CDMA vs GSM

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

CDMA vs GSM

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

עס איז מיר נישט קלאר די נושא פון די חילוק פון די ווערייזען סערוויס און AT&T בעצם איז נישט די ווארט ווערייזען אדער att עס איז מער די יסודות'דיגע זאך וואס אפציעל ווערט עס גערופן אז ווערייזען און ספרינט זענען CDMA און at&t מיט T-Mobile זענען GSM. אין די וועלט ווערט GSM מער באנוצט. אחוץ קאנאדע רוסלאנד סאוט קארעא און אונזערע אמעריקע וואס CDMA איז יא פאפולער. וויל איך פארשטיין ווי פונקליך שטעקט די חילוק. קודם כל ווי ווייט איך פארשטיי אז מיט 4G LTE איז נישטא קיין חילוק די חילוק איז נאר אויף די וועג וויאזוי 3G האט געארבעט. אינטערסאנט אז איך האב אביסל ארום געסירטש איז אויסגעקומען אז CDMA איז א אינסטאלירטע סים קארד וואס מען קען נישט ארויס נעמען און GSM איז א סים קארד וואס מען קען ארויסנעמען און אריין לייגן. דאס איז זייער גוט געזאגט געווארן אין די 3G ערפאכע אבער היינט צוטאגס איז אפי' ווערייזען א רימאוועבל סים קארד. נאך א אינטערסאנטע זאך אז CDMA phone קען ארבעטן מיט GSM סערוויס אבער בלויז אויף 3G אבער אין א GSM פאון ארבעט נישט קיין CDMA service ניטאמאל טאלק אדער טעקסט. (הגם די היינטיגע סמארטפאונס זענען רוב פון זיי אויסגעשטעלט צו קענען האבן ביידע. מער פון די טייערע סארט. אבער ביי די ביליגע מינים קען מען נאר דאס זען) נאך א אינטערסאנטע זאך אז ספרינט פארופט זיך CDMA אבער רוב סעלעפאונס ארבעטן נישט קיין ספרינט. אפי' ווערייזען פאונס. אייביג דארף מען קויפן די פאסיגע פאון וואס זאל שטימען מיט ספרינט. און איך ווייס נישט צו דא איז די חילוק אבער א אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט אז ווערייזען ווען מען מאכט א קאל בלייבט 4G און ביי AT&T וואס איז GSM ווערט עס 3G וויל איך וויסן צו עס האט א שייכות.
אויב איינער קען מיר קלאר מאכן דעי ענינים וואלט מיר געווען גאנץ אינטערסאנט וואס איז פאקטיש היינט צוטאגס די חילוק מיט LTE. אזוי אויך וויאזוי גייט ספרינט קענען צוזאמשטעלן מיט T-Mobile ווען איינער איז GSM און די אנדערע CDMA

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אוקעי אזויווי די האסט שוין דערמאנט איז עס נאר א חילוק ביי 3g ולמעטה.
היינטיגע טעג נוצט ווערייזען מער GSM / 4G LTE, ווי זייער אלטע נעטווארקס פון CDMA.

די סיבה פארוואס זיי פלעגן נוצן CDMA אנשטאט GSM וועלכע איז שנעלער, איז פשוט ווייל CDMA ארבעט אויף לענגערע שטרעקעס משא"כ GSM דארף מער סעלפאן טורעמעס.

דו דערמאנסט אז רוב פאונס ארבעטן נישט אויף ספרינט, דאס איז נישט נאר וועגן CDMA, נאר ווייל אפי' מיט 4G און זייער GSM נעטווארקס נוצן זיי אנדערע פריעקווענסי בענדס פון רוב אנדערע קעריערס.

דאס אז ספרינט און טי מאבייל שמעלצן צאם, איז נישט קיין פראבלעם, און זיי גייען בפשטות נאך א שטיק צייט אויפהערן נוצן ספרינט'ס נעטווארקס אין די סיטי'ס ווי טי מאבייל איז בעסער (איך גלייב זיי גייען עס געבן א שטיק צייט כדי די עלטערע ספרינט פאונס זאלן נאך ארבעטן גוט.....)

און די סיבה פארוואס נעטווארקס (לאו דוקא GSM) גייען אסאך מאל אריבער צו 3G ווען מ'רופט איז ווייל אסאך פאונס סאפטוועיר (און געוויסע קעריערס ווי למשל 'האט מאבייל' אין א"י) סופפארטן נישט קיין טאלק איבער די LTE בענד - נאר דאטא.
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

ייש"כ פאליטקאנט.

איין שאלה האב איך נאך: אין די עלטערע סמארט פאונ'ס (ביי סעמסאנג מיין איך ביז s8) וועט אין א ווערייזען פאון ארבעטן טי מאביל אדער אי טי ענד טי אויב איז עס נישט לאקד (ווייל זיי נוצען דאך gsm ווי געשמועסט) אבער נאר פאר דאטא און טעקסט, טאלק וועט נישט ארבעטן.
נאך אזאך, אויב ווערייזן נוצט שוין גס"מ פ"וו ארבעט נישט ווערייזן אין א gsm פאון. ס'ארבעט נאר אין כדמ"א פאון'ס פ"וו?
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך פאליטיקאנט »

דאס אז אין עלטערע פאונד גייט טאלק נישט ארבעטן האב איך קיינמאל געהערט און עס קען זיין פאר די אויבנדערמאנטע סיבה ווייל ווערייזען אדער יענע פאון סופפארט נישט קיין VoLTE (וואיס אווער lte) און נאר דאטא.


לגבי די צווייטע שאלה: הייבט זיך נישט אן, מ'קען יא נוצן ווערייזען אין א GSM פאון.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

פאליטיקאנט האט געשריבן:דאס אז אין עלטערע פאונד גייט טאלק נישט ארבעטן האב איך קיינמאל געהערט און עס קען זיין פאר די אויבנדערמאנטע סיבה ווייל ווערייזען אדער יענע פאון סופפארט נישט קיין VoLTE (וואיס אווער lte) און נאר דאטא.


לגבי די צווייטע שאלה: הייבט זיך נישט אן, מ'קען יא נוצן ווערייזען אין א GSM פאון.
קודם כל די מציאות אז טאלק זאל נישט ארבעטן אין א 4G פאון האב איך שוין בייגעוואוינט ווען די פאון האט נישט קיין VoLTE אפי' ווען עס ארבעט געהעריג מיט ווערייזן. יעצט איך האב געהאט א GSM phone עס איז געווען א galaxy A10 וואס ווערייזען האט נישט געארבעט אויף דעם ממש גארנישט. נישט טאלק טעקסט אדער דאטא. אבער איך זעה אויף די 4G LG phone וואס איז אנלאקעד און א ווערייזען ווערסיע פון דעם ארבעט GSM דוקא נאר דורך 3G אויפן באר באווייזט זיך א H און אויף די LG GSM phone קען נישט ארבעטן ווערייזען בכלל.

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

אויב LTE ארבעט אויף די זעלבע מהלך סיי CDMA און סיי GSM דעמאָלט פארוואס קומט ארויף דוקא אויף א פאון וואס איז נאר CDMA ביי די באר א H וואס איז טאטאל GSM?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אוקעי אזויווי די האסט שוין דערמאנט איז עס נאר א חילוק ביי 3g ולמעטה.
היינטיגע טעג נוצט ווערייזען מער GSM / 4G LTE, ווי זייער אלטע נעטווארקס פון CDMA.

די סיבה פארוואס זיי פלעגן נוצן CDMA אנשטאט GSM וועלכע איז שנעלער, איז פשוט ווייל CDMA ארבעט אויף לענגערע שטרעקעס משא"כ GSM דארף מער סעלפאן טורעמעס.

דו דערמאנסט אז רוב פאונס ארבעטן נישט אויף ספרינט, דאס איז נישט נאר וועגן CDMA, נאר ווייל אפי' מיט 4G און זייער GSM נעטווארקס נוצן זיי אנדערע פריעקווענסי בענדס פון רוב אנדערע קעריערס.

דאס אז ספרינט און טי מאבייל שמעלצן צאם, איז נישט קיין פראבלעם, און זיי גייען בפשטות נאך א שטיק צייט אויפהערן נוצן ספרינט'ס נעטווארקס אין די סיטי'ס ווי טי מאבייל איז בעסער (איך גלייב זיי גייען עס געבן א שטיק צייט כדי די עלטערע ספרינט פאונס זאלן נאך ארבעטן גוט.....)

און די סיבה פארוואס נעטווארקס (לאו דוקא GSM) גייען אסאך מאל אריבער צו 3G ווען מ'רופט איז ווייל אסאך פאונס סאפטוועיר (און געוויסע קעריערס ווי למשל 'האט מאבייל' אין א"י) סופפארטן נישט קיין טאלק איבער די LTE בענד - נאר דאטא.
איך האב נישט צו לאנג צוריק געלערנט אין ארץ ישראל. אבער איך מיין אז האט מאובייל שטעלט יא צו VoLTE ווייל אויף מיין סעלפאון האט עס געשטאנען אויפן באר. פאקטיש האב איך עס קיינמאל פרובירט ווייל צו רעדן אין ארץ ישראל האב איך באנוצט א בעיסיק פאון און צו אמעריקע האב איך גענוצט די גוגל וואויס עפפ. למעשה ווען איך האב יא גערופן א נומער וואס האט נישט געהאט VoLTE האט געשטאנען 3G אויבן. דא מיט ווערייזן בלייב 4G אפי' אויב איך רעדט צו א 3G פאון און די HD calling קומט נישט ארויף

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שאלה.
זיי מער מסביר.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

פאליטיקאנט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שאלה.
זיי מער מסביר.
וועלעכע? אלע?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

פאליטיקאנט האט געשריבן:

לגבי די צווייטע שאלה: הייבט זיך נישט אן, מ'קען יא נוצן ווערייזען אין א GSM פאון.


כ'רעד פון עלטערע גס"מ'ס אזויווי s8 און אראפ.
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: CDMA vs GSM

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כ'ווייס נישט פונקטליך אבער עס האט מסתמא מער צוטון וועגן די פריעקווענסי בענדס.


בדרך אגב "פריעקווענסי טשעק" איז א גוטע און גאנץ אפדעיטעד זייטל ווי איר קענט זען אויב אייער דעווייס גייט (לכאורה) ארבעטן מיט א קעריער.
https://www.frequencycheck.com/

עס איז זייער נוצבאר אויב איר פלאנט צו קויפן פון די מער ביליגערע סמארטפאון'ס (לאפוקי די פלעגשיפס וועלכע האבן ע"פ רוב סופפארט פאר אסאך בענדס) אדער פון א אנדערע מדינה.
פארשפארט