די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

מחשבה, השקפה ועיון
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו, און אז דו פארשטייסט טאקע נישט וועל איך דיר פראבירן צו ערקלערן, לויט דער מיינד-סעט פון אונזערע תקנות און רעגולאציעס.

צום ערשט זאלסטו וויסן א כלל. עס זענען דא קליידער וואס (לויט די תקנות) זענען זיי בכלל נישט ערלויבט. נישט קיין אונטערשייד אויב די פרוי איז א שיינע אדער א מיאוס'ע, צב"ש; גיין מיט צוגעפאסטע קליידער, רעש'יגע קאלירן, אויפשריפטן וכדומה וכיוצא.

און אויסער דעם זענען דא געוויסע קליידער, וואס יעדער פרוי דארף שוקל זיין איידער זי טוט דאס אן ווי אזוי דאס וועט צייגן אויף איר.

אשר על כן, רויטע קליידער ווי דו רופסט עס, איז אסור. נישט קיין חלק ביי וועלכע פרוי, א שיינע אדער א מיאוס'ע.

יעצט ליין ווייטער מיט שפאנונג.

1111 האט געשריבן:
יעדער ווייסט אז מען טאר נישט גיין אין רויט אין די גאס, דאס איז א הלכה. פארוואס? ווייל דאס ציעט א אויג. איי, אויב וועט מען זעהן אז די פרוי וואס האט די רויטע קלייד איז מיעס אין מען עקלט זיך צו קוקן אויף איר? אבער ניין, דאס איז נישט קיין היתר! די קאליר רויט איז א פראבלעם, וממילא טאר מען נישט גיין אזוי אפילו עס ציעט די אויג, ווייל עס ציעט די אויג!

ריכטיג, דאס איז א געזעץ מטעם התאחה"ר והנהלת המוסדות.


נו אויב אזוי, לאמיר נעמען (למשל) א שיינע ווייסע TOP, מיט א שיינע דיזיינט סקורט וואס עס איז דא א טייל פון מענטשן וואס גייען אזוי, עס איז עכט שיין, הערליך. אדער לאמיר גאר זאגן א הערליכע חתנה קלייד (וואס איז נישט עקסטער צוגעפאסט). פארוואס איז דאס יא מותר ? לכאורה, צווישן רוב, אדער לכל הפחות געוויסע פרויען וועט זי מער ארויסשטארן אין ציען אן אויג, נו אויב אזוי פארוואס מעג מען גיין דערמיט?

א ווייסע כלה קלייד איז אין אלגעמיין נישט קיין פראבלעם. אבער א ווייסע שעסל אדער אויבערראק איז טאקע אויך נישט אסור, אבער דאס גייט אריין אינעם צווייטן קאטאגאריע פון שוקל זיין איידער'ן דאס טון. ממילא דערפאר איז א חתונה קלייד מותר און ריכטיג, א פרוי וואס זי ווייסט אז דאס וועט ארויסשטארצן און ציען אן אויג וועט דאס נישט מעגן אנטון.

אין אנדערע ווערטער, וואס איז די גדר ?

זע דעם צווייטן פאראגראף פון וואס איך האב געשריבן

איך וועל ברענגען אפאר צומישענישן וואס איך האב כדי מסביר צו זיין מיין צומישענעש!
1) ווען זאגט מען אויף אז קלייד אז דאס איז בלויז שיין, וממילא, מעג מען גיין דערמיט. אין ווען זאגט מען שוין אויף א קלייד אז דאס איז שוין צו שיין (אדער פענסי) אין מען מעג נישט גיין דערמיט, ווייל עס וועט ציען אן אויג?

זע דעם צווייטן פאראגראף פון וואס איך האב געשריבן

2) איז גיין מיט א חתנה קלייד אינמיטן טאג א פראבלעם אדער נישט ?
---אויב יא, פארוואס מעג מען ביי א חתנה יא גיין דערמיט? וועסטו ענפערן ווייל ביי א חתנה גייט יעדער אזוי? וועל איך אייך פרעגן מעג מעןן גיין מיט א לאנגע קערלי שייטל, אדער רויטע קליידער וכ' אין א פלאץ ווי יעדער גייט אזוי?
--- אויב מעג מען נישט גיין דערמיט, וויל איז סתם אזוי וויסן, וואס איז די גדר? ווען ווערט עס שוין צי שטארק שיין אז מען מעג נישט גיין דערמיט? פארוואס ווען עס איז נטשט ממש אזוי שיין ווי א חתנה קלייד, (אבער נאך אלץ גאר שיין), מעג מען יא? דער אינגערמאן וועט דאך פינקט אזוי קוקן?

א ווייסע כלה קלייד איז אין אלגעמיין נישט קיין פראבלעם. אבער א ווייסע שעסל אדער אויבערראק איז טאקע אויך נישט אסור, אבער דאס גייט אריין אינעם צווייטן קאטאגאריע פון שוקל זיין איידער'ן דאס טון, און די אנדערע זאכן וואס דו רעכנסט אויס איז טאקע פארבאטן לויט התאחדות הרבנים, וויבאלד דאס גייט אריין אינעם ערשטן קאטאגאריע פון זאכן ואוס זענען גענצליך פארבאטן.

3) אויב וועט מען זאכן אז די גדר איז לויט די דשענערעל שיינקייט פון די פרוי. דאס הייסט אז יעדע פרוי דארף זיך אפמעסטן אין זיכער מאכן פאר זיך אז זי שטארט נישט ארויס לויט אירע אייגענשאפטן, מיינט דאס איז א מיסע פרוי (גראב וכו') מעג זיך אנטון צוגעפאסט אדער רויט, ווייל לויט איר אייגענשאפט וועט עס נישט ארויסשטארן?

ניין, וויבאלד ווי אויסגעשמועסט איז רויט אסור לויט'ן געזעץ

4) נאך מער פון דעם, פאר מיר פערזענדליך ווער איך מער אנגערייצט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון שיין פון די היימישע גאס וואס פאלגט נאך די עוורידש צניעות סטאנדארטן (אפילו זי איז נישט צוגעפאסט אין אויסגעשניטן וכ) ווי א גויטע וואס גייט מיט טייט דשינס אין אויסגעשניטנע האלץ. רוב גויטס זענען פאר מיר בכלל נישט עטרעקטיוו, רוב אידיש ווייבלעך זענען יא.

דאס איז זייער פארשטענליך און כ'וועל דיר דאס אי"ה ערקלערן א צווייטן מאל באריכות, אבער בקיצור נמרץ, אויב דו ביסט געהייראט, שטעל איך זיך פאר, אז דאס איז צו א אידישע פרוי. ממילא, ווי נישט ווי ווייסטו ביי דיר אין מיינד אז קיין גויטע האסטו נישט געקענט און דו וועסט נישט הייראטן, משא"כ א אידיש טאכטער וכו'.

אין קורצן וואס איז די גדר, ווען (אין פארוועם) זאגט מען אז די זאך איז גאר שיין אין עס איז כשר, אפילו עס איז שענער פון ארימיגע אדער אנדערע? אין ווען זאגט מען אז עס איז שוין פריצות ווייל עס שטארט ארויס?

זייער פשוט ווי ערקלערט. עס איז דא קאטאגאריע א' וואס דאס זענען געזעצן מטעם התאחה"ר און דאס איז אסור אין אלע אומשטענדן און ביי סיי וועמען, דערנאך איז דא דער קאטאגאריע וואס רעכנט אריין קליידונג וואס יעדע פרוי דארף אריינקלערן און שוקל זיין ביי זיך איידער זי טוט דאס אן.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

שליחה דורך moneyminded »

לייבל שטילער האט געשריבן:
1111 האט געשריבן:
4) נאך מער פון דעם, פאר מיר פערזענדליך ווער איך מער אנגערייצט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון שיין פון די היימישע גאס וואס פאלגט נאך די עוורידש צניעות סטאנדארטן (אפילו זי איז נישט צוגעפאסט אין אויסגעשניטן וכ) ווי א גויטע וואס גייט מיט טייט דשינס אין אויסגעשניטנע האלץ. רוב גויטס זענען פאר מיר בכלל נישט עטרעקטיוו, רוב אידיש ווייבלעך זענען יא.



דאס איז א שטארקע נקודה וואס איך האב אויך איינגעזעהן, והדבר צריך תלמוד.
לכאורה וועגן taboo

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך 1111 »

moneyminded האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:
1111 האט געשריבן:
4) נאך מער פון דעם, פאר מיר פערזענדליך ווער איך מער אנגערייצט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון שיין פון די היימישע גאס וואס פאלגט נאך די עוורידש צניעות סטאנדארטן (אפילו זי איז נישט צוגעפאסט אין אויסגעשניטן וכ) ווי א גויטע וואס גייט מיט טייט דשינס אין אויסגעשניטנע האלץ. רוב גויטס זענען פאר מיר בכלל נישט עטרעקטיוו, רוב אידיש ווייבלעך זענען יא.



דאס איז א שטארקע נקודה וואס איך האב אויך איינגעזעהן, והדבר צריך תלמוד.
לכאורה וועגן taboo

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
פרוש האט געשריבן:דאס איז זייער פארשטענליך און כ'וועל דיר דאס אי"ה ערקלערן א צווייטן מאל באריכות, אבער בקיצור נמרץ, אויב דו ביסט געהייראט, שטעל איך זיך פאר, אז דאס איז צו א אידישע פרוי. ממילא, ווי נישט ווי ווייסטו ביי דיר אין מיינד אז קיין גויטע האסטו נישט געקענט און דו וועסט נישט הייראטן, משא"כ א אידיש טאכטער וכו'.

[/b]
[/quote]THL

איך הער. אבער איך מיין אז נישט דאס איז די זאך ביי מיר, עס ציט מיך בכלל נישט באמת נישט
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

לאמיר טרייען מיט פלעין אידיש

שיינקייט = מסודר צוזאמענגענומען נישט רעשיג און נישט נאכגעלאזט

צניעות = די טיילן פון קערפער [יעדער לויט זיין מסורה] זענען פארדעקט, און איר קליידונג און געשמיר און אויפירונג רופט נישט קיין פרעמדע אויג צו קוקן

פריצות = די טיילן פון קערפער [יעדער לויט זיין מסורה] זענען נישט אינגאצן פארדעקט, און איר קליידונג און געשמיר און אויפירונג רופט פרעמדע אויג צו קוקן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שיינקייט ווענדט זיך אויך אין מסורה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

שליחה דורך אריה »

[tag]1111[/tag] הלכות/גדרי/מנהגי צניעות רעינדזשט פון כת השאלים ביז די וואס האלטן אז א פרוי טאר סה"כ נישט גיין אנגעטאן ווי א זונה (לכאורה קאנטעמפארערי). פארשטייט זיך אז מען קען טרעפן עפעס א דרך האמצעית.
הלכה למעשה, לדעתי אפשר לומר פוק חזי מאי עמא דבר, כאפ א שפאציר אויף ליע עוועניו און קוק דיך אום וויאזוי די וויליאמסבורגע נשים צדקניות גייען אנגעטאן, אזוי מעג מען גיין. מקיל זיין מער ווי ס'איז אנגענומען אין די קהילה ווי דו לעבסט איז נישט פראקטיש.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כ'פארשטיי נישט פארוואס מען מאכט אזא עסק פון רויט, איז דען רויט מער שרייענדיג אדער ציענדיג מער ווי געל אדער ווייס, א קאליר האט מיטן קאפ צוטוהן ביי איינעם איז עס בלוי ביי אנאנדערן איז ווייס אאו"ו
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אפיציעל הייסט עס אז רויט איז די פארב פונעם שטן, ס'נאר אינטערעסאנט אז אין די צייטן פון תנ"ך פלעגן פרויען יא גיין אנגעטון רויט ווי ס'שטייט אין פסוק "כי כל ביתה לבוש שנים" = איר גאנצע הויזגעזינד איז אנגעטון רויט (crimson). גיי פארשטיי.

איין פארב טרעפט מען יא אין גמרא וואס איז די פארב פונעם שטן און דאס איז שווארץ ווי ס'שטייט אין מסכת קידושין דף עב. "ישמעאלים דומין לשעירים של בית הכסא, שמלובשים שחורים ודומים לשדים" - אראבער זעען אויס ווי שדים ווייל זיי גייען אנגעטון שווארץ. מ'קען עס אפשר פארענטפערן אז די שטן האט געטוישט פארבן ערגעץ אינדערצווישן, גיי ווייס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווארשיינליך צוליב דעם וואס דער קאליר רויט רייצט אן אקסן...
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קאלירן האט מן הסתם צוטוהן מיט קאלטור, קען זיין אז אין יענע צייטן און אין יענע מדינות איז רויט געווען די הייסטע זאך פונקט ווי אמאליגע צייטן זענען דיקע פרויען געווען שיין, נו גיי פארשטיי
מיינונגזאגער

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

שליחה דורך מיינונגזאגער »

1111 האט געשריבן:איך וויל פארשטיין די קלארע גדר פון שיינקיייט צניעות אין פריצות.

יעדער פארשטייט אז א פרוי מען זיין שיין אנגעטון. עס איז נישטא קיין הלכה אז מען דארף גיין מיעס אנגעטון, אדער אז מען דארף אויסוועלן די מיסע קלייד ענדערש ווי א שיינע. אין אנדערע ווערטער עס איז קלאר אז מען מעג זיין שיין אנגעטון אפילו די שיינע קלייד וועט מער צוען דאס אויג פון א מאן. שיינקייט איז נישט א סתירה מיט צניעות

פון די אנדער זייט ווייסט יעדער אז מען טאר נישט זיין פריצותדיג, יעדער פארשטייט אז גיין האלב אויסגעטון אדער זייער טייט איז נישט צניעותדיג.

מיין הויפט שאלה איז, וואס איז די גדר ווען גייט א שיינע זאך אריין אינעם ענין פון פריצות איז ווען איז עס נאר שיין אין עס איז נישט קיין פראבלעם?
נאך א שאלה איז, זענען שענערע פרויען מער מחיוב זיך אנצוטון מיס? איז עס מותר פאר מיסע פרויען זיך אנצוטון גאר שיין אין ציעדיג?

אייערע אייגענע סברות איז וועלקאם, אבער איך וויל ביעקור הערן פון אן הלכה אדער השקפהדיגע שטאנדפונקט.

קען זיין עס באלאנגט אין מאחורי, אויב אזוי מיטע עס אהין רוקן
נישט ווייל קיין גרויסער מומחה אין וואס עס איז מעורר די מענער צי זיך אויסדרייען צו זעהן און אריין כאפן צו זעהן וואס מער פון א שיין געשטאלט.
אבער מיין מיינונג אלץ ״מיינונגזאגער״ קען איך דאך זיכער אריין ווארפן.
ווי פריער אראפ געברעגט די שפריך וואר אז beauty ia in the eye of the beholder מיינט דוקא נישט גשמיותדיגע שיינקייט א שיינער פיגור וכדו׳. דאס מיינט לכאורה כפשוטו אז דער זעהר זעהט נישט די ברה (איר אויסערליכען אויסזעהן) ער זעהט די תוכה (איר אינערליכקייט) און פאר דעם גייט ער, דאס איז די שיינקייט וואס ער וויל זעהן און נאר דאס זוכט ער.

עס איז דא א מושג געברענגט פון א געוואלד מפרשי התנ״ך אין מגילת אסתר אויפן פסוק ואסתר נושאת חן בעיני כל רואיה.
פרעגט זיך גאר א שטארקע שאלה וויאזוי קען זיין אז זי האט טאקע נושא חן געווען בעיני כל רואיה, אחשורוש איז דאך געווען מלך אויף די גאנצער וועלט אויף 127 מדינות, אין די מדינות פון אחשורוש האבן געוואוינט אלע פון די שבעים עמים, און עס איז באקאנט אז מענטשען פון אנדערע מדינות האבן אויך אנדערע באדי פיטשערס.

געווענליך קענען רוב מענטשען פון אנדערע מדינות טאלערעיטן די אנדערע מדינות געשטאלט פיטשערס אבער מאנכע קענען דאך נישט, למשל זאג פאר א פאריזער אדער גאר א דייטשער גוי זאל גיין וואוינען מיט א הייטישער פרוי וואס קומט פון העיטי, אין זיינע אויגען איז די העיטיש פרוי א מכועורת א ברייטער נאז, קוילן שווארץ געקעצעלטע האר וכדו׳ די פסוק איז דאך נישט קיים מוגזם׳דיגער דראמאטישער שריפט שטעלער וואס מען ווארפט אריין סתם אזוי ווערטער צו מאכן די מעשה אינטערסאנטער.

נאר פשט איז אזוי, שרייבט דער מלבים

״יש שפירשו יפת תואר היינו בגובה ומראה היינו בדמות. וברש"י פירש שיפת תואר היינו צורת הפרצוף ומראה היינו זיו קלסתר. ויש שפירשו יפת תואר היינו דפוס החוטם והמצח והפה והלחיים, ויפת מראה היינו לבן ואדמדם.״

״וצא ולמד ממה שפרט שלמה המלך בשיר השירים, ובחינה ב' היא כללות הפנים וכללות הגוף, לזה אמר יפת תאר ויפת מראה שהיו פרטיה כל אחד יפה בפני עצמו וגם בדרך התקבצותם יחד' ופירוש נוסף כתב 'יפת תואר כמשמעה, ויפת מראה שהיה לה חן שיתאוה לה כל רואה'.״

לפי׳ שיטת המלבים קומט אויס אז יא זי איז פשוטו כמשמעו געווען א שיינער פרוי וואס קיינער פון די וועלט האט נישט געקענט רידזשעקטן איר שיינקייט.

אבער עס איז דאך אויך דא א שיטה וואס זאגט אז ״אסתר ירקרוקות היתה״

דאס קען אויך מיינען צוויי זאכן אז מאנכע מיינט ירקרוקות מיס, און ביי אנדערע איז דאס א הערליכער סקין קאלאר.
אבער די חידוש איז דא אז עיני כל רואה נשאה חן. די מאדעל להבדיל אויף די מעגעזין קאווער וועט מען אויך פרובירן נעמען א מיידל וואס אלע וועלן גלייכן.

בקיצור איך ווייס נישט וואס שיין מיינט.

אבער צו אונזער תגובה האט די שמועס נישט קיין שייכות, איך האב עס נאר מקדים געווען כדי צו מסביר זיין אז שיינקייט איז אין די אויגען פון די ביהאלדער.

אבער לגבי דרעס קאוד וויאזוי א מיידל זאלל נישט זיין אויפפאלנד און צוציענד האט נישט קיין שום שייכות מיט איר אייגענארטיגער שיינקייט, עס האט מיט וואס זי דאס מיידל/ווייבל וויל ווייזן פון זיך (נישט קיין חילוק וואס) א צוריק געצויגען צניעותדידער מיידל/ווייבל וועט זיך אנטוהן זייער באשיידן (נישט קיין חילוק וואס די לבוש איז) און א ווייבל וואס איז נישט אזוי צירוק געצויגען וועט זיך מער אויף רייסן און פרוביקן צו ווייזן אז אשה יפת מראה אני.

לגבי די הלכה איז די אנגעטועכץ נאר לגבי וויפיל, און וואס א פרוי דארף פון זיך צו דעקן עס זאל חלילה נישט זיין ערותה נראה לפני אנשים להתאוה להם. אבער אויב איז זי נישט אויבער אויף די הלכה׳ס און איר לבוש צוהט פאר א פרעמדע מאן, איז קלאר אז דער מאן האט ארבעט צו טוהן אויף זיך. קליידונג און אפי׳ געשטאלט זאלן אים נישט ערוועקן זיינע תאוות, און אויב עס ערוועקט אים יא זיינע תאוות זאל ער שטארק ארבעטן אויף זיינע שמירת ענים, און שבירת התאוות.


Sent from my iPhone using Tapatalk
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך 1111 »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
אבער לגבי דרעס קאוד וויאזוי א מיידל זאלל נישט זיין אויפפאלנד און צוציענד האט נישט קיין שום שייכות מיט איר אייגענארטיגער שיינקייט, עס האט מיט וואס זי דאס מיידל/ווייבל וויל ווייזן פון זיך (נישט קיין חילוק וואס) א צוריק געצויגען צניעותדידער מיידל/ווייבל וועט זיך אנטוהן זייער באשיידן (נישט קיין חילוק וואס די לבוש איז) און א ווייבל וואס איז נישט אזוי צירוק געצויגען וועט זיך מער אויף רייסן און פרוביקן צו ווייזן אז אשה יפת מראה אני.

לגבי די הלכה איז די אנגעטועכץ נאר לגבי וויפיל, און וואס א פרוי דארף פון זיך צו דעקן עס זאל חלילה נישט זיין ערותה נראה לפני אנשים להתאוה להם. אבער אויב איז זי נישט אויבער אויף די הלכה׳ס און איר לבוש צוהט פאר א פרעמדע מאן, איז קלאר אז דער מאן האט ארבעט צו טוהן אויף זיך. קליידונג און אפי׳ געשטאלט זאלן אים נישט ערוועקן זיינע תאוות, און אויב עס ערוועקט אים יא זיינע תאוות זאל ער שטארק ארבעטן אויף זיינע שמירת ענים, און שבירת התאוות.


Sent from my iPhone using Tapatalk


דער ערשטער וואס רעדט צו די זאך אין מיינ אויגן.
לויט דעם קומט אויס אז צניעות איז א ענין פון צורוקגעצויגענקייט, די טבע פון נישט וועלן ווייזן די שיינקייט. האסט אוועקגענומען די פאוקעס פון די טעכנישע קליידונג אין עס אריבערגעפירט צו די אינערליכקייט פון די פרוי. עס מאכט אסאך סענס.
אבער דאס דארף אויך א גדר, עד כמה, מעג מען בכלל נישט ? א פרוי מעג נישט וועלן זיין שיין אין דאס גאס פאר זיך אדער פאר אנדערע פרויען ? לכאורה יא! אין איך גלייב נישט אז מען קען זאגן אז יעדער זאל זיך מאכן אייגענע חשבונות וואס עס מיינט פאר איר. וממילא איז ווידער די שאלה וואס איז די גדר.
אן אנדערע וועג ארויסצוברענגען די שאלה איז, צו וועלעכע לעוועל זאל איך מחנך זיין מיינע טעכטער אין דעם ענין? זאל איך מכנך זיין אז איך די גאס דארף מען פראבירן צו באהאלטן יעדע סארט שיינקייט? זאל איך מחנך זיין אז נאר שטארעריש, אין מער ווי געווענדליך איז א פראבלעם?

כלפי דעם וואס די האסט געזאגט אין חלק הלכה, וואס זענען די בעסיק הלכות אין קורצן?
אויסגעשניטן
אויסגעפאסט
רויט
לייב קאליר
וואס נאך ?
מיינונגזאגער

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

שליחה דורך מיינונגזאגער »

זי מעיג יא און דארף יא ווי לאנג עס איז נישט אויף א פרוצתדיגער אופן ע״פ הלכה. און פרוצת איז בכלל נישט שיין


Sent from my iPhone using Tapatalk
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

איך וויל וויסן א אנדערע זאך, וואס פעלט אויס די גאנצע גדר? היינטיגע צייטן ווען יעדער האט עקסעס צו די ברייטע אינטערנעט, און אפילו נישט ווער ס'זוכט טרעפט מראות יפות אין מאנהעטן צו ווי, וועם פאפט מען דא? ווייל ס'איז אין הלכה מאכט עס נישט לאגיש אדער רעאליסטיש היינטיגע צייטן, דוד המלך האט שוין געזאגט עת לעשות לה' כ'זעה באמת נישט וואס ס'איז פראקטישער ווען מ'גייט אנגעטוהן דורכשניטליך און באשיידן (נישט יאנטשי) א שיינע פרוי איז א שיינע פרוי, נישט ווייל זי טראגט סימס אנשטאט sheer pantyhose איז זי יעצט אויס שיין, דער וואס ס'איז מיאוס, איז עס נישט מעלה ומוריד סא וואס איז די אויפטוה? מענטשן פארפירן חלילה ס'קומט פון דעם ארויס גרויסע מכשולות ה' ירחם... אהא און יעצט נישט? ווייניגער? מער? וואס'א חילוק?! מ'דארף זיך פונקט אזוי קאנטראלירן די אייגענע תאוות יעצט אויך, אונזער ציבור מיינט אז אלעס דרייט זיך ארום די נושאים טאקע ווייל מ'מאכט אזא וועזן דערפון! ווי יענער וואס האט נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט מוטשענדיג זיך מיטן לאנגן בארד אונטער די דאכענע אדער איבער די דאכענע... איך וויל פארשטיין מ'פארבט זיך מיט איי ליינער און שאנעל און מ'גייט מיט לאנגע שייטלען אויסצושטעכן די אויגן פון יעדע פארבייגייער, (נישט אין שטוב אוודאי דארט דארף די סנוד עס מאכן) אבער קורצע ערמל און געפאסטע הויזן דאס איז היינט די פראבלעם??? קאם אן א מאן ציט צום פרוי פון די ביגינינג אף טיים ריגארדלעס! לאנגע סקירטס און ברייטערע טאפס גייט עס נישט טוישן... און די פאקט ווייזט אז די מער מ'ציט איין דעם פאסיק אין געוויסע הינזיכטן, עפנט מען עס צוביסלעך אין אנדערע, יא די גאר פרומע אוודאי נישט, מ'רעדט פון די מעסיגע און ליבעראלע, און נאכדעם קומט וואס? נאך איסורים! אידיאט איינער עטס כאפטס נישט אז דאס איז דאך א דירעקטע תוצאה פון די ביז יעצטיגע אונטערדריקעניש ווילסטו דעס אויך אווועקנעמען... אונטערשטע שורה איך האלט אז גדרים זענען לעכערליך, ווי די מחיצות ביי חתונות, יא אינעם זאל איז יעדער פיזיש אפגעטיילט, אבער וועם מ'וויל זעהן אדער וויל געזעהן ווערן קען מען מיט איין סורטש טרעפן, אלל איים סעיאינג איז ס'מאכט נישט קיין סענס...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כגפן פוריה האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס מען מאכט אזוי אוועק די שאלה. אויב עס ווענט זיך אין די אייגענע שכל,מיין איך אז ביי יעדעם וועט עס זיין אנדערע גדרים. איינער איז מער סעסעטיוו ווי א צוייטען.
טאקע פארדעם דארף מען א דיין וואס האט ד ״ריכטיגע״ שיקול הדעת אין, אין זוכט נישט סתם פרימקייטן,אין פאקערט סתם קילות.

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

וואס טוט זיך אויב מיין דיין האט אנדערע תאוות ווי מיר? וועסט פרעגן דא 20 מענטשן יעדער וועט האבן אן אנדערע דעפינישן אויף "פריצות" יעדער וועט האבן אן אנדערע דעפינישן אויף "רייץ" איינמאל א זאך איז נישט שווארץ אויף ווייס נאר יעדער דארף זיך פאר זיך אליין טראכטן ווערט עס היבש פארצווייגט, און מאכט אסאך גרעי עריע
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אבער וואס העלפט עס ווען מען טוהט פאר זוך? למשל אז איך וואלט געוועזן א פרוי, אפי' לויט מיין פארשטאנד ווער איך נישט אנגערייצט פון א שייטל וואס איז זעקס אינטשעס אראפ פונעם אקסלען, אבער איך וואלט יא געווארן אנגערייצט פון א שייטל וואס גייט ביזן תחת. אבער לעומת זה ווערט מיין דיין און זיינס גלייכן יא זייער אנגערייצט פון שייטל וואס רירט קוים צו די אקסלען. איז אויב די גאנצע קאנצעפט פון צניעות איז אז יענער זאל נישט אנגערייצט ווערן און יעדער ווערט אנגערייצט פון עפעס אנדערש, אם כן אין לדבר סוף? דא מאנכע וואס ווערן אנגערייצט פון א שפיצעל גאר....
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

די גדר פון צניעות, אדער בעסער געזאגט די מהות פון א "צנועה" איז אז זי פיהרט זיך אויף ווי איינער וואס איז אקופירט, ד.ה. מדרך העולם (ווען וועלט איז נאך געווען וועלט...) איז אז א מיידל וועט פרובירן צו מושך זיין פרעמדע מענער און אזוי דארף זיין. א פארהייראטע פרוי, ווידער, האט דאך שוין איינס ממילא זאל זי נישט טוען קיין פעולות וואס ווייזן 'מענער! קוקט אויף מיר!' אריינגערעכנט אבער נישט אויסשליסליך, קליידונג. ס'האט נישט מיט ווערן אנגערייצט זינט ס'וועלן אייביג זיין מענער וואס וועלן ווערן אנגערייצט, נאר וואס דען? אויב גייט זי אנגעטוען מער פריצות'דיג ווי די שטייגער איז דאס א סטעיטמענט פון 'קוקט אויף מיר'. כנלע"ד נכון.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך 1111 »

לייבל שטילער האט געשריבן:די גדר פון צניעות, אדער בעסער געזאגט די מהות פון א "צנועה" איז אז זי פיהרט זיך אויף ווי איינער וואס איז אקופירט, ד.ה. מדרך העולם (ווען וועלט איז נאך געווען וועלט...) איז אז א מיידל וועט פרובירן צו מושך זיין פרעמדע מענער און אזוי דארף זיין. א פארהייראטע פרוי, ווידער, האט דאך שוין איינס ממילא זאל זי נישט טוען קיין פעולות וואס ווייזן 'מענער! קוקט אויף מיר!' אריינגערעכנט אבער נישט אויסשליסליך, קליידונג. ס'האט נישט מיט ווערן אנגערייצט זינט ס'וועלן אייביג זיין מענער וואס וועלן ווערן אנגערייצט, נאר וואס דען? אויב גייט זי אנגעטוען מער פריצות'דיג ווי די שטייגער איז דאס א סטעיטמענט פון 'קוקט אויף מיר'. כנלע"ד נכון.


[tag]לייבל שטילער[/tag] סאוי לויט דיר וועט א מיידל מעגן גיין אנגעטון פריצותדיגע (ווען וועלט וואלט געווען וועלט)?
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

קומזיץ האט געשריבן:א פרוי האט אין איר טבע א כח אז א מאן ווערט נמשך נאך איר
איז די ארבעט אויף די פרוי עס צו ניצן אויף די ריכטיגע פלאטץ און נישט ווען מ'מעג נישט

איך ווארט אויף די טאג וואס די רבנים זאלן ארויסקומען מיט א קול קורא ווי זיי וועלן אויפפאדערן פון יעדע פרוי און מיידל העכער די אכצן זיך צו לייגן אונטערן מעסער ארויסצוזייגן פון מוח אלע dopamine, serotonin,
און testosterone estrogen/oxytocin כעמיקאלן ווער נישט קען נישט ליגן אין בית החיים אדער שיקן די קינדער אין מוסדות...

אזוי זעהט מען אויס ווען מ'קוקט נישט דעם מציאות אין פנים אריין...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

1111 האט געשריבן:
לייבל שטילער האט געשריבן:די גדר פון צניעות, אדער בעסער געזאגט די מהות פון א "צנועה" איז אז זי פיהרט זיך אויף ווי איינער וואס איז אקופירט, ד.ה. מדרך העולם (ווען וועלט איז נאך געווען וועלט...) איז אז א מיידל וועט פרובירן צו מושך זיין פרעמדע מענער און אזוי דארף זיין. א פארהייראטע פרוי, ווידער, האט דאך שוין איינס ממילא זאל זי נישט טוען קיין פעולות וואס ווייזן 'מענער! קוקט אויף מיר!' אריינגערעכנט אבער נישט אויסשליסליך, קליידונג. ס'האט נישט מיט ווערן אנגערייצט זינט ס'וועלן אייביג זיין מענער וואס וועלן ווערן אנגערייצט, נאר וואס דען? אויב גייט זי אנגעטוען מער פריצות'דיג ווי די שטייגער איז דאס א סטעיטמענט פון 'קוקט אויף מיר'. כנלע"ד נכון.


[tag]לייבל שטילער[/tag] סאוי לויט דיר וועט א מיידל מעגן גיין אנגעטון פריצותדיגע (ווען וועלט וואלט געווען וועלט)?


אויב איז זי אין די צייט וואס זי זוכט א שידוך, און בחורים וואלטן גענומען מיידלעך דירעקט, דעמאלט'ס יא.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

1111 האט געשריבן:אויב וועט מען זאכן אז די גדר איז לויט די דשענערעל שיינקייט פון די פרוי. דאס הייסט אז יעדע פרוי דארף זיך אפמעסטן אין זיכער מאכן פאר זיך אז זי שטארט נישט ארויס לויט אירע אייגענשאפטן, מיינט דאס איז א מיסע פרוי (גראב וכו') מעג זיך אנטון צוגעפאסט אדער רויט, ווייל לויט איר אייגענשאפט וועט עס נישט ארויסשטארן?

די פאקט אז יעדער גייט פאר עפעס אנדערש שרייט פון זיך אליין ארויס ווי אבסורד די איסור אויף רויטע קליידער איז... אפילו אלס חוקת הגוי, די fashion אינדוסטרי האט זיך שוין געטוישט בערך 950 מאל זייט דעמאלטס...

1111 האט געשריבן:4) נאך מער פון דעם, פאר מיר פערזענדליך ווער איך מער אנגערייצט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון שיין פון די היימישע גאס וואס פאלגט נאך די עוורידש צניעות סטאנדארטן (אפילו זי איז נישט צוגעפאסט אין אויסגעשניטן וכ) ווי א גויטע וואס גייט מיט טייט דשינס אין אויסגעשניטנע האלץ. רוב גויטס זענען פאר מיר בכלל נישט עטרעקטיוו, רוב אידיש ווייבלעך זענען יא.

Here you go ס'איז א טעיסט! ווי האשה החשובה Margaret Wolfe Hungerford האט געשריבן: "beauty is in the eye of the beholder" מילא ווי אין די וועלט קען סיי ווער קומען און אפ'פסק'ענען וואס איז מותר און וואס איז אסור? און זיכער נישט א פרעסער מיט סטראקעס וואס איז נישט down to earth און זיכער נישט אויף די דקות'דיגע זאכן. ס'איז דא אסאך מענער וואס ווערן שוואך פאר שפיצלעך, ווי [tag]קורקלענד[/tag] שרייבט, איך פערזענליך זעה נישט די תאווה דערצו, אבער כ'ווייס אז ס'איז דא אזא פעטיש אויב אזוי פארוואס איז עס נישט קיין פירצה? אזוי דארף זיין, וואס די רבנים מאכן אפ אז ס'איז א מכשול דארף אריינפאלן אין דעם גדר נישט אזוי? נעע דאס שוין נישט, מ'קען דאך נישט אסר'ן א מלבוש וואס זייערע אייגענע ווייבער טראגן... אלעס א שטיק פוילקייט, ארבעט אויף דיך און לאז די פרויען מנוחה...

לגבי די גויטע האב איך אן אנדערע טעאריע, דו אין דיין קאפ קענסט נישט גיין פאר איר די זעלבע פשוט ווייל דו ווייסט סובקאנשעסלי אז דו קענסט איר נישט האבן, קוקסטו נישט אויף איר מיט די זעלבע אויג, נישט ווייל ס'איז נישט בעצם אויפפאלנד. אבער איך קען דיך נישט איך שפעקוליר נאר לויט וויאזוי דו שרייבסט.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

קורקלענד האט געשריבן:אבער וואס העלפט עס ווען מען טוהט פאר זוך? למשל אז איך וואלט געוועזן א פרוי, אפי' לויט מיין פארשטאנד ווער איך נישט אנגערייצט פון א שייטל וואס איז זעקס אינטשעס אראפ פונעם אקסלען, אבער איך וואלט יא געווארן אנגערייצט פון א שייטל וואס גייט ביזן תחת. אבער לעומת זה ווערט מיין דיין און זיינס גלייכן יא זייער אנגערייצט פון שייטל וואס רירט קוים צו די אקסלען. איז אויב די גאנצע קאנצעפט פון צניעות איז אז יענער זאל נישט אנגערייצט ווערן און יעדער ווערט אנגערייצט פון עפעס אנדערש, אם כן אין לדבר סוף? דא מאנכע וואס ווערן אנגערייצט פון א שפיצעל גאר....

ס'איז אזוי subjective די נושא, **** און שיינקייט איז אזא פערזענליכע זאך ווי קען מען אריינקוקן אין יענעמ'ס מוח און בכלל מאכן א גדר?
דעס איז שוין אויב איך גיי מיט מיט דעם לעכערליכן notion אז די פרויען זענען פארשקלאפט אלס שטראף פאר חוה מיט די עץ הדעת און דעריבער מוזן זיי זיך פארמיאוס'ן, ווייל מענער האבן א פראבלעם... ווי אין די וועלט קענסטו דאס צוטיילן אויף א ריזיגע גרופע פון מענטשן מיט אנדערע געפילן אנדערע טענדענסיס, אנדערע פאנטאזיעס, ס'קומט מיר פאר ווי א כולל יונגערמאן וואס האט אין זיין לעבן נישט שטודירט זאל זיך ארויפזעצן אויפן פסיכאטער בענקל און אנשטאטס מעדעצינען זיך נעמען ארויסגעבן סעיפים וואס אלע פאציענטן מוזן מקבל זיין אויף זיך אן א פארוואס, און ווער נישט זאל מען זאפארט ארויסווארפן...

איך פארשטיי די זאך אז ס'איז דא געוויסע זאכן וואס פה אחד וועט יעדער עגריען אז דאס איז הייס, אבער נאכאמאל די עקסטרעמע תקנות וואס מיר האבן אין יהדות החרדות איז סאך מער ווי איבערגעצויגן דעם שטריקל, ס'איז אזוי אומלאגיש... און נאך א זאך, וואס מ'רעדט נישט פון; אויב יעדע הומען ביאאינג האט געוויסע דיזייערס נעמט דאך דאס אריין די פרויען אליין, וואס טראכטן די רבנים זיי זענען פון פלעסטיק? "יא אבער א פרוי האט נישט קיין פראבלעם לגבי ז''ל" איז וואס? אבער זי מעג דמיון'ען פון זיין מיט א מאן??? זי מעג גיין פאר וועם זי וויל??? נאר איך טאר נישט?? און אויב איך טראכט נאר איך טוה נישט קיין מעשה? איך חלום נאר איך הער נאר א פרוי זינגען? עטס זעהטס ווי נאריש די אלע מיסטישע ענינים זענען גיוו מי עי ברעיק, מ'דארף לעבן ראציאנאל! נישט בויען קיין לייפסטייל באזירט אויף סליפערי סלאופ פעלעסיס איינס גרעסער פונעם צווייטן. אויב קענט איר נישט פארשטיין טשענסעס אר עס איז נישט דא וואס...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ווער נאך איז אזוי גרויס ווי עזרא הסופר, וואס האט געמאכט א תקנה אז יעדן ערב שבת זאל מען פארקויפן פערפיום אין די אידישע גאסן, אז די פרויען זאל זיך קענען אויסצירן פאר זייער מענער? מען האט מתיר געווען ארויסצוטראגן תכשיטים אין שבת אז פרויען זאלן זיך קענען אויסצירן. זאגאר בלויז פאר די אייגענע מענער.
עס איז היינט א פארקערטע וועלט, אנטשטאט די פרוי זאל זיך אויסצירן בלויז פארן מאן, צירן זיי זיך אויס בלויז ווען זיי גייען ארויס אויף די גאס. פארוואס? ווילן זיי דען אנציען פרעמדע מענער? און פארוואס פאר די אייגענע מענער געבן זיי נישט קיין דעם? נאכדעם האבן זיי טענות אז זייער מענער פאשענען אין פרעמדע פעלדער...
פארשפארט