א זייטיגע נאטיץ. קען זיין אז איך מיין נאר אזוי און איך בין נישט גערעכט אבער למעשה קוקט אן ב.פ. ,ווילי, מיט לענדער אזוי ווי שוועדן וואס דער עולם האט עס געכאפט און ליידער זענען אסאך געשטארבן פון דער ווירוס. נאר יעצט זאגן דאקטורים אז אונז אין נ.י. האבן herd immunity. יעצט האבן אונז שוין נישט מורא דערפון אבער אין א.י. ווי מען האט יעדן איין געשפארט איז געקומען א צווייטע מאל the second wave און דער מדינה פיינוגט די חרדים. מאן יאמר אז די מדינה האט גוט געטון לכתחילה?
אונטער חכם האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס בעלזער רבי'ס חכמה ווערט אפגעפרעגט פון איין פאל, די רעגירונג אין שוועדן האט אויך געמאכט די זעלבע טעות, און זיי זענען אויך נאכנישט גרייט מודה צו זיין, מיינט עס יעצט אז שוועדן איז אויף איין שטאפל מיט איראן, אדער צפון קארעא, אדער די אנדערע מדינות וואס לייקענען דעם מציאות איז דארט נארמאל? יעדער מאכט אמאל א טעות, און מען קען נישט דזשאדזשן א גאנצע מדינה, אדער חסידות מיט איין זאך. אבער ביי מיר איז מעיקרא דדינא פירכא, די גאנצע געדאנק אז בעלז איז מער א ראציאנאלע שכל'דיגע חסידות איז נישט אמת, קען זיין דער רב דארט איז א קלוגער ראציאנאלער מענטש, אבער די חסידים דארט (עכ''פ די וואס איך קען) האלטן נישט פון זייער רבי'ן אלס קלוגער מענטש, זיי גלייבן אין רב אלס בעל רוה''ק און צדיק, אז ער זאגט מען זאל זיך גיין לערנען פסיכאלאגיע גייט מען, אז ער זאגט אז קאראנע איז מער נישט דא איז עס נישט דא, חסידים פון רבי'ן פונקט ווי די מענדעליסטן.
דער בעלזער רב איז נישט א רעגירונג. ער איז א פשוט'ער בירגער ווי דו און איך. דאס איז דער חורבן פון אים און נאך אסאך רבי'ס. זיי קענען זיך נישט צוגעוויינען צו דעם אז דער געזעץ מיינט זיי פונקט ווי א צווייטן ווייל קאראנא מאכט אויך נישט א חילוק אויב דו גייסט ווייסע זאקן אין די וואכן. עס איז זעלטן וואס עס קומט ארויס א געזעץ און איז נוגע די רבי'ס אזוי דירעקט און עס פאסט זיי נישט אז קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן וויאזוי זיי האלטן. פאלג און דאטס איט. און דאס איז זיי צופיל.
נישט אריינגענדיג אין די עצם הדבר, איז דיין פוינט נישט אזוי שטארק גערעכט אין ארץ ישראל וואו די גרויסע רבי'ס האבן דוקא יא א כח קעגן די מדינה, דשליחו של אדם כמותו.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
איך ווייס נישט וואס וויל דער ליטוואק דייקא פונעם בעלזער אויסער גערער רבי וואס איז א פחדן מפורסם (ווער ס'געדענקט ביי מלחמת המפרץ...) קיין שום קהילה וואס האט א קלוגע הנהגה (צו דער רבי זעלבסט, צו זיינע ארומיגע גבאים ויועצים) האט נישט אנגענומען די החלטות פון די רעגירונג כהלכה למעשה כאילו ניתנו היום מהר חורב.
און די סיבות זענען פארשידענע, צו ווייל מ'זעהט די זלזול וואס די פרייע האבן צו יעדע דבר שבקדושה, אז ווען די פאב'ס און די ביטש'ס זענען אפען, בתי כנסיות ובתי מדרשות זענען פארמאכט. און דרעי האט מודה געוועהן שפעטער אז הגם ס'איז נישט געוועהן קיין גרויסע פראצענט פון קעייסעס וואס מ'איז אנגעשטעקט געווארן דארטען, נאר דער ראש ממשלה האט מסביר געוועהן אז בכדי זאלן די פרומע כאפן אז ס'נישט קיין קינדער-שפיל האט מען באשטעטיגט צו פארמאכן...
אויב עפעס איז דער סטאלינער רבי א חידוש אז ער האט אנגענומען אלע הוראות פון משרד הבריאות כאורים ותומים, ביי גדולי הליטאים הערשט א ריזיגע מחלוקה איבער דעם עניין.
קען זיין אז דער בעלזער האט אנגעפיפן מעהר ווי אנדערע, אבער אלע פייפן אן, אשר על כן אינני מבין מה כל הרעש סביב הבעלזאי. ואולי ל[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] פתרונים.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
גראף האט געשריבן:א זייטיגע נאטיץ. קען זיין אז איך מיין נאר אזוי און איך בין נישט גערעכט אבער למעשה קוקט אן ב.פ. ,ווילי, מיט לענדער אזוי ווי שוועדן וואס דער עולם האט עס געכאפט און ליידער זענען אסאך געשטארבן פון דער ווירוס. נאר יעצט זאגן דאקטורים אז אונז אין נ.י. האבן herd immunity. יעצט האבן אונז שוין נישט מורא דערפון אבער אין א.י. ווי מען האט יעדן איין געשפארט איז געקומען א צווייטע מאל the second wave און דער מדינה פיינוגט די חרדים. מאן יאמר אז די מדינה האט גוט געטון לכתחילה?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
ווי אזוי קען מען זאגן אז עס איז א גוטע עצה צו מאכען הערד אימיונעטי אויפ'ן חשבון פין פיפציג טויזענט טויטע?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
סמבטיון האט געשריבן:שוין לאנג נישט דא געוועהן, איך האב הנאה צו זעהן אז ליטוואק ארבעט מיטן זעלבן ברען ווי אמאל, צו ווייזן אויפן וועלט ווער בעלזער רב איז באמת.
דער בעלזער רבי טוט עס צו זיך אליינס. מעגסט דורכליינן מיין תגובות און זען וויפיל זענען וועגן דער בעלזער רבי און וויפיל וועגן אנדערע זאכן, מענטשן, און עניינים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז שוין דא פיל אשכולות אויף דער טעמע, און דא איז נישט איינער פון זיי. וויאזוי דער רעגירונג וואלט געדארפט טון, איז איין שאלה. נאך דעם וואס זיי האבן מחליט געווען, איז נאר דאס די מעגליכקייט. פראקטישעהייט רעדט מען. ווייל יעדער אפציע קען נאר ארבעטן טאמער יעדער שטימט צו. ווען די רעגירונג זאגט אז עלטערע מענטשן מעגן גיין אין געשעפט וכדו', און נאך דעם קומט דער חכם מכל אדם און הייסט זיך נישט טעסטן, האט עס קיין שום שייכות נישט מיט די שאלה וויאזוי מ'וואלט זיך געדארפט פירן. עס איז סתם א קלות הדעת.
א מין פארגלייבקייט אין רעגירונגען... (נאציזם, קאמיניזם, דזשים קראו, קנעכטשאפט, און נאך, זענען געווען "רעגירונגען"....)
ס'איז שוין קלאר ווי די טאג אז רעגירונגען האבן אריינגע"סאקט" בנוגע זייער באהאנדלען די קאראנע, און יא בעלזער רבי (וואס איך האב גאנץ א שוואכער בליק אויף אים אין אלגעמיין) מעג און "דארף" אריינפייפן אין די רעגירונגס אנווייזונגען אויב ער האלט אז די אנווייזונגען זענען געבויעט אויף פאליטיק / היסטעריע / איגנארירן די צוזאמפאל פון מיליאנען מענטשנ'ס לעבן.
פארשטענדליך, ווען די רעסטריקציעס זאל ווען קומען דורך א קלארע רוב פונעם "ציבור" וואלט איך אנדערש געהאלטן.
איינער האט מיר געשיקט אין אישי. זעט זיך אויס אז אים איז געשמאקער אז איך זאל באקומן די חצים און בליסטראות פון די אפענע בעלזער קעפ.
בעלז: הצילו בשעה זו נאנקים בחוליים רבים מאנ"ש שנדבקו מהנגיף
נפטרו ר' אלעזר הורוביץ ירושלים אלמנת ר' אברהם מאן בני ברק 7 מורדמים ומונשמים משה יוסף בן איקל אוברלנדר ירושלים מנשה יצחק מאיר בן איטה שיף אשדוד אשת ר' מאיר משה פויגל אשדוד צביה בת שמחה כהן אשדוד רבקה חי' ביילע בת חי' אדל ברגופן אשדוד ר' צבי טישלער שנדבק בחתונת נכדתו בקהילתינו באשדוד בת ר' אהרן שמוטץ ירושלים
עוד 7 שמאושפזים רובם במצב קשה יהודה (לייבוש) בן מלכה עטל שפרונג ירושלים דוד ב"ר משה יוסף אוברלנדר יונתן בנימין קליין ירושלים יחיאל בן איקל אוברלנדר ירושלים עזריאל ב"ר לייבל וייס בית שמש דוד בן יהודית קאליש בני ברק אשת אהרן ב"ר יצחק לנדא
מלבד רבים המתקשים בנשימה ומסרבים להתאשפז לפי פקודת כל מיני יועצים הצילו! עיצרו בעד המשחית קומץ מטורפים שסיפרו לנו שעכשיו ההזדמנות להידבק, ממשיכים לספר לנו שבכל הקהילות המצב יותר גרוע ושא"א למנוע את זה. אם בקהילתינו יש 7 מתוך 57 המורדמים ומונשמים בכל מדינת ישראל. זה אומר ש12% מכל המונשמים במדינה הם אנ"ש (אנ"ש הם 0.3% מהמדינה ז"א שיש לנו פי 45 מהממוצע במדינה) ואם כן קהילת גור שהם פי 2.4 מבעלזא יש להם עוד 29% מהמורדמים. ואם לבעלזא וגור בלבד יש 41% מהמונשמים והליטאים הם פי ארבע מבעלזא וגור יש להם עוד 200% אחוזים????
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ס'דא מער ווי 7 מענטשן אין בעלזא וואס ליידן אויף יענע מעשה ל"ע און די וואס ליידן אויף יענע מעשה האבן א 500% שטערקערע טשאנס עס נישט צו מאכן.. במילא?? מען דארף לייגן זאכן אין פערספעקטיוו!! צושטערן די לעבן פון מיליאנען מענטשן וויבאלד עלטערע מענטשן זענען אין א געפאר איז Ridiculous!! אנשטאט די איבערגעטריבענע פאקוס אויף מענטשן אין גאס אן מאסקעס, פארזיכערטס די Senior citizens און לאזט מענטשן לעבן..
ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'דא מער ווי 7 מענטשן אין בעלזע וואס ליידן אויף יענע מעשה ל"ע און די וואס ליידן אויף יענע מעשה האבן א 500% שטערקערע טשאנס עס נישט צו מאכן..
אין דמונזוציה נגד הקהלה. הם צדיקים וקדושים וחכמים. יש רק אחד בקהלה ההיא שהוא קצת שלא לענין, ומכריע דברים גדולים על סמך דעת עצמו, ומתעלם מאחריות מעשיו. זה איש אחד ממש, לא שני אנשים ולא איש ואשתו. רק איש אחד ויחיד. במקרה הוא האדמו"ר, אבל זה לא משנה. יש הרבה צדיקים וחכמים יותר ממנו בקהלת בעלזא, אין דבר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא