א קאר די ביה יחדון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך הבל וריק »

א קיילעכיג יאר ווארט ניסן אויף דעם גורל'דיגן טאג.

ווען דער גרויסער דאנערשטאג געפאלט און אידעלעך אומעטום שוויצן אנגעצויגענע, סארטירענדיג אייער באקסעס אין צודריקטע וואגאנען, ביציקלעך און באגאזשן אין א בייזע גיסטע, פארלאזנדיג די שפרידלנדע שטאטישע גאסן מיט אן אומפעט אויפאמאל, שטייט ניסן א באוואפנטער גרייט.

ניסן געדענקט נאך נישט מער געדאכט, דעם שווארצן דאנערשטאג יענעם שנה ראשונה, ווען ער האט פון פענסטער ארויסגעקוקט אין די שפעטע נאכמיטאג שטונדן, און זיך דערזעהן מיט א מאגערע צאל כולל יונגעלייט פרירענדיג אינעם קאלטן היכל התורה, אין א נאס-הייסע ליידיגע שטאט.

אנע לייסענס און א היטש צום געפינען, איז ניסן אינעם שטינק געפלאגטן שטאט, שטעקן געבליבן, ווי די זיידעס פכים אין יבק.

אליינס מיטן ווייב, און א קייכעדיג קינד, האט ניסן דעם שבת אפגעראכטן, מיט די איבריגע ארעמעלייט אין געגנט.

וינחם ניסן, און דאס קומענדיגע יאר נקמה גענומען דערויף, וחמשׁ עלה ניסן, און מיט א ווייסע קאראלע פון מישיגען, די הויכע בערג און טיפע טאלן צו די קעטסקילס זיך ארויפגעשלייכט, אויף שבת שלח, צום שווער'ס פיצעלע באנגעלאו.

איינגעפירט האט ניסן, דאס איינהאנדלען אן אויטא יערליך אויפן זוממער.

מדי שנה בשנה, ממחרת לג בעומר, זעצט זיך א דערהייטערטער ניסן אין קיאסק אריין, אויף א דרייעדיג בענקל, און באזוכט יעדן רענטל פילאליע אין צפון אמעריקע, נישטערענדיג פאר ביליגע פרייזן און טייערע קארס.

אז מ'נעמט שוין, זאל עס זיין צו די זאך, זאגט ניסן.

ווי קארג ניסן איז נאר פון נאטור, זשאלעוועט נישט ניסן ווען ס'קומט צום אויטא - וואס פארמאגט ביי אים א ספעציעלן פלאץ אין הארץ.

פאריאר צום ביישפיל האט ניסן באשלאסן אויסצוציען דעם רענטאל ביז צו די הייליגע טעג, און צוגעצאלט עקסטערע זעקס מאות כולל געלט, בבחינת זאל זיין.

אלנפאלס, ענדליך האט זיך דער טאג באוויזן - יוני דער אכט און צוואנציגסטער.
אן אפגעדאווענטער ניסן זיצט גרייט אין ווען, נאשענדיג אויף א דעיניש, אפווארטענדיג די אנדערע קאלעגעס.

מיט א גרופע כולל יונגעלייט, א צאפל אין הארץ, און א זעקל שפעזן, לאזט מען זיך ארויס דעם לאנגן וועג קיין הערץ אין דעלאווער.

זעקס קראסאווערס האט ניסן רעזערווירט, אבער ווייסט נישט וואס גענוי וועט צו זייער גורל פאלן. עס איז בלויז פארבליבן צו האפן אויף דאס בעסטע, שטארקט ניסן די ארומיגע.

"העמיר כאפן דא א מנחה" שלאגט פאר איינע פון די אריות שבחבורה אין ווען, צוויי שטונדן אין רייזע אריין.

שטייט ניסן אויף א פרייען פעלד אונטערן הימל, און שפירט א נאנטשאפט צו גאט. גארנישט טיילט אפ צווישן אים און טאטן.

אב הרחמן שמע קולנו... מיט פארמאכטע אויגן צום הימל שעפשעט ניסן א תפילה צו גאט. זאל די רייזע מצליח זיין. זאל ער חן געפינען ביים מאדערנעם אגענט, און א גוטן שליח צו די בערג קריגן. א באקוועמער אויטא, א שעינער אויטא, א שנעלער אויטא, מיט א שיינער פארעם. פילייכט א שעווי קרוז, קלערט ניסן, אדער אן אימפּאלא לפחות. אין זיין קאפ זעהט ניסן דעם ערל מיטן געזשעלטן האר אינעם העל בלויען סוט און ברוינע שיך, זיך אפשטעלן מיט א ווייסע טשעראקי אין זיינע פיר אמות. אט האלט ער שוין ביים איבערגעבן די שליסלען, און דער שליח ציבור שרייט פלוצים אויס א הילכיגן קדיש, צובלאזנדיג זיין טרוים.

א רויטן סאול איז ניסן'ן פארשריבן געווארן דאס יאר. ניסן איז נישט אנטוישט.

נאקעט פון לוקסוס איז זי, די קיאַ. די שפיגלען האט ער בידיים געמוזט אראנזשירן, דעם עלעקטריק פרייען זיץ אויסגעגליכן וויפיל מעגליך, און אויף מוזיק – ווי עס שיינט, וועט ער צו מידטאון מוזן אריינגיין, איבערצאלן פאר א ווייער.

מיט אן אומבאהאלטן פרייד הענגט ניסן דעם ביימעלע שמעקער וואס ער האט מיט זיך מיטגעבראכט, און האט אפילו א קלער פון איבערוואשן דעם אויטא ביי א לאקאלע קארוואש – זאל די קאר צייגן ביים אפּרוה אין וועלעראו, ביים ארויסבעקן פון מאונטען פרוט, און ביים אריינציען אינעם מאראסטיגן קאלאני. אבער ס'גוט ווי אזוי ס'איז, איז ניסן א מסתפק, און שעהמט זיך פון די מחשבה זעלבסט.

ניסן גלייכט די צוויי מאנאטן א יאר מיטן קאר.

אלס א כולל יונגערמאן איז ניסן קארלאז דורכאויס די יאר.

שפאנט ניסן טעגליך א מהלך רב אין די ווינטער פראסטן, מיט די הענט אין די ארבעל און פאלש האריגע אויערן שיצער.

א דערשלאגענער קוקט ניסן אויף די רואיג באזעצענע אויטא'ס וואס ווארעמען זיך שטיל אויף די טונקל שנייאיגע געסער, אין די פריע פארטאגס שטונדן, אינדערצייט וואס זיינע ליפן און ציין טרייסלען פון קעלט און פחד אויפאמאל.

שטייענדיג ביי א רויט לייט קריגט ער צומאל פון א פעטער א פייף, און פון א שוואגער אן אנבאט, צוגעטראגן ווערן צום גמרא.

מיטאג, צווישן די סדרים, איז ניסן טעגליך אין א דיאלעמע. ארויסגיין אין די היצן פאר א מזונות, אדער אנידערלייגן ס'קעפּעלע איבער'ן תלמוד. טעגליך בייסט א הונגעריגער ניסן אין פעשע סענטוויטשעס בפרעהסיא, און קייעט צו א שטיל שווייגנדן שוהל.

א רעגן איז ניסן'ן א קללה, א זין א מאטערניש, א היץ אומדערטרעגליך, א פראסט א ווייגעשריי.

וועטער אליינס קאסט ניסן'ן אפאר דאלאר א יאר, צווישן נאסע שיך, צובלאזענע הויזן, און פארלוירענע שירעמעס, גרייכט די ציפער אפאר מאות. גייט ניסן א גאנץ יאר מיט אן אויסגעריבן אויבערראק און גרוי פארוועלקטע שיך.

א שיינעם וועטער מיינט גאר אסאך פאר ניסן. אין א שיינעם וועטער שפאצירט ניסן אויף די גאסן מיט א שמייכל אויפן פנים, א זאטער אויפן מאגן, מיט בגדי שמחה באקליידעט, און הערט צו קול מבשר אונטערן פרייען הימל.

טעגליך לויפט ניסן מיט אייער אין מויל, צו כאפן זיין איינצעלע אויסזיכט אויף א איינשטענדיגע רייזע קיין בארא פארק. און אז נישט, שטייט ער אן ערשעפטער ביים היטש פלאץ מיט לעכצנדע אויגן פאר א בארימהארציגער גענאדע פון א נאבעלער איד. צומאל, בלית ברירה, ווארפט זיך א מידער ניסן א שטייעדיגער אויפן באס, צווישן הונגעריגע בני תורה און כינעזע פלוידעריי.

צומאל זיצט ניסן אין שול, געשטראנדעט איבער א חסידיש ספר, ווארטענדיג א גאָס רעגן זאל פארביי גיין.

טאקע אין שנה ראשונה נישט מער געדאכט, פלעגט אן אפגעדאווענטער ניסן, דער פרישער איידעם, אן ערליכער מעביר סדרה זיין, ווארטענדיג אין גיבּבּערס אויף אן אויסלייזער.

אלנפאלס, שמעקט ניסן'ן דעם לוקסוס פון אן אייגענעם קאר.

איז ניסן אבער א כולל יונגערמאן, א פיינער, אן עוסק בתורה, און פאלט נישט פאר הבלי עולם הזה.

ביי די קארגע אכצן האט מען א פעאיגער ניסן פון אלכסנדר צוכאפט, א נדן פארשפראכן, און מיט א טרייע ווייב א לערערין צענויפגעפּארט.
פון די יאך פון פרנסה האט מען אים גענצליך באפרייט, און עס מיט תורה ערזעצט.

א וואוילער לערנער איז ניסן ווירקליך.
נישט ממש אויסגעטוהן פון די וועלט איז ניסן, און זיכער נישט ווי ביי די אכטצן.
אין בוזעם טאש טראגט ער שטענדיג ארום א הויפן בריוו און טשעקלעך,
אין קרעדיט קארדס און פוינטס איז ניסן א מנוסה און א היבשער מומחה. פון מאל צו מאל פאלט ניסן'ן ביי א ביזנעס געדאנק, א וועלט'ס ערפינדונג זאגאר.
ניסן פארשטייט זיך גוט זיין שטעטל, זאגן די מענטשן קענער עדות.

ניסן איז טאקע ווייט פון א בטלן.
ער קוקט זיך אום אויף זיינע ארבעטס פריינט און זעהט א געוויסע אפּשפּרונג אין זייער שפּאן, א זעלבסטשטענדיגקייט, א באזעסנקייט, אן ערוואקסנקייט, אן אחריות, אינדערצייט וואס ער איז א האלבע וואך פארנומען זיך צונויפקומען מיט זיין שווער פארנומענע חברותא, און לאנדן א נאכט כולל וואו ער'ט קענען כאפן נאך א מאגער טשעקל צו דעפאזיטירן אויפן שמיציגן טשעיס פיליאלע, אויף וואלאבאוט.

אוודאי קלערט ניסן צומאל אויב עס פעלט נישט פילייכט עפעס אין זיין לעבנסשטייגער, חיות, פרייהייט, ענערגיע, פרעשור, דראנג, צו סתם סטאביליטעט.

אבער ניסן וויל נישט וויסן פון עפעס אנדערש חוץ לערנען. א בן תורה איז ניסן און א בן תורה וויל ער פארבלייבןַ. ניסן קימערט זיך נישט מיט וואס זיין הארץ און געפילן זאגן.

אין התורה ניקנית אלא במי שממית עצמו עליה, נאר אויב מען צוקלאפט דעם "איך", די אלע געפילן און געדאנקען וואס ציען צום עולם הזה, קען מען וואקסן א בן תורה, טראכט ניסן.

מען איז דא אויף דעם וועלט צו דינען דעם בורא עולם, נישט זיך, זאגט אן אָפט דערשלאגענער ניסן.

די גליקליכע זוממער וואכן מיטן אויטא, ערוועקט אבער אין ניסן א האפענונג. א חיות אנצוגיין. א זעלבסט זיכערקייט און שטאלץ.

ניסן שפירט זיך וויכטיג. ווערטפול. דערהויבן. ער שפירט לעבן.

ניסן גלייכט צו שפירן ווי א מענטש צום טיש.

שעות פארברענגט ניסן אינעם סאול. ווי א צווייטע היים. ניסן איז וויליג צו פארן וואו אימער ס'ווייב צוליב טוהן, א שוועסטער צום דאקטאר אפטראגן, א מאמע צוהילף קומען.

און ביינאכט, אויף די טרעפּן ארויף צו זיין היים, מיט די תפילין אין די ארעמעס, די שליסל אין האנט, און א פינקל אין אויג, קוקט ניסן צוריק און באטראכט איר מיט ליבשאפט און שטאלץ, עטליכע מאל דריקט ער די קנעפל, צו הערן דעם זיסן קול פון רעאליטעט.

אויפן געלעגער, צווישן די גאלאפ פון געדאנקען וואס מארשירן זיין ווייס קאַפל פארביי, שטארט איין בילד פון אלע ארויס, דעם ציכטיג רויטן נשמה'לע ביים טיר פון הויז.

ויזמרון לך שירין ורחשין, א צופרידנקייט הערשט אויף זיין געזיכט, און מיט א געזאַנג צו גאט, שטיל ער שעפשעט, דאנקע טאטע!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך מי אני »

מורא׳דיג!

כ׳האב ספעציעל הנאה געהאט פון ווי אזוי ניסן׳ס יוּפאָריא און פרייד וכו׳ איבער זיין קאַר איז דאס מעטאפאר פאר זיין דראנג איבער וועלן ערגעץ ״גיין/אנקומען״ מער אין לעבן. ווייל, ווי נישט, ווי ער טוהט פיהלן איצט איז אז זיין לעבן ״פאָרט״ נישט עכט אין ערגעץ.

אויך קען דאס אז ער דארף פאָרן ווייט אויף כדי צו איינהאנדלען די קאַר אויף צו קענען פאָרן בכלל, מרמז זיין צו דעם אז אין לעבן בכלל קען די תכלית זיין די דזשוּרני אליין.

ייש״כ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
זכור ושמור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2020 8:34 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך זכור ושמור »

הערליך! האמיר שוין א ניסן'דל, א שמאי און גמליאל
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך קל וחומר »

הבל וריק איז א מייסטער ארטיסט!
יוחנן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2020 5:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך יוחנן »

וויאזוי מאכט מען דער הבל וריק זאל דא זיין אפטער?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך גראף »

איך פיל שוין אביסל בעסער בלייבענדיג דא אין שטאט יעצט ערב שבת. ממש באקומען א שטיק חיות זיך דערקוויקענדיג מיט א זאפטיגען ארטיקל אזוי ווי די אלטע לייבן דא פלעגן שרייבן... און אז עס איז דא האפענוג , האב איך שוין חיזוק אז איין טאג וועל איך פארמאגן ס'אייגענע ווינטירייזט האום אין די קעטסקילס און יעדע זומער וועל איך בלייבן ווייטער דא אין שטאט און פארציילן יעדען וואס איז נעבעך דא געבליבן אז איך לאז מיינע פארפלאגטע געשוויסטער ניצן מיין וואקעישען האום....

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

גיימיר אריין אינעם זיבעטען מיט א פולע שמייכל!

די זכות זאל דיר ביישטיין הרב הבל שליט"א.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

Wow הערליך! האסט צוריק צוריק געדרייט דעם זייגער מיט אסאך יארן, ערגעצוואו זעמער אלע געווען דער פאנטזירטער ניסן'דל.
פארוואס ברויכן מיר ווארטן אגאנצן קיילעכדיג'ן יאר פאר אזאנע הערליכע ארטיקלן, אויב כ'געגענק גוט, פאראיאר און פאר צוויי יאר צוריק אין די זעלבע צייט בערך האסטו אויך געשריבן אזוינע קאנטרי רילעיטעד ארטיקלן, פליז ווי ניד מאר!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיגע ארטיקל, מתוק מדבש ונופת צופים...

א באזונדערע לייק פאר'ן קריעטיוון קעפל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך פאליטיקאנט »

צוקער זיס!
קונצליך קאמפאזירט!

יי"ש"כ שרייב מער דא (אינעם א שמייכל).....

@יואב זיי אונז אויך מהנה אינעם זוממער מיט אפאר הומאריסטישע ארטיקלען כמידי שנה.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך הבל וריק »

א דאנק פאר די פידבעק, יעדן באזונדער.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך הבל וריק »

טיימליין אלערט.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

הערליך שיין

גבאים, פארוואס איז דער לייק קנעפל אויבן? מען ליינט דוירך א לאנגעם ארטיקל מען ווארפט זיך פאר געלעכטער און נאכדעם דארף מען צוריק ארויפקריכן פארסאפעטערהייט ביזן לייק קנעפל אזש מען האט שוין באלד פארגעסן וואס מען האט ליעב געהאט...
dan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 15, 2020 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך dan »

וויאזוי ווייסטי פּינקטליך וויאזוי איך האבּ געפילט? איי העד עי גאאד לאגה.... ישר כּח! איר האט טאלאנט!
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

שליחה דורך אמת וצדק »

א באשרייבונג די ביה יחדון..!
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך בעל רגש »

געוואלדיג! א פיס אף ארט...
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
באניצער אוואטאר
הבל וריק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 10:46 am
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 826 מאל

Re: א קאר די ביה יחדון

שליחה דורך הבל וריק »

יארצייט.

און אַ פרישע ציטאט פון ניסן'ן היי יאר:

"ליבערשט א שווארצן קעמרי מיט ברוקלינע פּלעיטס, ווי איידער א ווייסן טאַהוֹ פון איידהאו"

והמבין יבין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הבל וריק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הבל וריק: ס'וואלט נאך אינטרעסאנטער געווען (און אפילו א ביסל פאעטיש) ווען ניסן דינגט ארויס א ניסס'ן ראוג אדער אדיססי...! אוי. אדיססי איז דאך פון האנדא...!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כ’האב געהערט פון ניסן’ן אז היי יאר האט ער באקומען דאס זעלבע פון פאריאר אבער ס’איז א 2021
און ווי אויכעט די קאר איז געווען אביסל אנגעשמעקט פון ציגרעטעלעך...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: ביי מיר איז געווען עכט ..."קאר די ביה יחדון"...! נאר נישט איך. זיי. די גנבים. די רענטל קאמפעני אין מאנסי. (אנגעפיהרט דורך די חשוב'ע אייניקלעך פון מר. און מרס. חם. בן אחר בן.)...!

ומעשה שהיה. איך האב געדארפט ארויסדינגען א קאר פאר א קורצע צייט. די ערשטע זאך, שטייצעך האבן זיי געבעטן מיין קרעדיט קארד. נאכדעם מין לייסנס. שוין. זיי האבן מיך געהאט אין די הענט.

געגעבן האבן זיי מיר א שיינע קאר/מיניווען. נאר איין פראבלעם. דער רעדזשיסטרעישן איז אפגעלאפן אין 2 טעג. איך האב געפארקט אין בארא פארק.שטייצעך אז כ'האב באקומען א טיקעט פון $54 דאללער.

ווען כ'האב צוריקגעגעבן די קאר האב איך מיטגעשיקט דעם טיקעט אלס משלוח מנות. פלוצלינג באקום איך א טשארדזש אויף מיין קארד אויפ'ן סכום פון $54 דאללער. ווען כ'האב געקאללט די ..."עפריקען עמעריקען קאר רענטל קאמפעני"...(לידיעת אבטולמוס ו'שבת אחים.) זאגן זיי מיר אז ס'איז געווען אן אומבאצאלטע איזי-פעס טשארדזש. נעקסט רוף איך צו איזי-פעס. געוואלט באצאללן. אפשר האט עס פונקט נישט געכאפט. זאגן זיי מיר אז זיי ווייסן נישט פון וואס איך רעד. ס'איז נישטא (און נישט געווען) קיין שום אומבאצאלטע איזי פעס טשארדזש...!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

שוין האסטו מנדב געווען שתי פעמים ח"י פאר בל"מ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמחה'לע קאפשטיק: איך האב דאמאלס נאך געוואוינט אין בארא פארק. האטציך נישט געלוינט צו קומען קיין מאנסי. אויף א ספק. אויב איך וועלל צוריקבאקומען מיין געלט...!

זיי לערנען אזוי ווי די גמרא. (אדער משנה) זאגט..."כל שהכסף בידו. ידו על העליונה. וכל "שאין הכסף בידו. ידו על התחתונה...!

האט אמאל א קלוגער איד געזאגט..."ביי מיר איז טאקע געווען ידו על התחתונה"...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'פארשטיי נישט וואס דער קלוגער איד האט געמיינט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט