ר' ישראל מאיר הכהן קאגאן זצ"ל - חפץ חיים

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

ר' ישראל מאיר הכהן קאגאן זצ"ל - חפץ חיים

שליחה דורך ידען »

היינט דינסטאג כ"ד אלול איז די יארצייט פון איינע פון די גרעסטע גדולי ישראל פון פאר די וועלט מלחמה, פון די מערסט פאפולער מיט זיינע ספרים משנה ברורה און פון זיין ספר מיט וואס ער איז די מערסטע באוויסט און ווערט מיט דעם אנגערופען "חפץ חיים".

באלד גייט מען מיר פרעגען פארוואס איך שרייב וועגען איהם, אמער, סע דאך שוין דא אזויפיהל באשרייבונגען אויף איהם?

ווער סע וויל נישט, דארף נישט לייענען.

איך האב אבער געטראפען דעם שבת א בלעטעל פון קלויזענבורגער רבי ז"ל און געזעהן דארט א נייע ווארט וועגן ספר חפץ חיים. ער דערציילט וועגן די הייליגקייט פונעם ספר און די וויכטיגקייט פון לערנען אין דעם. ער לייגט אבער צו אז מע זאל לערנען דערין אפי' אז סע דא "כמה דברים שהחמיר" וואס מע קען דן זיין אין דעם.

דער חפץ חיים אבער שרייבט אין זיין הקדמה אז ווי ער האט געקענט מקיל זיין, האט ער מקיל געווען.

אין זיין תורה פאריגע וואך פ' כי תבא פון יאר תשכ"ה ברענגט דער קלויזענבורגער רבי זייער שיינע זאכען וועגען לשה"ר. אפשר וועלעך עס שפעטער לייגען דא.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

לאמיר דא מאכען א ליסטע פון די קינדער פונ'ם כהן הגדול מאחיו מראדין זצ"ל

- בנו ר' אריה ליב הכהן פופקע
- בנו ר' אברהם הכהן
- בנו ר' אהרן הכהן
- בתו מרת פיגא חיה אשת ר' מנחם מנדל זאקס
- בתו מרת גיטל אשת ר' אהרן הכהן
- בתו מרת שרה אשת ר' צבי הערש לעווינסאהן

ווער ווייסט ווייטער די יו"ח, די ווייטערע דורות?
ליידער ווייס איך פון צוויי אייניקלעך פונ'ם ח"ח וואס זענען ניטאמאהל קיין שומרי שבת
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
פאר הדור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:50 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך פאר הדור »

ב"ה

ראיתי פרסום אנטי ציוני שבו כתוב שהח"ח זלזל ברב קוק לאחר הנאום בפתיחת האוניברסיטה העברית (ודבריו של הרב קוק שם סולפו ואיך כאן מקום להאריך בזה), אך במכתב נגד הקנאים מתרפ"ח, כשלוש שנים לאחר הנאום, של חתנו של הח"ח, הגר"א הכהן בעל "עבודת הקרבנות" זצ"ל, הוא כותב במפורש שחמיו מוקיר ומחבב מאוד את הרב קוק. ולקראת סוף המכתב כותב שמצטרף למחאת גדולי ישראל בארץ ובגולה נגד מעשי הקנאים ודבריהם כנגד הרב קוק.

סריקת המכתב היא בעמוד זה בסריקה השנייה (הראשונה היא מכתב הח"ח למשלחת שיצא לארה"ב בתרפ"ד להתרמה בעבור מוסדות התורה בארץ ובליטא שבראשה עמד מרן הגאון הרב קוק זצוק"ל ובה השתתפו גם מרנן הגאונים ה"דבר אברהם" מקובנה זצוק"ל הי"ד ורמ"מ אפשטיין מסלבודקה זצוק"ל): http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט מארגן
זי"ע
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב אביסל נאכגעפארשט, און כמעט אלע זיין אייניקלאך זענען יא פרום, טראץ די שווערע ווינטען וואס האבען דעמאלס געבוזשעוועט אין די אומגעגענט.
איך מיין אויף toladot.blogspot.com קען מען זען די רשימה.
ס'זעט אויס אז אחוץ משפחת זאקס, האבען די אלע אייניקלאך זיך נישט בארימט אלץ זיין אייניקלאך, געלעבט א פלעינע לעבן. דוכט זיך א רב אין שיקאגא מיט'ן נאמען תרשיש איז אן אייניקעל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

זענען זיינע ספרים געווען שוין אנגענומען פאר די מלחמה?
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:זענען זיינע ספרים געווען שוין אנגענומען פאר די מלחמה?
עס איז זיכער אז די משנה ברורה איז געווען 'אנגענומען' פאר די מלחמה. אזוי ווייזט די פאקט אז ער האט עס איבערגעדריקט (עטליכע מאל?). אזוי אויך די אנדערע 'פוסק אחרון' פון זיין צייט - דער 'ערוך השלחן' ברענגט אים אראפ אין חלק או''ח וואס איז ארויסגעקומען נאכ'ן משנ''ב, דאס ווייזט אז מען האט שטארק געניצט זיין ספר.

משנה ברורה איז ארויסגעקומען פאר די המון עם. די פוסקים, כאטש זיי האבן זיך שטארק גערעכנט מיט זיין פסק, האבן אבער כדרכם אליין אויסגעבויט א פסק פון די מקורות. ממילא, אויב דיין שאלה איז ווען משנה ברורה איז געווארן אנגענומען ביי די המון עם אלס 'די' פוסק אחרון, במקום קיצור שלחן ערוך און ערוך השלחן [און ביי חסידים שלחן ערוך התניא], ווייס איך נישט. אזוי פיל יא, אין 'שורשי מנהגי אשכנז' ברענגט ער אז ווען בחורים אין טעלז האבן געהאט טענות פארוואס מען וואשט זיך פאר קידוש ווען אין משנ''ב ווערט גע'פסק'נט נישט צו טון אזוי לכתחילה, האט דער ראש ישיבה גענטפערט: ''טעלז איז געווען נאך בעפאר די משנ''ב''... איך געדענק נישט די יארן ווען די מעשה איז געשען, אבער פון דארט איז משמע אז אין יענע צייט איז שוין געווען אזא משנה ברורה האק.

בנוגע ווער עס איז מער אנגענומען ביי די פוסקים, משנ''ב צי ערה''ש, זע דא די שמועס.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

כרם זית האט געשריבן: אזוי ווייזט די פאקט אז ער האט עס איבערגעדריקט (עטליכע מאל?).
ס'הייסט אז ער האט געמאכט זיין עיקר פרנסה פון פארקויפן זיינע ספרים. איך בין נייגעריג נאר צו אין די מער חניאקישע חסידות'ן א שטייגער ווי בעלזא אין די צייטן פון די יושבים, צו זיי האבן געהאט א גוטע בליק דערויף אדער זיי האבן דאס נישט אזוי שטארק געגליכן???
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין אז אפילו נאך די מלחמה האבן אסאך עלטערע אונגערישע רבנים נישט אזוי שטארק געפסק׳נט פון משנה ברורה, אבער נישט אלץ זלזול אין חפץ חיים ז״ל ח״ו, נאר ווייל ס׳איז נישט געוועהן אזוי פארשפרייט און אנגענומען אין אונגארן ווי אין אסאך אנדערע פלעצער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארשטייט זיך אז אין אזעלעכע פלעצער ווי מונקאטש וכ״ו האט מען געשאלטן אויף דעהם, וכידוע פלעגט די מנחת אלעזר ז״ל עס רופן משנה ארו**.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

און דאכט זיך אז די 'ערוך השלחן' פלעגט ער ריפן די פארקערט'ע שלחן ערוך...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כרם זית האט געשריבן:און דאכט זיך אז די 'ערוך השלחן' פלעגט ער ריפן די פארקערט'ע שלחן ערוך...
:D :lol:


נישטא וואס צו רעדן דער הייליגער מונקאטשער האט געהאט א גוטן פיסק… אז מרעדט שוין האב איך געהערט אז די מנחת אלעזר ז״ל האט אמאל געשיקט א שליח צום מהרי״ץ איבערבעטן אויף עפעס א געוויסע אויסדריק וואס ער האט געזאגט אויף איהם, האט די מהרי״ץ געפרעגט די שליח הייסט אז די גייסט יעצט דארפן ארום גיין דא פון שטאט צו שטאט…….
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יא יא... דא האט מען גערעדט דערפון מיט אביסל מער דעטאלן:

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 10#p136210
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 10#p135910
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט