די/דער/דאָס/דעם
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
די/דער/דאָס/דעם
[justify]וויבאַלד אַז איך זע אַז דער עולם איז פאַראינטעריסירט זיך אויסצולערנען די יסודותדיקע כללים פון אידישער גראַמאַטיק, בפרט אַז עס הערשט דאָ אַ געפערליכער תהו־ובהו אין דערין, וועל איך דאָ אויסלייגן אין קורצן די כללים (איך האָב געזען אַז מ'האָט שוין אויפגעשטעלט דאָ אַ קונטרס איבער דער טעמע, אָבער וויבאַלד אַז יענער האָט קיינמאָל ניט אויסגעפירט קאָן דער סיכום צו נוץ קומען).
ווי איר וועט מסתמא באַמערקן, שרײב איך אַליין ניט לויט אָט־אָ די כללים. דאָס איז ווײלע איך שרײב ווי איך רעד – ד.ה. אויפן ליטווישן/רוסישן שטייגער, וואָס איז היפּש אַנדערש פון דעם פּוילישן/אונגאַרישן אידיש. די זאַכן האָב איך אָנגעשריבן מיט אַ ווײלע צוריק פאַר תלמידים, און איך שטעל עס דאָ אַרויפעט לטובת הרבים.
[center]וואָס איז גראַמאַטיק, און פאַרוואָס עס איז וויכטיק[/center]
ניט ווי אַנדערע מיינען, קומט די גראַמאַטיק ניט אויף אָנצוזאָגן ווי אַזוי מען דאַרף ריידן אָדער שרײבן, נאָר אויף מתאר צו זײן ווי אַזוי מ'רעדט אָדער מ'שרײבט בפועל. יעדער איינער וואָס רעדט אַ געוויסע שפּראַך, ווייס שוין אַווטאָמאַטיש אירע דקדוק כללים, ווײלע אָן זיי איז ניט שייכות בכלל מ'זאָל קאָנען ריידן אויף אַ פאַרשטענדליכן אופן. אויב איר ווילט אַ בײשפּיל ווי איר קענט די אידישע גראַמאַטיק אָן עס קיינמאָל לערנען, נעמט אַ שטייגער וואָס איר זאָגט דאָך שטענדיק „דו זאָגסט, איך זאָג, ער זאָגט, מיר זאָגן”, איינער וואָס זײן מאַמע־לשון איז ענגליש וועט זיך דאַרפן אויסלערנען די כללים ווען מ'זאָגט וועלכן, מיר אָבער דאַרפן עס ניט לערנען, מיר קענען עס אינסטינקטיוו.
אפילו קאָמפּליצירטע גראַמאַטישע באַגריפן קענען מיר אפילו אומבאַוואוסטזיניק. אַ שטייגער אויב איך וועל פרעגן איינעם פון אײך ווי מ'זאָגט אויף אידיש I will go, וועט איר מסתמא ענטפערן „איך וועל גיין”. וועל איך אײך פרעגן ווידער ווי מ'זאָגט tomorrow I will go, וועט איר ענטפערן „מאָרגן וועל איך גיין. פאַרוואָס קומט אין דעם ערשטן זאַץ דער „איך” פאַרן „וועל” און אין דעם צווייטן זאַץ להיפך? וועט איר מסתמא ניט וויסן ווי צו ענטפערן אויפן אָרט, אָבער אַזוי זאָגט איר אינסטינקטיוו (דאָס איז אַ גראַמאַטישער כלל אויף אידיש וואָס הייסט V2, ד.ה. אַז דער ווערב (פועל) דאַרף זײן דער צווייטער ענין אין זאַץ).
וועט איר פרעגן אויב אַזוי, פאַרוואָס זײנען די כללים פון די/דער/דעם/דאָס אײך ניט באַקאַנט? איז דער ענטפער אַז שפּראַכן בײטן זיך. ענגליש האָט אויך געהאַט אַמאָל אַן ענליכע זאַך, נאָר זי האָט עס אָנגעוואָרן, אַזוי אויך האַלט אידיש איצט אין פּראָצעס פון אָנווערן דעם „גראַמאַטישן מין”. נאָר וויבאַלד אַז מיר האַלטן נאָך אין מיטן דעם פּראָצעס, און יעדערער פאַרשטייט דאָך אַז מ'שרײבט ניט אויפן זעלבן ניוואָ ווי מ'רעדט, דערפאַר איז וויכטיק אין שרײבן צו קענען כאָטש די כללותדיקע יסודות.
[center]בײט עס דעם טײטש פון זאַץ?[/center]
עס איז אויך וויכטיק צו קענען די כללים, ווײלע פיל מאָל קאָן דאָס ניט מקפיד זײן אויף די כללים בײטן דעם טײטש פון אַ זאַץ מן הקצה אל הקצה. אָט אַ שטייגער האָט איר צוויי זאַצן: א) דער מאַן האָט דער פרוי געגעבן אַן עפּל. ב) דעם מאַן האָט די פרוי געגעבן אַן עפּל. אין דעם ערשטן זאַץ האָט דער מאַן געגעבן צו דער פרוי, און אין דעם צווייטן זאַץ האָט די פרוי עם געגעבן.
[center]דרײ מינים[/center]
אידיש – ווי אַנדערע שפּראַכן, האָט וואָס עס הייסט „גראַמאַטישער מין”, דאָס הייסט אַז אויף אַ מאַן זאָגט מען „ער” און אויף אַ פרוי זאָגט מען „זי”. ניט אַלע שפּראַכן פאַרמאָגן צוויי באַזונדערע ווערטער אויף די צוויי באַגריפן (אויף פּערסיש צום בײשפּיל זאָגט מען „או” סײ פאַר אַ זכר און סײ פאַר אַ נקבה), און אפילו אויף אידיש זאָגט מען „דו” הן צו אַ מאַנסביל און הן צו אַ נקבה, כאָטש אויף לשון־הקודש האָבן מיר צוויי באַזונדערע ווערטער „אתה” און „את”.
בנוסף צו „ער” און „זי”, האָבן מיר אַ דריטן וואָרט: „עס” – דאָס באַדײט אַ זאַך וואָס איז ניט קיין זכר און ניט קיין נקבה.
ווען מ'וויל זאָגן סתם אַ ספּעציפישע זאַך, לייגט מען צו אַ וואָרט פאַר דעם (פּונקט אַזוי ווי אויף ענגליש לייגט מען צו the). ווידער, ניט אַלע שפּראַכן פאַרמאָגן אַזאַ מין וואָרט, איר וועט זען אַ שטייגער ווען רוסישע ריידן ענגליש פאַרפּלאָנטערן זיי זיך אַ פולע מיטן the. אויף אידיש האָבן מיר בכללות דרײ אַזעלכע ווערטער, געוואָנדן צו מ'רעדט פון אַ זכר צו אַ נקבה אָדער סתם. אַלזאָ האָבן מיר:
1) דער מאַן.
2) די פרוי.
3) דאָס קינד.
ווער עס קען לשון־קודש דער ווייס, אַז ניט בלויז מענטשן האָבן אַ גראַמאַטישן מין, נאָר יעדער וואָרט האָט זײן געשלעכט. מ'זאָגט „שנה אחת” אָבער „יום אחד”. פיל מאָל קאָן מען דרינגען פון דעם וואָרט גופא צי ער איז אַ זכר צו אַ נקבה, אָבער פיל מאָל דאַרף מען פשוט וויסן, ווי אַ שטייגער „עין טובה” א.א.װ.
אויף אידיש איז די זעלבע מעשה, יעדער וואָרט קאָן זײן פון דעם מאַנסבילשן מין, ווײבליכן מין, אָדער זאַכליכן מין. עס זײנען דאָ אַלגעמיינע כללים צו וויסן צו וועלכן מין יעדערער געהערט, אָבער אויסנאַמען זײנען אויכעט דאָ אַ פולע. מיר וועלן געבן דאָ די אַלגעמיינסטע כללים.
1) דער ערשטער כלל, אַז אַ מאַנסביל געהערט על־פי־רוב צום מאַנליכן געשלעכט (אַ חידוש!) און אַ נקבה צום ווײבליכן געשלעכט. צום בײשפּיל – דער מאַן, דער בחור, דער רבי; די פרוי, די מויד, די רביצין. אויסנאַמען זײנען דאָס ווײב (פרעגט מיך ניט פאַרוואָס...); און דאָס אינגל, דאָס מיידל – דאָס איז ווײלע:
2) ניט געקוקט וועלכער מין דער וואָרט איז געוויינליך, ווען מ'נוצט עם אין אַ פאַרקלענערונגס פאָרם, איז אַלץ פון דעם זאַכליכן מין. אַלזאָ: „דער טיש” אָבער „דאָס טישל”, „די טיר” אָבער „דאָס טירל”, „דער יונג” אָבער „דאָס אינגל”, „די מויד” אָבער „דאָס מיידל”.
3) אַ מאַסן־שטאָף (דאָס הייסט אַ זאַך וואָס מ'קאָן ניט ציילן נאָר מעסטן – אַ פולע צי אַביסל; ווי וואַסער, געלט, ברויט, זאַמד א.ד.ג.) איז בדרך כלל פון דעם זאַכליכן מין – דאָס וואַסער, דאָס גאָלד, דאָס אייזן א.א.וו.
4) אַ פעולה איז אַלעמאָל פונעם זאַכליכן געשלעכט: דאָס זאָגן, דאָס גיין, דאָס לעבן א.א.וו.
5) אַ תיאור (גרויס/קליין/הויך/קורץ) ווען מ'זאָגט עם סתם ניט אויף עפּעס, איז פונעם זאַכליכן געשלעכט. „געב מיר דאָס שענסטע* וואָס דו האָסט”, „דאָס קירצסטע* איז דאָס בעסטע”.
6) ווערטער וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט ־הײט אָדער ־ונג זײנען פון ווײבליכן געשלעכט. די געלעגנהײט, די פּאַסירונג א.ד.ג.
7) ווערטער וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט ־קײט אָדער ־ניש קאָן מען זאָגן אָדער פון דעם ווײבליכן געשלעכט אָדער פון זאַכליכן געשלעכט. די/דאָס שיינקײט, די/דאָס געשעעניש א.ד.ג.
8) ווערטער פון לשון קודש וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט אַ ה״א/אל״ף/עי״ן זײנען פון ווײבליכן געשלעכט, די וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט אַ ־ות זײנען פון זאַכליכן געשלעכט, אַלע אַנדערע פון מאַנסבילישן געשלעכט. די טבע, דאָס התפעלות, דער חיזוק.
שוין, גענוג געשריבן איבער דעם. נאָך כללים זײנען פאַראַנען, אָבער בכללות שאַדט ניט אויפצועפענען אַ ווערטערבוך און אַ קוק טאָן דאָרט. אַחוץ די אויבנדערמאָנטע כללים, רוב ווערטער וואָס ענדיקן זיך מיט אַן אות אָן אַ נקודה זײנען זכרים (עפּל, באַר, נוס), און רוב ווערטער וואָס ענדיקן זיך מיט אַן אות פון אַ נקודה זײנען ווײבליך (וועטשערע, עפּאָכע א.ד.ג.).
[center]נושא נשוא – דו, דיך, דיר[/center]
ווען מ'לערנט דקדוק, זעט מען אַז אַן עצם אין אַ זאַץ קאָן זײן אָדער אַ „נושא” אָדער אַ „נשוא”. אויף פשוטן אידיש הייסט עס, אָדער דער „טראָגער” אָדער דער „געטראָגטער”.
„משה רעדט מיט אהרן'ען”, דאָ איז משה דער טראָגער (ער טוט די פעולה אין דעם זאַץ) און אהרן איז דער געטראָגטער (די פעולה וואָס משה טוט באַציט זיך צו עם). אין נעמען, לייגט מען צו אַ לאַנגער־נו״ן ווען מ'רעדט וועגן דעם געטראָגטן (משה זאָגט אהרן'ען, אברהם שיקט יצחק'ן, ראובן גיט שמעון'ען א.א.װ.).
אויב מיר וועלן זיך אומקערן צו דעם בײשפּיל וואָס מיר האָבן געגעבן אין אָנפאַנג, איז קלאָר פאַרשטאַנדיק דעם חילוק פון „ראובן גיט שמעון'ען אַן עפּל” ביז „ראובן'ען גיט שמעון אַן עפּל”. דאָ האָבן מיר אָבער אַן אינטערעסאַנטע זאַך: אין ערשטן זאַץ איז גאַנץ קלאָר אַז ראובן איז דער טראָגער, ווער איז אָבער דער געטראָגטער שמעון אָדער אפשר גאָר דער עפּל?
דער ענטפער איז: ביידע! עס זײנען פאַראַן צווייערליי סאָרטן געטראָגטע, דער „דירעקטער” געטראָגטער, ד.ה. די פעולה ווערט געטאָן מיט עם ממש (אין אונזער פאַל – דער עפּל), און דער „אומדירעקטער” געטראָגטער, ער איז דאָ דורכאויס אַ פרעמדער וואָס שטייט פון אינדרויסן, נאָר די פעולה ווערט געטאָן צו עם, בשייכות מיט עם, אָדער פון זײנעט וועגן (אין אונזער פאַל – שמעון).
דאָס איז דער חילוק אויף אידיש צווישן „דיך” מיט „דיר”. דיך זאָגט מען אויף אַ דירעקטן געטראָגטן („איך טראָג דיך”), בשעת דיר איז אויף אַן אומדירעקטן געטראָגטן („איך זאָג (צו) דיר”). ווען איינער זאָגט „איך שיק דיר” הייסט עס אַז ער שיקט יענעם אַ בריוו, ווען ער וואָלט זאָגן ווידער „איך שיק דיך” וואָלט עס הייסן אַז ער שיקט יענעם ערגעץ וואו אויף אַ שליחות.
עס איז כדאי צו באַמערקן, אַז כאָטש דער כלל איז אַ שכלדיקער, זײנען פאַראַן פאַלן וואו עס איז שווער צו פאַרשטיין פאַרוואָס אַ געוויסער געטראָגטער איז דירעקט אָדער אומדירעקט. צום בײשפּיל, מ'זאָגט „איך פרעג דיך”, אָבער „איך ענטפער דיר”.
אַזוי איז עס אויכעט בנוגע „מיר” און „מיך”.
אַ סימן האָט איר, אַז נאָך די ווערטער מיט/צו/באַ א.ד.ג. וועט אַלעמאָל זײן אַן אומדירעקטער געטראָגטער.
[center]די, דער, דאָס, דעם[/center]
איצט וואָס מיר האָבן פאַרשטאַנען אָט־אָ די נקודות, קערט מען זיך אומעט צום זכר און נקבה.
דאָס וואָס מיר האָבן פרייער געזאָגט: דער מאַן, די פרוי, דאָס קינד; איז דאָס אַלץ ווען עס רעדט זיך פון אַ טראָגער, אַ געטראָגטער האָט אָבער אַן אַנדער דין:
באַ אַ זכר איז עס גאָר פשוט, ווען ער טראָגט בלײבט ער אַ דער, און ווען ער ווערט געטראָגט ווערט ער אַלעמאָל אַ דעם.
ווידער באַ די אַנדערע צוויי מינים, ווערט די מעשה אַביסל קאָמפּליצירט. אַ דירעקטער געטראָגטער האָט דעם זעלבן דין ווי אַ טראָגער. אַן אומדירעקטער געטראָגטער ווידער, איז:
1) באַם זאַכליכן מין ווערט עס אַ דעם. דער מאַן האָט געשיקט דאָס קינד אויף אַ שליחות, אָבער ער שיקט דעם קינד אַ בריוו.
2) באַם ווײבליכן מין ווערט עס אַ דער. דער טאַטע האָט געשיקט די מאַמען אויף אַ שליחות, אָבער ער שיקט דער מאַמען אַ בריוו.
איצט קאָנט איר שוין פאַרשטיין דאָס וואָס מיר האָבן געלייענט אין אָנפאַנג: „א) דער מאַן האָט דער פרוי געגעבן אַן עפּל. ב) דעם מאַן האָט די פרוי געגעבן אַן עפּל. אין דעם ערשטן זאַץ האָט דער מאַן געגעבן צו דער פרוי, און אין דעם צווייטן זאַץ האָט די פרוי עם געגעבן”.
[center]תיאורים[/center]
אַז מ'וויל זאָגן וועגן עפּעס אַז עס איז גרויס/קליין, ווי זאָגט מען גרויסע? גרויסער? גרויסן?
באַ לשון זכר און לשון נקבה איז עס זייער גרינג, ווען מ'זאָגט די זאָגט מען גרויסע, ווען מ'זאָגט דער זאָגט מען גרויסן, און ווען מ'זאָגט דעם זאָגט מען גרויסן.
באֲם לשון סתם ווענדט עס זיך שוין אָן נאָך איין זאַך. אויב מ'זאָגט ניט קיין ספּעציפישע זאַך, זאָגט מען אין אַלע פאַלן גרויס/קליין: ער איז אַ קליין קינד, איך בין דאָ מיט אַ קליין קינד. ווען עס רעדט זיך אָבער פון אַ ספּעציפישער זאַך, איז אויב מ'וואָלט נוצן דאָס זאָגט מען גרויסע, און אויב מ'וואָלט נוצן דעם זאָגט מען גרויסן. איך זע דאָס קליינע אינגל, איך בין מיטן קליינעם אינגל.
----------
* אַזוי איז אָנגענומען, כאָטש אַנדערע וואָלטן זאָגן אין אַזאַ פאַל בעסטעס, קירצסטעס.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום דוראק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: די/דער/דאָס/דעם
א ריזיגען ישר כח רב @דוראק!
עס טוט מיר אייביג באנג ווען איך זעה אזויפיל פונעם היימישן ציבור וואס קען נישט רעכט אפשרייבן א זאץ. נישט אז איך בין דער גרויסער מר בר רב אשי אבער עפעס קען איך כאטש.
יישר כח פאר'ן נעמען די מיה און צייט אפצושרייבן די כללים. כה לחי!
אגב, דו האסט געשריבן "ווערטער פון לשון קודש וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט אַ ה״א/אל״ף/עי״ן זײנען פון ווײבליכן געשלעכט, ...., אַלע אַנדערע פון מאַנסבילישן געשלעכט. אין פאריגן זאץ שרייב איך די כללים, איז דאס נישט ריכטיג? ווי ווייט איך ווייס איז דאס די ריכטיגע אויסלייג, אויב איז עס טאקע ריכטיג דאן פארוואס איז דאס אזוי? איז די ווארט "כלל/כללים" פון ווייבליכן געשלעכט?
עס טוט מיר אייביג באנג ווען איך זעה אזויפיל פונעם היימישן ציבור וואס קען נישט רעכט אפשרייבן א זאץ. נישט אז איך בין דער גרויסער מר בר רב אשי אבער עפעס קען איך כאטש.
יישר כח פאר'ן נעמען די מיה און צייט אפצושרייבן די כללים. כה לחי!
אגב, דו האסט געשריבן "ווערטער פון לשון קודש וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט אַ ה״א/אל״ף/עי״ן זײנען פון ווײבליכן געשלעכט, ...., אַלע אַנדערע פון מאַנסבילישן געשלעכט. אין פאריגן זאץ שרייב איך די כללים, איז דאס נישט ריכטיג? ווי ווייט איך ווייס איז דאס די ריכטיגע אויסלייג, אויב איז עס טאקע ריכטיג דאן פארוואס איז דאס אזוי? איז די ווארט "כלל/כללים" פון ווייבליכן געשלעכט?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
יישר כח פאַרן יישר כח...
אין מערצאָל זאָגט מען אייביק די. אה״נ אַז „כלל” וועט דאַרפן זײן „דער כלל”.
החוקר האט געשריבן:אגב, דו האסט געשריבן "ווערטער פון לשון קודש וואָס לאָזן זיך אויסעט מיט אַ ה״א/אל״ף/עי״ן זײנען פון ווײבליכן געשלעכט, ...., אַלע אַנדערע פון מאַנסבילישן געשלעכט. אין פאריגן זאץ שרייב איך די כללים, איז דאס נישט ריכטיג? ווי ווייט איך ווייס איז דאס די ריכטיגע אויסלייג, אויב איז עס טאקע ריכטיג דאן פארוואס איז דאס אזוי? איז די ווארט "כלל/כללים" פון ווייבליכן געשלעכט?
אין מערצאָל זאָגט מען אייביק די. אה״נ אַז „כלל” וועט דאַרפן זײן „דער כלל”.
- טראלל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
הערליך שיין! הגם פון אן ארטיקל איבער גראמאטיק וואלט איך ערווארטעט נישט צו מאכן אזעלכע גרייזן ווי פארמישן "פיל" מיט "פול" (פאסט נישט פאר א רוס צו מאכן אזא גרייז...), שרייבן "באַ" אנשטאט "ביי", אדער "געטראגטן" אנשטאט "געטראגענער", אבער באופן כללי זאגסטו זייער גוט, אויב האסטו נאך ארטיקלען וואס דו האסט אפגעשריבן פאר די תלמידים ביטע זיי אונז מהנה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
טראלל האט געשריבן:הערליך שיין! הגם פון אן ארטיקל איבער גראמאטיק וואלט איך ערווארטעט נישט צו מאכן אזעלכע גרייזן ווי פארמישן "פיל" מיט "פול" (פאסט נישט פאר א רוס צו מאכן אזא גרייז...), שרייבן "באַ" אנשטאט "ביי", אדער "געטראגטן" אנשטאט "געטראגענער", אבער באופן כללי זאגסטו זייער גוט, אויב האסטו נאך ארטיקלען וואס דו האסט אפגעשריבן פאר די תלמידים ביטע זיי אונז מהנה.
ר' [tag]טראלל[/tag], דאָס זײנען טאַקע ניט קיין גרײזן. „אַ פולע” זאָגט מען אויפן ליטווישן אידיש אַנשטאָט „אַ סך”; „בײ” אַזוי שרײבט מען טאַקע בדרך־כלל, אָבער ניטאָ קיין איין איד וואָס רעדט אַזוי (און אויב עס איז שוין יע דאָ, נעמט עס זיך פון דער שרײב־שפּראַך); איך בין טאַקע געווען מסופק צי איך זאָל שרײבן געטראָגטער אָדער געטראָגענער, און איך האַלט אַלץ אַז געטראָגטער איז בילכער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טראלל האט געשריבן:הערליך שיין! הגם פון אן ארטיקל איבער גראמאטיק וואלט איך ערווארטעט נישט צו מאכן אזעלכע גרייזן ווי פארמישן "פיל" מיט "פול" (פאסט נישט פאר א רוס צו מאכן אזא גרייז...), שרייבן "באַ" אנשטאט "ביי", אדער "געטראגטן" אנשטאט "געטראגענער", אבער באופן כללי זאגסטו זייער גוט, אויב האסטו נאך ארטיקלען וואס דו האסט אפגעשריבן פאר די תלמידים ביטע זיי אונז מהנה.
טראלל: דו ביסט אויסער א טראלל אויך (עט) ראנג. ווייל זייענדיג א טראלל האסטו נישט מדייק געווען אין דוראק'ס ווערטער ביי די הקדמה אז, זייענדיג א אידיש-ריידנדיגער פון רוסישן אפשטאם זאגט ער ארויס ..."א פולע"...ווערטער מיט אן אנדער'ן אויסדרוק ווי (נישט וואו) די פון פוילישן/גאליציאנער/אונגארישן אפשטאם...!
אויף ענגליש (און ס'איז ספעציעל וויכטיג פאר איינעם אין דיין פאזיציע. ששמו מעיד עליו. כר' מאיר דדייק בשמא...! זאגט מען א ווערטל..."דו זאלסט אייביג מאכן זיכער אז דיין מח איז צו געלאנטשעט איידער דו לייגסט דיין מויל (אדער פעדער) אין גאנג...!
Always be sure your brain is engaged before you put your mouth into gear...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
צפור בודד האט געשריבן:א דאנק דוראק. איך האב עס ארויסגעדרוקט פאר רעפערענץ און אויף איינצו'חזר'ן.
פאר אייער קומענדיגער "עקסערסייז" קענט איר אפשר שרייבן די כללים ווען די אות יו"ד ווערט א ווא"וו און ווען נישט. למשל וויסן\געוואוסט, פריוו\געפרואווט. און אויך ווען א ווא"וו ווערט א יו"ד (נישט בלויז לשון יחיד\רבים ווי זון\זין).
אויב איך מעג ענטפערן, דאס ווענד זיך אין צוויי זאכן.
1 ביי א שם דבר, ווי זון זין, ברודער ברידער, הוט היטן, שוך שיך, וועט זיין דער חילוק לשון יחיד ורבים.
2 ביי די אנדערע משלים, ווי געוואוסט, געוואונען, געוואונטשן, וועט זיך עס ווענדן צווישן לשון עבר הוה און עתיד. עבר איז א ו', הוה און עתיד זענען א י'.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:א דאנק דוראק. איך האב עס ארויסגעדרוקט פאר רעפערענץ און אויף איינצו'חזר'ן.
פאר אייער קומענדיגער "עקסערסייז" קענט איר אפשר שרייבן די כללים ווען די אות יו"ד ווערט א ווא"וו און ווען נישט. למשל וויסן\געוואוסט, פריוו\געפרואווט. און אויך ווען א ווא"וו ווערט א יו"ד (נישט בלויז לשון יחיד\רבים ווי זון\זין).
אויב איך מעג ענטפערן, דאס ווענד זיך אין צוויי זאכן.
1 ביי א שם דבר, ווי זון זין, ברודער ברידער, הוט היטן, שוך שיך, וועט זיין דער חילוק לשון יחיד ורבים.
2 ביי די אנדערע משלים, ווי געוואוסט, געוואונען, געוואונטשן, וועט זיך עס ווענדן צווישן לשון עבר הוה און עתיד. עבר איז א ו', הוה און עתיד זענען א י'.
גוט געזאָגט. איך וויל נאָר צולייגן, אַז פיל מאָל (אָבער ניט אַלעמאָל) ווען מ'פאַרקלענערט אָדער מ'פאַרענדערט דעם וואָרט אויף אַן אַנדער אופן ווערט אויכעט פון דעם וא״ו אַ יו״ד (שוך/שיכל, הוט/היטל. דאַקעגן באַ זון/זונדל, ברודער/ברודערל בלײבט דער וא״ו אויף זײן אָרט, כללים אין דעם איז ניטאָ).
אגב, „פּרואוו” איז אייביק מיט אַ וא״ו. דער אַלגעמיינער כלל אין דעם, אַז ווען דער לשון עבר ענדיקט זיך מיט „ען” אַנשטאָט אַ טי״ת, הייס עס אַז דער יו״ד דאַרף ווערן אַ וא״ו (געווינען – to win, געוואונען – won). אָבער ניט אַלעמאָל גילט דער כלל (וויסן ווערט געוואוסט, ניט געוואוסן...).
נאָך אַ כלל איז, אַז „שפּרינג” איז אַ פעולה (שפּרינג אַרויף אויפן קאַר!), „שפּרונג” איז אַ שם־דבר (ער האָט געגעבן אַ שפּרונג).
און – and, אין – in
וואו – where, ווי – how
צו – to/too, צי – weather/or (גראַדע אין דעם קאָן מען זאָגן אויכעט צו)
דו – you, די – the
זון – son/sun, זין – meaning/sons
נוצן/ניצן גילטן ביידע
ראובן איז אַ קלוגער מענטש, אָבער שמעון איז קליגער פאַר עם. ער איז אַ יונגער בחור, אָבער איך בין נאָך אינגער.
איצט פרעג איך באַ אײך: ווי איז ריכטיק צו שרײבן, בוימער אָדער ביימער? גלויבן אָדער גלייבן? אויפהויבן אָדער אויפהייבן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
דוראק האט געשריבן:
איצט פרעג איך באַ אײך: ווי איז ריכטיק צו שרײבן, בוימער אָדער ביימער? גלויבן אָדער גלייבן? אויפהויבן אָדער אויפהייבן?
בוים און ביימער. בוימער ווייס איך נישט אויב עס איז ריכטיג
די זעלבע איז מיט אויפהייבן. אויפהויבן האב איך קיינמאל נישט געהערט ניצן
גלויבן איז א שם דבר און גלייבן איז פעולה
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:וואס איז ריכטיגער ווייס איך נישט, אבער בנוהג שבעולם צו שרייבער ביימער, גלייבן, אויפהייבן.
מפיל קינד: ס'ווענדט זיך פון וואו מ'שטאמט. און צו וועלכע אוידיענץ מ'רעדט (ריידט) אדער שרייבט...!
ווער רעדט נאך ווען מ'הערט איינעם ריידן אויף א טייפ בשעת'ן עסן קייק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
דוראק האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:די זעלבע איז מיט אויפהייבן. אויפהויבן האב איך קיינמאל נישט געהערט ניצן
אַ דאַנק.
מ'זאָגט אויפהייבן אין אַלע פאָרמען עבר/עתיד וכו'? (הייב אויף, אויפגעהייבן?)
וואָס איז לגבי אָנהייבן?
לשון עבר זאגט מען יא אויפגעהויבן איך האב פארשטאנען אז איר רעדט פון "אויפהויבן" ספעציפיש
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אין די חבד'סקע ביכלעך געדענק איך שטיין "בוימער", "הייזער" שרייבן זיי יא געהעריג.
נו מילא, ביימער און הייזער קלינגען באַ אונז טאַקע גאָר אַנדערש. בוימער און ביימער הערט מען באַ אונז טאַקע ניט קיין חילוק ניט, הײַזער גראַמט מיט מײַז(ער).
נאָר זאָג מיר: האָסט אַמאָל געזעסן באַ אַ חסידישן פאַרבריינגען?