ווי אזוי מקען מקיים זיין ואהבת לרעך דא אין שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

ווי אזוי מקען מקיים זיין ואהבת לרעך דא אין שטיבל

שליחה דורך כרם זית »

זיצט זיך כרם זית'ל און ער טראכט זיך געדאנקן. געדאנקן איבער די נייע אוצר וואס ער האט אנטדעקט המכונה קאווע שטיבל, און ער וויל זיי מיטיילן מיט די אנדערע חברים אויכעט.
איך בין דא אין שטיבל קוים עפעס מער ווי צוויי מאנאטן, מאנאטן וועלכע האבן צוגעגעבן אסאך גייסטישע הנאה צו מיין נפש'ל. כאטש איך קען שוין קאווע שטיבל פון ביה''כ שטיבל אלס יונג בחור'ל, נאשענדיג וויי פיי פון גוטהארציגע שכנים... דאך איז אבער אינה דומה די עקספיריענס וואס מבאקומט פון זיין ממש א ''חלק''.

אויף ק''ש זענען פארהאן אלע מיני. פון שטארק חניוקיש, ביז גאר אויפגעקלערט. חסידיש און ליטאיש. עטליכע ד'זעניס, טייל וועלכע קענען בשום אופן נישט רעדן פון קליינליכע זאכן, און טייל וועלכע זענען זיך מצמצם און שרייבן יא, אפילו נישט אונטער מדע'דיגע אשכולות.
אבער לאמיר נישט פארגעסן. אונטער יעדע ניק איז פארהאן א מענטש אין ''ריעל לייף''. א מענטש מיט געפילן, וואס האט ליב ווען מבאנעמט זיך צו אים מענטשלעך. כרם זית, איז אויסער אן עץ השדה אויך אן אדם. ולא כרם זית בלבד, אלא בכל הניקים נאמרו.

וכלפי מה דברים אמורים?
דא וויל איך ארויסברענגען על נס עטליכע נקודות וועלכע האבן מיר געמאכט גוט שפירן, טייל פון זיי וועלכע איז לפע''ד א גרויסע קידוש ה' ווי מענטשן וואס קענען זיך נישט, און פלאנען זיך נישט צו קענען, העלפן ארויס עפעס אן אומבאקאנטן ניק. די סיבה וואס האט מיך געברענגט דאס אראפצושרייבן אויסער די חיוב פון הכרת הטוב, איז צווייפאכיג. איינס זאלן זיך אנדערע לערנען ווי אזוי מקען טון חסד דא אין שטיבל. און צווייטנס אז ווען עס וועט קומען די טאג און איך וועל שוין זיין א תושב דא זאל איך געדענקן כי גר היית בק''ש, על כן אנכי מצוך את הדבר הזה, זיי דו אויך מקרב די נייע ניקים אזוי ווי מהאט געטון צו דיר.

1] די ערשטע און גרינגסטע וועג א טובה צו טון א חבר דא אין שטיבל, איז דורכן פשוט'ן אומזינסטע ''לייק'' סיסטעם. יעדער וואס שרייבט נאר דא וויל נישט אז זיינע ווערטער זאלן פאלן אויף טויבע אויערן. ווען יא וואלט ער נישט גענומען די מי אפצוקלאפן זיינע מחשבות. איז אויב האסטו נישט קיין צייט צו רעאגירן צום הודעה, סיי צו ברענגן א ראיה סיי אפצופרעגן, דאן כאטש גיב אים א לייק ווי אים צוזאגן, ''איך זע דיין געדאנק''. און אפילו דו ביסט נישט איינשטומינג מיט אים קענסטו כאטש שרייבן א הודעה, ''איך בין נישט אינגאנצן מודה צו וואס דו שרייבסט, דו לייק איז אבער פאר דיין ארבעט'', ווי כהאב שוין געזען בעבר חברים וואס טוען אזוי.

2] דורך אויס די צייט וואס איך דריי מיך דא, האב איך שוין זוכה געווען צו געניסן הילף פון אסאך אלט געזעצנע ניקים, סתם ווייל דרך הטוב להיטב. די ערשטע מעשה וואס איז לכאורה באקאנט פאר עטליכע דא, איז ווען איך האב געזיכט עפעס א פארלוירנע מאווי. די אמת איז אז ווען איך האב געטראכט זיך צו ווענדן צום ברייטן ציבור בין איך געווען היפש סקעפטיש צי איינער וועט בכלל אנגיין מיין ניייגער. אבער מי כעמך ישראל. כאפט'ס נאר א בליק צו זען וויפיל האבן זיך אנגעריפן אין די ''זיך אקציע''.
(מקען אפשר צולייגן דאס וואס מזאגט נאך פונעם קאצקער רבי. די איינציגסטע מאל וואס די תורה באטיטלט איינעם אלס ''רעהו'', איז עס ביי חירה העידלמי. פארוואס דוקא אים? ווייל ווען יהודה האט אים פארציילט אז זיין שטעקן וכו' איז געבליבן ביי עפעס א קדשה, האט ער אים נישט גענומען אויסמוסרן אדער פרעגן דעטאלן, נאר געטון צו די זאך צו זען צי ער קען צוריקבאקומען די חפצים. אף כאן כאטש סקען זיין אז סהאט פארדראסן פאר עטליכע חברים אז איך זוך א סעקולארע מאווי, האבן זיי נישט געפרעגט קיין קשיות אדער געפראוועט קנאות, נאר מיר געהאלפן מיטן זיך אקציע.)

3] אזוי אויך ווען איך האב ארויפגעשטעלט ביי די אשכול איבער די הסכמה פונעם חוזה מלובלין אויפן ספר ליקוטי מוהר''ן, אז אזוי ווי איך האב געזען פרופסור דוד אסף נאכברענגן פון א ספר "מחקרים בחסידות ברסלב" בנוגע די הסכמות, וואלט איך געוואלט וויסן צי איינער פון די ניקים קענען מיר העלפן דערמיט. מיטאמאל קומט אין מיין פאסט קעסטל אריינצושווימען א הודעה פון [tag]ריכטיג[/tag] מיט א לינק צום אויבנדערמאנטן ספר.

4] און יא, ווען [tag]כוכב[/tag] האט מיך אויסגערעכנט מיט אזאנע שיינע טיטלן האט ער זיכער מקיים געווען ואהבת אויפן שענסטן פארנעם. אויף אזוי ווייט אז איך האב ציטירט זיינע רייד אלס מיין אונטערשריפט, נישט אזוי ווייט אלס גאוה, נאר צוהאלטן פאר די אויגן וואס אנדערע האלטן אויף מיר און חלילה נישט פארשמירן די כתר שם טוב.

דאס אלעס וואס איך האב געשריבן, איז נאר עטליכע פון די הילף אין טיפס וואס איך האב דא באקומען, (צומביישפיל, איינער פון די חשובע ניקס מיר אויסגעלערנט אין אישי ווי אזוי מפינטלט וועֶרטעֶר). די עיקר ציל פון מיין שרייבן איז לעורר ווי אזוי קליינע טאטן קענען אזויפיל אויסמאכן, המות והחיים ביד הלשון.
א גרויסע יישר כח קאווע שטיבל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום כרם זית, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: ווי אזוי מקען מקיים זיין ואהבת לרעך דא אין שטיבל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כרם זית האט געשריבן:1] די ערשטע און גרינגסטע וועג א טובה צו טון א חבר דא אין שטיבל, איז דורכן פשוט'ן אומזינסטע ''לייק'' סיסטעם. יעדער וואס שרייבט נאר דא וויל נישט אז זיינע ווערטער זאלן פאלן אויף טויבע אויערן. ווען יא וואלט ער נישט גענוען די מי אפצוקלאפן זיינע מחשבות. איז אויב האסטו נישט קיין צייט צו רעאגירן צום הודעה, סיי צו ברענגן א ראיה סיי אפצופרעגן, דאן כאטש גיב אים א לייק ווי אים צוזאגן, ''איך זע דיין געדאנק''.



א גוטע נקודה אויך פאר די אלע ניקס וואס שרייבן זיך איין אבער משום איזה סיבה שרייבן קיינמאל נישט; כאטש טיילט לייקס לרחצה צו ווייזן אז איר זענט דא און צו געבן א שטופ פאראויס!
און דו דארט וואס דו קומסט סתם אזוי ארויף אויפ'ן סייט אן זיך איינשרייבן, דו האסט דאך הנאה פון די סחורה דא, ניין? נא, שרייב דיך איין און טייל לייקס וועט עס ווייטער אנגיין......
זה נהנה וזה בענענע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: איך האף אז דו ביסט א נייע נשמה (און נישט קיין גילגול.). איינס פון די ווערטלעך וואס איז (כמעט) א טרעידמארק פון קאווע שטיבל איז..."והך קאווע"...און ס'איז אזוי געווען...!
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

כרם זית האט געשריבן:1] די ערשטע און גרינגסטע וועג א טובה צו טון א חבר דא אין שטיבל, איז דורכן פשוט'ן אומזינסטע ''לייק'' סיסטעם. יעדער וואס שרייבט נאר דא וויל נישט אז זיינע ווערטער זאלן פאלן אויף טויבע אויערן. ווען יא וואלט ער נישט גענוען די מי אפצוקלאפן זיינע מחשבות. איז אויב האסטו נישט קיין צייט צו רעאגירן צום הודעה, סיי צו ברענגן א ראיה סיי אפצופרעגן, דאן כאטש גיב אים א לייק ווי אים צוזאגן, ''איך זע דיין געדאנק''.



בבחינת ווי איינער האט געשריבן דא אמאל איך געדענק ניט ווער,
לייק לי ואלייק לך...
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כרם זית האט געשריבן:1] די ערשטע און גרינגסטע וועג א טובה צו טון א חבר דא אין שטיבל, איז דורכן פשוט'ן אומזינסטע ''לייק'' סיסטעם. יעדער וואס שרייבט נאר דא וויל נישט אז זיינע ווערטער זאלן פאלן אויף טויבע אויערן. ווען יא וואלט ער נישט גענוען די מי אפצוקלאפן זיינע מחשבות. איז אויב האסטו נישט קיין צייט צו רעאגירן צום הודעה, סיי צו ברענגן א ראיה סיי אפצופרעגן, דאן כאטש גיב אים א לייק ווי אים צוזאגן, ''איך זע דיין געדאנק''. און אפילו דו ביסט נישט איינשטומינג מיט אים קענסטו כאטש שרייבן א הודעה, ''איך בין נישט אינגאנצן מודה צו וואס דו שרייבסט, דו לייק איז אבער פאר דיין ארבעט'', ווי כהאב שוין געזען בעבר חברים וואס טוען אזוי.


כ'האב מיך גע'ישוב'ט צו ס'קומט זיך דיר א לייק אויף דיין דרשה צו נישט, אבער ווי קען מען אויסהערן א מוסר דרשה איבער געבן לייקס און זיך אריינפייפן און נישט לייקן...

אז מ'רעדט שוין פון לייקס, צומאל זענען דא געוויסע ניקס דא וואס לייקן געוויסע תגובות מיינע נאר ווייל ס'שטימט מיט זייער אגענדע, נאך פאר'ן דרוקן דעם שיק קנעפל קען איך שוין וואוסן ווער ס'וועט לייקן און ווער ס'וועט זיך אויפרעגן. מילא די גערעגטע ארגומענטן קען איך רעאגירן און אויפווייזן די ריכטיגקייט פון מיינע ווערטער, די אגענדע לייקס אבער גייען מיר געפערליך אויף די נערוון, ער לייקט מיר נישט ווייל ער האט הנאה פון מיין לאגישע חשבון און ס'זעהט איהם אויס ריכטיג, ער לייקט פשוט ווייל ער לייקט די עגאו בוסט אז אפילו רבינו הקדוש האלט ווי איהם. בכלל פארשטייט ער נישט אז די מינוט וואס ער האט אן אגענדע בין איך שוין מחולק מיט איהם, אונז זענען בכלל נישט אויפ'ן זעלבן פעידש, ער לייקט נישט מיך, ער לייקט זיך... נעם דיך דיינע לייקס כ'דארף זיי נישט האבן, אויב פילסטו אז דו מוזט לייקן קענסטו געבן א דאפלטע לייק... לייק מיר ווען איך מאך אן אויסגעהאלטענע לאגישע חשבון וואס שטימט נישט מיט דיין אגענדע, דעמאלטס וועל איך הנאה האבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

כ'האב דיך געלייגט ווייל האסט געמאכט א שיינע לאגישע חשבון... :P :D
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קאווע שטיבל בתקפו, דער עולם הויבט צוריק אן פאקוסירן אויף לייקס. אַה ס'דערמאנט מיר פון קאווע שטיבל אמאל....
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

קורקלענד האט געשריבן:קאווע שטיבל בתקפו, דער עולם הויבט צוריק אן פאקוסירן אויף לייקס. אַה ס'דערמאנט מיר פון קאווע שטיבל אמאל....

עס איז נישט אזוי ווייט ק''ש אמאל. פשוט די ניקים וועלכע פאקסירן יעצט אויף לייקס זענען אין די מצב וואס דו און אנדערע זענען געווען דא אמאל...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כרם זית האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:קאווע שטיבל בתקפו, דער עולם הויבט צוריק אן פאקוסירן אויף לייקס. אַה ס'דערמאנט מיר פון קאווע שטיבל אמאל....

עס איז נישט אזוי ווייט ק''ש אמאל. פשוט די ניקים וועלכע פאקסירן יעצט אויף לייקס זענען אין די מצב וואס דו און אנדערע זענען געווען דא אמאל...

א שטארקע פאקוס איז געווען אמאל אז די צאל גיגעבענע לייקס זאל זיין העכער ווי די באקומענע... דאס איז געווען ווי א סטעמפל אויף די ואהבת לרעך אין שטיבל...
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

גראדע זעט אויס ווי די עולם האט עפעס פאשטאנען אז די ציל פון מיין ארטיקל איז אז מזאל זיך מער לייקן. אויסער די פאקט וואס כהאב ארויסגעברענגט נאך עטליכע שטריכן ווי אזוי מקען זיך העלפן, איז אבער מיין געדאנק איבער לייקן בכלל נישט צי מען דריקט די ארויפגעהויבנע פינגער סימבאל צי נישט (הגם עס איז אפשר אויך מחזק). מיין עיקר געדאנק איז געווען, ווען איינער שרייבט עפעס (בפרט אויב עס זעט אויס אז יענער האט אריינגעלייגט כוחות דערין), וויל ער מזאל זיך וויסנדיג מאכן פון זיינע ווערטער, הן לטוב והן למוטב. אויף דעם האב איך געשריבן אז אויב מהאט נישט קיין צייט אריינצוגיין אין א לענגערע רעאקציע דאן זאל מען כאטש לייקן ווי צו זאגן ''כהאב געזען וואס דו האסט געשריבן''.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט