ר"ה אין אומאן - ע"פ דעת תורה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

וויליאמסבורגער
ייש"כ פארן ברענגען דעם שאץ מאץ,
ער שרייבט דאך אזוי גוט, איך מיין ווען דער מחבר זעהט דאס שרייבט ער שוין נישט קיין קונטרס
יהודי לו "ציוני"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר זהב האט געשריבן:מיט'ן לעצטן שטיקל מיינט ער אונז...


נישט יעדן פון אונז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

שמעקעדיג האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מיט'ן לעצטן שטיקל מיינט ער אונז...


נישט יעדן פון אונז.


ווער פונקטליך מיינט וועם? אז א זעלבסט פראקלאמירטער השקפה אינטערנעט בלאגער זאגט עפעס דארף איך מיינען עפעס? פארוואס נישט ארויסשרייבן קלאר וואס ער מיינט?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ירושלים האט געשריבן:

רב לעיקוואד, טעית ובגדול
די טענה איז בכלל נישט אויף די ערליכע וואס פארן
די טענה איז נאר אויף די וואס מאכן א עבודה זרה פון די גאנצע געפאראכטץ
און פון די רשעות פון פייניגן אנדערע צו פארן,
אדער דער מסיון צו העצן די בחורים קעגן די טאטע'ס
און זאגן אז ס'איז מניעות ווען דער טאטע לאזט נישט
וכבר בכה בחור וואס זיין טאטע האט אים געלאזט פארן, ווייל ער האט נישט קיין מניעות וד"ל.
וע"ז צועק המחבר,
אבער בכלל נישט קעגן די ערליכע דו"ק ותשכח


דו"ק ותשכח אז די וואס שרייבען די סארט קונטרסים/פאטשקעווילען מיינען גאר נישט אזוי שיין נאר די רשעות וכו'. רשעות איז דא אויך אין וויזניץ ווי מען צווינגט יעדער אנצוטוהן דער היט פארקערט, ס'בכלל נישט א דבר מיוחס אין ברסלב, יעדער פארטיי האט זיך זייער רשעות, און זייער עבודה זרה. דער טאטע וואס שטערט זיין זון פארען ווי ס'ציעט עם דאכסט זיך אז נישט דער זוהן אדער זיין חבר וואס האט עם מקרב געווען איז די רשע דא נאר דער טאטע, און זאיז טאקע מניעות., פארוואס נישט, א יוד רעדט זיך איין אז אזוי וועט ער נאנט ווערן צום אייבערשטען און מען שטערט עם פאר קינדערישע סיבות דאס מיינט מען טאקע מניעות.
מאכען א חילוק תווישען די "ערליכע" און די נישט ערליכע איז בערך אזויווי די וואס זענען מתנגד נאר צי די עקסטרעמע אראבער נישט צו די וואוילע, אדער אחמדזיניזאד וואס איז מתנגד נאר צו ציונים נישט צו יודען, בקיצור הוילע שקר.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון אוי וויי קארטאנס
בילד
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »


וואסי פשט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איני יודע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

א פליאה עצומה דער שאץ מאץ!

דאס איז דער זעלבער מאץ וואס האלב פון זיינע השקפה ארטיקלען באשטייען פון בויען אויף דער מצב און גוטע געפיל ארום א מצוה, און דאס העכערקייט וואס דאס צייגט. פלוצלונג דארט וואו דער גוטע געפיל דאס געשמאק פון "שפירן א נאנטקייט" שטייט אים אין וועג, האט ער דעם פסיכאלאגיע הסבר פון ואני, אז דאס איז נאטורליכע אילוזיעס.
דער צווייטער האלב פון שאץ מאץ'ס השקפה באשטייט פון אן אבסורדע אביוז פונעם ווארט "מסורה". אבער ווידער ווען ס׳שמעקט אים נישט, ווערט ער א גאנצע אקעדעמיקער און היסטאריקער ווען און וויאזוי די מנהג פון הונדערטער חסידי ברסלב האבן זיך מוסר נפש געווען צו פארן לאחר מותו אונטער די שטיינער פון די טאלנע חסידים, אדער אונטער די טעראר פון קאמוניסטן, צו קומען צו זייער רבי. ער ווערט אן עקספערט ווען מ'מעג יא בויען א ביהמ"ד ביי קברי צדיקים (לכאורה ווייל זיין גוטער איד איז יא געגאנגען צו רשב"י וכדו')
אויב ס'קרענקט איינעם אז דער אדער יענער משפיע שלעפט צו זיך חסידים פון דעם אדער יענעם חסידות, פארשטיי איך די קאנקורענץ קרעמפען. אבער לאמת לאמיתו איז א היפאקריטסווע פאר איינער וואס שטעלט זיך אהער אלס דער אפיציעלע אינטערנעט השקפה פארטיידיגער פון ראבאטישע זשודיאיזים צו פלוצלונג ווערן א פסיכאלגישער עקספערט און חוקר אין עוואלוציע פון יענעם'ס מסורה.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אזוי אויסצולאכן אן אייגענעם רבי'ן??!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=q4aYoCaIGVM[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דאס איז קלאר חשיש.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זר זהב האט געשריבן:

וואסי פשט?

ר' איטשע מאיר וואקלט זיך שוין אפאר יאר איבער די שאלה אויב אומאן איז חשבוער אדער ירושלים. שוין אלאנגע צייט וואס ער טעהנ'ט אז דער עיקר איז זיין אין ירושלים ארץ ישראל און ממשיך זיין דארט די בחינה פון ר' נחמן. היי יאר האט ער סוף סוף באקומען גאטס דאס אויסצופירען למעשה. אין די הקדמה פון זיין ספר ים החכמה היי יאר שטייט וועגן דעם באריכות.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דאן פארוואס איז ער געווען אין אומאן בעפאר יו"ט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וויייזט אויס די גאטס האט ער נאר באקומען מוצאי שבת.
חוצמזה, וואס איז שלעכט זיין א שבת פאר ר"ה אין אומאן?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך ווייס נישט. ס'זעהט אויס אינטערעסאנט. האט אים איינער איבערגעצייגט אין אומאן אז ס'בעסער צו זיין אין ירושלים?...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

זר זהב האט געשריבן:איך ווייס נישט. ס'זעהט אויס אינטערעסאנט. האט אים איינער איבערגעצייגט אין אומאן אז ס'בעסער צו זיין אין ירושלים?...

אפשר האט עם גאר ר' נחמן אליין אזוי געזאגט? [מיט די סארט מענטשען, גיי וייס..]
אויך האט ער אפאר וואכען צוריק געמופט צו או נייע גרעסערע בית מדרש אין ירושלים, זעהט אויס דאס האט עפעס צוטוהן דערמיט.
I have a dream
Martin Luther King ~
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

ער האט שוין אפאר יאר צוריק געזאגט אז איינמאל ער ציהט זיך אריבער צו זיין נייע ביהמ"ד גייט ער שוין נישט קיין אומן און כך הוה די יאר איינמאל ער האט זיך אריבער געצויגן צו זיין נייע ביהמ"ד האט ער געמאלדן אז ער פארט נישט , הרב קיוואק א ברסלב'ע משפיע האט איהם איבער גערעדט אז ער זאל יא פארן, זעהט זיך אויס אז עס האט נישט גענוג געפויעלט און ער איז אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

באקומען אין אימייל פון תורת חכם- רב מורגנשטרן'ס ישיבה
א קונטרס וואס רעדט ארום גאר שטארק אז ר' נחמן האט נישט געוואלט מזאל פארען צו עם פון אר"י. מיט מקורות פון ברסלבער חסידים פון פריערדיגן דור.
כהאב עס דא ארויפגעלייגט וייל סגעווען צו גרויס פארן סייט
http://www.megafileupload.com/en/file/3 ... --pdf.html
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

איבערבליק אויפ'ן נער'ישן ביכל "חונן הדעת"

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב דורכגעליינט בעיון דעם העסליכן נארישן ביכל "חונן הדעת", און איך וועל שרייבן מיין מיינונג לעניית דעתי אויף דעם ביכל.
בקרוב אי"ה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

איבערבליק אויפ'ן נער'ישן ביכל "חונן הדעת"

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב דורכגעליינט בעיון דעם העסליכן נארישן ביכל "חונן הדעת", און איך וועל שרייבן מיין מיינונג לעניית דעתי אויף דעם ביכל.

הקדמה

א) ער שרייבט (דף 2) אז דער ביכל איז נישט געשריבן געווארן פאר ברסלבע חסידים, נאר פאר די אלע וואס זענען נאכנישט פארכאפט געווארן, ער האט א שטארקע פּוינט מיט דעם ווייל א אמת'ער ברסלבער חסיד וואס קען גוט די ברסלבע ספרים זעהט גלייך אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיין לעבן, ער שרייבט בכלל נישט צו די זאך, אבער א גרינער וואס ווייסט נישט גארנישט, ווערט טאקע איבערגענומען פון זיינע - אזוי גערופענע – לאגישע ווערטער.

ב) נאכן דורכליינען דעם ביכל, זעה איך קלאר אז דער מענטש הייבט נישט אן צו וויסן וואס ברסלב איז בפרט, און נישט וואס די דרך החסידות איז בכלל, ער לייגט אראפ יסודות געבויעט אויף זיין געוואלדדיגן כח הדמיון, און אויף דעם בויעט ער אויף גאנצע בנינים אן קיין שום האפט.

ג) אויסער דעם איז דא אסאך זאכן אינעם ביכל וואס זענען סתם אפענע שקרים, ווי איך וועל ווייטער אראפברענגן הכל על מקומם, אסאך זאכן ברענגט ער אראפ פעלערדיג, ער שרייבט נישט די המשך וואס עס שטייט פארדעם און נאכדעם און פון דעם קומט ער אויף מיט א געוואלדיגע באמבע קשיא, וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס, איך בין אים נאר דן לכף זכות אז ער האט זיכער געמיינט מיט דעם העכערע זאכן, ווייל על פי פשוטו רעדט ער אסאך מאל בכלל נישט צו די זאך.

ד) דרך אגב (דף 3) דער מחבר רעגט זיך שוין פון פאראויס אויף די אלע וואס גייען ענטפערן אויף זיין ביכל, זאגענדיג "היתכון מען רעגט זיך אויף דעם ביכל? יעדער האט דאך א רעכט צו זאגן זיין מיינונג" מיין קשיא איז אבער אז אויב מעג יעדער זאגן זיין מיינונג, מעג איך דאך אויך זאגן מיין מיינונג אויף דיין ביכל, נישט אזוי? טא וואס ביזטו אזוי ברוגז?

ה) ווען איך צייכן צו א דף אין זיין ביכל איז עס לויט די דפין פון מהדורא בתרא.

און יעצט צום ענין

איך וועל גיין מענין לענין לויטן סדר פונעם ביכל, און אדרבה, אויב האב איך עפעס אויסגעלאזט, אדער ווער עס האט אן הגהה, זאל זיך אנרופן, און איך וועל עס פרובירן צו פארענטפערן.

א. דף 2 - "יש הוספות וגרעון בליקוטי מוהר"ן" - ווי ווייט איך ווייס זענען זייער אסאך אדער רוב ספרי חסידות געשריבן געווארן דורך די קינדער אדער תלמידים וואס זיי האבן געהערט פונעם צדיק, ממילא מיינט דאס אז מען קען דאס נישט אנעמען אלץ אמת, ווייל דער צדיק אליינ'ס האט עס נישט געשריבן?

ב. דף 3 - "אין להדפיס דברים תמוהים בשם צדיקים" - אז אין דיינע אויגן איז עס תמוהים, מיינט נאך נישט אז מען טאר עס נישט דרוקן, ברוך ה' עס זענען נאך דא אסאך אידן וואס האבן אביסל מער שכל פון דיר, און זיי פארשטייען עס ב"ה זייער גוט.

ג. דף 3-16 ער איז מאריך היבש אפאר בלעטער קעגן פארן אויף אומן און נאך, זיין בנין איז געבויעט אויף יסודות פון זיין פארקרומטע קאפ, וועל איך שרייבן עטליכע נקודות, וואס וועט אפווארפן זיין יסוד און אוטאמאטיש דעם גאנצן בנין, און אין איינוועג'ס וועט עס אויך אפפרעגן א גרויס חלק פון דעם ביכל.

1) רבי נחמן ברסלב'ער זי"ע האט געשריבן ספרים און געזאגט תורות, מיטן זעלבן ציהל וואס אלע צדיקים האבן עס געטוהן, צו מקרב זיין אידן לאבינו שבשמים אז אלע אידן זאלן זוכה זיין מקיים צו זיין אלע מצות שבתורה בכל פרטי' ודקדוקי'.

2) יא! מען מוז צוקומען צו א צדיק וואס זאל העלפן דעם מענטש מקיים צו זיין די מצות, חז"ל זאגן (מובא ברש"י פ' עקב יא,כב) ולדבקה בו, אפשר לומר כן, והלא אש אוכלה הוא? אלא הדבק בתלמידים ובחכמים ומעלה אני עליך כאלו נדבקת בו, דו ווילסט דיך מדבק זיין אינעם אייבערשטן? זיי דיך מדבק אין צדיקים! דער הייליגער רמב"ם פסק'נט עס (הלכות דעות ו, ב) מצות עשה להדבק בחכמים ותלמידיהם כדי ללמוד ממעשיהם כענין שנאמר "ובו תדבק" וכי אפשר לאדם להדבק בשכינה, אלא כך אמרו חכמים בפירוש מצוה זו הדבק בחכמים ותלמידיהם. דער רמב"ם האלט אז עס איז א מצות עשה דאורייתא, און נישט נאר עפעס א שיינער ענין, ווי ער שרייבט אין זיין ביכל.
און אזוי איז פיל אלע ספרים פון מתן תורה ביז יעצט, אין אלע ספרי מוסר וחסידות, אז מען קען נישט זיין אן אמת'ער ערליכער איד, נאר אויב מען איז מקושר צו א צדיק.

3) צו וועלכן צדיק? קענסט גיין צו וועלכן צדיק דו ווילסט, יעדענ'ס הארץ ציהט אים צו א צווייטן דרך, דער עיקר איז נאר אז מען טאר זיך נישט לאזן נארן, מען קען נישט גיין צו א צדיק נאר צו טאנצן אויף די פארענטשעס און זיך דביקות'ן, דער עיקר דארף מען זעהן צו דו באקומסט עפעס פון דעם צדיק, אויב העלפט ער דיר צו זיין ערליך, צו לערנען תורה, צו תשובה טוהן, צו מקיים זיין די מצות ווי מען דארף, דעמאלט'ס זאלסטו גיין צו אים.

4) פארשטייט זיך אז ווען מען גייט צו א צדיק דארף מען פאלגן וואס ער הייסט.

5) גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם! אז מען לערנט די ספרים פונעם צדיק קען מען זיך אויך מדבק זיין צו אים, אויב מען פאלגט וואס ער שרייבט, מען גייט אין זיינע וועגן איז מען זייער מצליח.

6) אזוי ווי אלע צדיקים האט רבי נחמן אויך געהאט זיין אייגענארטיגע דרך ווי אזוי מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, ער האט געזאגט תורות און געשריבן ספרים, פיל מיט געוואלדיגע עצות, ווי אזוי יעדער איד אן אויסנאם, פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן קען דורך זיינע עצות נתקרב ווערן צום אייבערשטן.

7) ובפרט זיין הויפט עצה, פון רעדן צום אייבערשטן, אלע ברסלב'ע ספרים זענען פיל מיט דעם, רבי נחמן האט געזאגט אז די עצה איז שוין אן אלטע עצה וואס אלע צדיקים האבן געטוהן, ער איז נאר געקומען עס אויפפרישן, אז מען זאל עס אנהייבן צו טוהן למעשה, און ווער עס וועט עס טוהן וועט זיכער ווערן אן ערליכער איד.

8) "ברסלב" איז נישט קיין פארטיי און אפילו נישט קיין חסידות, "ברסלב" איז נאר רבי נחמנ'ס ספרים און זיינע עצות, ווער עס טוט עס, ער פאלגט זיינע עצות איז א ברסלב'ער חסיד, דאס מיינט נישט אז ער מוז זיך יעצט ארויפלייגן א נאטיץ אויף זיין שטערן: "איך בין א ברסלב'ער", ער קען ווייטער אנגיין אין לעבן פונקט ווי פריער, ער קען בלייבן אין די זעלבע חסידות ווי ער איז געווען ביז יעצט, די איינציגע חילוק איז נאר אז ער ניצט די גוטע עצות פון רבי נחמן אז עס זאל אים העלפן אין לעבן, צו זיין אן ערליכער איד.

9) רבי נתן דער געטרייער תלמיד פון רבי נחמן, וואס האט אויף זיינע אייגענע הויט געפילט וואס רבי נחמן האט געטוהן מיט אים, ווי זיינע געוואלדיגע עצות האבן אים מקרב געווען צום אייבערשטן, איז אים עס אזוי געגאנגען אין לעבן אז ער האט אפגעמאכט אז ער גייט דאס אויספויקן פאר די גאנצע וועלט, פארוואס זאלן נישט אלע אידן וויסן פון דעם?
אלע זיינע תורות און ספרים וואס ער האט געמאכט זענען נאר געבויעט אויף די ווערטער פון רבי נחמן, און לעניית דעתי פארשטיי איך נישט פארוואס דער בעל ה'ביכל איז אזוי ברוגז אויף אים אז ער מאכט רבי נחמן אזוי גרויס? די אלע גרויסקייטן וואס רבי נתן זאגט אויף רבי נחמן זענען אלעס אויף די נקודה אז רבי נחמן'ס תורות האבן א גרויסן כח צו מקרב זיין יעדן איד צום אייבערשטן, אדרבה פרוביר עס אויס און דו וועסט אויך הנאה האבן, און דו וועסט אויך ווערן אן ערליכער איד!

10) עס איז באקאנט אז וואס א צדיק טוט בחייו, די זעלבע זאך איז ער עוסק במותו, בחייו איז רבי נחמן'ס איינציגע ציהל געווען צו מקרב זיין אידן צום אייבערשטן, און אויך במותו איז ער ווייטער עוסק אין דעם.
און יא! רבי נחמן האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דארט די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי, וועט ער אים ארויסשלעפן ביי די פאות פון שאול תחתית!
דאס איז נישט נאר נאכן שטארבן פונעם מענטש, וועט ער אים העלפן, אזוי ווי עס איז דא אזא ענין ווי ער ברענגט דארט פון ספרים אינעם ביכל.
ניין, דאס איז נאך דא אויף דער וועלט! רבי נחמן נעמט זיך אונטער אז ווער עס וועט עס טוהן, וועט ער זיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט, און העלפן דעם מענטש אז ער זאל מקורב ווערן צו אים, און אז ער זאל אנהייבן צו ווערן אן ערליכער איד נאך אויף די וועלט, און שוין דא אויף די וועלט שלעפט ער אים ארויס פון שאול תחתית.

11) רבי נחמן האט אויך געזאגט אז אפילו די מענטשן וועם ער קען נישט העלפן א גאנץ יאר אויב זיי וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה, קען ער זיי אויך העלפן.

12) הבחירה בידיך! קיינער צווינגט נישט, קיינער שלאגט נישט, קיינער שלעפט נישט, ווער עס האט אביסל יראת שמים און אביסל שכל אין קאפ, וועט אויספרובירן און פארן אויף אומן און זאגן די צעהן קאפיטלעך תהלים, וואס קען עס שאדן?
עס זענען דא אידן וואס האבן עס שוין געטוהן (וגם אני הקטן בתוכם) און זיי זאגן עדות אז עס האט זיי געטוישט זייער גאנצער לעבנ'ס שטייגער, יעצט פארן זיי אויף אומן נישט ווייל זיי "גלייבן" אין רבי נחמן אז ער וועט זיי ארויסשלעפן פון שאול תחתית, נאר ווייל זיי האבן דאס "געזעהן" מיט די פליישיגע אויגן, אז נאך אויף די וועלט שלעפט זיי רבי נחמן ארויס פון שאול תחתית, צוביסלעך מער און מער.

13) "עס קומען אויף אומן אלע סארט מענטשן" - אמת עס זענען דא אסאך סארט מענטשן אין אומן ובתוכם אסאך בעלי עבירה.
שתי תשובות בדבר.
קודם, קען איך דיר ווייזן אין יעדע היימישע בית המדרש אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנרא, וכו' וכו' אז עס זענען דא דארט גענוג בעלי עבירה, בסתר ובגלוי, נא? פארדעם זענען מיר דאך דא, ווען דער בעל עבירה גייט טוהן עבירות איז עס א פראבלעם, אבער אז ער קומט אין בית המדרש, אז ער קומט אויף אומן צו תשובה טוהן, איז דאך גוט.
צווייטנ'ס, וואס האב איך מיט יענעם? עס איז אמאל אריין א איד אין שפיטאל, ער האט זיך צובראכן די פינגער און ער איז אריין אין שפיטאל זיך היילן, ער קומט אריין און זעהט וואס דארט טוט זיך און ער לויפט גלייך ארויס און שרייט: "ווי האט עטץ מיר דא אריין געברענגט? עס איז דאך ממש א משוגעים הויז, איינער גייט ארומגעבינדן די האנט איינער איז ארומגעבינדן די קאפ, און איינער ליגט צוגעבינדן צו מאשינען, א.א.וו., ווי קום איך דא אריין?"
זאגט מען אים: "רבי איד, דא איז א שפיטאל, און יעדער קומט זיך היילן אויף אנדערע קרענק, דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביזט נישט אזוי פארוואונדעט ווי זיי, אבער דו דארפסט אויך קומען דא צו אויסהיילן דיינע וואונדן".
אומן איז א שפיטאל! מיט א גאר גרויסע דאקטער רבי נחמן, יעדער קומט זיך היילן ברוחניות ביי אים, ב"ה איך בין נישט אזוי שטארק פארוואונדעט ווי אנדערע מענטשן וואס קומען דארט, אבער איך קען אויך ניצן א דאקטער, איך בין דאך אויך נישט אינגאנצן גוט בשלימות.


14) אזוי ווי אידן האבן זיך עס אליינ'ס איבערצייגט, פון די געוואלדיגע התעוררות וואס זיי האבן באקומען אין אומן, אין ווי דאס האט געטוישט זייער גאנצע לעבן, עס האט זיי שוין יעצט ארויסגעצויגן פון שאול תחתית, דערפאר ווילן זיי דרוקן ספרים און פארשפרייטן פאר יעדן איינעם די גרויסקייט פון פארן אויף אומן ובפרט אויף ראש השנה, פשוט משום אל תמנע טוב מבעליו, פארוואס זאלן נישט נאך אידן הנאה האבן?
עס קרענקט דיר די צעטליך און די ספרים? עס שטעכט דיר אויס די אויגן? ווער הייסט דיך עס קוקן? אבער איך פארשטיי נישט וואס איז די פראבלעם ווען מען וויל מיטטיילן מיט נאך אידן מיין עקספיריענס?

15) און עס איז אפילו נישט כדאי זיך מטפל צו זיין מיט די לעכערליכע טענה, אז ווען מען רעדט פון די גרויסקייט פון גיין אויף אומן לייגט מען צו צו די תרי"ג מצות.
די טפשות דערפון רעדט פון זיך אליינ'ס, א צדיק זאגט צו אז ער וועט העלפן ווער עס וועט קומען צו אים, און ער בעהט מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, פארשטיי איך בכלל נישט ווי קומט אריין דא בל תוסיף?

איך וויל נישט רעדן אויפ'ן מחבר פונעם ביכל, אבער עס מוז זיין אז ער האט דא אינזין געהאט עפעס העכערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט, אבער ווי מעג מען שרייבן דברים תמוהים פאר מענטשן?

איך האפ אז פון יעצט וועט דער בעל ה'ביכל מער אינזין ביי די ברכה פון "חונן הדעת" וואס ער קען דאס גאנץ גוט ניצן.

איך וועל מיר דא אפשטעלן, און איך וועל בקרוב צוריק קומען מיט די המשך (אפשר לויט די תגובות)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברסלבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיקוה נייעס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:29 pm
געפינט זיך: און מקוה
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

שליחה דורך מיקוה נייעס »

ברעסלב וואס איז שלעכט געווען מיט דיין אלטע ניק ? און פון האסטו דאס געקאפיט ?
נישט דא קיין לייכטערע זאך ווי א שווער פעקל געלט

געהערט און מקוה עס קומט גוטע צייטען
פארשפארט