די גיהנום מיט אירע היכלות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קאווע מיט מילעך האט געשריבן:אנשולדיגטס מיר "לעיקוואד", איך וואלט ווען געדארפט אליין כאפען אז סע האנדלט'סעך פון א יוד א תלמיד חכם!

איז לאמיר רעדען:

אדרבה, לאמיר זעהן וואס טוהט זאך דא.

א'. בנוגע צו "לכאורה דעם חז"ל מיינט אוודאי די נקודה פון חומר הדין אנע וויתורים": אזוי קוקט אויס לערענט דער ים של שלמה (ציטירט אין מגן אברהם, או"ח סימן קנו אין דעם לאנגען ס"ק ב) אז "א מענטש זאל נישט זאגען אז איך האב מער פון וואס עס קומט מיר לויט מיינע מעשים און "שעבודי נגד השם", ווייל עס קומט'עך אויס אז ער זאגט אז הקב"ה וותרן". (דער מג"א זעלבסט זעט נישט מיט אזא דיבור קיין פראבלעם וויייל ס'קען דאך זיין אז מ'האט איהם איבער געצאלט אויף מצוה אדער דבר טוב, אבער איז זעט אויס מסכים מיט אייער/יש"ש פשט אין די גמרא).

אבער מ'קען ווען מדייק זיין אין רשי (אויפען פלאץ ב"ק נ,א ד"ה ותרן. לעבור על כל פשעם: יותרו חייו. יופקרו חייו וגופו שמורה אל הבריות לחטוא:) אז מע רעדט גארנישט פון נישט מוותר זיין אויפען חומר הדין נאר פון אזא איינעם וואס טענה'ט אז הקב"ה איז אינגאנצען מוותר אויף אלע עבירות, ד.ה. אז ער גלייבט איגאנצען נישט אין שכר ועונש (אין אעפי"כ האבען איהם חז"ל געשאלטען נאר ווייל ער לערענט אנדערע צו זינדיגען).

דער יש"ש איך דאך צ"ע לכאורה סתם אזוי, צו דען איז נישט דא אזא זאך ווי מתנת חנם אז דער אייבישטער גיט פאר א מענטש מער פון וואס ס'קומט זיך עם? די גמרא איז מסיק אין ברכות יט ע"א מען זאל נישט זאגען "ולא נפרעת ממני אחד מני אלף" וועגן אל תפתח פה לשטן, וואס איז מיט האומר הקב"ה וותרן? לכאו' איז פשוט אז נישט דאס מיינט עס . נאר וואס, יעצט דארף מען טראכטען וואס קען דאס מיינען בכלל האומר הקב"ה וותרן, מיר וויסען דאך אוודאי אז ס'דא מתנת חנם און מידת הרחמים וכו'.
איר זענט מדייק פון רש"י אז דא רעדט זיך פון ווער סאיז כופר בכלל אין שכר ועונש, לכאו' איך שיהיה איז נישט די ווארט דא אלס כפירה בשכר ועונש, דאנסמאל וואלט מען געדארפט זאגן דאס, ווי די משנה זאגט אין סנהדרין ואלו שאין להם חלק וכו'. נאר דא האנדלט זיך פון דאס וואס ער איז מזלזל אין שכר ועונש און מאכט מענטשען טראכטען אז עבירות איז נו ביג דיאל, איז קען מען נישט מדייק זיין פון דא גארנישט לגבי וויאזוי ארבעט שכר ועונש בפועל, וויל די זעלבע זאך קען מען זאגען מיט א וועג וואס וועט ברענגען זלזול ביי מענטשען, כנוסח וותרן, משא"כ ווען מזאגט די זעלבע זאך בנוסח אחר פון רחמים און דאס ברענגט נישט קיין זלזול , דאס מעג מען. לכאו' איז דאס די נקודה דא, אינטרעסאנט נאר אז דער מסלת ישרים האט יא אנגענומען אז פון דא לערנט מען וויאסוי שכר ועונש ארבעט בכלל און פארענפערט כמדומה אז רחמים איז תמיד נאר בבחי' מאריך אף וגבי דיליה.


ב. "ויאזוי אנדערש קען מען מחלק זיין?" אז כל האומר ותרן איז נאר אויף די נקודה פון שכר ועונש - (און אויף וואס מ'כאפט, כאפט מען פונקט ווי דער ר"ח מאלט אויס) אבער עס מיינט נישט "ממש אזוי חמור ווי מ'מאכט עס יעדער קליינע עבירה וכו' ".

ג. לגבי "איז דאס נישט ממש מוכרח, עכ"פ מען קען מעיין זיין ווי ווייט עס איז א משל, וייל חז"ל זאגען אז הקב"ה דן את הנשמה ביחד עם הגוף, במשל החיגר והעיוור. ועי' רמב"ן בשער הגמול וואס ער איז מסביר אז אין גיהנום איז ממש דא אש, נישט ממש גשמי, אבער אויך נישט אז סממש א משל, נאר אזא גשם דק וואס אין דעם פארברענט זיך די נשמה כפשוטו": איר זאגט דאך ממש מיין ווארט! אז סע'קען נישט זיין כפשוטו (עונשים בגוף) און עס מוז זיין א משל (דער נמשל: ס'וועט זיין זייער אומבאקוועם).
(ס'ביי מיר גאנץ פשוט אז דער (המיוחס ל) רמב"ן מיינט פונקט אט א די נקודה

טאקע נישט כפשוטו אין גוף אוודאי נישט. אבער אויך בנשמה איז דא כמה מדרגות צו עס איז כפשוטו אדער ונישט, דער רמב"ן איז מחולק אין דעם מיטן רמב"ם וואס האלט אויך לגבי די נשמה איז נישטא קיין אומבאקוועמקייט נאר אז מען האט נישט קיין קיום נצחי, ויל"ע הרבה בדיוק בשיטת הר"מ, עכ"פ זיכער אז דער רמב"ן [אדער ווי איר זאגט מיוחס לו] איז מער "מגשם" דעם גיהנום ווי דער רמב"ם וואס האלט אפשר אז ס'בכלל נישט דא אזא זאך אויך נישט ברוחניות.
כמו"כ ברגע וואס נישט גשמיות איז נישט קלאר צו מיר קענען בכלל באגרייפען פון וואס מיר רעדן איז אפשר בעסער צו שווייגען. כמו שכבר העירו בזה כאן.
ואעפ"י שאין ראיה לדבר זכר לדבר איז דא אין די גמרא (ע"ז ג:) "דאמר רבי שמעון בן לקיש אין גיהנם לעתיד לבא אלא הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתיקה ומקדיר רשעים נידונין בה וצדיקים מתרפאין בה"
[/quote]
אמנם דער גמרא לכאו' איז מחלק צווישען לעת"ל און היינט וואס ס'יא דא א גיהנום.

אביסעל מער פון דעם אפילו: דער תולדות (כתונת פסים, צו, דף ו' ע"ד אין דפו"ר לבוב תרכ"ו) איז מסביר די גמרא ווי פולגענד: "איך האב געהערט אז סע איז נישט דא קיין גרעסערער גיהנם ווי אין גן עדן, וואו עס איז נישט'דא קיין שום תענוג אויסער דברים רחניים פון לערנען און דאווענען. אין וויבאלד זיי {די רשעים} זיינען נישט צוגעוווינט צו די תענוגים, וועט'סעך עס שפירען ווי א גיהנם"

זייט פריילאך!
[/quote]
דער תולדות דערמאנט מיר פון וואס מונקאטשער רב ברענגט אין דברי תורה אז א חסידישער יוד מיט א מתנגד קומען אין ב"ד שלמעלה, ביידע געווען ערליכע יודען נאר דארפען אפקומען אפאר עבירות, איז דער פסק אז ביידע מוזען זיצען צוזאמען, דער חסיד דרייט זיך מיט הכנות וכו' און דער ליטוואק האלט דאס נישט אויס נו זמן תפלה שולחן ערוך, ווידער דער ליטוואק זיצט אגענצע טאג פארטריקנט ביים גמרא און דער חסיד האלט דאס נישט אויס, אן דאס איז ביידענס גיהנום...

פריילעך דארף מען אלעמאל זיין, כמ"ש כמה צדיקים אז אין גיהנום קען מען אויך מאכען א ריקוד פאר השי"ת.. בפרט ערב ר"ה... :קלאטש
I have a dream
Martin Luther King ~
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אין סלאנים סלונים זאגט מען אז דער דברי שמואל האט געזאגט אז אויב מען זיצט אויף דער וועלט שלש סעודות לענגער ווי דער זמן, איז אויף יענער וועלט וועט מען אויך זיצען אזוי לאנג ווי מען זיצט אויף דער וועלט ביי שלש סעודות.
ממילא ווען דער מלאך קומט ביים זמן צוריק רופען יעדעם איינעם, זאגט דער חסיד צום מלאך, אנטשולדיגט איך האב נאך צייט, איך בין אייביג געזעצען נאכען זמן.
שפעטער ווען שלש סעודות קומט צו אן ענדע, זאגט דער דברי שמואל, "א נאר איז דער וואס גייט צוריק".
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

מען זאגט נאך פון לעכוויטשער, אז מען האט אים געוויזן דער גהנום אויבן אין הימל, כדאי עס זאל זיין אן עדות אויף די וועלט וואס האט עס געזען און זאל דאס דערציילן פאר די מענטשן פון די וועלט.

מען זאגט אז דער לעכוויטשער האט געשריגן: "טוט תשובה, ווייל מען שמייסט דארט מיט פייערדיגע ריטן, פונקט ווי עס שטייט אין באבע סידור..."
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מורינו הרב האט געשריבן:מען זאגט נאך פון לעכוויטשער, אז מען האט אים געוויזן דער גהנום אויבן אין הימל, כדאי עס זאל זיין אן עדות אויף די וועלט וואס האט עס געזען און זאל דאס דערציילן פאר די מענטשן פון די וועלט.

מען זאגט אז דער לעכוויטשער האט געשריגן: "טוט תשובה, ווייל מען שמייסט דארט מיט פייערדיגע ריטן, פונקט ווי עס שטייט אין באבע סידור..."

לכל אחד מראים כמו שהוא רוצה לראות וד"ל.
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע מיט מילעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך קאווע מיט מילעך »

לעיקוואד האט געשריבן:דער יש"ש איך דאך צ"ע לכאורה סתם אזוי, צו דען איז נישט דא אזא זאך ווי מתנת חנם אז דער אייבישטער גיט פאר א מענטש מער פון וואס ס'קומט זיך עם? די גמרא איז מסיק אין ברכות יט ע"א מען זאל נישט זאגען "ולא נפרעת ממני אחד מני אלף" וועגן אל תפתח פה לשטן, וואס איז מיט האומר הקב"ה וותרן? לכאו' איז פשוט אז נישט דאס מיינט עס . נאר וואס, יעצט דארף מען טראכטען וואס קען דאס מיינען בכלל האומר הקב"ה וותרן, מיר וויסען דאך אוודאי אז ס'דא מתנת חנם און מידת הרחמים וכו'.


איר זאגט זייער גוט- און לכאורה איז דאס בכלל די טענה פון דעם מגן אברהם.

לעיקוואד האט געשריבן:איר זענט מדייק פון רש"י אז דא רעדט זיך פון ווער סאיז כופר בכלל אין שכר ועונש, לכאו' איך שיהיה איז נישט די ווארט דא אלס כפירה בשכר ועונש, דאנסמאל וואלט מען געדארפט זאגן דאס, ווי די משנה זאגט אין סנהדרין ואלו שאין להם חלק וכו'. נאר דא האנדלט זיך פון דאס וואס ער איז מזלזל אין שכר ועונש און מאכט מענטשען טראכטען אז עבירות איז נו ביג דיאל, איז קען מען נישט מדייק זיין פון דא גארנישט לגבי וויאזוי ארבעט שכר ועונש בפועל, וויל די זעלבע זאך קען מען זאגען מיט א וועג וואס וועט ברענגען זלזול ביי מענטשען, כנוסח וותרן, משא"כ ווען מזאגט די זעלבע זאך בנוסח אחר פון רחמים און דאס ברענגט נישט קיין זלזול , דאס מעג מען. לכאו' איז דאס די נקודה דא, אינטרעסאנט נאר אז דער מסלת ישרים האט יא אנגענומען אז פון דא לערנט מען וויאסוי שכר ועונש ארבעט בכלל און פארענפערט כמדומה אז רחמים איז תמיד נאר בבחי' מאריך אף וגבי דיליה.


א. דאס וואס איר ווילט מחלק זיין צווישען ווי אזוי עס ווערט געזאגט (צווישען זילזול און כפירה), איז אביסעלע שווער צו זאגען.

אבער איר האט רעכט אז לכאורה איז אזוי מוכרח אין רש"י (ד.ה. יותרו חייו "שמורה אל הבריות לחטוא"). אז מע האנדלט דא נישט פון עפעס א כפירה (אדער עפעס נישט ריכטיג), נאר פון עפעס וואס מע דארף נישט זאגן בציבור. (ד.ה., אין אנדערע ווערטער, אז גאט ב"ה איז טאקע א בעל רחמים...).

ב. בנוגע צו אייער באמערקונג אז "דאנסמאל וואלט מען געדארפט זאגן דאס, ווי די משנה זאגט אין סנהדרין ואלו שאין להם חלק וכו' ": איז דא א תשב"ץ אין מגן אבות ערגעץ-ווי (איך האב עס ארום געזוכט שעות לאנג ולא מצאתי- אבער סע דארט, גלייב איך) אז אן אפיקורס ווערט מען נאר ווען איינער וואס פארשטייט אז די תוה"ק גלייבט א' און ער איז מחליט חלילה ב' - אויב אבער א מענשט מאכט א טעות אפילו אין אן ענין פון אפיקורס'ס אויב מיינט ער נעבעך אז דאס איז דעת תורה, איז ער נישט אן אפיקורס (בניגוד לדעת דעם באוויסטער רבי חיים פון "נעבעך אפיקורס איז אויך אן אפיקורס" - והראשונים זלה"ה כהרלב"ג, הרד"ק והאבן עזרא יוכיחו וכו' ).
איז לויט דעם קען מען דאך זאגען אז מיין דיוק אין רשי איז יא גוט. איי סע איז קעגען די אמונה פון שכר ועונש?! אבער ווייט' דאך נעבעך נישט. (ס'וואלט געווען שווער צו גלייבען איינער זאל טאקע פארלירען זיין חלק לעוה"ב נאר פאר'ן גלייבען אז "הקב"ה וותרן" (בכלל האבן דאך חז"ל מאריך געווען במעלת הוותרנות - למשל סנהדרין קב, ב "אלא אחאב וותרן בממונו היה ומתוך שההנה תלמידי חכמים מנכסיו כיפרו לו מחצה" און אין מגילה כח,א "ותרן בממוני הייתי"- און בכלל פרעגט'סאך וואס איז מיט והלכת בדרכיו? וואס איז געווארען מיט "הקב"V שומר משמרתו של תורה?!).

לעיקוואד האט געשריבן:טאקע נישט כפשוטו אין גוף אוודאי נישט. אבער אויך בנשמה איז דא כמה מדרגות צו עס איז כפשוטו אדער ונישט,
כמו"כ ברגע וואס נישט גשמיות איז נישט קלאר צו מיר קענען בכלל באגרייפען פון וואס מיר רעדן איז אפשר בעסער צו שווייגען. כמו שכבר העירו בזה כאן.


אוודאי געוויס-

ואעפ"י שאין ראיה לדבר זכר לדבר איז דא אין די גמרא (ע"ז ג:) "דאמר רבי שמעון בן לקיש אין גיהנם לעתיד לבא אלא הקדוש ברוך הוא מוציא חמה מנרתיקה ומקדיר רשעים נידונין בה וצדיקים מתרפאין בה"
אמנם דער גמרא לכאו' איז מחלק צווישען לעת"ל און היינט וואס ס'יא דא א גיהנום.
[/quote]

טאקע א שטארקע טענה! אבער אפשר קען מען זאגן אז עס איז די זעלבע זאך?! איך פרעזענטיר רבי חיים וולאזינער:
וזהו ענין שכר העה"ב שהוא מעשי ידי האדם עצמו שאחר פרידת נפשו מהגוף הוא העולה להתעדן ולהשביע נפשו בצחצחות האורות והכחות והעולמות הקדושים שנתוספו ונתרבו ממעש' הטובים וזשרז"ל כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב. ולא אמרו בעה"ב שמשמעו הי' שהעה"ב הוא מוכן מעת הבריאה ענין ודבר לעצמו ואם יצדק האדם יתנו לו בשכרו חלק ממנו. אבל האמת שהעה"ב הוא הוא מעשה ידי האדם עצמו שהרחיב והוסיף והתקין חלק לעצמו במעשיו לכ"א שכל ישראל יש להם לכל א' חלק הקדושה והאורות והצחצחות שהתקין והוסיף לעה"ב ממעשיו הטובים.

וכן עונש הגיהנם ענינו גם כן שהחטא עצמו הוא עונשו. כמ"ש (משלי ה') עונותיו ילכדונו את הרשע ובחבלי חטאתו יתמך. תיסרך רעתך גו' (ירמי' ב') כמו שנתבאר שכאשר האדם עושה אחת ממצו' ה' אשר לא תעשנ' הפגם והחורבן נרשם ח"ו תיכף למעלה בשרשו ולעומת זה אמלאה החריבה הוא מקים ומגביר כחות וחיילי הטומאה והקליפות. הרחמן ית"ש יצילנו. ומשם ממשיך גם על עצמו רוח הטומאה שמלפפתו בעת עשיי' העון ואחר עשותו הרוח טומאה מסתלק למקומו והוא בחייו בגיהנם ממש המקיפו בעת עשיית החטא רק שאינו מרגיש עדיין עד אחר פטירתו שנלכד אז ברשת אשר הכין הן כחות הטומאה והמזיקין שנבראו ממעשיו וזשרז"ל רשעים מעמיקים להם גיהנם ר"ל שהן עצמם המעמיקים לעצמם הגיהנ' ומרחיבין אותו ומבעירין אותו בחטאי' וכמ"ש (ישעי' נ') הן כלכם קודחי אש גו' לכו באור אשכם ובזקות בערתם מידי היתה זאת לכם וגו'. לכן כשתפסו אנשי כנה"ג להיצה"ר נכבה אז גם הגיה' מעצמו כמ"ש בזוהר תרומה ק"ט ריש ע"ב כגוונא דחייביא מתחממן בנורא דיצה"ר כו' בכל חמומא וחמומא כו' הכי אתוקד נורא דגיהנם זמנא חדא לא אשתכח יצה"ר בעלמא כו' וכל ההוא זמנא כבה נורא דגיהנם ולא אתוקד כלל. אהדר יצה"ר לאתריה שארו חייבי עלמא לאתחממא ביה שארי נורא דגיהנם לאתוקדא דהא גיהנם לא אתוקד אלא בחמימו דתוקפא דיצר הרע דחייביא. זש"ה כי פועל אדם ישלם לו שהפעולה עצמה הטובה היא אם רעה ח"ו היא היא עצמה התשלומין שלו כנ"ל ועיין זוהר קרח קע"ז א'. וז"ש באבות ששכר מצוה מצוה ושכר עבירה עבירה ז"ש כי את כל מעשה וגו' ר"ל המעשה עצמה העומדת ונרשמת כמות שהיא כמש"ל:
ולכן ארז"ל (ב"ק נ' ע"א) כל האומר הקב"ה וותרן הוא יותרו חייו כו'. וכ"ה בירושלמי פ"ה דשקלים ובב"ר פס"ז ובתנחומא פ' תשא ובש"ט תהלים ולכאורה יפלא הלא אפי' אדם איש חסד מתנהג במדת ותרנות אמנם הוא כמש"ל שאינו ע"ד העונש ונקימה ח"ו. רק חטאים תרדף רעה שהחטא עצמו הוא עונשו כי מעת הבריאה קבע הוא ית"ש כל סדרי הנהגת העולמות שיהיו תלוים כפי התעוררות מעשה האדם הטובים ואם רעים ח"ו. שכל מעשיו ועניניו נרשמים מאליהם כל א' במקורו ושרשו והוא מוכרח לקבל דינו ע"י אותן כחות הטומאה שהגביר במעשיו. כפי ערך וענין הפגם ובזה ממילא יתוקן הפגם של העולמות ושל נפשו או ע"י כח התשובה שמגעת עד שורשה העליון עולם התשובה עלמא דחירו ונהירו דכלא ומשם מתאצל ונשפע תוספת קדושה עליונה ואור מבהיק להתם ולכלות כל טומאה ולתקן העולמות כמקדם וביתרון אור חדש מעולם התשובה המופיע עליהם לזאת אין שייך ותרנות בזה


עכ"ל אין נפש החיים שער א פי"ב (און עס ווערט איבערגעחזרט אין רוח חיים "כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב" און אין פרק ב משנה א' עמוד 22 בדפו"ר).

עס דערמאנט מיך פון צוויי ווערטער פון בעש"ט הקדוש: 1. "כי החיות רצוא ושוב ונק' קטנות וגדלות וכשהוא בקטנות עלול לעבירה בסוד אין אדם עובר אא"כ וכו' וכמ"ש בע"ח בסופו א"כ החטא והעונש בא כאחד" (בסו"ס התולדות ר, ב בדפו"ר). 2. "וכמו שביאר מורי דן אנכי כבר נידון וכו' והבן. וזה שכתב הרמב"ן כי החטא והכפירה באים כא' עם העונש והבן" (צפנת פענח נ ,ב בדפו"ר)- [אבער דאס קען זיין מער ע"ד וואס דער תולדות ברענגט אין פרשת פנחס, מצוה ובראשי חדשיכם -דף קנז,א].

און דאס איז וואס רבי נחמן טענה'ט: "עָנָה וְאָמַר רַבֵּנוּ, זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה
הִנֵּה הַכּל אוֹמְרִים, שֶׁיֵּשׁ עוֹלָם הַזֶּה וְעוֹלָם הַבָּא
וְהִנֵּה עוֹלָם הַבָּא אָנוּ מַאֲמִינִים שֶׁיֵּשׁ עוֹלָם הַבָּא
אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם
כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם
כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד
ואמר שאין נמצא שום עולם הזה כלל." (ליקוטי מוהר"ן, תנינא ,קיט)

פריילעך דארף מען אלעמאל זיין, כמ"ש כמה צדיקים אז אין גיהנום קען מען אויך מאכען א ריקוד פאר השי"ת.. בפרט ערב ר"ה... :קלאטש
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דער ראשית חכמה ברענגט אויף א פלאץ אז ס'דא א מקום אין גיהנם וואס דארט לייגט מען אריין דעם מענטש אין הייסע צואה ביז צו די נאז לעכער וכו' וכו'

אסאך פרעגן דערויף איז דען אפילו שייך אזא זאך ווי צואה אין הימעל, אפילו אין דער מדבר האבעהן די אידען נישט געברויכט 'ארויסגיין', היות דער מן וואס די אידען האב געגעסען איז געוועהן פון הימעל וואס איז מלא זך בלתי שום אחיזה כלשהו לניצוצות של רע.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

מורינו הרב האט געשריבן:מען זאגט נאך פון לעכוויטשער, אז מען האט אים געוויזן דער גהנום אויבן אין הימל, כדאי עס זאל זיין אן עדות אויף די וועלט וואס האט עס געזען און זאל דאס דערציילן פאר די מענטשן פון די וועלט.

מען זאגט אז דער לעכוויטשער האט געשריגן: "טוט תשובה, ווייל מען שמייסט דארט מיט פייערדיגע ריטן, פונקט ווי עס שטייט אין באבע סידור..."


איך וועל נישט זיין א אפיקורס אז איך וועל נישט גלייבען די שטותים אפילו מיט איין פערצענט, ניין כבודו פונעם לעכעוויטשער במקומו עומדת, אבער די פאנטאזיעס וואס מ'האט צוגעקלעבט צו איהם דארף איך נישט אן נעמען --- "מען האט אים געוויזן דער גהנום אויבן אין הימל" ---
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דולה ומשקה האט געשריבן:אסאך פרעגן דערויף איז דען אפילו שייך אזא זאך ווי צואה אין הימעל, אפילו אין דער מדבר האבעהן די אידען נישט געברויכט 'ארויסגיין', היות דער מן וואס די אידען האב געגעסען איז געוועהן פון הימעל וואס איז מלא זך בלתי שום אחיזה כלשהו לניצוצות של רע.

אמאל געהערט אז כידוע איז ווער סמבטל תורה געט מען דארט צו עסן גחלי רתמים, נו אז מען עסט גחלי רתמים וואס קומט ארויס? צואה רותחת.


[ר' קאווע מיט מילך, שכוייעח פאר דיין תגובה, סדא וואס נאך מעיין זיין און דן זיין, נאר פארדעם דארף מען שוין צולייגען קאפ, ועוד חזון למועד.]
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

צואה רותחת מיינט נישט גשמיות'דיגע כפשוטו.
די שמוץ, עקל און ריח רע פון א עבירה איז אין הימל מיליאן מאל ערגער ווי צואה בעלמא הדין.

ס'איז ידוע פון נשמות אויף יענע וועלט וועלכע האבן פאר א סיבה געמוזט צוריקקומען פאר א קורצע וויילע אויף דער וועלט, האט מען זיי מיטגעשיקט אזא בינטל גראז און בשמים פון גן עדן כדי זיי זאלן קענען פארנעמען דעם ריח פון דער וועלט.
נישט דווקא די ריח פון ביהכ"ס, אפילו די ריח פון א חתונה זאל וואו ס'שמעקט פרישע בלומען פון רעכטס, און חריף, כריין, סאור פיקלס, מיט פרישע בילקעס פון לינקס...

מיר קענען עס נישט משיג זיין. נאר כדי אונז אויסצו'משל'ן פאר אונז פליישע אויגן ווי עקלדיג עס איז אן עבירה דארטן אויבן, איז דער פאסיגסטער משל צואה רותחת.
וירח ה' את ריח הניחוח
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

קורצע הקדמה, איך מיין קיינעם נישט פערזענליך, אבער ווי ס'שיינט זענען דא עטליכע שרייבער דא וואס זענען גוט אנגעליינט מיט מיסברויכישע ליינווארג, און זייערע אנשויאונגען און אויסדרוקן גרעניצט זיך מיט השכלה און נאך ווייטער, אפשר אומוויסענדיגערהייט, אבער דאס שטארט ארויס פון געוויסע תגובות.

דער רמב"ם שטעלט אראפ דרייצן עיקרים, איין אני מאמין זאגן מיר יעדן טאג, "שהבורא ית"ש גומל טוב לשומרי מצוותיו ומעניש למי שיעבור על מצוותיו". אן קיין ספק אז פאר עבירות איז דא עונשים, דער גיהנם איז א מציאות און א פאקט, און עס ווערט געברענגט פיל מאל אין חז"ל, און ווערט געברענגט אדער איז עס מרומז אין תנ"ך אויך.

דער הייליגער רמב"ן האט מחבר געווען א ספר "שער הגמול" ווי עס ווערט ברייט ארומגערעדט אלע סארטן עונשים ומתן שכר, ס'איז דא א "ברייתא דמעשה בראשית" וואס ווערט געברענגט אין ראשית חכמה און נאך פיל ספרי מוסר, ווי עס ווערט זייער קלאר ארויסגעשריבן די זיבן גיהנם'ס, און וויפיל עונשים ס'איז דא צומאל ביז מ'זעט זיך שוין א גליקליכער אין גיהנם, דאס איז א ברייתא געשריבן דורך תנאים!

דער קב הישר, איז אויך היפש מאריך דערינען, ווי אויך נאך פיל ספרי קדמונים וספרי מוסר, דער "שומר אמונים" האט אויך א גאנצן מאמר שכר ועונש ווי ער ברענגט ברייתות און מאמרי חז"ל און נאך פיל מקורות, און חז"ל זענען אויך פיל מאריך אין דעם, אין גמרא זוהר ומדרשים. א באוואוסטע מעשה מיט רבי עקיבא וואס האט געטראפן דעם נעבעכדיגן פארשווארצטן איד אין מדבר וואס האט געדארפט יעדן טאג אליינס ארומלויפן מיילן צאמקלויבן פעקלעך האלץ די מלאכי חבלה זאלן אים קענען פארברענען דערמיט, ביז ר"ע האט געטראפן זיין קינד און אים גע'מל'עט און געלערנט זאגן קדיש וברכו.

די גיהנם, עולם התוהו און גלגולים זענען א ווירקליכער מציאות וואס פיל ווילן נישט וויסן אדער טראכטן דערפון, ווייל זיי פארכטן מער פון "מרה שחורה" ווי פון אן עבירה, און דער מלך זקן וכסיל טוט זיינס מיט אריינווארפן אמעראצישע מחשבות אין געוויסע מענטשן כדי זיי צו פארשלעפן ביז דארט אונטן אין שאול תחתי' רח"ל. מיר דארפן געדענקען, פאר אן עבירה איז דא עונשים, און פאר מצוות איז דא לעכטיגע זיסע גן עדן.
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
פארשפארט