ס'גייט פרשת בלק אויפן וועלט, זייער א קאלירפולע פרשה, אבער אינעם היינטיגן דור דארף מען נישט זוכן וואס די נושא פון די וואך איז, ס'שרייט פון זיך אליין ארויס, מה טובו אהליך יעקב, ראה שאין פתחיהן מכוונות זו לזו, בלעם איז משבח די מורא'דיגע כח היחיד וואס כלל ישראל פארמאגט, מ'קוקט נישט ביי יענעם, מ'מאכט נישט נאך און מ'זיכט נישט צו געפעלן, אט די מעלה איז אביסעלע פארגעסן געווארן דא אין אמעריקע, אבער תהלה לקל אין די לעצטערע יארן וואכט זיך דאס צוריק אויף, דאס איז אדאנק די כח היחיד באוועגונג. א באוועגונג וואס אין בלויזע חדשים האט זי באוויזן איבערצוטוישן א גאנצע סעסייעטי.
אבער מיט דעם אלעם זענען פארהאן אסאך, צווישן זיי פראמינענטע רבנים און בעלי השפעה, וואס אט די באוועגונג געפעלט זיי בכלל נישט, זיי זעען אין דעם א רוח פון בגידה און הפקרות, פריקת עול און ארגאנץ.
וואס שטערט זיי? ווילן זיי דען נישט מ'זאל חתונה מאכן פאר ביליג?
זיי האבן אויך א שטיקל טענה, וואס איז די שיטה פון די לינקע ליביראלן אויב נישט כח היחיד, איש כל הישר בעיניו יעשה? מ'דארף האבן עפעס א מהלך, איז כח היחיד א גוטע זאך, אדער איז עס גאר שעדליך?
וואס איז בעסער כח היחיד אדער כח הרבים? מצד אחד האבן די אידן א טענה, אסאך פריקת עול און הפקרות ווערט צוריקגעהאלטן דורך די כח הרבים, שטעל דיך פאר וויאזוי די וועלט וואלט אויסגעזען אן די כח הרבים, מענטשן וואלטן באראבעוועט איינער דעם צוויטן, ס'וואלט געווען מהומות און געוואלגטאטן, שלעגערייען און נארישקייט, וויאזוי קען א וועלט אזוי אנגיין? מצד שני איז יעדער מודה אז די כח היחיד איז לעבנסוויכטיג, ס'דא אמאל וואס די רבים איז זיך טועה און יעדער טאנצט נאך ווי מאלפעס, וויפיל אידיש בלוט האט מען שוין פארשפארט דורך דעם באוועגונג?
לאמיר אביסל טיפער אריינטראכטן, וואזוי קען דאס זיין? וויאזוי קען זיין אז די כח היחיד זאל זיך שלאגן מיטן כח הרבים און די יחיד זאל געווינען? איז די רבים דען נישט שטערקער.
לפי עניית דעתי איז די כח היחיד נישט קיין כח. עס איז די כח האמת וואס איז די שדרה וואס האלט איר צוזאם.
ווען די רבים איז שקר, דאן קען איר די יחיד צוברעקלען. אין מדבר איז נישט געווען קיין כח היחיד באוועגונג, יעדער האט פשוט געטון וואס איז ריכטיג, מ'האט געזוכט דעם אמת, וואס איז ריכטיג, נישט וואס זאגט יענער, דאס איז געווען די שבח פון כלל ישראל זיי האבן געזוכט דעם אמת.
ווען די יחיד הייבט אן נאכגיין וואס אים ציט, נישט וואס איז אמת, דאן פארלירט ער זיין צויבער, דאן זעט ער אויס ווי די לינקע ליביראלן, ס'איז נישט די כח היחיד וואס איז שטארק, ס'איז די כח האמת.
איך מיין אז מ'קען גיין א טראפ טיפער, ווען די יחיד מאכט א אמתע באשלוס דאן קומט עס פון אים אליין, ער האט דאס אליין אגעמאכט, אזוי האלט ער איז ריכטיג צו טון, ווען די יחיד מאכט א באשלוס פון שקר, איז דאס ווייל ער לעבט נישט קיין באשיידן לעבן. ער קוקט צופיל צו יענעם. ואכהמ"ל.
דאס איז די שבח פון כלל ישראל, ראה שאין פתחיהן מכוונות זו לזו, ווייל ווען מ'קוקט נישט ביי יענעם, מ'טוט וואס איז ריכטיג ווייל מ'האט פון זיך אליין אזוי אפגעמאכט, ווען מ'פירט א באשיידן לעבן, מ'קוקט נישט ארויס אויפן גאס, מ'זוכט נישט קיין פריקת עול, דעמאלטס שטייט די כח היחיד שטאנדהאפטיג, דעמאלטס איז זי א מעלה, און דעמאלטס איז דאס די שבח פון כלל ישראל אז ראה שאין פתחיהן מכוונות, זיי האבן א כח היחיד, אבער ווידער ראה שאין פתחיהן מכוונות, זיי לעבן א באשיידן לעבן.
א לעכטיגן שבת.
כח היחיד אדער כח האמת?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
פיק ניק האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם זענען פארהאן אסאך, צווישן זיי פראמינענטע רבנים און בעלי השפעה, וואס אט די באוועגונג געפעלט זיי בכלל נישט, זיי זעען אין דעם א רוח פון בגידה און הפקרות, פריקת עול און ארגאנץ.
וואס שטערט זיי? ווילן זיי דען נישט מ'זאל חתונה מאכן פאר ביליג?
איז איינער ארויסגעקימען אקעגען די באוועגונג ?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
פיק ניק האט געשריבן:ס'גייט פרשת בלק אויפן וועלט, זייער א קאלירפולע פרשה, אבער אינעם היינטיגן דור דארף מען נישט זוכן וואס די נושא פון די וואך איז, ס'שרייט פון זיך אליין ארויס, מה טובו אהליך יעקב, ראה שאין פתחיהן מכוונות זו לזו, בלעם איז משבח די מורא'דיגע כח היחיד וואס כלל ישראל פארמאגט, מ'קוקט נישט ביי יענעם, מ'מאכט נישט נאך און מ'זיכט נישט צו געפעלן, אט די מעלה איז אביסעלע פארגעסן געווארן דא אין אמעריקע, אבער תהלה לקל אין די לעצטערע יארן וואכט זיך דאס צוריק אויף, דאס איז אדאנק די כח היחיד באוועגונג. א באוועגונג וואס אין בלויזע חדשים האט זי באוויזן איבערצוטוישן א גאנצע סעסייעטי.
אבער מיט דעם אלעם זענען פארהאן אסאך, צווישן זיי פראמינענטע רבנים און בעלי השפעה, וואס אט די באוועגונג געפעלט זיי בכלל נישט, זיי זעען אין דעם א רוח פון בגידה און הפקרות, פריקת עול און ארגאנץ.
וואס שטערט זיי? ווילן זיי דען נישט מ'זאל חתונה מאכן פאר ביליג?
זיי האבן אויך א שטיקל טענה, וואס איז די שיטה פון די לינקע ליביראלן אויב נישט כח היחיד, איש כל הישר בעיניו יעשה? מ'דארף האבן עפעס א מהלך, איז כח היחיד א גוטע זאך, אדער איז עס גאר שעדליך?
וואס איז בעסער כח היחיד אדער כח הרבים? מצד אחד האבן די אידן א טענה, אסאך פריקת עול און הפקרות ווערט צוריקגעהאלטן דורך די כח הרבים, שטעל דיך פאר וויאזוי די וועלט וואלט אויסגעזען אן די כח הרבים, מענטשן וואלטן באראבעוועט איינער דעם צוויטן, ס'וואלט געווען מהומות און געוואלגטאטן, שלעגערייען און נארישקייט, וויאזוי קען א וועלט אזוי אנגיין? מצד שני איז יעדער מודה אז די כח היחיד איז לעבנסוויכטיג, ס'דא אמאל וואס די רבים איז זיך טועה און יעדער טאנצט נאך ווי מאלפעס, וויפיל אידיש בלוט האט מען שוין פארשפארט דורך דעם באוועגונג?
לאמיר אביסל טיפער אריינטראכטן, וואזוי קען דאס זיין? וויאזוי קען זיין אז די כח היחיד זאל זיך שלאגן מיטן כח הרבים און די יחיד זאל געווינען? איז די רבים דען נישט שטערקער.
לפי עניית דעתי איז די כח היחיד נישט קיין כח. עס איז די כח האמת וואס איז די שדרה וואס האלט איר צוזאם.
ווען די רבים איז שקר, דאן קען איר די יחיד צוברעקלען. אין מדבר איז נישט געווען קיין כח היחיד באוועגונג, יעדער האט פשוט געטון וואס איז ריכטיג, מ'האט געזוכט דעם אמת, וואס איז ריכטיג, נישט וואס זאגט יענער, דאס איז געווען די שבח פון כלל ישראל זיי האבן געזוכט דעם אמת.
ווען די יחיד הייבט אן נאכגיין וואס אים ציט, נישט וואס איז אמת, דאן פארלירט ער זיין צויבער, דאן זעט ער אויס ווי די לינקע ליביראלן, ס'איז נישט די כח היחיד וואס איז שטארק, ס'איז די כח האמת.
איך מיין אז מ'קען גיין א טראפ טיפער, ווען די יחיד מאכט א אמתע באשלוס דאן קומט עס פון אים אליין, ער האט דאס אליין אגעמאכט, אזוי האלט ער איז ריכטיג צו טון, ווען די יחיד מאכט א באשלוס פון שקר, איז דאס ווייל ער לעבט נישט קיין באשיידן לעבן. ער קוקט צופיל צו יענעם. ואכהמ"ל.
דאס איז די שבח פון כלל ישראל, ראה שאין פתחיהן מכוונות זו לזו, ווייל ווען מ'קוקט נישט ביי יענעם, מ'טוט וואס איז ריכטיג ווייל מ'האט פון זיך אליין אזוי אפגעמאכט, ווען מ'פירט א באשיידן לעבן, מ'קוקט נישט ארויס אויפן גאס, מ'זוכט נישט קיין פריקת עול, דעמאלטס שטייט די כח היחיד שטאנדהאפטיג, דעמאלטס איז זי א מעלה, און דעמאלטס איז דאס די שבח פון כלל ישראל אז ראה שאין פתחיהן מכוונות, זיי האבן א כח היחיד, אבער ווידער ראה שאין פתחיהן מכוונות, זיי לעבן א באשיידן לעבן.
א לעכטיגן שבת.
א שטארקע געדאנק.
האסט'ך פשוט טועה געווען מיט די לינקע-כח היחיד אישו.. די לינקע מהלך איז דייקא קעגן כח היחיד, ס'איז די קאלעקטאוויסט מהלך בעת וואס די רעכטע (עכ"פ כהיום) זענען פארן אינדיווידועל.. (דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס Cancel culture איז אזוי פאפולער דארט).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 09, 2020 3:42 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:א שטארקע געדאנק.
האסט'ך פשוט טועה געווען מיט די לינקע-כח היחיד אישו.. די לינקע מהלך איז דייקא קעגן כח היחיד, ס'איז די קאלעקטאוויסט מהלך בעת וואס די רעכטע (עכ"פ כהיום) זענען פארן אינדיווידועל.. (דאס איז לכאורה די סיבה פארוואס Cancel culture איז אזוי פאפולער דארט).
דו ביסט גערעכט מיטן פאקט אז די לינקע גייען מיט די קאלעקטאוויסט מהלך און די רעכטע גייען פאר אינדיווידואלע רעכטן.
מצד שני די חילוק צווישן די קאנסיווארטיוון און די פראגרעסיווער איז גענוי ווי איך האב געשריבן, די פראגרעסיווער ווילן אז איש כל הישר בעניו יעשה, און די קאנסיווארטיוון ווילן גדרים וסיגים אויף מאראל.
און איך וועל זיך ערלויבן אריינצוגיין אין א טיפערע נקודה, די יעצטיגע מהלך פון די איש כל הישר בעניו יעשה שפראצט דירעקט ארויס פון קאלעקטיוויזם, ווייל די שורש און געדאנק פון קאלעקטיוויזם איז אז יעדער זאל זיין גלייך, און פון דעם ציט זיך א מסקנא אז ס'איז נישט גערעכט אז בלויז די וואס האלטן אן זייער טראדיציע זאלן זיין אנגענומען אין סאסייעטי, יעדע מנוול דארף זיין אנגענומען פונקט אזוי ווי די באזעסענע מענטש, און פון דארט האט זיך אנגעהויבן קענסל קולטור, ווי זיי פראבירן צו קענסלען יעדער וואס נעמט נישט אן יעדער.
מ'קען נאך טיפער אריינגיין וויאזוי די רעכטע שיטה פון אינדיווידואלע רעכטן איז געבינדן מיט מאראלישע גדרים וסיגים (כ'רעד נישט יעצט פון רעגולאציעס) אבער מיין צייט ערלויבט מיך נישט יעצט, ועוד חזון למועד.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל