אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר פלעגען האבען ביי אונז א ניק, א גאר טאלאנטפולע שרייבער, מיט'ן נאמען [tag]מנשה לוסטיג[/tag]. ער האט זיך נישט באהאלטען זיין אידענטיטעט אלס א שטארקען סקווערער חסיד, און צומאל האט ער זיך געריבען מיט'ן עולם דערוועגען, ביז ער האט אונז אפגעלאזט, וקאווע לרבנן שבק. אבער זיין טאלאנט איז גארנישט פארשוואונדען געווארען, (קוק זיין חתימה) און ער האט אפגעשריבען א ביכל פון זיין לעבענסגעשיכטע, וואס א חלק דערפון האט אין אנהייב ערשיינט דא אין שטיבעל אין די אשכול. די מאווי פון זיין לעבן האב איך נישט געזען, און איך קען אים נאר פון די בוך.

ער גייט אדורך זיין לעבען און איר רייזעס, פון אלס קליין קינד ביז זיין היינטיגע צושטאנד, און איך האב מיר באמת געלעקט די פינגער ביים ליינען. דא אין שטיבעל האט מען אביסל גערודפ'ט מנשה, ווייל ער האט אסאך געפרעדיגט זיין סקווערקייט, און דער עולם דא זענען נישט אזעלכע חסידים פון סקווער. אבער זיין שרייבען טאלאנט איז עפעס וואס מ'קען נישט לייקענען, און זיין בוך איז א חידוש אויף די שאפע פון אידיש ליטעראטור. ער לייגט אראפ סצענעס און געשיכטעס, איינס אין די וועלט. איך בין זיכער אז אין פופציג יאר פון היינט, וועלען אלע אידישיסטן און היסטאריקער פון דעמאלס אפליינען די בוך צו כאפען א בליק פון די היינטיגע שטאנדפונקט.

מיר זענען צוגעוואוינט אז יעדער בוך האט א ציל, און פון יעדער מעשה נעמט מען ארויס א לקח, אזש אז די גאנצע מעשה איז נאר עפעס ווערט לגבי די לקח דערפון, און מ'דארף און מ'מעג נאר שרייבען מעשיות טאמער די לקח איז די געוואונטשענע. טאמער איינער שרייבט נעגאטיוו, איז עס נאר ווען ער האט א נעגאטיווע אדזשענדע, וכן להיפך. די מעשה ווערט לויט די נויט. מנשה האט דא געשריבען זיין זכרונות, אלס בלויז זיין זכרונות. עס איז נישט ריכטיג צו ריכטיג, עס איז נישט מער אויסגעהאלטען ווי נישט אויסגעהאלטען, עס איז פשוט אזוי. דאס האט ער איבערגעלעבט, אזוי האט ער געפילט און דאס איז אים אריבער. שפעטער זאל איינער לערנען לקח דערפון, אדער נישט, כפי רצונו הטוב. דעריבער איז ער א צוקאכטער סקווערער חסיד, און בד בבד שטעלט ער שטארקע ביקורת אויף געוויסע פאסירונגען דארט.

הייבען הייבט ער אן מיט זיין קינדער יארען. מנשה איז א שטעטל איד מיט אלע רמ"ח און שס"ה און מ'קען פילען וויאזוי א אינגעל איז א פיש אין וואסער מיט די פארשידענהייט וואס דער מענטשהייט שטעלט צו, בזעיר אנפין אין א קליין שטעטל. ער ברענגט טשיקאווע עפיזאדען און אינטרעסאנטע פערזענליכקייטען פון זיין יוגענט, און פאר דער ליינער איז אינטרעסאנט צו זעען די בילד פון דער טיפישע פארצייטישע אונגארישע איד, אפט ווייט פון חסידות און די היינטיגע באגריפען, אבער דורכגעווייגט מיט תמימות און איידעלקייט. די בילד פון סקווער איידער יעדער זאך איז געגאנגען ארום די איין און איינציגע רבי שפראצט שטארק ארויס, הגם אז נישט דאס איז מנשה'ס ציל פון זיין בוך.
מנשה באשרייבט די חדר יארען און איר קאשמארען מיט א שטארקען פאתוס, און מ'קען אסאך לקח באקומען דערפון. ער דערמאנט ביים נאמען נאר די מלמדים וואס האבען זיך אויפגעפירט ריכטיג אין זיין אויגען, אבער ס'רוב זענען געווען רחמנות'לאזע שלעגערס. די גוסטע אין חדר איז געווען אז א קינד איז גארנישט און זיין מיינונג, געפילען, און פראבלעמן זענען גארנישט. און ראה זה פלא, פון זיין געשיכטע קומט אויס אז וואס ווייניגער פעטש און לחץ, וואס מער האט ער געלערנט. לעצטענס האט איינער דא אין שטיבעל חוזק געמאכט פון די וואס גלייכען נישט קיין פעטש פאר קינדער, ווייל אנדערש קען מען זיי גארנישט צווינגען צו טון. דא זעט מען נאכאמאל אז מיט צוויינעגן קומט מען לאו דוקא אין ערגעץ אן. ווען מ'פארשטייט וואס באמת נויגט דער קינד, קומט מען פיל גיכער און ווייטער אן.
סתם אזוי, וויל איך מעורר זיין. מנשה שטעלט אן כאילו ער איז א חלומ'ער מבטן ומלידה, און דאס פראבירען אים אוועק צו נעמען פון די נאטור איז געווען תכלית'לאז. איך וואלט אים געזאגט אז די גאנצע גולמ'ן און חלומ'ן איז נאר א תוצאה פון אן אפשיי צו לערנען, ווען די סביבה פירט זיך אזוי אויף צו אים. ווען די לערנען איז לרוחו, פאלען אוועק אלע גולמ'ן פראבלעמן מעצמן. מ'דארף זיך נישט שלאגען מיט די גולמ'ן, מ'דארף נאר טרעפען א וועג וויאזוי ער זאל וועלען לערנען, כנלענ"ד. אין דער צוקונפט איז מנשה אליינס צוגעקומען צו א חלק פון די נקודה, אבער דאס איז נאך אסאך סטאנציעס אין לעבן.

זיין ישיבה קטנה ערפארונג איז געווען ווייטער אויף יענער גאנג. ווען מ'האט געטראפען א וועג אז די לערנען זאל רעדען צו זיין זעלע, אין די ישיבה אין ווסמב"ג, האט ער געלערנט און ער איז געשטיגען אין עבודת ה'. ווען מ'האט גענוצט געוואלד צו לחץ, איז עס געווען א בראך.
זיין טשיקאווע עפיזאדען, איינס נאך איינס, וואס פילט אן כמעט א האלבען בוך, זענען געשריבען געווארען קונסטלעך און זיס. ער נוצט נישט קיין לאנגע שווערע פארצייטישע ווערטער, און ער דארף נישט אלס מסביר זיין ביז'ן סוף. מיט קורצע נארמאלע זאצען, ברענגט ער דיר אריין אין זיין וועלטל און די פאר פונטליך נאך יעדער עפיזאד זאגט דיר אז דא קען מען זיך אפשטעלן א האלבע סעקונדע און כאפען די באדייט פון וואס ער זאגט. דאס איז איין חלק פון די שרייבען טאלאנט זיינער.
די צווייטע חלק איז די כח פון נעמען א מעשה פון אלס און אלעם. ער האט באמערקט די עלענדע נשמות, די נעבעכ'ס אין ווינקעל און די שטילערע עלטערע אידען, און געזען זייער אייגענארטיגקייט און גענאשט פון זייערע אוצרות. דאס איז א זאך וואס גיבט שטארק צו צום קאליר פון די בילד וואס ער מאלט אונז אפ.

דערנאך קומט מען אן צום צווייטען טייל פון די בוך, די עלטערע בחור יארען זיינער. דא זעט מען די צער פון אן עלטערע בחור וואס זיין חברים לאזען אים אפ פאר זייערע לעבענס שיקזאל, ווייב און קינדער, הייב און הויף, און ער זיצט אליינס. זיין טרייסטונג איז געקומען פון זיין א חלק פון דער רבינ'ס שטוב און זיין איינגעגלידערט אין די גאנצע הלך ילך פון סקווער על כל פרטיה.

ווען ענדליך קומט ער חתונה האבען קיין לאנדאן, דרוקט ער אויס, איידעל און פרום, די פראבלעמען פון א שנה ראשונה ווייט אוועק פון שטוב, און וויאזוי מ'בויט אויף א שטוב מיט אן עזר כנגדו. מיט צניעות און שיינקייט מאלט ער אפ זיין קורצע יארען מיט זיין ווייב, און וויאזוי זיי האבען זוכה געווען צו זיין (ביזדערווייל) בן יחיד 'יעקב יוסף'. ער דערמאנט זיין פראבלעמן פון זיין לעבן אן ארבעט, ווי אלס גייט מיט די פיטום אראפ, און וויאזוי א יונגערמאן פילט אין די אומשטענדן. ער עפענט פאר אונז אלע די הארץ.
די בלעטער פון זיין ווייב'ס פטירה, און די הארצרייסענדע שבעה דערנאך, האט מיר אויפגעהאלטען ביי נאכט און נאס געמאכט די אויגען, ווי אויך די באציאונג וואס זיין חשוב'ע שווער שליט"א האט געהאט צו אים דורך זיין צער. א שווער וואס באוויינט זיין יונג טאכטער, האט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ צו לאזען דער פרישע אלמן נעמען זיין קינד צוריק אין אמעריקא, און אים און זיין צער אינזין געהאט מער ווי די אייגענע.

דערנאך קומט ער צוריק קיין סקווער ווי ער בויט אויף א קארירע אלס א משמח אלקים ואנשים. ער שרייבט זיין געפילען און פארוואס ער מאכט די אלע ווידיאו'ס און ער איז מסביר זיין געשמאק וואס ער האט דערפון. ער זשאלעוועט נישט קיין ווערטער אויף די יעצטיגע מצב אין סקווער און ער ברענגט אראפ באריכות די מעשה פון שפיצער\ראטטענבערג, נישט ממש ווי ער האט עס געשריבען דא , אבער ענדליך.

עס מוז באטאנט ווערן אז די בוך איז נישט קאוועשטיבעל. ווען ער טענה'ט זיך דא אויס, פאסט עס צוריק צו טענה'ן, וכך הוא דרכה של פורום אז מ'שמועסט אויס ביז מ'קען צוקומען צום אביעקטיווע אמת. א בוך איז אבער זיין איבערלעבעניש, ווי ער פילט און קלערט. עס איז נישט קיין אביעקטיווער אמת, נאר זיין געפילען וואס איז אייביג אמת אלס זיין געפילען. דעריבער זעט ער אז 9\11 איז אן עונש פאר אמעריקא'ס איינשפארען חיים ברגר ע"ה, און די לייבי קלצקי מעשה און באבא אלעזר רציחה איז אן עונש ווייל קיינער האט נישט מוחה געווען אויף כבוד בית סקווער ווען מ'האט מבזה געווען דער רבי אויף די שפיצער ראטטענבערג פרשה. אז אזוי פילט ער, זאל ער עס שרייבען. עס איז א בילד פאר יעדער צו ליינען.

די בוך איז גאר אן ערליכע אויפריכטיגע בליק אויף א חרדישע לעבן אין די לעצטע יארען. ער פארדעקט נישט זיין אמת און זיין געפילען, און ער האלט נישט חשבון מיט גארנישט און קיינעם, נאר זיין לעבען און זיין ערפארונג. עס האט נישט זיין גלייכען אין שאפע, און בלויז פאר דעם לוינט זיך עס צו ליינען, אפגעזען צו מ'האלט מיט אים און פון אים און זיין גלויבונג. אפילו אן אויסגעשפראכענעם אנטי סקווערער ווי איך האט הנאה געהאט צו ליינען און זען וואס דארט טוט זיך, און וויאזוי זיי לעבן.

אין די קומעדיגע תגובה וועל ארויס נעמען וואס איך נעם ארויס פון זיין געשיכטע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

זיין ארטיקל דא אויף ק''ש איבער זיינע ווייטאגליכע איבערלעבענישן אלס אינגערמאן אין לאנדאן האט מיר געמאכט וויינען. זיין טאלאנט פון ארויסברענגן עמאציעס אויפן פאפיר איז ריזיג.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לינק ביטע? איך געדענק דאס נישט. אין דער בוך האב איך עס געליינט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

לקחים פון די בוך - אין מיין אויגען

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. מנשה האט שווער געליטען אין חדר אין סקווער. אסאך לאזען אפ אידישקייט פאר די סבה. מנשה האט אבער זיך אנגעהויבען לעבן די הויף לעבן ווי א שוואנץ (זיין שפראך, נישט מיינס) שבשוואנצים. ער האט מיטגעהאלטען יעדער לחיים מסבה און מיט דארשט אויסגעטרינקען יעדעס ווארט אין די בחצרות קדשינו. מצד אחד האט סקווער אים שטארק וויי געטון מיט זייער חדר סיסטעם, און מצד שני האט דער שוואנצאנות אים געראטעוועט פון די לעבן פון פיל אנדערע סקווערער קינדער וואס זענען געבליבען מיט גארנישט.

ב. מצוות וואלגערען אין גאס, און מ'דארף זיך פשוט עטוואס בייגען און אויפהייבען. ווען ער באשרייבט זיין ווייטאגליכע טעג, ווי א קליין גוט ווארט האט אים אזוי דערמונטערט, זעט מען ווי לייכט עס איז איינצוקאסירען עולם הבא אין א האלבע סעקונדע. זעסט א יונגערמאן אן ארבעט, טראכט פון אים א מינוט. אן עלטערע בחור מאכט זיך נאריש, רעד מיט אים ווי אן ערוואקסענע, וועט ער זיך צוריק לעבן. אן אלמן מאכט וויצען, מעגסטו וויסען אז במסתרים תבכה נפשו, און ער דארף נאכאלס א גוט ווארט. דער גוט ווארט דארף געזאגט ווערן מיט שכל, אבער יעדער, אדער כמעט יעדער, מוז עס האבען ווי לופט אויף צו עטעמן.

ג. אפילו אז איינער וועט לאכען אויף די מיינונג אז ארעסטירן חיים ברגר האט געברענגט 9\11, קען יעדער זיך באקוקען צו ער האט אויך נישט די קליינשטעטלדיגע בליק אויף זיין לעבן. מיר אלע טייטשען די וועלט נאר ביי אונז און פאר אונז, אבער דער וועלט איז גרעסער ווי אונזער האריזאנט.

ד. דער אמת איז, חן המקום על יושביה. אין יעדער שטאט איז דא טשיקאווע מענטשען, אייגענארטיגע פארשוינען מיט וועמן מ'קען זיך פאסמאקעווען. מנשה לעבט סקווער און ער גלייכט עס, ממילא קוקט ער אן די שטאט פונ'ם שטאנדפונקט פון די גוטע חלק, און הגם די שלעכטע חלק עגזיסטירט און ער לייקענט עס נישט, מ"מ די עיקר ביי אים איז די גוטע חלק. און פון דעם שפרינגט ער צו א בליק אז דאס איז גאר די שענסטע פלאץ אין די וועלט. דער אמת איז אז לאנדאן פארמאגט א פיינעם שיעור וואוילע אידען, איידעלע נשמות, תלמידי חכמים און ברייטהארציגע מענטשען אויך. נאר ער האט עס ווייניג באמערקט, צוליעב זיין ליעבשאפט צו סקווער און פרעמדקייט אין לאנדאן. אוודאי זענען דא גנבים און שלעגערס, מאלעסטערס און באנדיטען, אין לאנדאן אויך. אבער סקווער האט דאס אויך, נאר ער באמערקט בעיקר דער וואס גייט אין גאס מיט פארמאכטע אויגען און יענער וואס לערנט פיר שעה פארטאגס און דאווענט צוויי שעה.

ה. אז יונגעלייט לאנדען אין די וועלט אן קיין שום הו"א פון קענען טרעפען א דזשאב, איז א הימל געשריי. מ'ליינט וויאזוי מנשה האט זיך געמוטשעט, אן צו וויסען ווי מ'רירט זיך בכלל, און עס כאפט זיך ווי פיל אזעלכע יונגעלייט מוזען זיין אין גאס אומעטום. איך זאג נישט אז מ'דארף אויפשטעלען נאך אן ארגאניזאציע, יונגעלייט מוזען זיך לערנען וויאזוי זיך צו שטעלן אין פלאץ מיט די אייגענע הענט און פיס, און נישט זיין געלעמטע מענטשן וואס דארפען אז די גאס זאל אלס פאר זיי צושטעלן. אבער אביסל הילף צו וועג ווייזונג וועט נישט פארהינקערען די יונגעלייט אויף אייביג.

ו. מ'דארף העלפען מנשה היינט. טרעף אים א פאסיגע שידוך אז ער זאל קענען ווייטער לעבן און אויפשטעלן א אידישען שטוב. זיין זון דארף א מאמע, און ער דארף נאך קינדער, ווי אויך א לעבנ'ס חבר מיט וועמן צו עטעמן די לופט און בויען א וועלט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט מיר אנגערייצט. וויאזוי הייסט די בוך?

ביסט נישט גערעכט מיט דיין דזשאדזשמענט אויף חלומ'ן, אלץ כראנישע חלומ'ער קען איך מעיד זיין אז מען חלומ'ט פונקט אזוי איבער א דראמאטישע מעשה ביכל ווי ביים לערנען. די מציאות פון א חלומ'ער איז אז פון א האלבע זאץ, און צומאל גאר בלויז איין ווארט, וועקט זיך איהם אויף אן אנדערע מחשבה וואס ציהט איהם אריין אין א לאנגע קייט פון מחשבות אן קיין פאראויס-באשטימטע טרעק. נישט קיין חילוק ווי אינטערעסאנט דער אנהויב איז געווען, אדער ווי שטארק ער וויל נאר זיך האלטן צום ערשטן נושא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג. ער זאגט מיר אז מ'קען עס באקומען בלויז אין סקווער און אין מאנסי, איך ווייס אבער נישט וואו. דער וואס ווייסט זאל ביטע מיטטיילען. אדער בעסער זאל מנשה אליינס קומען מיטטיילען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לינק ביטע? איך געדענק דאס נישט. אין דער בוך האב איך עס געליינט.

די אנהויב פון מיין לעבן
ביי דעם תגובה שילדערט ער די פטירה פון זיין ווייב. דער גאנצער אשכול איז ווערד צו ליינען.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך נעגעל וואסער »

מנשה האט מיר געזאגט אז די הנהלה האט איהם ארויסגעטראסקעט פון שטיבל ווייל ער האט גערעדט שלא בכבוד אויפן סאטמאר רב ז"ל.
איך וואלט זייער געוואלט זעהן די ביכל, כ'האף אז ער לייגט עס אנליין צום פארקויפן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער ביכל דערמאנט נישט סאטמארער רב, אחוץ זיין יארצייט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

וויפיל עמודים איז דער ביכל?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לבי ובשרי האט געשריבן:וויפיל עמודים איז דער ביכל?
547

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

באמת, ביים שרייבען די רעצענזיע, האב איך נישט געהאט געענדיגט די גאנצע בוך, און איך האב נאך וואס צו זאגען.

צום סוף, למשך די לעצטע הונדרעט פעידזשעס, רעדט ער ארום זיין פילם און וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען און וואס איז ארויס דערפון. טשיקאווע עפיזאדען וואס האבען פאסירט פילמ׳ן און ביים ארום פארען די וועלט.

איין מעשה וויל איך דערמאנען. ער שטייט אין גאס און מ׳כאפט ווידיאו ווי ער גייט און פלוצלונג קומט צו צו אים א מענטש און בעט אים א טובה.
"אנטשולדיגט, איר פארט נאך דעם קיין מאנסי? איך האב א וויכטיגע פעקעדזש צו שיקען צו מיין זון דארט"
"אנטשולדיגט, אבער מיר האלטען ממש אין מין, אפשר קומט איר צוריק באלד"
"וואס פארא נארישקייט? פילמען קען מען אייביג, איך האב דא גאר א וויכטיגען פעקעדזש"

א ריזיגע לעקציע וויל ער אונז אויסלערנען וואס די טאלאנטן פון א מענטש פאדערן. איך בין נישט קיין מומחה, אבער מנשה וויל אונז זאגען אז אסאך רעגעניש און נערווען ליידונגען אין אונזער מחנה קומט פון אומבאארבעטע טאלאנטן. מענטשען זען אין זיך כוחות, און זיי טרעפען נישט קיין וועג גאס אויסצודרוקען. עפעס פעלט זיי אין לעבן. אמאל ביודעים, און אפט בלא יודעים, איז דאס זייער עיקר צרה. וויבאלד זיי ווייסען נישט דערפון, זוכען זיי אן אויסרייד פאר די אינערליכע פיין. מ׳דארף זוכען א כשר׳ע וועג זיך אויסצודרוקען.

איך האב אויך באמערקט פון די בוך די קשר פון מנשה צו סקווער. עס זעט אויס אז ער זעט אסאך חסרונות פון די סקווערער איינוואוינער און שטעטל. נאר זיין פערזענליכע קשר צו דער סקווערער רבי האלט אים שטארק צו דער זאך. עס איז נישט קיין געדמיונטע שייכות, ווי דער וואס לויפט אריבער איין מאל א יאר ביי לשנה טובה, און גיבט א קוויטעל פאר דער רבי צו שפייען דערויף, און דאס איבעריגע מוז ער דמיונ׳ן כפי דער נויט. נאר ער שמועסט אויס זיין קווענקלענישן צום רבי׳ן און ער שפירט אז עס גייט אים אן. אזא נאנטשאפט קען איך פארשטייען, נאר איך פארשטיי נישט פארוואס מ׳דארף מאכען דערפון א שיטה.

אין די לעצטע פאר פעידזשעס זעי איך אז ער דערמאנט מיין נקודה, אז רוב אונזער ליטעראטור איז געווידמעט צו פארדעקען דער אמת. ער זאגט אז ער זוכט ארויס צו געבען דער אמת.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך צפור בודד »

ליטוואק, דו מוזט שטעלן א ספוילער אלערט. איך וויל קויפן דעם בוך און איך האב מורא לייענען דיין רעצענזיע ווייל עס זעט מיר אויס אז דו דערציילסט שוין אלעס דארט. אפשר טוסטו רעצענזירן אן צו דערציילן אלע סודות נאר חושש בין איך אלץ.

Sent from my SM-G950F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די געשמאק פון דער בוך איז די וועג וויאזוי עס איז געשריבען, די קליינע מעשה׳לעך און די געפיל וואס קומט אריבער. עס איז נישט קיין מיסטערי, וואס מ׳קען ארויס געבען די סוף און פארלירען די פונקט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

איז דא צו באקומען די בוך ערגעץ? כ'קען עס נישט געפונען אין ערגעץ.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

לייבל שטילער האט געשריבן:איז דא צו באקומען די בוך ערגעץ? כ'קען עס נישט געפונען אין ערגעץ.

פארוואס פארבינדסטו זיך נישט מיט עים מיט איינער פון זיינע ניקים קוקי שקד ועוד ער קען דיר זיכער העלפן
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

שפילער האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:איז דא צו באקומען די בוך ערגעץ? כ'קען עס נישט געפונען אין ערגעץ.

פארוואס פארבינדסטו זיך נישט מיט עים מיט איינער פון זיינע ניקים קוקי שקד ועוד ער קען דיר זיכער העלפן



שוין, דער בחור איז דא. גאנצע צוואנציג תגובות גענומען ביז די קאץ איז ארויס פון זאק.
דער עולם זאל זיך גרייטן פאר א סמיכה אשכול.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך פאליטיקאנט »

א עצה טובה?
דו ווייסט דאך אז זיי זענען געווארן אויסגעשפארט, ניין?

איך וויל קלארשטעלן אז איך האלט נישט אז דו ביסט עם, נאר פון די עצם תגובה האב איך געטייטשט אז דו שרייבסט עס סארקאסטיש, אבער נאכדעם זאגסטו האסט פשוט געוואלט געבן אן עצה?
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

פאליטיקאנט האט געשריבן:א עצה טובה?
דו ווייסט דאך אז זיי זענען געווארן אויסגעשפארט, ניין?

איך וויל קלארשטעלן אז איך האלט נישט אז דו ביסט עם, נאר פון די עצם תגובה האב איך געטייטשט אז דו שרייבסט עס סארקאסטיש, אבער נאכדעם זאגסטו האסט פשוט געוואלט געבן אן עצה?

ניין זיין ספייסי ניק איז נאך חי וקיים אזוי מיין איך . פארוואס בין איך סארקאסטיש איך מיין עס ערענסט
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יאפ @כוכב איז גערעכט!
נאכען שרייבן מיין תגובה האט ער אויסגעמעקט זיין אייגענע תגובה ווי ער שרייבט אז ער האט פשוט געוואלט געבן אן עצה......

דערנאך שיקט ער מיך אריין אין אישי

קוד: וועל אויס אלע

פארוואס האלסטו נישט אז סאיז עים טאקע ? ביסט קליגער ווי ככוכב ?


זעט זיך אויס אז ער האט פשוט נישט געכאפט אז ער אליין שיקט עס (קען זיין ער האט געמיינט ער שרייבט עס מיט אן אנדערע ניק).




װעל כולם האט מיר אן אנדערע חשוב'ע ניק אריינגעשיקט אז איך זאל קוקן אויף מנשה לוסטיג'ס לעצטע טוויעט, והנה הוא;
בילד
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

איך ווייס עכט נישט דיינע טיפע חשבונות איך האב עס פארמעקט ווייל איך האב נישט געוואלט שרייבן אזוי שארף ! און ווער געט דיר א רעכט ארויסצולייגן א פריוואטע הודאה וואס איך האב דיר געשיקט פריוואט אין פאבליק??
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

און וואו קען מען באקומען די פי. די. עף.?
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
פארשפארט