דער עולם פאסט היינט???
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: דער עולם פאסט היינט???
היינט האלט מען אן די מסורה און מ'גייט אריין אין דאנקין דאנאטס קויפן פרישטאג פארן גוי'אישן ארבעטער.......
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 95
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:35 am
- האט שוין געלייקט: 274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
Re: דער עולם פאסט היינט???
פארדעם האט די רבי נישט געהאלטן מזאל פארן אויף ארץ ישראלרביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ווייל דער רבי האט געוואלט מ'זאל דוקא יא פאסטן אין דער וועלט אריין? הייסט עס אז ער איז סתם אזוי געווען א שלעכטע מענטש וואס האט געזוכט צו פייניגן מענטשן? אויב ס'איז טאקע אזויווי דו זאגסט איז דאך אפגערעדט אז ס'האט נישט קיין שום זין צו פאסטן.
אגב בין איך נישט ממש אליינס געווען אין ירושלים, כ'האב נאר נאכגעהערט פון מיין גויאישע ארבעטארער וואס איך האב געקויפט פאר איהם די לאנטש היינט.
אגב בין איך נישט ממש אליינס געווען אין ירושלים, כ'האב נאר נאכגעהערט פון מיין גויאישע ארבעטארער וואס איך האב געקויפט פאר איהם די לאנטש היינט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
Re: דער עולם פאסט היינט???
לחיים רבי.. אבער תשעה באב מאך זיכער צו פאסטען, א בית המקדש איז נאך נישט דא..רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
מרעדט אזוי פון פאסטן דערמאנט זיך מיר א מעשה.
אלס אינג בחורל האמיר אמאל געהערט פון אן אלטן פוקר אז ער האלט זילטש חוץ תעניתים, נאכן פרעגן פשר הדברים טערמיר פארציילט אז לערנדיג אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן, געקומען איז זיין רייע טער געזאגט אז ער האט קאפ וויי, האט אים דער רב גענטפערט, איך אויך וואס זאל מיר טון און אים נישט געלאזט אויס פאסטן, זאגט ער סדורך א האולעקאוסט איך האלט נישט גארנישט חוץ דאס, קוקט אויס סהאט עפעס א חאשיבעת אין הימעל... גיי פארשטיי...

“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אמת וצדק האט געשריבן:אבער תשעה באב מאך זיכער צו פאסטען, א בית המקדש איז נאך נישט דא..
גראדע האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געגעסן אום תשעה באב, עמיר זעהן וואס ס'וועט זיין היי יאר. הגם ס'איז שטארק ייתכן אז ווען אונז וואלט באמת געוואלט האבן א בית המקדש וואלט מען עס געקענט ערלעדיגן, נאר וואס דען, ס'אינטערעסירט אונז נישט קיין סאך און די פאר מאמינים וועם ס'אינטערעסירט יא האבן נישט די פאליטישע השפעה עס צו ערלעדיגן, איז פארוואס פאסטן און קלאגן אויף עפעס וואס אינטערעסירט אונז נישט? אפשר זאל מען באקלאגן יאשקע'ס טויט אויך? און דאס וואס געוויסע ווילן צו מיר טענה'ן אז מ'פאסט נישט אויף דעם גשמיות'דיגן געביידע נאר אויפ'ן השראת השכינה איז פשוט נישט אמת ווייל אינעם צווייטן בית המקדש איז נישט געווען קיין השראת השכינה, אפילו די נסים וואס פלעגן זיין אין בית המקדש האבן זיך אויפגעהערט פערציג יאר פאר'ן חורבן און ס'שטייט נישט אז מ'האט געפאסט דערוועגן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
לאו דוקא, אידן ווילן יא דעם בית המקדש נאר זיי זענען נתחנך געווארן אז דאס מוז אראפקומען פון הימל - בנוי ומשוכלל מן השמים, זיי ווייסן ניטאמאל אז עס זענען דא חולקים אויף דעם שיטה, גיי זאג זיי אז מכון המקדש האט שוין גרייט אלע כלים און בגדים זיי ווארטען נאר אויף רשות פונעם איזראעלי כנסת עס אויפצובויען..
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אמת וצדק האט געשריבן:לאו דוקא, אידן ווילן יא דעם בית המקדש נאר זיי זענען נתחנך געווארן אז דאס מוז אראפקומען פון הימל - בנוי ומשוכלל מן השמים, זיי ווייסן ניטאמאל אז עס זענען דא חולקים אויף דעם שיטה
וואס הייסט זיי ווייסן נישט? ס'דאך א בפירוש'ע רמב"ם! אזויפיל וואלט מען נאך געמעגט וואוסן. אינגעלייט קענען פארהערן זיך גאנצעטע מסכתות, מ'זאגט נאך פון אויסענווייניג שטיקער סתירות הרמב"ם מיט ר' חייםס און חזון איש נאר צו דעם איז מען נאכנישט אנגעקומען? קאט די קרעפ. מ'גלייבט נישט, ס'אינטערעסירט נישט, און מ'לאכט זיך אויס. אפילו נאר מקריב זיין דעם קרבן פסח האבן די רבנים נישט געוואלט העלפן יעדער מיט אן אנדערן תירוץ, דעם אמת אז פארברענען בהמה פלייש אינטערעסירט זיי זייער ווייניג האבן זיי מורא געהאט צו זאגן האבן זיי אפירגעקראצט נארישע תירוצים יעדער אויף זיין מהלך. קען זיין אז פאר די פרויען און אמעראצים איז עס א גוטע לימוד זכות, אבער די תלמידי חכמים, רבנים, און אזויגערופענע בני עלייה וואלטן געמעגט וואוסן בעסער פון דעם, הֱוֵי זָהִיר בְּתַלְמוּד, שֶׁשִּׁגְגַת תַּלְמוּד עוֹלָה זָדוֹן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
כהאב אמאל געטראכט בדרך צחות. יעדע אפטיילונג ביי כלל ישראל, פארמאגט דאך זייער אייגנע דיסקריפשין ווי אזוי משיח וועט ודאי אויסזען. ביים חבדסקן איז עס דאך דער רבין אליין, און ביים סטמרן איז עס א יגן עלינו יוד וועלכע ווייזט מיטן פינגער. ביים מזרחיסט איז עס א כהן ממשפחת קוק, און דער שך'ניק ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל, אבער אבי נישט דעם אדמו''ר השביעי...
ממילא קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאכנישט דא... וויבאלד דער רבש''ע זיכט נאך ארים א קאנדידאט וועלכע וועט צופרידן שטעלן אלע... דהיינו: דער ליובאוויטשער וועלכע האט געלערנט אין ראדני, וועלכע ווייזט מיטן פינגער און לערענט פאר אבי העזרי... און אזא איד איז דאך נישט שייך במציאות. און זאל ער זיך וואגן ברענגן איינער וועלכע האט נישט די אלע מעלות, וועט דאך זיין גאנצע חלקים פון כלל ישראל וועלכע וועלן פארלוירן גיין...
וזה ביאור הפנימיות דאהבת ישראל מקרבת הגאולה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- אמת וצדק
- שריפטשטעלער
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל
דער עולם פאסט היינט???
איך טראכט אלץ אז משיח וועט זיין אזא איינער ווי רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ״ל אדער ווי רבי אשר ווייס שליט״א, וואס ביידע פון זיי זענען אנגענומען ביי ממש גאנץ כלל ישראל אלץ חשובע רבנישע פערזענליכקייטען, אונטערסאנט איז אז רבי שלמה זלמן איז געווען א אייניקל פונעם תולדות יעקב יוסף, און א זוהן פון א מקובל און ר״י שער השמים, מצד שני איז ער געווען א ליטווישע גדול, האט ער געהאט ביידע וועלטן פארקערפערט אין זיך, רבי אשר ווייס איז פאר זיך א חסידישע איד, א תלמיד פון קלויזענבורגער רב זצ״ל אבער משום מה איז ער גאר גרויס אין די ליטווישע און מאדערנע וועלט, זיין אקצענט איז אויך א געמישאכטס..
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
Re: דער עולם פאסט היינט???
@רביה״ק זי״ערביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז מ'פאסט י"ז בתמוז ווייל אין דעם טאג האבן די רוימער צובראכן די מויערן פון ירושלים, איך ווייס נישט, פאר א שטיק צייט צוריק בין איך געווען אין ירושלים און אלעס וואס די רוימער האבן חרוב געמאכט (אויסער דעם בית המקדש וואס אויף דעם פאסט מען שוין ט' באב) איז צוריקגעבויעט נאך בעסער און גרעסער פון פריער, איך זעה נישט קיין שום סיבה צו פאסטן היינט, אויב עפעס דארף עס ווערן נתהפך ליום טוב ווי ס'שטייט אין נביא זכריה... לחיים אידן!
עס פאסט בכלל נישט די ווערטער פון אזא פאסענדער שרייבער און דענקער ווי מע״כ צו שרייבן אזוי.
נישט חלילה אז איך בין מחולק מיט דיר בטיארי (theory) נאר די פאקט אז די קליין סענטענס איז נישט קיין ריאלעטעט אדער דענקער געשרייבעכץ.
אין הכי נמי, אז די חומות זענען שיין צירוק געשטעלט נאך שענער ווי פריער, אבער וואלטן די חומות נישט צובראכן געוואקן וואלט דאך דער ביהמ״ק אויך שענער און בעסער געווען און טאקע דערפאר וויינען מיר און קלאגן אז תבקע העיר, אפי׳ עס איז יעצט שענער און בעסער ווי עס איז געווען.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אין די צייטן פון שלמה המלך האט דער אידישער לעבן אין א"י געבליט און געוואקסן, עס האט געשיינט און געשטראלט פון אלע זייטן. אבער, מיר האבן עס פארפאטשקעט און זיך פארשמירט מיט עבירות, ביז צום חרבן הבית. מיר קלאגן דער סוף פון די גאנצע פראצעס, ווען עס איז שוין געווארן irreversible און דער ביהמ"ק איז חרב געווארן.
יא, היינט האט זיך עטוואס געבויט ירושלים, אבער די חרבן איז נאך נישט צוריק געדרייט, עס איז נאך reversible, ווי אויך זענען מיר נישט אין די מצב פון שלמה המלך. אוודאי איידער די חרבן האט מען נאך נישט געקלאגט, ווייל מ'האט געקענט צוריק דריין די זייגער, עס איז נישט דא וואס צו קלאגן. אבער יעצט אז מיר זיצן בארץ הטמאה און האבן נישט די ביהמ"ק, קלאגט מען און וויינט מען ביז עס קומט צוריק די גאנצע זאך, עד זיבולא בתרייתא. מ'איז נישט מוותר אויף קיין ווארט פון אלע נבואות פון די דורות.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
כרם זית האט געשריבן:כהאב אמאל געטראכט בדרך צחות. יעדע אפטיילונג ביי כלל ישראל, פארמאגט דאך זייער אייגנע דיסקריפשין ווי אזוי משיח וועט ודאי אויסזען. ביים חבדסקן איז עס דאך דער רבין אליין, און ביים סטמרן איז עס א יגן עלינו יוד וועלכע ווייזט מיטן פינגער. ביים מזרחיסט איז עס א כהן ממשפחת קוק, און דער שך'ניק ווייסט ניטאמאל וואס ער וויל, אבער אבי נישט דעם אדמו''ר השביעי...
ממילא קען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאכנישט דא... וויבאלד דער רבש''ע זיכט נאך ארים א קאנדידאט וועלכע וועט צופרידן שטעלן אלע... דהיינו: דער ליובאוויטשער וועלכע האט געלערנט אין ראדני, וועלכע ווייזט מיטן פינגער און לערענט פאר אבי העזרי... און אזא איד איז דאך נישט שייך במציאות. און זאל ער זיך וואגן ברענגן איינער וועלכע האט נישט די אלע מעלות, וועט דאך זיין גאנצע חלקים פון כלל ישראל וועלכע וועלן פארלוירן גיין...
וזה ביאור הפנימיות דאהבת ישראל מקרבת הגאולה.
געהערט אמאל אן ענליכע חקירה, וואס וועט משיח טראגן ווען ער קומט?
א שטריימעל?! וועט דאך דער פייוו טאונס איד זיך נישט פילן אין פלאץ.
א קנייטש הוט? וועט דער ראדני איד זיך פילן פערזענליך געטראפן.. דער העט אונז ווייזן מיט'ן פינגער?! נעעעע...
(קען זיין וועגן דעם פרובירט מען שוין איצט זיך צו אימיוניזירן צו דעי חברה, , ווען אן אומשולודיגער קנייטש היטל טרעגער פאלט אריין פאר א טיש, איז מען איז זיי גאר שיין מקרב. כידוע ליודעים...)
מיט א הויכע הוט? וועט דער בני יואלי זיך רעגן. אין זיין מוח (אויב ער האט איינס) זעהט ער דעם אייזל עקזיטן ביי ווייט עוו. קעגן איבער בנין עסטרייכער, מאכט גראד א רעכטס, און שפאנט ווייטער גראד צו 500 בעדפארד.
א פלאטשיגס? וועט די גאנצע וועלט זיין אנטוישט
בלייבט נאר איבער איין אפציע.....
א קוטשמע
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: דער עולם פאסט היינט???
ווארשיינליך רעדסטו פון צום גדלי'גבור חיל האט געשריבן:אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן
איך בין א נער און איך גלייב!!!
Re: דער עולם פאסט היינט???
איז דען דא אזא גרויסער חילוק, עס איז דאך אויך פון די ארבעה צומות וואס חז״ל האבן מתקן געווען?יהודי פשוט האט געשריבן:ווארשיינליך רעדסטו פון צום גדלי'גבור חיל האט געשריבן:אין בעלזא ביי רבי ישכר דוב זצוק"ל איז איין תענות דענק איך נישט וועכע איז דער גאנצער עולם דורך געגאנגען און יעדער האט אנגעגעבן א סיבה פארוואס ער קען נישט פאסטן, איינער געזאגט דע ארטש אין דע שיך טוט אים וויי וכו' און דער רב האט געזאגט אויספאסטן
Sent from my iPhone using Tapatalk