פשוטו של מקרא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

פשוטו של מקרא

שליחה דורך כרם זית »

איך האב געזיכט אן אשכול של יינה של תורה וואו קאווע שטיבל מיטגלידער קענען ארויפשטעלן אייגענע אדער אומבאקאנטע פשטים בכ''ד כתבי הקודש, על פי פשיטו של מקרא. אזוי ווי איך האב נישט געטראפן אזא אשכול האב איך אליין געפענט לזיכוי הרבים. אט וועל איך אראפשרייבן א פשט וואס איז לפע''ד לאמיתו של תורה, אויף אן אומפארשטענדליכן פסוק אין מגילת רות וועלכע מיר האבן אלע געליינט בחג השבועות העעל''ט:
ותבוא אל חמותה ותאמר מי את בתי. ותגד לה את כל אשר עשה לה האיש (ג. טז.)
איך בין זיכער אז אסאך פון אייך ווען איר האט געלערנט די פסוק האט איר זיך גלייך געוואונדערט וואס איז פשט אין נעמי'ס שאלה צו רות ''מי את בתי''. וואס הייסט ווער איך בין. איך בין דאך רות וואס האט זיך אפגעריסן פון מיין פארגאנגנהייט נאר מיטצוגיין מיט דיר?! וואס איז פשט אין די שאלה (ועיין בא''ע ובמלבי''ם מה דנדחקו בזה).
די תירץ ליגט לפע''ד אין בלויז איין פסוק פארדעם. אט ליינען מיר אז נאכדעם וואס רות האט זיך באקאנט געמאכט מיט בועז האט איר בועז געזאגט:
ויאמר הבו המטפחת אשר עליך ואחזי בה. ותאחז בה. וימד שש שערים וישת עליה ויבא העיר (שם טו)
אז בועז האט איר פארבעטן אויסצוטון איר טיכל כדי אריינצולייגן אין דעם שערים. אויב אזוי קען מען פארשטיין פארוואס איר שוויגער נעמי האט איר נישט דערקענט וויבאלד זי איז נישט צוגעוואוינט געווען צו זען רות אן קיין טיכל און דא איז זי אהיימגעקומען אן דעם האט זיך גאנץ אן אנדערע צורה באוויזן פאר איר.
(מקען נאך צולייגן אז רות האט אויסגעזען גאר משונה אויב גייט מען מיטן שיטת הרי''ף אז א גיורות פאר איר טבילה דארף זיך שערן די גאנצע האר, עיין יו''ד סימן רסח. וק''ל.)
לויט די מהלך שטימט אויך עטליכע אנדערע דיוקים:
וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.
פארוואס ענטפערט רות אויף די שאלה מי את בתי, את כל אשר עשה לה האיש. נאר כמביאור האט זי מסביר געווען פארוואס זי זעט אויס אנדערש ווייל זי האט נישט קיין טיכל ווייל עשה לה האיש.
בפסוק שלאחר זה (יז) שש השערים האלה, וואס איז די ה הידוע וואו איז שוין די שעורים דערמאנט געווארן.
אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.

אזוי איז דער מלבי''ם מסביר אבער לויט דעם שטייט נישט קיין ענטפער פון רות צו נעמי. משא''כ ווי איך בין מסביר ליגט די ענטפער אין די ווערטער את כל אשר עשה לה האיש.
און וואס זאגסטו צום עצם פשט?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

כרם זית האט געשריבן:וואס דארף די תורה פארציילן (פסוק טו) וישת עליה, נאר עס קומט פארציילן רות'עס צניעות ווי זי האט צוריק ארויפגעלייגט איר טיכל אויף איר קאפ אינאיינעם מיט די שעורים.

איז דאס אויך לפי פשוטו של מקרא?

וויאוזי וועסטו מסביר זיין מי את בתי? האט נעמי געוויסט צו וועמען זי רעדט?

מבקר האט געשריבן:

בתי איז געווען א לשון חיבה ווי מהאט געריפן א יונגע פרוי.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כרם זית האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז זי איז אהיימגעגאנגען ווען ס'נאך געווען טונקל, וַתָּקָם בְּטֶרֶם יַכִּיר אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ, האט איר די שוויגער נישט דערקענט.

אזוי איז דער מלבי''ם מסביר אבער לויט דעם שטייט נישט קיין ענטפער פון רות צו נעמי. משא''כ ווי איך בין מסביר ליגט די ענטפער אין די ווערטער את כל אשר עשה לה האיש.
און וואס זאגסטו צום עצם פשט?

א. איך בין אביסל צומישט, דו פאנגסט אן אז נעמי האט נישט דערקענט רות ווייל זי איז געגאנגען אנעם קאפ צודעק, נאכדעם זאגסטו וועגן די גרויסע צניעות פון רות אז זי האט יא אנגעטון די קאפ צודעק אפילו מיט די גערשטלעך אינעווייניג.

ב. ס'נישט אזוי פשוט אז מטפחת דארט איז א קאפ צודעק, די תרגום השבעים טייטשט עס אויף שירצל.

ג. בנוגע די מיינונג פון די ווערטער "מי את בתי?", אנדערע זאגן אז ס'איז אזא מין פארצייטישן אויסדרוק אויף "וויאזוי איז עס געווען?" אדער עפעס אזוי. לויט דעם שטימט זייער גוט די המשך ווי רות פארציילט איר טאקע וויאזוי זי ס'איז געווען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

א. איך בין אביסל צומישט, דו פאנגסט אן אז נעמי האט נישט דערקענט רות ווייל זי איז געגאנגען אנעם קאפ צודעק, נאכדעם זאגסטו וועגן די גרויסע צניעות פון רות אז זי האט יא אנגעטון די קאפ צודעק אפילו מיט די גערשטלעך אינעווייניג.

איך האב מיך נישט גוט מסביר געווען. רות האט ארויפגעלייגט (נישט אנגעטון) איר מטפחת אויפן קאפ אז זי זאל נישט זיין אינגאנצן אויפגעדעקט אבער איינמאל זי איז אנגעקומען אינדערהיים האט זי עס ארפגענומען כדי אויסצוגיסן די שעורים.
ב. ס'נישט אזוי פשוט אז מטפחת דארט איז א קאפ צודעק, די תרגום השבעים טייטשט עס אויף שירצל.

ע פנים לתורה. יישר כח פאר די ידועה.
ג. בנוגע די מיינונג פון די ווערטער "מי את בתי?", אנדערע זאגן אז ס'איז אזא מין פארצייטישן אויסדרוק אויף "וויאזוי איז עס געווען?" אדער עפעס אזוי. לויט דעם שטימט זייער גוט די המשך ווי רות פארציילט איר טאקע וויאזוי זי ס'איז געווען.

שיינע פשט.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

פשוט פשט דא איז כאילו עס וואלט געשטאנען 'מה' את בתי, ד.ה. וואס איז מיט דיר? וויאזוי ביסטו מיין טאכטער? (ועי' ברות רבה ז' ד' "מה" את? פניה או אשת איש).

אין תנ"ך שטייט עטליכע מאל 'מי' אנשטאט 'מה'.

א חידוש איז דא אין מגילת רות אין די מגילת ים המלח, ווי עס שטייט טאקע 'מה' אנשטאט 'מי'.
מה את בתי.png

עס ליינט זיך ווי פאלגענד:

0 (י"ג) [ליני הלילה והיה בבקר אם יגאלך טוב יגאל ואם לא]
1 [יחפץ לג]אלך וגֿ[אלתיך אנכי חי יהוה שכבי עד הבקר (י"ד) ותשכב]
2 מ[רג]לתיו עד הב[קר ותקם בטרום יכיר איש את רעהו ויאמר אל]
3 יודע כי באה הגרן (ט"ו) [ויאמר הבי המטפחת אשר עליך ואחזי בה ותאחז]
4 בה וימד שם שש שערי[ם וישת עליה ויבא העיר (ט"ז) ותבוא אל חמותה]
5 [ו]תאמר [מ]ה את בתי ות[גד לה את כל אשר עשה לה האיש (י"ז) ותאמר]
6 שש [ה]שערים האלה נתֿ[ן לי כי אמר אל תבואי ריקם אל חמותך (י"ח) ותאמר]
7 [שבי בתי עד א]שר תדעיֿ[ן איך יפל דבר]
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב געזעהן אין אן ענגלישע איבערזעצונג פון די מגילות שטיין “?How did it go, my daughter”, כ'בין נאר נישט געווען זיכער צו ס'איז ווייל זיי האבן אן אנדערן גירסא דארט צו זיי טייטשן סתם אזוי אזויווי די NIV בייבל טייטשט, כ'האב פרובירט נאכקוקן אין די מגילות אבער כ'האב עס נישט געקענט געפינען, אפשר לערנסטו אונז אויס וויאזוי דו האסט עס געפינען?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'האב געזעהן אין אן ענגלישע איבערזעצונג פון די מגילות שטיין “?How did it go, my daughter”, כ'בין נאר נישט געווען זיכער צו ס'איז ווייל זיי האבן אן אנדערן גירסא דארט צו זיי טייטשן סתם אזוי אזויווי די NIV בייבל טייטשט, כ'האב פרובירט נאכקוקן אין די מגילות אבער כ'האב עס נישט געקענט געפינען, אפשר לערנסטו אונז אויס וויאזוי דו האסט עס געפינען?

ג''א מצטרף.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

פארשטאנד האט געשריבן:פשוט פשט דא איז כאילו עס וואלט געשטאנען 'מה' את בתי, ד.ה. וואס איז מיט דיר? וויאזוי ביסטו מיין טאכטער?

וכן פירש האב"ע בשם "ר' יונה המדקדק"
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

לשאלת הרבים, איך פארמאג א דיגטאלע קאפי פון BHQ וואס פארמאגט אלע חילופי ניסוח אויף גאנץ תנ"ך.

די מגילות קען מען אליין אויפקוקן דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארשטאנד האט געשריבן:די מגילות קען מען אליין אויפקוקן דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)

די שאלה איז נאר וויאזוי מ'קוקט נאך דארט, זיי ברענגען דיר דארט א טוץ צופלויגענע שטיקלעך פאפיר און גיי טרעף וואס דו זוכסט, אפשר ביזטו טאקע געזעצן א האלבע שעה דערויף?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך פארשטאנד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
פארשטאנד האט געשריבן:די מגילות קען מען אליין אויפקוקן דא (די פעיזש האב איך בדוקא אויסגעוועהלט, ווייל עס איז קיוט...)

די שאלה איז נאר וויאזוי מ'קוקט נאך דארט, זיי ברענגען דיר דארט א טוץ צופלויגענע שטיקלעך פאפיר און גיי טרעף וואס דו זוכסט, אפשר ביזטו טאקע געזעצן א האלבע שעה דערויף?

יא... עס קען נעמען לאנג. יעדע גרופע האט א נומער, און BHQ זאגט דיר וועלכע גרופע עס געפינט זיך, למשל די ספעציפישע שטיקל איז אין גרופע "2Q17 –  2Q Ruthb", דערנאך האב איך אליין געזיכט ווייטער די ספעציפישע שטיקל פארמעט.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

פאריגע וואך אין די סדרה אין פארהאן א קשיא וועלכע מיטשעט אלע מפרשים ממש. און איך קען זאגן אז עדיין לא מצאתי מרגוע לנפשי, ביז היינט צופרי וואס דער באשעפער האט מיך חונן געווען מיט א פשט, וואס גייט לפע''ד אריין אין די גדר פון פשיטו של מקרא.
די תורה פארציילט אונז קאפיטל כב פסוק כ
וַיָּבֹא אֱלֹהִים אֶל-בִּלְעָם, לַיְלָה, וַיֹּאמֶר לוֹ אִם-לִקְרֹא לְךָ בָּאוּ הָאֲנָשִׁים, קוּם לֵךְ אִתָּם; וְאַךְ, אֶת-הַדָּבָר אֲשֶׁר-אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ--אֹתוֹ תַעֲשֶׂה.
און גט איז געקומען צו בלעם ביינאכט, און אים געזאגט: אויב צו דיך ריפן זענען די מענטשן געקומען, דאן גיי מיט זיי. נאר די זאך וואס איך וועל רעדן צו דיר, דאס זאלסטו טון.
נאכן זיך איינבעטן א צווייטע מאל ביי ג-ט צו קענען גיין מיט בלק'ס שלוחים, האט אים ג-ט געגבן רשות בתנאי אז ער וועט נאר טון וואס ער באפעלט אים. און אזוי האט טאקע בלעם דער זעהער געטון. ווי די פסוק פאציילט וַיָּקָם בִּלְעָם בַּבֹּקֶר, וַיַּחֲבֹשׁ אֶת-אֲתֹנוֹ; וַיֵּלֶךְ, עִם-שָׂרֵי מוֹאָב. אבער א פסוק שפעטער אנפלעקט אונז די תורה, אז בלעם'ס אקט האט בכלל נישט געפאלן ג-ט. און אזוי שטייט:
וַיִּחַר-אַף אֱלֹהִים, כִּי-הוֹלֵךְ הוּא, וַיִּתְיַצֵּב מַלְאַךְ יְהוָה בַּדֶּרֶךְ, לְשָׂטָן לוֹ; וְהוּא רֹכֵב עַל-אֲתֹנוֹ, וּשְׁנֵי נְעָרָיו עִמּוֹ.
און די פסוק מיטשן זיך אלע מפרשים ממש צו פארשטיין. פארוואס האט ג-ט געצערנט אויב ער אליין האט רשות געגעבן צו אים מיטצוגיין מיט בלק'ס שלוחים. וזה אומר בכה וזה בכה. לאמיר אבער פראבירן צוצולייגן מיינע צוויי סענט בביאור הענין.
ווי באקאנט איז שיטת הרמב''ם (מובא ברמב''ן תחילת פ' וירא) אז מלאכים איז אומעגלעך צו זען מיט די פליישיגע אויגן דא אין די גשמיות'דיגע וועלט. פרעגט אויף דעם דער רמב''ן ז''ל (שם), אויב אזוי ווי האט אברהם געקענט זען די מלאכים זיינע באזוכער?
צוליב די קשיא זאגט דער אברבנאל (בפירישו למורה הנבוכים), אז ממיז זאגן אז איבעראל וואו מלאכים ווערן דערמאנט אין תנ''ך בקשר לאדם, איז עס געווען בחזיון נבואה.
יעצט לאמיר אריינטראכטן. דא וועט דאך דער רמב''ם אויך מיזן זאגן אז די גאנצע מעשה מיט די אתון וואס האט זיך דערשראקן פן די מלאך, איז אויך נאך געווען א חזיון. אויב אזוי קען מען פארענטפערן די שוועריקייט הנ''ל ווי פאלגנט (עצה טובה נעמט ארויס א חומש און קוקט נאך די סדר הפסוקים אינדערווענדיג):
פון פסוק כא ( וַיָּקָם בִּלְעָם בַּבֹּקֶר, וַיַּחֲבֹשׁ אֶת-אֲתֹנוֹ; וַיֵּלֶךְ, עִם-שָׂרֵי מוֹאָב.) ביז נאך פסוק לה (וַיֹּאמֶר מַלְאַךְ יְהוָה אֶל-בִּלְעָם, לֵךְ עִם-הָאֲנָשִׁים, וְאֶפֶס אֶת-הַדָּבָר אֲשֶׁר-אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ, אֹתוֹ תְדַבֵּר; וַיֵּלֶךְ בִּלְעָם, עִם-שָׂרֵי בָלָק.) איז נישט קיין נייע ענין נאר א פירש אויף די פסוק פארדעם וַיָּבֹא אֱלֹהִים אֶל-בִּלְעָם, לַיְלָה, וַיֹּאמֶר לוֹ אִם-לִקְרֹא לְךָ בָּאוּ הָאֲנָשִׁים, קוּם לֵךְ אִתָּם; וְאַךְ, אֶת-הַדָּבָר אֲשֶׁר-אֲדַבֵּר אֵלֶיךָ--אֹתוֹ תַעֲשֶׂה. און דער פסוק ערקלערט ווי אזוי דער באשעפער האט מודעה געווען פאר בלעם אז ער קען מיטגיין מיט בלק'ס שלוחים בתנאי אז ער פאלגט אלס וואס ג-ט זאגט,נעמלעך דורכן חזיון נבואה ווי זיין אייזל האט געזען די מלאך ה'.
לאמיר הערן וואס מיינע ידידים זאגן צו די פשט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: פשוטו של מקרא

שליחה דורך ישן מלא חדש »

הפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

ישן מלא חדש האט געשריבן:הפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

במדבר כ"ב כ' = לילה
במדבר כ"ב כא = בוקר

https://www.etzion.org.il/he/download/file/fid/6367
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

ישן מלא חדש האט געשריבן:הפלא ופלא אבער און פסוק שטייט די באשעפער האט גערעדט צו עים אין מיטן די נאכט מה שאין כן די חזיון איז געוועין כאילו באמצע היום?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

קודם א יישר כח פאר די קאמפלעמענט. לא זכיתי להבין וואס דו פרעגסט, צי דען קען מען ביינאכט נישט זען א חזיון פון בייטאג?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

דער רמב"ם אליין אין מורה זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן אייזל איז געווען א חלום
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

מצפצף האט געשריבן:דער רמב"ם אליין אין מורה זאגט אז די גאנצע מעשה מיטן אייזל איז געווען א חלום

יא ווייס איך. וכן פירש הרלב''ג בפרשת בלק. מיין עיקר חידוש איז געווען, אז פסוק כב איז נישט קיין עקסטערע זאך פון די המשך (כמו דפירשו כל המפרשים דראיתי), וואס לויט דעם איז שווער פארוואס האט אויסגעפעלט די ענין פון די אייזל. נאר לפירישי איז פסוק כב א תמצית פון די געשיכטע פון די אייזל. כלומר, פסוק כב דערציילט אז דער אייבישטער האט ערלויבט בלעם צו גיין אויב ער שעלט נישט. און ווי אזוי האט אים דער אייבישטער אים געזאגט? דורך די חזיון פון די אייזל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

און בדרך אגב איז אינטרעסאנט אז דורך אויס די גאנצע פרשה, ווען בלעם זאגט אז ער גייט פרעגן ג-ט דערמאנט ער די שם הוי''ה. אבער די פסוק ווי אויף להכעיס שרייבט אייביג ויאמר לו אלוקים...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

איך ווייס, איך האב נאר געוואלט ציצייכענען וואס דו ברענגסט בשם האברבנאל לתרץ
הרמב''ם, אז דער רמב"ם אליין זאגט עס.
ולעצם החידוש שלך נראין דבריך, וכמדומה לי שכבר קידמוך בזה, אבל איני זוכר כעת
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

מצפצף האט געשריבן:איך ווייס, איך האב נאר געוואלט ציצייכענען וואס דו ברענגסט בשם האברבנאל לתרץ
הרמב''ם, אז דער רמב"ם אליין זאגט עס.
ולעצם החידוש שלך נראין דבריך, וכמדומה לי שכבר קידמוך בזה, אבל איני זוכר כעת

ביזט גערעכט. כהאב נאר נאכגעברענגט דער אברבנל ווייל ער שרייבט עס אויף א מורא'דיגע ברייטע פאנעם כדי צו פארענפערן דער רמב''ן'ס קשיות בתחילת וירא. און אויף יעדע זאך וואס דער רמב''ם פרעגט אז עס איז נישט מסתבר צו זיין א חזיון, ענטפערט ער.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט