דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר וומ"ס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר וומ"ס

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער סיסטעם אין וויליאמסבורג בכלל און אין די זאלי'ס קרייזן בפרט האט שוין מער ווייניגער נישט געהאט קיין פלאץ צו ענטהאלטן סיי וואס מיט אידישקייט דארט.

עס איז שוין געווארן צו גרויס און גלאבאל דאס ארט און מענטשן האסן שוין אנגעהויבן פארגעסן אז דאס איז נישט קיין גרויסער פאבריק וואו מענטשן האבן זיך געוועלט אריינצוגיין אהין ארבעטן, נאר דאס איז בעצם א קהילה'לע פונדערהיים מיט עטליכע געפילישע מענטשן דערין.

צוליב וואס קלער איך אזוי?

היינט האב איך געקריגן שענדליכע בילדער פון פארשעמונג און דיסקרימינאציע אינערהאלב די סאטמארע זאלוינישע פראקציע, אנשטאט פארשטיין אז זיי זענעו א קהילה וואס איז מחויב צוצושטעלן פאר יעדער איינער וואס פאררופט זיך מעמבער אין די קהילה, האבן זיי אנגעהויבן קלערן אז עס איז א ביזנעס וואו נאר עשירים זענען אקצעפטירט און די ארימעלייט זאלן זיך גיין אויפזוכן דאס פעלד פון די שווארצע פעפער.

די סאטמארע מוסדות זענען די רייכסטע אידישע קינדער אנשטאלטן אין ניו יארק, זייערע הונדערטע פראגראמען פון וועלכע זיי געניסן, די אלע דריידלעך און אויסגעשפילטע וויצן וואס זיי מאכן מיט די רעגירונג האט זיי שוין געגעבן גענוג געלט אויף נאך פופצן הונגער יארן און אויף נאך פיר קאראנע סעזאנען, עס איז נישט צום פארשטיין ווטס עס האט זיך היינט אפגעטאן, נישט צום ערשטן מאל און נישט צום צווייטן מאל.

אראפברענגען סעקיוריטי גארד'ס צו פארקנאקן די טויערן אויף נישט פארמעגליכע עלטערן איז א מיאוס'ער עוולה און שטארקער פארלעצונג אין מענטשן רעכטן און דאס איז אזא סארט זאך וואס איז נישט מעגליך צו בארעכטיגט ווערן אין קיין שום פאל, זיצן די רייכסטע מנהלי המוסדות און איזדעקעווען זיך מיט די ארעמע עלטערן פון וועמען זיי האבן נישט קיין נוצן.

א באנדע נידערטרעכטיגע געלטגייציגע מאסן מערדער, די זענען נארוואס אדורך א קאראנע וואו ס'רוב פון זייערע נכסים זענען זיי פארטרוקנט געווארן, דאגעגן איר זיצט אין דעם מוסד'ס אפיס מיט די פיס ארויף זעענדיג ווי די געלטער פליסן ארויף העכער און העכער, יעדער איינער ווייסט וואסערע שווינדלען עס האבן זיך אפגעטאן ביי יעדן מוסד איבער אפילו נאר די ריזיגע קוואנטומס עסן וואס זיי האבן פארטיילט, געלט האבן זיי גענוג נאר זיי זענען הונגעריג אויף נאך געלט און שליטה.

ר' זלמן לייב טייטלבוים, קוק אויף דיינע פירות וואס דו האסט אראפגעבראכט, אנשטאט זיך זארגן פאר אלע מענטשן איבער די וועלט גיב א קוק אויף דיינע אייגענע מענטשן, אנשטאט שנארן און מחייב זיין דיין גאנצע קהילה יעדע האלבע יאר צו געבן נאך און נאך געלט וועלכע ווערט צום סוף ממילא פארשפארט אין א אקאונט צוליב מלחמות א שטייגער ווי צרפת/אויערבאך, עפן א פאנד ווי דו וועסט טיילן פאר דיינע אייגענע מענטשן, אויב ווילסטו נישט עפענען אזא פאנד, אקעי, אבער כאטש לאז נישט צו אז די סעקיוריטי גארד'ס זאלן זיי נישט אריינלאזן אין די מוסדות!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאך זיכער: ייש"כ פאר ארויסברענגען וואס א יעדנ'ס אידיש הארץ בלוטיגט. נישט נאר די זאכן וואס דו האסט אויסגערעכנט. נאר זיי זענען די גרעסטע היפאקריטן אין די וועלט.
דא שרייט מען אז מ'איז די גרעסטע קנאים אין אידישקייט. מ'האט די ריינסטע און הייליגסטע קהילה אין די וועלט. בלתי לה' לבדו. און ווען ס'קומט צו מציאות פיהרו מען זיך אויף אויפ'ן געמיינסטן און ביליגסטן אופן. זיי זענען אויף איין שפל'דיגע דרגא ווי די יוונים. וועלכע האבן נישט צוגעלאזט אז מ'זאלל לערנען תורה. זיי זענען בידיים מבטל די מצווה פון תלמוד תורה. אויסער אנדערע גרויסע און הארבע עבירות וואס זיי האבן.

די 2'טע נקודה איז, אז ר' זלמן לייב שליט"א איז נישט מער ווי א פאפפעט. ער טוט וואס די רעדלפיהרערס הייסן. כ"ז ער פאלגט זיי איז גוט. ווען ער זאלל אויפשטיין און זאגן אז ער איז מוחה אויף די אלע רשעות'דיגע אויפפיהרונג. (איך האב אויך געזעהן די שרעקליכע בילדער. ווי די גוי'אישע גארדס שלאגן זיך מיט יונגעלייט. עלטערן פון קליינע קינדערלעך. וועלכע שטייען נעבעך אין די זייט און זיי זעהען ווי זייערע טאטעס מוזן זיך שלאגן מיט די גויים. כדי די קינדער זאללן קענען אריינגיין לערנען תורה.) וועללן זיי איהם אין איין מינוט אראפווארפן פון בענקל. אדער באזייטיגן...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער קען אהער שטעלן דער ווידעא ווי יואלי ברייער רייסט אויף דעם טיר?

"לאזט יעדען פריקען סאטמארער איד אריין!!!"

פאערפול! קודאס הרב ברייער!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

צום וויפלטן מאל צייגן מיר זיך איבער אז רעגירונגס געלטער דירעקט צום מוסד העלפט נישט דעם יחיד, מיר ברויכן פארלאנגען אז "אלע" הילף געלטער פאר Education זאל גיין פאר די עלטערן דירעקט.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

איינער קען אריינקומען קלארער איבער וואס מרעדט?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווער קען אהער שטעלן דער ווידעא ווי יואלי ברייער רייסט אויף דעם טיר?

"לאזט יעדען פריקען סאטמארער איד אריין!!!"

פאערפול! קודאס הרב ברייער!

https://tlgur.com/d/81eNjy38
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ספרים רעדן שוין וועגען די כח פון א פורים רב...

לאור המצב מיין איך ער מעג זיך טוישן פאזיציע מיט די עכטע רבי
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

אפשר קען איינער רופן הערשי טישלער צו קער נעמען?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ריעל פעיק ניוז: סאטמאר האט ב"ה אייגענע יונגעלייט וועלכע קענען נעמען קעיר פונ'ם מצב. זיי דארפן זיך נאר אנצינדן. ווען די קארופשן און די מעשים תעתועים פון די וועלכע זיצן ביי די שיסל גייט אריבער א יעדע מאס פון די מטרה פון דעם צדיק דער מייסד המוסדות. וואס אין זיינע צייטן ווען א איד האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד האט ער געהייסן אז מ'זאלל אריינלאזן די קינדער. און ווען דער טאטע האט געהאט א ביסל געלט. דאמאלס האט מען גענומען ביי איהם שכר לימוד. און אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין רעגירונגס פראגראמען...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:ריעל פעיק ניוז: סאטמאר האט ב"ה אייגענע יונגעלייט וועלכע קענען נעמען קעיר פונ'ם מצב. זיי דארפן זיך נאר אנצינדן. ווען די קארופשן און די מעשים תעתועים פון די וועלכע זיצן ביי די שיסל גייט אריבער א יעדע מאס פון די מטרה פון דעם צדיק דער מייסד המוסדות. וואס אין זיינע צייטן ווען א איד האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד האט ער געהייסן אז מ'זאלל אריינלאזן די קינדער. און ווען דער טאטע האט געהאט א ביסל געלט. דאמאלס האט מען גענומען ביי איהם שכר לימוד. און אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין רעגירונגס פראגראמען...!

איך בין נישט באקאנט בענין קאראפשען ומעשי תעתועים פון וואס זיצן ביים שטיסל, קען זיין יא קען זיין נישט. אבער דיין צושטעל צו אמאל איז נישט ריכטיג. היינט זענען דא אסאך אירע וואס עפארדן זיך א שווענדערישע לייפסטייל אבער ווען ס'קומט צו שכר לימוד שרייט מען אין לי. און נישט נאר דאס נאר ווען מ'שיקט א ביל פארלאנגענדיג די שכר לימוד, מאכט מען זיך מיטאמאל וויסענדיג. איינער וואס לעבט טאקע ארעם און קומט זיך בעטן מ'זאל נאכלאזן די שכר לימוד ווייל ער קומט נישט אויס מיט די געלט, וועט מען גיבן אן הנחה. אבער ס'זענען דא אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך.
זיי דארפן לערנען מער מענטשליכקייט מיט די קינדער ווען מ'איז נאך אינג אז ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי פארשטיין וויאזוי זיך אויפצופירן, ווייל אז נישט דער זעהט מען זיך אין אזא מצב.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף: איך האב דיר געגעבן א לייק. ווייל איך בין מסכים מיט דיר 50%. ס'איז דא אזעלכע קעיסעס אויך. אין הכי נמי מיט די מענטשן דארף מען טאקע גיין שטרענג. אבער ס'איז דא פעלער וואו די עלטערן זענען טאקע באמת געדריקט. און ס'איז אן עכטע עת צרה פאר זיי...!

דאס קענמען אויסארבעטן אז די הנהלה זאלל אינוועסטיגעיטן. און זיך נאכפרעגן וואספארא לייפסטייל די משפחה לעבט. אויב זיי זענען אמת'דיג געדרוקט דארפמען זיי געבן א הנחה...!
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: איך האב דיר געגעבן א לייק. ווייל איך בין מסכים מיט דיר 50%. ס'איז דא אזעלכע קעיסעס אויך. אין הכי נמי מיט די מענטשן דארף מען טאקע גיין שטרענג. אבער ס'איז דא פעלער וואו די עלטערן זענען טאקע באמת געדריקט. און ס'איז אן עכטע עת צרה פאר זיי...!

דאס קענמען אויסארבעטן אז די הנהלה זאלל אינוועסטיגעיטן. און זיך נאכפרעגן וואספארא לייפסטייל די משפחה לעבט. אויב זיי זענען אמת'דיג געדרוקט דארפמען זיי געבן א הנחה...!

נו, וואס פאלט דיר ביי מ'טוט נישט אזוי?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליב צו וויסן האט געשריבן:צום וויפלטן מאל צייגן מיר זיך איבער אז רעגירונגס געלטער דירעקט צום מוסד העלפט נישט דעם יחיד, מיר ברויכן פארלאנגען אז "אלע" הילף געלטער פאר Education זאל גיין פאר די עלטערן דירעקט.


די חילוק איז צווישען ליבעראלע סטעיטס און קאנסערוועטיווע סטעיטס.

אין קאנסערוואטיווע סטעיטס צאלט די גאווערמענט דורך אן אפציעלע שכר לימוד וואוטשער, ממילא פטור פון די געפעכט, ווייל די עלטערין צאלן געהעריג נישט.

משא"כ סטעיטס ווי ניו יארק קומען אלע פאנדינג כמעט נאר אין אן אופן פין פארטיסעפעיטונג פראגראמס, וואס צאלען פאר די מוסדות פאר פארשידענע "סערוויסעס" וואס זיי שטעלן צו. און וויבאלד טשורטש ענד סטעיט מישן זיך נישט, ממילא קען די סטעיט נישט צאלן עמטליך שכר לימוד. מיט אזעלעכע פאנדינג מוז עס גיין דיירעקט צו סקול סערוויסעס, און ס'קען נישט גיין צו די עלטערין.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ריעל פעיק ניוז: סאטמאר האט ב"ה אייגענע יונגעלייט וועלכע קענען נעמען קעיר פונ'ם מצב. זיי דארפן זיך נאר אנצינדן. ווען די קארופשן און די מעשים תעתועים פון די וועלכע זיצן ביי די שיסל גייט אריבער א יעדע מאס פון די מטרה פון דעם צדיק דער מייסד המוסדות. וואס אין זיינע צייטן ווען א איד האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד האט ער געהייסן אז מ'זאלל אריינלאזן די קינדער. און ווען דער טאטע האט געהאט א ביסל געלט. דאמאלס האט מען גענומען ביי איהם שכר לימוד. און אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין רעגירונגס פראגראמען...!

איך בין נישט באקאנט בענין קאראפשען ומעשי תעתועים פון וואס זיצן ביים שטיסל, קען זיין יא קען זיין נישט. אבער דיין צושטעל צו אמאל איז נישט ריכטיג. היינט זענען דא אסאך אירע וואס עפארדן זיך א שווענדערישע לייפסטייל אבער ווען ס'קומט צו שכר לימוד שרייט מען אין לי. און נישט נאר דאס נאר ווען מ'שיקט א ביל פארלאנגענדיג די שכר לימוד, מאכט מען זיך מיטאמאל וויסענדיג. איינער וואס לעבט טאקע ארעם און קומט זיך בעטן מ'זאל נאכלאזן די שכר לימוד ווייל ער קומט נישט אויס מיט די געלט, וועט מען גיבן אן הנחה. אבער ס'זענען דא אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך.
זיי דארפן לערנען מער מענטשליכקייט מיט די קינדער ווען מ'איז נאך אינג אז ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי פארשטיין וויאזוי זיך אויפצופירן, ווייל אז נישט דער זעהט מען זיך אין אזא מצב.



קען זיין אז זיי האבן א רייסערישע לעבנס מאדע מיט פילע לוקסוס, אבער קיין דאלער צו זייער נאמען האבן זיי נישט. אבער אין שווערע חובות זענען זיי טיעף דערטרונקען. איך פארשטיי אז איר וועט שרייען אז אויב קען ער טרעפן א וועג ארום צו ראָללען מיט א עסקעלעד דארף ער אויך קענען טרעפן א וועג צו באצאלן שכר לימוד. למעשה אבער איז ער א בעל חוב און קען נישט באצאלן די קאר אויך נישט. ס'זענען דא זייער ווינציג וואס האבן באמת געלט און צאלן גארנישט.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

הגם ס'איז דא וואס בארעכטיגן די גארדס ווייל ס'איז נאר א זומער חדר און דעי קעמפ איז א סערוויס וואס זיי מוזן נישט צושטעלן, איז עס נישט ריכטיג. חדר איז 12 חדשים א יאר, ווי עס איז געווען אמאל.

א קינד מוז ווערן אנגענומען אין חדר נישט קיין חילוק צי די טאטע צאלט אדער נישט. עס איז א נידריגע זאך צו שטעלן שומרים ביים טיר, און דארף פארדאמט ווערן בכל התוקף.

שעים אן יו סאטמאר.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מאך זיכער האט געשריבן:אראפברענגען סעקיוריטי גארד'ס צו פארקנאקן די טויערן אויף נישט פארמעגליכע עלטערן איז א מיאוס'ער עוולה און שטארקער פארלעצונג אין מענטשן רעכטן.

איך דינג מיר. אפי' אויף פארמעגליכע עלטערן טאר מען נישט ברענגען קיין גארדס. דאס איז נישט קיין רעסטוראנט, נאר א מוסד. אן אינסטעטוציע צו בויען פירות און לעכטיגע אידישע דורות. וואס א חילוק צי די טאטע האט געלט און ער צאלט נישט?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מפיל קינד: איך וועל דיר אויסזאגן א סוד. איך אלס באסדרייווער פאר א ת"ת. וואס אויב ס'האטציך אמאל געמאכט אז מיין בעה"ב האט מיר געהייסן נישט אויפפיקן געוויסע קינדער וועגן אומבאצאלטן שכר לימוד. ווען איך בין אריבערגעפארן און די קינדער האבן געזעהן אז זייער באס סטאפט נישט, האבן זיי געהאט גרויס צער. איך האב דאס נישט געקענט אויסהאלטן. ביניך אפילו נישט אריבערגעפארן זייער גאס. ביז איך האב זיי שוין געמעגט צוריק אויפפיקן. (געוויינליך א טאג-צוויי).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: דיין צושטעל צו אמאל איז נישט ריכטיג. היינט זענען דא אסאך אירע וואס עפארדן זיך א שווענדערישע לייפסטייל אבער ווען ס'קומט צו שכר לימוד שרייט מען אין לי. און נישט נאר דאס נאר ווען מ'שיקט א ביל פארלאנגענדיג די שכר לימוד, מאכט מען זיך מיטאמאל וויסענדיג. איינער וואס לעבט טאקע ארעם און קומט זיך בעטן מ'זאל נאכלאזן די שכר לימוד ווייל ער קומט נישט אויס מיט די געלט, וועט מען גיבן אן הנחה. אבער ס'זענען דא אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך.
זיי דארפן לערנען מער מענטשליכקייט מיט די קינדער ווען מ'איז נאך אינג אז ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי פארשטיין וויאזוי זיך אויפצופירן, ווייל אז נישט דער זעהט מען זיך אין אזא מצב.

דאס ארבייט ביידע וועגען. היינט זענען דא רבי'ס וואס עפארדן זיך א שווענדערישע לייפסטייל אבער ווען ס'קומט צו שכר לימוד שרייט מען אין לי , און מ'האלט אין איין העכערען פאר די עלטערען. די זעלבע רבי וואס לעבט אין א פאלאטץ און זיינע קינדער און אייניקלעך מיט אויסגעצאלטע הייזער , וויינט ווי א הייזעריגע קאקאדייל ביי די דיננער אז מ'קען נישט צאלען די מלמדים און האלט אין איין העכערען שכר לימוד. סאו דריי נישט קיין קאפ אז א ראציגע אינגערמאן וואס האט באקימען א ווייב א קלפטע ווייל די מחותנים האבען געשטימט , באקימט אביסעל חיות פון א טייערע קאר , און קען נישט צאלן שכר לימוד

המלוכה והממשלה: אויב, כדבריך, א ראציגער יונגערמאן וואס האט א ווייב א קלאפטע ווייל די מחותנים שטימען טרייסט זיך א ביסל מיט זיין עסקעלעיד, דארף טאקע די ת"ת דאס נישט סובסידירן. אמת ער איז א רחמנות. אבער דאמאלס זאלל ער גיין צו מערידזש קאונסעלינג. אדער, בלית ברירה זיך גט'ן. מ'רעדט פון א מענטש וואס ס'איז כלו כל הקונצן. רענט מוז ער באצאלן. יוטיליטיעס מוז ער באצאללן. מעג דער מוסד וואו ער באלאנגט. און איז מסתמא דארט אויפגעוואקסן, איהם געבן א שטיקל הנחה. מ'מוז נישט גיין מיט איהם בכל חומר הדין. דאס אלעס...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר ו

שליחה דורך אונטער חכם »

ווער איז דער יואלי ברייער, איז ער נישט געווען אמאל איינגעשטעלט אין די מוסדות?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א פאר יאר צוריק האט דאס פאסירט אין קרית יואל, און קאוועשטיבעל איז געווען פרייליך, אלע זאליס האבן זיך אזוי געפרייט. איך ווייס נישט צו איך האב דעמאלס געשריבן, אבער געטראכט האב איך זיכער, אז עוד יבא יום און מ'וועט זיך אפלערנן און טון די זעלבע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א פאר יאר צוריק האט דאס פאסירט אין קרית יואל, און קאוועשטיבעל איז געווען פרייליך, אלע זאליס האבן זיך אזוי געפרייט. איך ווייס נישט צו איך האב דעמאלס געשריבן, אבער געטראכט האב איך זיכער, אז עוד יבא יום און מ'וועט זיך אפלערנן און טון די זעלבע.

:lol:
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
מהיכי תיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 02, 2020 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך מהיכי תיתי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א פאר יאר צוריק האט דאס פאסירט אין קרית יואל, און קאוועשטיבעל איז געווען פרייליך, אלע זאליס האבן זיך אזוי געפרייט. איך ווייס נישט צו איך האב דעמאלס געשריבן, אבער געטראכט האב איך זיכער, אז עוד יבא יום און מ'וועט זיך אפלערנן און טון די זעלבע.
פאסירט האט עס אין קרית מלך רב אויך ביי די זעלבע קהילה בנשיאות די רבי פון די פראנקרייכע אויערבאך חסידים.
green sunday
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 5:17 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

גאווערמענט פאנדינגס פאר UTA 82 Lee Av

שליחה דורך green sunday »

For 2016
שמועסענדיג מיט א חבר זאגט ער מיר אז די הנהלה האט געשריבן אז זייער בודזעט איז $52M
און ביי די דינערס שרייבן זיי אז עס איז דא קע"ה 11,000 קינדער אין די מוסד,

יעצט $52,000,000
מיינוס וואס די ישיבה באקומט פון די גאווערמענט Total of $42,537,098
בלייבט איבער $10,000,000

יעצט

$10,000,000 מיליאן
דיוויידעד צווישן ÷11,000 קינדער,
קומט אויס =$909.10 פער קינד א יאר!
דיוויידעד אין ÷12 חדשים,
קומט עס אויס =$75.75 א חודש!!!!

די שכר לימוד פער קינד איקלודעד, טראנספארטאציע, קרן הבנין, דינער געלט, רעגיסטראציע פי, איז נישט מער ווי $75 דאללאר א חודש!!!!

נישט קיין 5-6 הונדערט אדער אפי' $225 , אפי' נישט קיין "כולל פרייז" פון $130
נאר א נישטיגע $75!!!
שומו שמים וואס דא טוט זיך אָפּ!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34430&p=1514044#p1514044
פארשפארט