עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס

שליחה דורך ישן מלא חדש »

עושים מעשי זימרי ומבקשים שכר כפנחס.

איך האב באקומען א מודעה פון א מוסד ווי איך שיק די קינדער אז עס איז זיי בסייעתא דשמיא "געלונגען צו ערלעדיגן" אז די געווערמענט וועט טיילן פאר די עלטערן $420 בענעפיטס פאר יעדע קינד וואס איז איינגעשריבן אין די מוסד, פאר די וואס באקומען סנעפ וועט עס ארויף גיין אויפן קארטל, און פאר די וואס באקומען נישט וועלן זיי באקומען אויף פאסט א ספעציעלע קארטל.

למעשה נאך א קורצע חקירה ווער איך געוואהר,

1) אז איך האב שוין באקומען די געלט פאר צוויי חדשים צוריק. און עס שוין לאנג אויסגעניצט.

2) ועוד די געלטער האט די געווארמענט געגעיבן און עס האט נישט קיין שום שייכות מיט די מוסדות.

איז די מוסדות נישט נאר זיי זענען עושים מעשה זימרי זיי שניידן אראפ שיינע פערצענטן פון די עסן פראגראמען (וואס מענטשן דארפן דאס צום לעבן) זענען זיי נאך מבקשים שכר כפנחס אויף זאכן וואס זיי האבן נישט איינגעטינקען קיין פינגער אין קאלט וואסער.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר