געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

שליחה דורך כרם זית »

איך ווענד זיך דא מיט א בקשה צום ברייטן ציבור. א שטיק צייט צוריק האב איך משמר (געוואטשט בלע''ז) געווען א מאווי. פארשטייט זיך אז עס איז געווען בזמן שאינו יום ולא לילה כמבואר בתלמיד. די פראבלעם איז נאר אז ווען עס איז אריבער בין השמשות און איך האב זיך צוריק געזעצט לערנען האב איך פארלוירן די פלאץ (נישט אומזינסט פלעגן מיינע מלמדים אינפארסירן די ''טייטלן'' געזעץ). און ווען איך בין צוריק געקומען די נעקסטע ביה''ש האב איך נישט געטראפן די מאווי.
זעמער געגאנגן צום browsing history מיטן ציל צו טרעפן שפירן פונעם פארלוירנע מאווי. אונז דרוקן אויפן לינק. קומט ארויף א הודעה פון יו טאוב אז זיי האבן איבערנאכט אוועקגענומען די מאווי צוליב א פארלעצונג. זייט דעמאלט האט כרמל'ס נשמה קיין מנוחה ניט. ער לעכצט און ער גארט צו משלים זיין די מאווי. אלזא טייערע חברים כ'וועל דא שרייבן די מעשה פון די מאווי, מיטן האפענונג אז איינער פון אייך וועט מיר קענען ארויסהעלפן, ויהא שלום.
די מעשה איז גאנץ א פעפערדיגע. געווען א ווייבל וועלכע האט קיין ש''ב קיינמאל געהאט. אבער נאכדעם וואס איר מאן האט רח''ל געשלאגן איר באליבטע זון האט זי מחליט געוועזען, עד כאן און זי האט אפגעיאפעצט.
א ליבע צו פייגלעך האט זי געהאט, ממילא פלעגט זי זיך דרייען אויף א זייטל וואו פייגל ליב האבער פלעגן פארברענגן. דארט האט זי געטראפן א מאן פון חלום ארויס, און מיט עקסטאז אפגעמאכט צו שרייבן כתובה.
זיי האבן חתונה געהאט און דער מאן האט זיך אויפגעפירט צו איר גאר ראמאנטיש. אבער נאכן טרעפן אין זיין קאר א נעקלי''ס מיטן אויפשריפט ''צו מיין אמת'ע ליבע'', האט נישט געהאלפן זיין הסברה אז ער האט עס געקויפט פאר איר און ער האט עס פשוט פארלוירן.זי האט אים אנגעהויבן חושד זיין.
דער מאן פלעגט פיל אוועקפארן פאר ביזנעס. האט זי אפגעמאכט זי גייט אים נאכקוקן. קומענדיגע מאל ער האט פארלאזט די הויז, האט זי שנעל איבערגעלאזט איר זון ביי א שכנטע, א נייע חברטע, און זיך אריינגעזעצט אין איר אוטה און אים גענומען נאכפארן. און...
יאפ! זי זעט ווי נישט מער און נישט ווייניגער, זיין קאר שטעלט זיך אפ פארנט פון א הויז. גייט ארויס פון קאר, און אריין אין הויז. אינגאנצן אין כעס גייט זי אריין אין די הויז וועלענדיג אים פאקן ביי די מעשה.
זי נעמט זיך שרייען זייןם נאמען. ער ענטפערט נישט. זי שרייט ''איך ווייס אז דו ביסט דא''. אין קול. לויפט זי ארויף די טרעפ פון די הויז, און טרעפט אים מיט א געשאסנע פרוי. ער לייגט די ביקס צו איר קאפ און זאגט, ''די פאליציי וועט דא זיין אין געציילטע רגעים. זאג אז דו האסט געהארגעט די פרוי. מאך אויף א מעשה אז דו ביזט געווען דזעלעס פון איר. אויב דו טוסט נישט אזוי, איז דיין קינדס לעבן אין געפאר''. ער לויפט ארויס און לאזט איר דארט פאר די פאליציי.
מורא האבנדיג פאר איר זונס לעבן האט זי גלייך מודה געווען אין די מארד. זי האט באמערגט אז איר מאן שטייט אינדרויסן וויינענדיג אויף די מארד, שפילינדיג ווי די מאן פון די געהארגעטע.
גלייך אין פאליציי סטאנציע האט זי גלייך געבעטן צו מאכן א פאן קאל, דערקלערנדיג אז זי איז נישט די מערדערין נאר זי האט עס געמוזט טון פאר די זיכערהייט פון איר זון, און זי מוז ריפן די בעביסיטער זיכער מאכן אלעס איז אקעי. ווען די אויספארשער האט איר איגנארירט האט זי ארויסגעכאפט זיין ביקס צווינגענדיג אים איר צו ווייזן די וועג ארויס. גלייך האט זיך אנגעפאנגן א געיעג נאך איר. זי האט געהיידזעקט א טראק ביי א דערנעבנדיגע גאז סטאנציע, צווינגענדיג דער דרייווער איר צו פירן אהיים.
זי קומט אן אינדערהיים, גייט גלייך צום שכנטע'ס הויז. זי גלייבט נישט וואס זי זעט, די שכנט'ע איז דערשאסן, און איר קינד איז נישט דארט.
זי האט געכאפט אז איר מאן איז נישט געווען א פשוטע טשידער. נאר פאר ביידע פרויען האט ער זיך אנגעגעבן מיט אנדערע נעמען אז זייער ''מאן''. זי האט גלייך געגוגלט די נעמען און געזען אז דאס זענען נעמען פון קינדער וועלכע זענען אומגעקומען אין א פייער עטליכע 20 יאר פארדעם. נאכן פארשן ווייטער האט זי אנדעקט אז די זעלבע שפיל האט ער געמאכט מיט נאך עטליכע פרויען. זי האט זיך יעמט ארויסגעלאזט זוכן די פרויען ווארענען איבער זייער סכנה'דיגע מאן.
...און דא האלט איך...
קען מיר איינער העלפן מיט די נאמען פון די מאווי?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

געדענקסט דער נאמען פון איין עקטער?
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

קאווע קריטיק האט געשריבן:געדענקסט דער נאמען פון איין עקטער?

ניין.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך חוקר ודורש »

די מיינסט אפשר The girl on the train?
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

אמעריקאנע פילם? אלט אדער ניי?
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

חוקר ודורש האט געשריבן:די מיינסט אפשר The girl on the train?

יישר כח פארן ארויסהעלפן. אבער עס איז נישט דאס.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

mevakesh האט געשריבן:אמעריקאנע פילם? אלט אדער ניי?

אן אמעריקאנער פילם. האט נישט אויסגעזען צו זיין צו ניי.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
נאשער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:14 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

שליחה דורך נאשער »

אההה עס זעט אויס ווי א גאר אן אינטרעסנטע מאווי.... נא קען איינער ארויס העלפין אין טרעפין די נאמין!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית: איך שפיר דיין צער. איך קען דיר ליידער נישט העלפן מיט אויפזוכן די פארלוירענע מאווי. אבער איך קען דיר א ביסל בארואיגן מיט דעם פאקט אז דער גרויסער שרייבער חיים גראדע פארציילט אן ענליכע מעשה. מיט אן ענליכן פלאט. נאר ס'ענדיגט זיך נישט מיט רציחה...! והנה...משה'לע מונוואס, וועלכער האט חתונה געהאט מיט די קיילעכיגע יתומה נחמה'לע. זיי האבן געוואוינט אין לייבע לייזער'ס הויף. אבער זיי האבן נישט געהאט קיין שלום בית. משה'לע איז פון פאך אויס געווען א טאפעצירער. וואס מ'רופט אויף ענגליש...An Upholsterer...ער פלעגט זיך עטליכע מאל אין די וואך אין די נאכמיטאג שעות אויספוצן. אייביג אנדערש. אמאל ווי א ביזנעסמאן. אמאל ווי א ספארטלער. און אהיימקומען שפעט ביינאכט. אפילו נאך חצות.

זיין ווייב. און אפילו די שכנים האבן איהם נאכגעקוקט. און זיי האבן זיך געוואונדערט וואו ער גייט דאס אין די פארנאכטס שעות.

אין דעם זעלבן הויז מיט א שטאק העכער פון משה'לע און נחמה'לע האט אויך געוואוינט א איד ר' חזקיה טייטלבוים. וועלכער איז געווען א מייסטער שלאסער. א איד א גרויסער תלמיד חכם. וועלכער פלעגט א סאך מאל אויפ'ן וועג צוריק פון אן ארבעט פארבלאנדזשען אין ביהמ"ד און זיך פארטיפן אין א ספר. דער שלאסער איז געווען זייער א פרומער. ער האט געהאט 3 טעכטער. מלכה די גרושה. סערל. די מיטלסטע. און איטקע. די יונגסטע. וועלכע איז געווען שלאנק און הויעך. מיט א קאפ רויטע האר. אמאל ווען מ'האט געדארפט איבערציען א קאוטש אין דעם שלאסער'ס הויז האט ער נישט געלאזט אז מ'זאלל רופן דעם שכן משה'לע. נאר מ'האט געדארפט רופן אן אנדערן טאפעצירער פון די צווייטע גאס...

איטקע האט געארבעט אלס בוכהאלטערין ביי ר' שכנא אין דעם גרויסן אייזן געשעפט.נאר זי האט נישט געהאט גענוג בילדונג אין די פאך. צוליעב איר טאטע'ס פרומקייט. וועלכער האט איהר נישט געלאזט גיין אין די גימנאזיע. האט דער בעה"ב געזאגט אז אויב זי ווילל אנהאלטן די פאזיציע מוז זי זיך גיין צו לערנען אין א שולע פון בוכהאלטעריי...

איין טאג האט נחמה'לע באשלאסן אז זי וועט נאכגיין משה'לע און זעהן וואו ער גייט. און מיט וועם ער טרעפט זיך. איהר הארץ האט איהר נישט געזאגט קיין גוטס. זי איז שטילערהייט ארויסגעגאנגען פון איהר הויז. נאכדעם וואס משה'לע האט פארלאזט דאס הויז. און זיך געהאלטן ווייט פון איהם אז ער זאלל זי נישט באמערקן. זי זעהט אז משה'לע גייט אריין אין א גאס וואו ס'איז דא א גרויסע געביידע וואו ס'איז אויפגעשריבן מיט גרויסע ווערטער..."גימנאזיע"...משה'לע שטעלט זיך אפ אקעגנאיבער און ווארט.ער קוקט אויף די קוימענס ווי גלייך ער זאלל זיך וואונדערן פארוואס זיי רייכערן זיך...

פלוצלינג הייבן אן ארויסצוקומען מענטשן פון די געביידע. צוערשט קומט ארויס אן עלטערער מענטש מיט א שטעקן. ער איז דער לערער. נאכדעם הייבן אן ארויסצוקומען יונגערע מענטשן. און אט זעהט זי אז זי קומט ארויס פון די גימנאזיע. איהר הארץ האט פארפעלט א קלאפ. און זי זעהט ווי משה'לע הייבט אן צו שפאנען פון די אנדערע זייט און ביים עק גאס האבן זיי זיך פאראייניגט. נחמה'לע האט געמיינט אז זי פאלט אראפ אינמיטן די גאס. מיט גרויס הארצקלאפעניש איז זי שנעלל געלאפן אהיים...!

המשך יבוא, אי"ה.
התנצלות המספר. פאר אזא לאנגע מעשה וואלט איך געדארפט אויפמאכן א באזונדער אשכול. איך האב טאקע אויפגעמאכט אן אשכול וואו כ'האב אנגעהויבן פארציילן די סיפורי מעשיות פון חיים גראדע. אבער דער עולם האט נישט ארויסגעוויזן קיין אינטערעס. איז עס אפגעשטארבן פריצייטיג. אזוי ווי די אלע אנדערע אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט (. וכדי בזיון וקצף...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מונטסורי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
האט שוין געלייקט: 1053 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

שליחה דורך מונטסורי »

אפשר קומסטו אריין מיט די נעמען פון די הויפט קערעקטערס? כ'טראכט מ'קען אפשר זוכן א סצענע מיט די נעמען, כלומר, "עשלי פארט נאך טאם" וכדו'
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

אפשר עפען אזא אשכול אין איי וועלט אפשר דארט קען מען דיר העלפן.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שפילער: ייש"כ פאר די עצה. איך וועלל עס נעמען אין באטראכט. אבער איך האב ליעב קאווע שטיבל. (נאר קאווע שטיבל האט מיך נישט אזוי שטארק ליעב צוריק.) דא אין קאווע שטיבל טאלערירט מען (דערווייל) אלע אפיניאנס, מיינונגען און אויסדרוקן. כל זמן ס'אנטהאלט נישט קיין כפירה אדער ניבול פה, ח"ו. און לויט ווי איך בין אינפארמירט אויף איי וועלט ווען איינער שרייבט אן ארטיקל אדער דרוקט אויס א מיינונג וועלכע איז נישט אין שפאן מיט די אפיציעלע ליניע, ווערט עס געמעקט.

ווייל מיין סטיל פון שרייבן (אויסער די סעפאראטע אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט. זענען געווארן ריסוירטשד פארדעם.) איז ווי מ'רופט עס אויף ענגליש..."אףף דהע קאףף"...אדער ..."פראם דהע גאטט"...! און א סאך מאל געפעלט עס נישט פאר געוויסע מענטשן.!

נאכדעם איז דא געוויסע יחידים וועלכע האבן אין זיך אראגאנץ. (נישט אז זיי זענען (ח"ו אראגאנט.). ווייל זיי האבן שוין אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסישע ביכלעך און זיי האלטן זיך פאר גאנצע פילאזאפן. אבער דאס אמעראצעס (עמי הארצות) במילי דעלמא וואס זיי האבן איינעזאפט אין חעידער איז שטארק בולט. זיי האלטן אז איינער וואס זיין ניק איז בעל עגלה. דער קען נישט און ווייסט גארנישט פון די וועלט צו זאגן. איינער פון אט די פסעוודא(פאלשע) אינטעלעקטואלן האט מיר אפן געזאגט אז..."וואס פארשטייט א בעל עגלה"?...! נאר ער וואס ער לייקנט אין בריאת העולם און אין תורה מן השמים. ער פארשטייט...!

און אלס רעזולטאט. ווען איך שרייב עפעס. אדער דריק אויס א מיינונג. פארן זיי גלייך ארויף אויף מיין פאוסט. נישט ענטפערן אדער קאמענטירן. פון א לייק רעד איך שוין נישט...!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:שפילער: ייש"כ פאר די עצה. איך וועלל עס נעמען אין באטראכט. אבער איך האב ליעב קאווע שטיבל. (נאר קאווע שטיבל האט מיך נישט אזוי שטארק ליעב צוריק.) דא אין קאווע שטיבל טאלערירט מען (דערווייל) אלע אפיניאנס, מיינונגען און אויסדרוקן. כל זמן ס'אנטהאלט נישט קיין כפירה אדער ניבול פה, ח"ו. און לויט ווי איך בין אינפארמירט אויף איי וועלט ווען איינער שרייבט אן ארטיקל אדער דרוקט אויס א מיינונג וועלכע איז נישט אין שפאן מיט די אפיציעלע ליניע, ווערט עס געמעקט.

ווייל מיין סטיל פון שרייבן (אויסער די סעפאראטע אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט. זענען געווארן ריסוירטשד פארדעם.) איז ווי מ'רופט עס אויף ענגליש..."אףף דהע קאףף"...אדער ..."פראם דהע גאטט"...! און א סאך מאל געפעלט עס נישט פאר געוויסע מענטשן.!

נאכדעם איז דא געוויסע יחידים וועלכע האבן אין זיך אראגאנץ. (נישט אז זיי זענען (ח"ו אראגאנט.). ווייל זיי האבן שוין אדורכגעליינט אנדערטהאלבן אפיקורסישע ביכלעך און זיי האלטן זיך פאר גאנצע פילאזאפן. אבער דאס אמעראצעס (עמי הארצות) במילי דעלמא וואס זיי האבן איינעזאפט אין חעידער איז שטארק בולט. זיי האלטן אז איינער וואס זיין ניק איז בעל עגלה. דער קען נישט און ווייסט גארנישט פון די וועלט צו זאגן. איינער פון אט די פסעוודא(פאלשע) אינטעלעקטואלן האט מיר אפן געזאגט אז..."וואס פארשטייט א בעל עגלה"?...! נאר ער וואס ער לייקנט אין בריאת העולם און אין תורה מן השמים. ער פארשטייט...!

און אלס רעזולטאט. ווען איך שרייב עפעס. אדער דריק אויס א מיינונג. פארן זיי גלייך ארויף אויף מיין פאוסט. נישט ענטפערן אדער קאמענטירן. פון א לייק רעד איך שוין נישט...!


ר' בערל, איך בין נישט זיכער "שפילער" האט דיר געמיינט... איך מיין ער האט זיך באצויגן צום פותח האשכול..
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:שפילער: ייש"כ פאר די עצה. איך וועלל עס נעמען אין באטראכט. אבער איך האב ליעב קאווע שטיבל. (נאר קאווע שטיבל האט מיך נישט אזוי שטארק ליעב צוריק.)

טייערער ר'בערל פארוואס אין די וועלט האט איר אזא
Chip on your shoulder? וואס גייט פאר איך זעה נאר פארקערט אז איר זענט גאר באליבט אין שטיבל און מען באלייקט אייך אויך אבער איר קימט ציריק נאכאמאל און נאכאמאל אז מען וויל דיר נישט דא וואס גייט פאר רעביניו?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

נאשער האט געשריבן:אההה עס זעט אויס ווי א גאר אן אינטרעסנטע מאווי.... נא קען איינער ארויס העלפין אין טרעפין די נאמין!

האמת אגיד איך האב געטרייט מיט אלע מיני וועגן צו העלפן אונזער חבר הרב הגאון [tag]כרם זית[/tag]
ולא עלתה בידי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המשך פון פריער: נאכאמאל. מיט מיין אנטשולדיגונג צו דעם פותח האשכול...

נחמה'לע האט זיך איינגעשפארט אין איהר דירה פאר 2 טעג און געיאמערט. זי איז נישט ארויסגעגאנגען. נאך 2 טעג איז זי ארויסגעגאנגען אין הויף. ווען די שכנים האבן זי באגעגנט האבן זיי געהאט גרויס מיטלייד מיט איהר. און זיי האבן איהר גע'עצה'ט אז זי זאלל פארלאנגען א גט פון משה'לע. האט זי נישט געוואלט. די שכנים האבן עס עטליכע מאל פארגעשלאגן פאר איהר. אבער זי האט נישט געוואלט הערן פון דעם. האבן זיי איהר אפגעלאזט. זי איז געווען זייער שטארק פארביטערט. נאר איין זאך האט זי געהאלטן פאר א סוד. אז איהר מאן טרעפט זיך מיט איטקע...דעם שלאסער'ס יונגסטע טאכטער. זי האט זיי געזעהן אריינגיין אין וואלד ביים עק גאס...! זי האט מורא געהאט אז אויב וועט דער סוד ארויסקומען וועט די וועלט חרוב ווערן...!

נחמה'לע האט אויך געהאט א שכנה, גאלדא. וועלכע האט נעבעך פארלוירן א יונגעלע. און זי האט שטענדיג גערעדט צו זיך אליין. ווי גלייך זי רעדט צו איהר יונגעלע. ווען זי איז געווען אליין. ווייל איהר מאן איז א סאך מאל געפארן קיין אשמענע. דארט וואו דער קרייז געריכט איז געווען. ווייל ער האט געפיהרט א משפט מיט זיינע עלטערע ברידער איבער די ירושה.

נחמה'לע האט אייביג געהערט ווי איהר שכנה רעדט צו זיך אליין. דאס האט איהר געשטערט. האט זי פון גרויס פארביטערטקייט אויסגעטראכט א פארטל וויאזוי משוגע צו מאכן איהר האלב צודרייטע שכנה. זי האט גענומען א לעפעלע. זיך אויפגעשטעלט אויף א בענקל. און מיט דעם לעפעלע געקלאפט אין די וואנט. ביז די שכנה איז געווארן היסטעריש. און זי איז ארויסגעלאפן אין הויף שרייענדיג היסטעריש אז זי האט געהערט קלאפן ביי איהר אין וואנט. מסתמא איז דאס שדים. און נחמה'לע איז אויך ארויסגעלאפן און געזאגט אז זי האט אויך געהערט קלאפן אין וואנט. און זי האט געזאגט אז מסתמא איז דאס שדים. און זיי האבן ביידע גענומען יאמערן היסטעריש.

דער שפיעל האט זיך איבערגעחזר'ט א יעדעס מאל ווען משה'לע איז נישט געווען אינדערהיים. און זי איז געווען אליין אינדערהיים האט זי משוגע געמאכט די שכנה...!

איין טאג ווען משה'לע איז צוריקגעקומען פון זיינע וואנדערונגען האבן אים די שכנים די הויף זיצערס אנגעכאפט און אנגעשריגן אז נאך איינמאל ער וועט איבערלאזן זיין ווייבעלע אליין און זי וועט ארויסקומען שרייען היסטעריש אז די שדים קלאפן ביי איהר אין וואנט וועללן זיי איהם צוברעכן אלע ביינער...! האטציך משה'לע דערשראקן און ער האטציך אנגערופן. איך פארשטיי נישט ווען איך בין אינדערהיים דאמאלס קלאפן די שדים קיינמאל נישט. וואס, זיי דערשרעקן זיך פאר די ציצית וואס איך טראג נישט...?!

האט זיך משה'לע דערטראכט צו א שפיצל. ער האט געשיקט זיין ווייב זי זאלל איהם גיין קויפן ציגארעטלעך. האט ער אויפגעמאכט די טיר. און ר'האטציך באהאלטן אונטער'ן בעט. ווען נחמה'לע איז צוריקגעקומען האט זי געזעהן אז די טיר איז אפן. האט זי געטראכט אז מסתמא איז משה'לע ארויסגעגאנגען. ווען זי האט געמיינט אז זי איז אליין. האט זי גענומען מאכן דעם שפיעל מיט די האלב צודרייטע שכנ'טע גאלדא. זי האט גענומען קלאפן מיט דעם לעפעלע מיט גרויס אייפער. ביז איהר שכנ'טע איז געווארן היסטעריש און גענומען שרייען. דאמאלס האט משה'לע געזעהן אז די שדי'כע איז זיין אייגן ווייבעלע. איז משה'לע ארויסגעקראכן פון אונטער'ן בעט און גענומען שלאגן און שרייען. נחמה'לע איז ארויסגעלאפן אין הויף און משה'לע איז איהר נאכגעלאפן און געשלאגן. זאגנדיג צו די שכנים...נו, וואוילע יונגען עטץ האטץ מיר געדרייט א קאפ מיט שדים. יעצט זעהט עטץ אז זי איז די שדי'כע אליין. פלוצלינג איז אנגעקומען די שכנ'טע גאלדא'ס מאן פלטיאל שקלאר. און ער האט געזעהן ווי זיין ווייב שרייט היסטעריש. האט ער זי אריינגעיאגט אין הויז.

אלע שכנים זענען זיך צוזאמגעלאפן. אויך דעם שלאסער ר' חזקיה'ס ווייב מיט איהרע טעכטער. איטקע איז אויך דארט געווען. ווען נחמה'לע האט געזעהן איטקע ווי זי לאכט פון איהר, האט זי פארגעסן פון איהר סוד און זי האט גענומען שרייען היסטעריש פאר אלע שכנים..."צוליעב איהר, די פארדארבענע מויד האביך דאס געטון (כ'ווילל נישט נוצן זיין לשון). מיט איהר איז ער ארומגעגאנגען. פון מיין אפגעשפארט געלט האט ער איהר געקויפט מתנות"...! ווייל נחמה'לע איז געווען א שניידערין. און זי האט געהאט אפגעשפארט א סאך געלט. נאך די חתונה האט משה'לע געזאגט פאר איהר אז זי זאלל איהם געבן איהר אפגעשפארט געלט. ווייל ער ווילל גיין ארבעטן פאר זיך אליין.

ווען איטקע'ס מאמע די שלאסער'קע האט געהערט וואס נחמה'לע זאגט אויף איהר טאכטער האט זי גענומען שרייען מיט באנומענע קולות אויף נחמה'לען..."איך וועל דיר אויסרייסן די האר און אויסדראפען די אויגן פאר בארעדן מיין טאכטער"...!

אבער אלע שכנים זענען געבליבן שטיל. קיין איינער האט נישט געטראכט אז די מעשה איז נישט אמת.

אויף די געשרייען פון די שלאסער'קע איז ר' חזקיה ארויסגעקומען פון בית המדרש. וואו ער איז געזיצן און געלערנט. ס'האטציך איהם געדאכט אז דער טומל אין הויף האט עפעס צו טון מיט זיין משפחה...!

וואו איז נחמה'לע געשלאפן יענע נאכט. און וואס איז געווארן מיט איטקע דעם שלאסער'ס טאכטער וועלל איך בלי"נ פארציילן אין דעם אשכול וואס איך האב אויפגעמאכט...ועוד חזון למועד...!

כרם זית: איך האף אז דו האסט הנאה געהאט פון די מעשה'לע...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליעב צו וויסן: דו ביסט גערעכט. אבער איך האב כאטש געהאט א געלעגנהייט זיך א ביסל אראפצורעדן פון הארץ...!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

קוק אדורך דעי ליסט
https://m.imdb.com/list/ls002827497/
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אויב דו גייסט צוריק צו די היסטארי פון יוטיוב יענע טאג, וועלן דיך נישט די אנדערע לינקס בעפאר און עפטער אפשר דערמאנען? זיי זאגן אסאך מאל די קאנטעקסט העלפט. אויך, אויב דו קוועטשט אויפן דיליטיעד לינק, אפשר וועט יוטיוב'ס רילעיטעד suggestions דיך געבן א הינט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

כרם זית האט געשריבן:קען מיר איינער העלפן מיט די נאמען פון די מאווי?


איר קענט פרובירן זיכן דא.
http://www.whatismymovie.com
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

כרם זית האט געשריבן:
קען מיר איינער העלפן מיט די נאמען פון די מאווי?


אדער גייט צו אייער בראוזער קאפירט דעם לינק פונעם פארמעקטן יאטאב ווידיאו און פעיסט עס אריין אינעם געוועב ארכיוו זייטל עס איז מעגליך דא דארט.
דא האט איר דעם לינק.

https://web.archive.org/
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואס מיינט א מאווי?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

שליחה דורך קל וחומר »

קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיינט א מאווי?
א געוויסע קריכעדיגע באשעפעניש מיט ציינער אויפן קאפ.
פארשפארט