדקות, און סגולות מיט מסע קודש'ס מיט מוסדות.
מען קען טאקע נישט


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך מיינונגזאגער »

גראף האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איינער וואלט געגרינדעט א קרן אויסצוצאלן די שכר לימוד פאר יעדער וואס קען זיך נישט ערלויבן צו צאלן די פרייז פון מחנך זיין די קינדער, אדער צו געבן א חלק דערפון, וואלטן די עלטערן גארנישט געניסן דערפון. די מנהלי המוסדות וואלטן שוין געקענט הייבן די פרייז, מיט אן אויסרייד אז מ'קען זיך ווענדן צום קרן. און צוליעב דעם זעי איך נישט די גרויסע תועלת פון וואוטשערס וכדו'.

ווידער, דאס גרינדן א פובליק סקול איז גארנישט אזוי לייכט. מ'דארף האבן מלמדים און לערערס וואס זענען טרעינד פאר די ארבעט, און גלויב מיר, די בעסטע מחנכים אונזערע זענען ניטאמאל נאנט דערצו. ביודעי ובמכירי קאמינא, אז אלע קלאסן פון תורה ומסורה וכדו' קומען נישט נאנט צו די סיסטעם וואס די גויים האבן פאר זייער לערערס. איך ווייס אז מיר זענען איינעוואוינט אז פובליק סקול מיינט מעטאל דעדעקטארס, און קיינער פון זיי קען נישט ליינן און יעדער פון זיי טרעפט זיך אין תפיסה, אבער למעשה איז דאס ווייט פון דער אמת. א טיטשער מוז לעבן זיין דזשאב, און נאכאנאנד ווערן בעסער און גיין פאר קורסעס, און אונזער מלמדים און טיטשערס האבן פשוט נישט די צייט דערפאר, און די סקול באצאלט נישט גענוג פאר דעם.

און מ'דארף דא מעורר זיין נאך עפעס. פארוואס מוזן אזויפיל מענטשן געניסן פון די שיסל? פארוואס איז עס אזוי אקצעפדד ביי אונז? דאס איז פשוט, ווייל קיין אנדערע ארבעט טרעפט מען נישט. ד.ה. אז די יעצטיגע סומאטוכע איז נאך א תוצאה פון דעם אז די בוגרי הישיבה גדולה קענען נישט קיין ענגליש, און א גוטע דזשאב איז נאר פאר די פאר מצויינים וואס זענען גענוג טיכטיג און אגרעסיוו זיך אריין צו שטופן אין א גוטע ביזנעס. די איבעריגע ווערן פראפעסיאנעלע סאפיסטיקירטע שנארערס, אדער דורך ארבעטן אין א צדקה, אדער דורך דרוקן צעטליך פאר דינערס, ארגאניזירן פאנדרעיזערס, זיצן ביים שיסל אין א מוסד, זיך שלאגן מיט ציונים, שנאדרן פאר אומעגזיסטירענדיגע מוסדות אין די ווייטער מיטל מזרח, און 'עצה געבערס'. סתם צו שיסן אז אונזער מוסדות זענען אזוי געוואלדיג, אפילו ווען מ'קען נישט גיין ארבעטן געהעריג נאך דעם, איגנארירט די צווייטע ראנג פון תוצאות פון אט די מהלך.

די ארויסגעפאלענע ארבעטערס געשעהט נישט דווקא פון אונזער מוסדות סיסטעם, עס האט נישט קיין שום שייכות מיט וואס מען לערנט און וואס נישט. ווער עס האלט ביים ארבעטן מאכט עס און ווער נישט, נישט. פיריעד ענד אף סטארי.
ווער עס האלט ביים ארבעטן מאכט עס און ווער נישט איז נישט? די צווייטע חלק איז אמת אבער די ערשטע חלק איז נישט. וויפיל מאל איז מען שוין דא אין ק''ש א דורך געגאנגן די עקפענסעס וואס א אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדער האט? און גענוג און נאך פארדינען נישט מער ווי זעכציג א יאר און דאס איז מיט נאר א חלק אויף די ביכער כדי ער זאל נאך באקומען מעדיקעיד. סתם גערעדט פיריאד ענד אוו סטארי.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
האט עס אבער גארנישט מיט זיין יא אדער נישט קענען ענגליש


Sent from my iPhone using Tapatalk
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

א געדאנק: מאכן א מאלטי מיליאן דאללער קופה וואס זאל סאבסידירן די הוצאות פון שכ״ל. געלט זאל גיין צו די עלטערן מיט א וואוטשער צום מוסד. אזוי ווי סקול וואוטשערס.
אנימעלט האט הצלה האט געזאמלט פופצן מיליאן טולער דעם פארגאנגענעם לג בעומר.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

איך בין גרייט צו אנפירן די קאסע...

דו זאגסט גוט, אבער עס איז נישט מעגליך צו אויסהאלטן א מוסדות אויף די וועג. אדער קען מען שיקן צו די אלגעמיינע פאבליק סקול, (ר"ה און יו"כ איז עס פארמאכט), און מען וועט אויך גיין צו א אידישע זונטאג סקול. אדער קענסטו מופן צו א שטאט וואס געבט וואוטשערס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעמאלס וועלן די מוסדות הייבן די פרייז. עס וועט גארנישט העלפן.

איך בין נאר נייגעריג צו די מוסדות האבן טאקע א גרויסע שטאב, על כל צרה שלא תבא. יעדער וואס דארף הילף, באקומט עס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך זעקעל »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זעקעל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
זעקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 17, 2020 4:44 am
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

Re: אפענע בריעף צו כלל ישראל - פאבליק חדר

שליחה דורך זעקעל »

אין ישראל איז דא פרייע ארטאדאקסישע שולע׳ס
מען דארף עס איינפירן אויך דאהי אין חו״ל
פארשפארט