וואס האט פאסירט מיט די מארדער הארנעט'ס?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

וואס האט פאסירט מיט די מארדער הארנעט'ס?

שליחה דורך גבור חיל »

אין א העל"ן טאג אינמיטן דעם לאנגווייליגן קווארענטין, האט די שאקירנדע נייעס דערגרייכט מיינע אויער פויקלעך און אויגן ברעמען, נעמליך, א מחנה גרויזאמע אינזעקטן מיטן נאמען מארדער הארנעט'ס האבן באטרויטן דעם אמעריקאנעם באדן, די דאזיגע אינזעקטן זענען אנגעבליך א גרעסערע סארט און מער מאכטפולער בין פונעם אלגעמיינעם סארט, און בכוחו הגדול קען ער הארגענען מענטשן גאר, ווי עס האט שוין פאסירט אינען ווייטן אזיע.

יעדער זכ"ר בונדל אדער טשי"ק פיעס אויף יעדע נייעס קוואל איבער אמעריקע זענען געוועזן פארנומען מיט דעם און אנגעשראקן דעם המון עם מיט איר שעדליכקייט און פרובירט צו בארויגן אז זיי שעדיגן געווענליך נישט קיין מענטשן, נאר זענען געווענליך בלויז א גאר שטארקע סכנה פארן בינען פאפולאציע, וועמען זיי טוען ערמארדן אין געציילטע מינוטן גאנצעטע בינען שטאקן.

אזוי צו אזוי האט א שטארקע שרעק ארום גענומען יעדעם איינעם, וואס גייט זיך דא אויסקאכן, נישט גענוג מיטן קאוראנע עפידעמיע ווערן מיר גאר באשאנקען מיט א פרישן גאר מאכטפולען מערדער.

גייט נישט דורך קיין וואך צוויי, און דער גאנצער געוועזענער געשפרעך פון טאג איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט ווי קיינמאל נישט דא געוועזן, ענדליך צו וואס עס האט פאסירט מיטן אלאמירנדן קאוואסאקי דיזיעס, ולא נודע כי בא אל קרבנה, ניט דא. פינטל.

וואלט איך געוואלט וויסן אויב איינער ווייסט וואס האט דא פאסירט?
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וואס האט פאסירט מיט די מארדער הארנעט'ס?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

זכ"ר בונדל אדער טשי"ק פיעס[emoji38]
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

א. נישט די גאנצע מידיע האט געשטורעמט, נאר אלעס איז געקומען פון איין קוואל.

ב. טראמפ איז דעמאלטס געשטאנען גוט אויפן מאמענט אין די אנקעטעס.

ג. די הארנעטס איז נאר טויטליך פאר האניג ארבעטער וואס האנדלן מיט די בינען. מ'דארף באקומען אזא 50 שטעכעס צו שטארבן. ס'טוט טאקע מער וויי א שטאך פון אים/איר, אבער נישט אויף צום שטארבן.

ד. די עיקר ריזיקע פון דעם בין איז פאר די האניג אינדוסטרי, וויבאלד מענשטן וועלן זיך אפהאלטן פון פראדוציר האניג וועגן דעם בין.

ה. די זעלבע סיבה פארווואס די מידיע איז פלוצלינג שטיל געווארן פון באלטאן'ס בוק און געטוישט די נייעס צו אפגאניסטאן-רוסלאנד פלוצלינג, נאכן זען אז די בוק פארקויפט נישט גארנישט..
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

מפיל קינד האט געשריבן:א. נישט די גאנצע מידיע האט געשטורעמט, נאר אלעס איז געקומען פון איין קוואל.

ב. טראמפ איז דעמאלטס געשטאנען גוט אויפן מאמענט אין די אנקעטעס.

ג. די הארנעטס איז נאר טויטליך פאר האניג ארבעטער וואס האנדלן מיט די בינען. מ'דארף באקומען אזא 50 שטעכעס צו שטארבן. ס'טוט טאקע מער וויי א שטאך פון אים/איר, אבער נישט אויף צום שטארבן.

ד. די עיקר ריזיקע פון דעם בין איז פאר די האניג אינדוסטרי, וויבאלד מענשטן וועלן זיך אפהאלטן פון פראדוציר האניג וועגן דעם בין.

ה. די זעלבע סיבה פארווואס די מידיע איז פלוצלינג שטיל געווארן פון באלטאן'ס בוק און געטוישט די נייעס צו אפגאניסטאן-רוסלאנד פלוצלינג, נאכן זען אז די בוק פארקויפט נישט גארנישט..


א' האמיר געקוקט אויף גוגל כמעט יעדע באקאנטע אדער אומבאקאנטע נייעס און מידיא קוואל האט גערעדט פון דעם.

ב' און ה' זענען מער ווייניגער איינס, און ביסט לכאורה גערעכט אויך, בלויז נאך א געים פון די מידיא.

ג' זיי זענען שעדליך פאר יעדעם נישט נאר פאר האניג ארבייטער, נאר זיי שטעכן געווענליך נאר ווען מרעגט זיי גאר שטארק אויף, און דעמאלטס שטעכן זיי טאקע צום טויט, ווי איין נייעס קוואל האט באריכטעט פון איינע פון די לענדער ווי זיי ממתין ארום 50 מענטשן א יאר אז זיי האבן געקענט שטעכן זייערע קרבנות אזויפיל ווי צוויי הונדערט (!) מאל, נאר געווענליך נארמאלע מענטשן קריגן זיך נישט מיט דעם גרויסן אינזעקט.

ד' די ריזיקע איז נישט וועגן אפשטעלן דעם פראדוקציע, נאר וועגן זיי ערמארדן א גאנצע בינען שטאק און ארום פינעף מינוט.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ווי איך האב געליינט קען נישט איינער פון זיי הארגענען א מענטש. נאר א גאנצע מחנה אינאיינעם.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

מפיל קינד האט געשריבן:ווי איך האב געליינט קען נישט איינער פון זיי הארגענען א מענטש. נאר א גאנצע מחנה אינאיינעם.


קאן זיין איר זענט גערעכט, כהאב אביסל פרובירט צו זוכן און קיין סאך נישט קליגער געווארן, אבער אזוי צו אזוי הקושיא במקומה עומדת, וואס האט מיט זיי פלוצלינג פאסירט...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: וואס האט פאסירט מיט די מארדער הארנעט'ס?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

די צייטונגען האבן באריכטעט אז מען האט געטראפן א טויטע אזיאנער / מערדער בארנעט דא ביי אונז אין אמעריקא, ממילא "קען זיין" אז זיי האבן זיך אריבערגעכאפט דאהי וואס דאן איז גרויסע צרות פאר בינען.

אוואדי האבן די צייטונגען איבערגעטריבן ווייל זיי האבן אן אגענדע, אבער דאס איז די סיבה מ'הערט שוין גארנישט, ווייל ביזדערווייל זעט אויס ווי זיי זענען למעשה נישט דא.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ס'איז געווען באריכטעט אז מ'האט פאקטיש באשטעטיגט מער פון איין אזא בין, אין צוויי באזונדערע שטעט. קאליפארניע און וואשינגטאן סטעיט - אויב איך געדענק גוט.

עס זענען אריינגעקומען רופן פון איבער 50 ציווילע בירגער אז זיי האבן געזען גרויסע שרעקעדיגע בינען, אבער ביז פאליציי איז געקומען האט מען זיי שוין נישט געזען. דאס האט זיי געמאכט גלייבן אז די בינען זענען טאקע געהעריג דא.

די סארט בינען לעבן געווענליך אין קעלטערע שטעט, דעריבער איז דא שאנסן אז די מזרח דרום ראיאן זאל בעיקר ליידן פון זיי, נישט די ווארימע האניג שטאטן. דאס מיינט ניו יארק איז אונטער ריזיקע.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

איין זאך איז זיכער אז דארט ווי עס זענען פארהאנען די בעלי מחאים און בעלי גנבים וחמסנים וכיוצ"ב געפונען זיך נישט קיין קאוויד 19 חברה און נישט קיין הארנעטס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט