וואס איז דער חילוק פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע און להבדיל ישראל קאפקע און מנשה פיליפ...?!
פארוואס האב איך געשריבן להבדיל. ווייל א יעדער נארמאלער מענטש, צי ער איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט די שיטה פארשטייט אליין אז מ'קען די צוויי פענאמענאנס נישט צו גלייכן איינס צום אנדער'ן.
דער סאטמאר'ער רבי זי"ע ווען ער האט געלערנט און איבערגעחזר'ט זיין שיטה הקדושה פאר כלל ישראל האט פאר קיין רגע נישט מסופק געווען אין די קדושה פון ארץ ישראל. און פאר די חשיבות און וויכטיגקייט פון ארץ ישראל פאר דעם אידישן פאלק. און כש"כ וק"ו פון האבן די קלענסטע הוה אמינא פון אויסדרוקן סימפאטיע אדער געבן עפעס חשיבות פאר די אראבישע רוצחים וועלכע האבן באזעצט דאס הייליגע לאנד. און זיי פארגיסן טעגליך אידיש בלוט. זיין שיטה איז נאר אז אונז אידן בזמן הגלות טארן זיך נישט נעמען קיין אייגן לאנד פאר ביאת המשיח.
משא"כ די פארשוינען (מלשון פרשנדתא) להבדיל, וועלכע שטעללן זיך ארויס פרעדיגן אין נאמען פון קנאות. וואס איינער פון זיי ביניך מסופק אויב ער איז געגאנגען אין היימישע ישיבות, בכלל. און דער צווייטער ..."הרב"...מנשה פיליפ. המכונה ישראל מ. סופר. האלטן אין איין מינימיזירן די סכנה וואס די אראבישע רוצחים שטעללן פאר פאר דעם אידישן ישוב אין ארץ ישראל. אויך האלטן זיי אין איין אויסדרוקן סימפאטיע פאר די ..."אומשולדיגע" קרבנות וואס די מדינת ישראל מיליטער האבן אומגעברענגט...!
נאר זיי פרעדיגן און פרעטענדירן צו רעדן אין נאמען פון קנאות און אנטי ציונות. אבער די עלטערע אידן וועלכע געדענקען נאך דעם סאטמאר'ע רבי, זי"ע בתוקפו ווייסן נאך וואס אמת'ע קנאות האט געמיינט...!
דער חילוק פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר און ישראל קאפקע
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
ווער איז ישראל קאפקע ?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ער איז איינער פון די ניקס אויף קאווע שטיבל וועלכער איז ארויפגעקומען בערך 5 יאר צוריק. ער טענה'ט אז ער איז געבוירן אין וויליאמסבורג. נאר איך האב כמה ראיות אז ער איז נישט קיין היימישער יונגערמאן.
אפילו זיין קנאות דרוקט ער נישט אויס אויף א אידישן וועג. ער איז נישט מדגיש (לשיטתו) די העברה אויף די ג' שבועות. אפילו מיט קיין איין ווארט. ער הייבט נאר אייביג ארויס די געוואלדיגע אומרעכט וואס די מדינת ישראל מיליטער באגייט סיי מיט באמבארדירן פון די לופט. און סיי די טרופן אויף די גראונד. און ער באוויינט מיט קראקאדיל טרערן די אלע אומשוליגע פרויען און קינדער וועלכע זענען (נעבעך) אומגעקומען אויף די פאלעסטינער זייט.
אויסער דעם. זייענדיג א וויליאמסבורגער רעזידענט, ווייסט ער נישט ווער אזעלכע באקאנטע פיגורן ווי מנשה פיליפ (המכונה ישראל מ. סופר) איז. און נאך אנדערע פאבליק פיגורן אין אידישן לעבן אין וויליאמסבורג זענען...! (That's how he gave himself away.)

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אױב זאל איך זיין א סאטמארער בעל שיטה וואלט איך אויך אוועקגעמאכט די סכנה פין די אראבער, דער וועג האט דער רבי זי"ע אויסגעטרויטען, ולאורו נסע ונלך.
טאמער מען איז מודה אין די סכנה פין די אראבער איז דאס מצדיק מאכען א מדינה, ווייל מען האט נישט קיין ברירה.
ווען דער רבי האט געהאלטן אז מען דארף פועל'ן ביי די יו-ען אז זיי זאלען נישט געבן די מדינה פאר אידען, נאר זיי זאלען עס האלטען און דארט האלטען סדר, האט ער אויך אוועקגעמאכט די סכנה דערפון, יעדער בר דעת פארשטייט אז מען קען זיך אויך דעם נישט סומך זיין. קוק יעדעס מדינה וואס זיי האלטען כלומרשטע סדר.
דער רבי זי"ע האט געהאט א שווערע שיטה, יעדעס קנאי'סטישע שיטה איז שווער, יעדער עקסטרעם איז שווער, פראביר עס נישט צו מאכן נארמאל, קענסט מאכן חילוקים פין דער עקסטרעמיסט צו א צווייטער עקסטרעמיסט, דאס מאכט נישט אין עקסטרעמיסט מער נארמאל ווי דער אנדערע. כאילו זאגען אז דער משוגענער איז נארמאל ווייל עס איז דא א צווייטער משוגענער וואס איז מער משוגע.
אין דער ענד דארף מען איינזעהן אז האבן א אייגענער מדינה איז דערווייל דער בעסטער זאך וואס איז געשעהן אין גלות צו דער אידישער פאלק, און אלע סאטמארער הסברים וועלען נישט אוועקנעמען דער פאקט אז אידישקייט טוט בליען אין ארץ-ישראל מער ווי אימער ערגעץ אנדערש.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאליטיקאנט: איך האב געהערט דעם יו טוב קליפ וואס ישראל קאפקע ברענגט צו פון דעם גוי'אישן אינטעלעקטואל מיקא פעלעד. דער זון פון דעם מדינת ישראל גענעראל רפי פלד.
ער, מיקו וועלכער איז אויפגעוואקסן און האט א הנאה געהאט פונ'ם חלב הארץ. זייענדיג פון די עליטע יוגנט פון מדינת ישראל רעדט א פערפעקטן, אקצענטלאזן ענגליש. האט שוין נישט געהאט קיין בעסערן פארום וואו צו האלטן זיין דיסערטאציע נאר אין א טשוירטש. ער לייקנט אפ די לעגיטימאציע פון תנ"ך אלס היסטארישער דאקומענט. רעדט מיט אזויפיהל הארץ און פארשטענדעניש פאר דעם מצב און גערעכטיגקייט פון די אראבישע פאלעסטינער איינוואוינער. נאר ער פארהוילט זיך פון די גרויזאמע רציחות וואס זיינע פאלעסטינער פיהרן אדורך טאג טעגליך אויף די אידישע באפעלקערונג.
ער איז דער גרעסטער היפאקריט. ווייל ער וואלט געדארפט ארבעטן אן אויפהער אז זיינע עלטערן און זייערע פריינט און באקאנטע זאללן שוין פארלאזן זייערע וואוינערטער אין מדינת ישראל. נאך פאר דער פאלעסטינער חלום ווערט מקויים.
אויך זאגט ער איבער די אלע שקרים און בילבולים וואס די אראבישע פראפאגאנדיסטן האבן דערטראכט. אז די הגנה און פלמ"ח האבן גלייך נאך די גרינדונג ון מדינת ישראל אדורכגעפיהרט מאסן שחיטות געציהלט אויף די פאלעסטינער באפעלקערונג..."עטניק קלענסינג"... כלשונו הטמא...!
און אז ישראל קאפקע נעמט עס אן פאר גוט געלט. זאגט דאס זייער א סאך אויך איבער זיין איגענעם ייחוס. פון זיידעס און באבעס וועלכע זענען אומגעקומען (אדער נישט) אין האלאקאוסט...!