אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
אז דו האסט שוין דאס דערמאנט... משה'לע גוט שבת איז זעלבסט געווען א רוזינע קינד, א זוהן פון ר' יצחק מאיר מקאפישניץ. (און א ביינדל פאר @שבת, בזיוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי א האגער, דאכצעמער ביים בארשא רבי'ן, און ער האט זיך גע'גט. די פרטי הדברים זענען מיר אומבאקאנט).
(שוב מצאתי: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 95#p743995 )
(שוב מצאתי: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 95#p743995 )
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ריכטיג האט געשריבן:אז דו האסט שוין דאס דערמאנט... משה'לע גוט שבת איז זעלבסט געווען א רוזינע קינד, א זוהן פון ר' יצחק מאיר מקאפישניץ. (און א ביינדל פאר @שבת, בזיוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי א האגער, דאכצעמער ביים בארשא רבי'ן, און ער האט זיך גע'גט. די פרטי הדברים זענען מיר אומבאקאנט).
(שוב מצאתי: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 95#p743995 )
דער דמשק אליעזר מוויזניץ זצ״ל איז געוועהן א איידעם אין קאפישניץ. דאס מיינט איר???
סאיז דא א באוואוסטע הערליכע בילד פונעם דמשק מיט זיין שוואגער רבי יצחק מאיר העשיל מקאפישניץ.
אלע קאפישניצער רבי׳ס זענען געוועהן זייער נאנט צו וויזניץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ריכטיג האט געשריבן:איך רעד פון א ברודער פונעם דמשק'ס רביצין, ר' משה, וואס איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס מבארשא - ברודער פונעם אהבת ישראל, און זיך גע'גט.
דער ר' משה איז "משה'לע גוט שבת" בסיפורי שלמה קרליבך.
כהאב נישט געוואוסט אז ר׳ משהלע קאפישניצער איז געוועהן א איידעם ביים בארשער רבין זצ״ל
רעדענדיג פון בארשער רבי און אין מיין חתימה וועגן אלי וויזעל. איז כדאי צו דערמאנען אז אליעזר וויזל׳ס פאטער איז געוועהן א וויזניצער חסיד און א פערזענליכער נאנטער ידיד און חסיד פונעם בארשער רבי׳ן. ער איז געוועהן א געלערנטער מענטש וואס האט געשטופט זיין זוהן זיך אויסצולערנען שפראכן, און אזוי איז טאקע זיין זוהן אליעזר געווארן א דזשורנאליסט און א שרייבער וואס האט געוואונען א נאבעל פרייז.
אלי׳ שרייבט:
מיין פאטער האט מיך געשטופט זיך אויסצולערנען וועלטליכע זאכן און מיין מוטער האט מיך געשטופט צו בלייבן ביי אידישקייט און חסידות.
אליעזר׳ס מוטער איז געוועהן א טאכטער פון די באוואוסטע וויזניצער חסיד ר׳ דוד׳יע פייג ז״ל. אלי׳ שרייבט אז ווען ער איז געוועהן נאכן קריג אין ארץ ישראל איז ער אריין צום אמרי חיים זצ״ל און הגם ער האט געשפירט די ווארימקייט פונעם אמרי חיים האט ער דאך געשפירט אז דער אמ״ח approved נישט זיין מאדערנע דזשורנאליסטישע lifestyle. ער שרייבט די אמרי חיים האט א גאנצע צייט אים דערמאנט אז ער איז אייניקל פון א געהויבענע וויזניצער חסיד ר׳ דוד׳יע פייג...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ק/פ פון אייוועלט:
ווילוויסן האט געשריבן:
נישט פון אים פארציילט שלמה'לע זיין סוויהט באט טרעדזשיק סטארי איבער משה'לע גוט שבת?
אוודאי פון אים ..
שלמה'לע פארציילט דאס סיפור באריכות אז מ'קען צוגיין.
וואוינענדיג אין תרצ"ט אין באדען ביי וויענע, איז איינמאל אנגעקומען א איד בשם משה'לע, [א אינגערע ברודער פונעם קאפיטשניצער] אידן האבן זיך שוין נישט געקענט דרייען דאן אויפן גאס פראנק איז מען זיך צוזאמען געקומען אינעם שטוב פון ר' שלמה'ס פאטער פארטאגס אום זעקס אזייגער געדאוונט גיך און שטיל אזוי אז מ'האט געפארטיגט אויף אכט אזייגער.
יענע שבת, משה'לע זעט ווי מ'דאוונט אזוי שנעל, ס'געקומען צו נשמת ר' משה'לע קען זיך שוין נישט איינהאלטן און זאגט פארן בעל תפלה, די תפלות דארפן עולה זיין למעלה און איר דאוונט אראפ, און ווער ווייסט אויב ס'איז נישט דער לעצטער שבת ? אזוי דאוונט מען נשמת ? האט דער בעל תפלה געזאגט "איש קען ניקס בעססער " האבן כולם פה אחד געזאגט פאר משה'לע "גיי דו" ! און ער האט אנגעהויבן נשמת מיט זיינע מורא'דיגע מעלאדיעס, און זיי אריינגעטראגן אין די העכערע ספערן.. אוי פודה ומציל ...
מ'האט דעמאלט געענדיגט עלף דרייסיג, ס'קומט צו קידוש מאכן די מוטער פון שלמה'לע שטעלט צו צו פארבייסן, משה'לע וויל מאכן קידוש, די פענצטער זענען פארהאקט און פארמאכט פאר פחד, משה'לע זאגט ער קען נישט מאכן קידוש נאר מיט אפענע פענצטער, ער דארף מכריז זיין קבל עולם אז ס'איז שבת.. דער עולם האט גע'טענה'ט משה, די גוים ווילן אונז הרג'נען, האט ער געענטפערט זיי זענען בני עשו בן יצחק, וואס איז געווארן פון עשו אז ער האט פארגעסן אז ס'איז שבת אויף די וועלט, אז איך קען דערמאנען די וועלט אז ס'איז שבת וועט זיך אויפהערן די שנאה, און ער האט געזאגט אז פעטער עשו וועט געדענקען אז ס'איז שבת וועט ער משנה זיין דרכיו.
משה'לע האט זיי פארציילט אז אויף יעדע ווינקל פון אלע גאסן הענגט א גרויסע בילד פון משה'לע און ס'איז געווען אויפגעשריבן, די פיינט פונעם פיהרער נומער איינס ! ווער ס'טרעפט אים באקומט הונדערט טויזנט שיללינג !
וואס איז געווען זיין זינד ? ר' משה'לע פלעגט ארומגיין צו אלע משפחות אין די גאנצע וויענע געגנט וואס זייערע מענער זענען שוין נעבעך נישט געווען אינדערהיים און געברענגט צו עסן און אויסגעהאלטן די משפחות, קיינער האט נישט פארשטאנען וויאזוי ער טוט דאס זייענדיג אין א זמן וואס מ'האט זיך שוין נישט געקענט דרייען אויפן גאס, איינמאל האט מען אים געכאפט, און ער האט זיך ארויסגעכאפט אויף עפעס א וועג און אנגעהויבן ארבעטן זיין עבודת הקודש נאר ביינאכט.
יארן שפעטער שלמה'לע וואקט אויף א גאס אין תל אביב קומט צו צו אים א איד און פרעגט אים דו געדענקסט משה'לע, פרעגט ער מיינסט משה'לע גוט שבת ? זאגט אים יענער איד איך וויל דיר פארציילן וואס איז געשען מיט אים, זיי גייען צו צום ים און זעצן זיך אראפ, דער איד נעמט זיך וויינען.
און נעמט זיך דערציילן, אז צום סוף, האט זיך ר' משה'לע פארשאפט א פאלשן פאספארט צו גיין קיין ענגלאנד, און פון דארט ממשיך זיין קיין ארץ ישראל, ער איז שוין געזיצן אויפן באן מיט זיין רביצין און צוויי קינדער. און דער איד איז געזיצן נעבן אים אויפן באן.
דער איד פארציילט אז זיין ווייב האט אים געהאלטן אין איין בעטן די גאנצע צייט ער זאל נישט זינגען, ער זאל כאטש ווארטן ביז מ'איז אינדרויסן פון עסטרייך, אבער ר' משה'לע האט נישט געקענט אויפהערן מיט זיינע שירי קודש, און ער האט געזאגט איך דארף נאך זינגען "גוט שבת" נאך איינמאל, ער עפנט די פענסטער און הייבט אן זינגען...... אוי גוט שבת גוט שבת .... אוי גוט שבת גוט שבת..... אוי גוט שבת גוט שבת גוט שאאאבעססס... [וואו איז סאכדעס ?] ... גוט שבת.. ביז... ליידער ליידער האט אים איינער דערקענט... און אוי וויי והכהו נפש בפני אשתו ובניו אוי .... השם ינקום דמיו..
האט דער איד אויסגעפירט צו שלמה'לע איך שווער אייך אז ער האט נישט אויפגעהערט זינגען גוט שבת ביזן לעצטן אטעם. ובהאי קטירא אתקטר..
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס: ס'זעהט אויס אז דו האסט איהם נישט געקענט. (מסתמא היית איש זקן או אישה זקנה בגילגול אחר). ווייל איך האב איהם געקענט פערזענליך. און איך בין איהם נישט חושד אז ער האט פלאגיאירט די ניגונים.(גענוצט און נישט געגעבן קרעדיט פאר'ן מחבר.)
ער האט געהעריג גענוצט וועלט'ס ניגונים. ער פלעגט עמטליך אזוי טון. רוב ניגונים איז געווען פשוטע פאלקס ניגונים פארן קריג, און א גרויסער טייל פון זיי האבן געהאט גויאישע מקורות. דאס הייסט נישט פלאגיאירט.
מיין פריינט איך זעה דו ביזט א שטיקל א מדקדק, איז ערשטנס ווייז מיר ביטע צו איין פאל ווי ער האט צוגעצייכנט קרעדיט, אפילו ראשי תיבות. ווייל ס'איז א וועלטס ניגון מאכט עס נאכנישט לעגאל אדער מאראליש נישט צו געבן קרעדיט, יענער פלאגט זיך אויף א זאך און נאכדעם גייסטו און דו מאכסט א לעבן מיט דעם ווי כאילו ס'איז דיינס א זאך, און דיינע listeners אין דיינע סורקלס רעדן זיך איין אז דאס האסטו געשאפן. ס'איז אזוי דו זאלסט מיר זאגן גד אלבז קען מאכן א קאווער אויף לענארד כהן'ס 'האלעלאיא' און נישט צוצייכענען ווייל ווער ס'ווייסט ווייסט ניין? ס'איז דאך אויך א וועלטס ניגון...
שנית, קוק נאך די 4 סארט plagiarist פארמאטן וועסטו זעהן דעס פאלט אריין אין self plagiarism אויב דו ווילסט דוקא זיך ארויפכאפן אויף א ווארט. אבער דו פארשטייסט אויך אז ס'איז ראנג. אונז אידן האבן א tendency זיך צו באנוצן מיט דעם פארצייטישן טערמין פאלקס ווי ס'איז עפעס אן אמאליגע זאך און אן אמאליגע אלט פארגעסענע 'עממי' ליד פארלאנגט נישט קיין דין וחשבון, וואס הייסט פאלקס?? איינער ערגעצוואו אין רוסלאנד האט דעס געשריבן, זעהסט דאך מ'טרעפט מקורות, סא וואסארא מין תירוץ איז דאס? א יעדע ניגון פארדינט זיך זיין אויפמערקזאמקייט פונקט ווי א יעדע פילזאפישע געשריבענע ווערק/קוואוט פארדינט דעם עקנאלידזשמענט וואס פירט צוריק צום ארגינעלן מחבר, אפגעזעהן ווי גרויס אדער קליין, אומבאקאנט אדער פאופולער דאס איז געווען.
פארשטייט זיך אליין אז ר' יו''ט ערליך איז א לעגענד נישט קיין חילוק וואס, אבער שמעלצער אים דארף מען באשמוצן פארן טוהן די זעלבע זאך... ווייל ס'איז רחמנא ליצלן עפעס א שרעקליכע מאדערענע תנועה געווען the lion sleeps tonight וואס איז גראדע א גוטע צען יאר פריער געשריבן געווארן ווי דער ניגון איך האב געווארט... פארוואס זאג איך עס? ווייל מענטשן נוצן דעס כסדר אלס א תירוץ, ווער ס'מעג און ווער ס'איז נישט בארעכטיגט אז "ווען מרדכי האט גענומען עפעס האט ער גענומען א לייטישע זאך מיט א אידישן געפיל, מיט א קרעכץ וואס ווייסטו? דו ווייסט ווער מרדכי איז? וואס פארשטייסטו צו ר' יו''ט'ן א איד א יראי שמים..." און אזעלכע אירעלעווענט נאנסענס... אבער ווען ליפא טוט עס ער איז דער פורץ גדר גאר... רבותי גייטס שטודירן מוזיקאלישע זשאנערן לערנט ווי אפט די סאונד אין מוזיק טוישט זיך, אנטוויקלט זיך, פאר עטס מאכטס אפ וואס ס'איז כשר און וואס איז טריפה... און געטס נישט גערעכט פאר ענקערע אידאלן מער ווי א צווייטער...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
סאנטיאגא האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.
איך האב געווארט איז קלאר א גניבה, ס'קומט ארגינעל פון א רוסישער אַפערא זינגער מיטן נאמען "קאנסענטענטין פלוזניקאוו" ער האט עס אביסל פארדרייט אז ס'זאל נישט זיין אזוי אבוויעס די מעלעדי, אזוי ווי מרדכי האט געטוהן מיט "ווי גליקליך איז דער" און "בלאז דעם שופר.." אבער די קארדס איז דארט, א ניגון קען מען נאך באבערן אבער קארדס איז שוין נישט אזוי גרינג...
קענסט געבן א לינק צום ניגון ביטע?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
סאנטיאגא האט געשריבן:מיין פריינט איך זעה דו ביזט א שטיקל א מדקדק, איז ערשטנס ווייז מיר ביטע צו איין פאל ווי ער האט צוגעצייכנט קרעדיט, אפילו ראשי תיבות. ווייל ס'איז א וועלטס ניגון מאכט עס נאכנישט לעגאל אדער מאראליש נישט צו געבן קרעדיט, יענער פלאגט זיך אויף א זאך און נאכדעם גייסטו און דו מאכסט א לעבן מיט דעם ווי כאילו ס'איז דיינס א זאך, און דיינע listeners אין דיינע סורקלס רעדן זיך איין אז דאס האסטו געשאפן. ס'איז אזוי דו זאלסט מיר זאגן גד אלבז קען מאכן א קאווער אויף לענארד כהן'ס 'האלעלאיא' און נישט צוצייכענען ווייל ווער ס'ווייסט ווייסט ניין? ס'איז דאך אויך א וועלטס ניגון...
שנית, קוק נאך די 4 סארט plagiarist פארמאטן וועסטו זעהן דעס פאלט אריין אין self plagiarism אויב דו ווילסט דוקא זיך ארויפכאפן אויף א ווארט. אבער דו פארשטייסט אויך אז ס'איז ראנג. אונז אידן האבן א tendency זיך צו באנוצן מיט דעם פארצייטישן טערמין פאלקס ווי ס'איז עפעס אן אמאליגע זאך און אן אמאליגע אלט פארגעסענע 'עממי' ליד פארלאנגט נישט קיין דין וחשבון, וואס הייסט פאלקס?? איינער ערגעצוואו אין רוסלאנד האט דעס געשריבן, זעהסט דאך מ'טרעפט מקורות, סא וואסארא מין תירוץ איז דאס? א יעדע ניגון פארדינט זיך זיין אויפמערקזאמקייט פונקט ווי א יעדע פילזאפישע געשריבענע ווערק/קוואוט פארדינט דעם עקנאלידזשמענט וואס פירט צוריק צום ארגינעלן מחבר, אפגעזעהן ווי גרויס אדער קליין, אומבאקאנט אדער פאופולער דאס איז געווען.
פארשטייט זיך אליין אז ר' יו''ט ערליך איז א לעגענד נישט קיין חילוק וואס, אבער שמעלצער אים דארף מען באשמוצן פארן טוהן די זעלבע זאך... ווייל ס'איז רחמנא ליצלן עפעס א שרעקליכע מאדערענע תנועה געווען the lion sleeps tonight וואס איז גראדע א גוטע צען יאר פריער געשריבן געווארן ווי דער ניגון איך האב געווארט... פארוואס זאג איך עס? ווייל מענטשן נוצן דעס כסדר אלס א תירוץ, ווער ס'מעג און ווער ס'איז נישט בארעכטיגט אז "ווען מרדכי האט גענומען עפעס האט ער גענומען א לייטישע זאך מיט א אידישן געפיל, מיט א קרעכץ וואס ווייסטו? דו ווייסט ווער מרדכי איז? וואס פארשטייסטו צו ר' יו''ט'ן א איד א יראי שמים..." און אזעלכע אירעלעווענט נאנסענס... אבער ווען ליפא טוט עס ער איז דער פורץ גדר גאר... רבותי גייטס שטודירן מוזיקאלישע זשאנערן לערנט ווי אפט די סאונד אין מוזיק טוישט זיך, אנטוויקלט זיך, פאר עטס מאכטס אפ וואס ס'איז כשר און וואס איז טריפה... און געטס נישט גערעכט פאר ענקערע אידאלן מער ווי א צווייטער...
פאַר „דער גענעראַל” זאָגט ער בפירוש אַז ס'איז אַן אַלטער רוסישער וואַלץ.
איך האַלט אַז רוב לידער האָט ער יע פאַרפאַסט אַליין. און די וואָס ניט זײנען געווען גאַנץ באַקאַנט אין זײנע קרײזן, וואָס ער האָט ניט געזען קיין סיבה צוצוצייכענען קרעדיט (די אָריגינאַלע רוסישע ליד אויף „דער שיפס־קאַפּיטאַן – כל נדרי” איז באַקאַנט עד היום באַ אונז).
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
הדסים האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.
איך האב געווארט איז קלאר א גניבה, ס'קומט ארגינעל פון א רוסישער אַפערא זינגער מיטן נאמען "קאנסענטענטין פלוזניקאוו" ער האט עס אביסל פארדרייט אז ס'זאל נישט זיין אזוי אבוויעס די מעלעדי, אזוי ווי מרדכי האט געטוהן מיט "ווי גליקליך איז דער" און "בלאז דעם שופר.." אבער די קארדס איז דארט, א ניגון קען מען נאך באבערן אבער קארדס איז שוין נישט אזוי גרינג...
קענסט געבן א לינק צום ניגון ביטע?
דא זע איך ווערט געברענגט די ניגון וואס דו מיינסט לכאורה, אבער די אלבוים איז ארויס נאך 2000. דו ווייסט די ארגינעלע מקור פון די ניגון?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
דוראק האט געשריבן:פאַר „דער גענעראַל” זאָגט ער בפירוש אַז ס'איז אַן אַלטער רוסישער וואַלץ.
איך האַלט אַז רוב לידער האָט ער יע פאַרפאַסט אַליין. און די וואָס ניט זײנען געווען גאַנץ באַקאַנט אין זײנע קרײזן, וואָס ער האָט ניט געזען קיין סיבה צוצוצייכענען קרעדיט (די אָריגינאַלע רוסישע ליד אויף „דער שיפס־קאַפּיטאַן – כל נדרי” איז באַקאַנט עד היום באַ אונז).
א ריקארדירונג האסטו?
יא אבער דו וועסט אים נישט הערן זאגן אז דאס ניגון האב איך געהערט פון יענעם און יענעם, דאס פאסט דאך נישט פאר איד, ווייל ס'איז דאך אפגעפרעגט צו הערן פרעמדע מקורות... אבער זעהט זיך אויס נישט אזוי אפגעפרעגט צו בארגן און קונה זיין מיט שינו השם...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:סאנטיאגא: דערצייל מיר נישט קיין מעשיות אז מרדכי (בן דויד) ווערדיגער, בשעת ער האט אריינגעלייגט די ליריקס ..."אידן"... אין דעם פאפולערן סאנג פון דייטשלאנד האט נישט געוואוסט פון וואו דער ניגון קומט.
נאר ס'פאסט זייער גוט אריין. און ס'איז אינספירירענד...!
דאס ווייזט איין זאך. אז א ניגון. פון סיי וואו ס'קומט האט אין זיך א חלק הרוחני. וועלכע קען מעורר זיין די נשמה פון א מענטש. (איד אדער גוי).
איך בין אינספייערד פון א פאפולערן (גוי'אישן) סאנג. געזונגען דורך דזשאן דענווער..."קאנטרי ראודס"...! ווייל די ליריקס זענען זייער שטארק נאסטאלגיש. און ס'רעדט פון דעם פשוט'ן לעבן. אזוי ווי א סאך "קאנטרי מיוזיק" סאנגס...!
אין אידישע ניגונים, בין איך שטארק אינספייערד פון ניגון..."אילן, אילן"...איך האלט אז דאס איז איינס פון די שענסטע און טיעפסטע פאעטרי. וואס דער מקור איז דאך אין די גמרא...!
דאס הייסט א straw man fallacy כ'האב בכלל נישט געזאגט אז ער האט נישט געוויסט.. כ'זאג ער וואלט עס ווען קיינמאל נישט געטאן וואלט ער ווען געוויסט אז "יעדער" וועט וויסן...
און איך בין גרייט זיך צו מתווכח זיין אז א אידישע ניגון האט נישט קיין שום הייליגקייט מער ווי א צווייטע ניגון, ס'איז דא אזא זאך א ליידיגער מענטש מאכט א ליידיגער ניגון דאס יא, אבער די געדאנק אז א אידישע ניגון האט מער תוכן איך גלייב נישט אין דעם. מ'דארף קוקן אויף די יסוד, דער מחבר איז אלעס, ער בויט דעם בנין, און אז ער אדער זי לייגט אריין הארץ וועט די ניגון האבן הארץ.. איטס דעט סימפל. און אגב היינט אין די וועלט איז דער זינגער אדער דער גרופע אין די פראנט ליין, אבער דער וואס אפרישיעט עכט קאמפאזיציע ווייסט, אז אן א קאמפאזירער איז קיין ניגון נישט דא... און אז ס'איז נישט דא קיין ניגון איז נישט דא קיין סוקסעס און קיין צען טויזנט מענטשן וואס זינגען מיט ביים קאנצערט... טאקע א שטארקע סיבה פארוואס קרעדיט פארן ארגינעלן שרייבער איז אזוי וויכטיג עניוועי א לאנגע שמועס פאר זיך כ'וועל נאך אמאל צוריקקומען צו דעם... נחזיר לענינינו וואס די יעניגע טענה'ן האט צוטוהן מיט וואס זיי אסאשיעטן מיט א ניגון, עפעס וואס איז פאר זיי פרעמד איז קיין ניגון נישט... (פונקט ווי דער פארפרומטער מחותן וואס פארשטייט נישט צו די היינטיגע זאכן) מ'דארף פארשטיין א זאך: פונקט ווי ס'איז דא shallow מענטשן איז דא טיפע מענטשן, א טיפע מענטש קען מאכן עפעס רייכער, עפעס וואס וועט האלטן לענגער, און וועט האבן בעסערע אינהאלט. ס'איז נישט רוחניות ווערס. גשם, ס'איז ארט ווערס. ארטיפישל, טיף ווערס. אויבערפלעכליך, שיין און מיאוס וכו.
אבער דאס וואס מ'האט אונז פארקויפט אז אונזערע ניגונים האט נשמה און דער גוי'ס ניגון האט נישט, פארקערט ס'איז פוסט און נאריש, נאכמער מ'קען אפילו דערקענען א חילוק גאר, קודם כל איז א גראבער ליגנט והא ראיה איך בין גרייט אונטערצושרייבן אז 95% פון דעם אשכול האט זיך יעדער דא איינגערעדט איז היימיש ביז די געבורט פונעם אינטערנעט... אפילו איך. און איך האלט מיך פאר א פארשטייער, און קענסט מאכן א סורוועי ביי הונדערט מענטשן ווילאנג יענער איז נישט קיין ידען וועט ער נישט וויסן, סא קיינער זאל מיר נישט קומען איינרעדן אז ס'איז פארהאן א חילוק, יא ס'איז דא דזשאנרעס, א קאנטרי זינגער פון די south האט אנדערע אינפלוענסעס ווי א קובאנער, אבער באופן כללי א שרייבער איז א שרייבער. ס'ווענדט זיך אינעם אינדיווידואליטעט פונעם מענטש. נישט אין א פאלק, דאס איז נאך א רינגל אינעם קייט פון ראסיזם.
נאך אן אבדזשעקשן; מיינע רבי'ס האבן אלע יארן פארפירט אז די שיינקייט פון אידישע נגינה איז אז ס'ווערט נישט אויסגעוועפט. שקר!!! כ'האב נאכנישט געטראפן א ניגון וואס ווערט נישט נמאס, נישטא אזא זאך, די נאטור פון מוזיק איז אז מ'דארף א טשעינדזש, אמאל פריער אמאל שפעטער, ווייל מ'צווינגט ארויף אויף א מענטש צו זינגען י-ה אכסוף יעדע וואך בבחינת מתוך שלא לשמה בא לשמה און בעל כרחך יענה אמן, מיינט נישט אז ס'ווערט נישט אויסגעוועפט...
קאנטרי ראודס... שיין ליד בערל מאך הארגעני... קאנטרי מיוזיק רעדט צו מיין הארץ, ס'איז האנעסט, לאו דוקא ראמאנטיש אדער foul ס'איז וועלטליך, די קולטור, זיסע נושאים, נו מאך אויף אן אשכול איך בין א גרויסע קאנטרי חסיד
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
סאנטיאגא האט געשריבן:דוראק האט געשריבן:פאַר „דער גענעראַל” זאָגט ער בפירוש אַז ס'איז אַן אַלטער רוסישער וואַלץ.
איך האַלט אַז רוב לידער האָט ער יע פאַרפאַסט אַליין. און די וואָס ניט זײנען געווען גאַנץ באַקאַנט אין זײנע קרײזן, וואָס ער האָט ניט געזען קיין סיבה צוצוצייכענען קרעדיט (די אָריגינאַלע רוסישע ליד אויף „דער שיפס־קאַפּיטאַן – כל נדרי” איז באַקאַנט עד היום באַ אונז).
א ריקארדירונג האסטו?
יא אבער דו וועסט אים נישט הערן זאגן אז דאס ניגון האב איך געהערט פון יענעם און יענעם, דאס פאסט דאך נישט פאר איד, ווייל ס'איז דאך אפגעפרעגט צו הערן פרעמדע מקורות... אבער זעהט זיך אויס נישט אזוי אפגעפרעגט צו בארגן און קונה זיין מיט שינו השם...
אַ רעקאָרדירונג דאַרפסטו? געב אַ זוך "роскинулось море широко" וועסטו באַלד טרעפן. ס'דאָ אויך אַ באַוואוסטער ווידיאָ פון ר' מענדל פוטערפאַס ווי ער זינגט די רוסישע ליד.
אַז איך וועל זינגען אַ באַוואוסטע אַמעריקאַנישע ליד, נניח "old macdonald had a farm" וועל איך מוזן צוצייכענען אַ מקור?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
הדסים האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:מען האט שוין גערעדט דא פון די ניגונים, איך האב געווארט האט מען געברענגט אויבן א ניגון (מיר האט זיך עס נישט געהערט די זעלבע, איך בין נישט קיין עקספערט אין נגינה). יאקאב איז צוזאמגעשטעלט, נאר די לעבעדיגע חלק (וואס ענדיגט מיט "יאקאב") איז ניי.
איך האב געווארט איז קלאר א גניבה, ס'קומט ארגינעל פון א רוסישער אַפערא זינגער מיטן נאמען "קאנסענטענטין פלוזניקאוו" ער האט עס אביסל פארדרייט אז ס'זאל נישט זיין אזוי אבוויעס די מעלעדי, אזוי ווי מרדכי האט געטוהן מיט "ווי גליקליך איז דער" און "בלאז דעם שופר.." אבער די קארדס איז דארט, א ניגון קען מען נאך באבערן אבער קארדס איז שוין נישט אזוי גרינג...
קענסט געבן א לינק צום ניגון ביטע?
דא זע איך ווערט געברענגט די ניגון וואס דו מיינסט לכאורה, אבער די אלבוים איז ארויס נאך 2000. דו ווייסט די ארגינעלע מקור פון די ניגון?
דער ארגינעלער זינגער האט געהאט א קאריערע אין די אנפאנג 70'ער יארן ווען די ניגון איז ארויס פונקט האב איך נישט קיין מקור אבער קענסט זעהן אויף יוטוב אסאך פון זיינע אויפטריטן זענען אין 74'
https://en.wikipedia.org/wiki/Konstanti ... prov=sfla1
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 751
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
דוראק האט געשריבן: פאַר „דער גענעראַל” זאָגט ער בפירוש אַז ס'איז אַן אַלטער רוסישער וואַלץ.
כ'האב זיך באצויגן צו דעם
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
.there’s more of them
Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
אַ חבר מײנער האָט מיר ערשט געשיקט די לידל, איך האָב זיך אַזש צוגאַנגען פון געלעכטער... דאָס איז אַ באַקאַנטע ליד, פון אַ סאָוויעטישן קינדער־פילם וואָס הייסט „טשעבוראַשקאַ”... איך בעט אײך זייער, אויב איר ווילט צו'גנב'נען גוי'אישע ניגונים מאַכן אויף זיי לידער – געזונטערהייט, נאָר נעמט ניט קיינע רוסישע לידער, ווײלע ס'איז פאַראַנען צו פיל אידן וואָס קענען אויכעט רוסיש...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9Mbo06sSBJc[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9Mbo06sSBJc[/youtube]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 8:04 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
כ'האב יארן צוריק געהערט א ניגון א ווארימע פונעם זינגער 'מענדי וואלד', אויף די הריגה פון רבי חנינא בן תרדיון זצוק''ל ווי מ'פירט עהם צום פייער. ממש א הארציגע ליד.
און דא מאך איך ריסורדזש אויף א ענליכע ניגון וואס כ'האב געפונען, נישט עפעס אנדערש ווי דאס זעלבע מעלאדיע, זינגט עס 'לוזיע ספירידאן' אין א קירכע, מיט'ן נאמען 'די יסורים וועג פון יאשקע' וואס שילדערט ווי מ'פירט עהם צום תלי'...
כ'ווייס נישט צו לאכן צו .....
https://www.youtube.com/watch?v=RZAX0Eg ... hd6_a0QLrU
נאך א זוך, און אט איז די אפציעלע קליפ פונעם ליד. https://www.youtube.com/watch?v=VYbJINxRz6o
[ווער האט עס גענומען פון וועמען? די קריסטן פון מענדי וואלד? חחחח]

- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
אידישע מידיא אויף טעלעגראם האט שוין כמעט דריי יאר צוריק צוזאמגענומען א ליקוט פון די אלע ניגונים מיט זייערע מקורות.
https://t.me/YiddisheMedia/1555
https://t.me/YiddisheMedia/1555
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
- האט שוין געלייקט: 3964 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 8:04 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
איך רעדט נישט פונעם אינטראו, [וואס אגב דעם אינטראו האט אויך מיכאל שניצלער גענוצט ביי איינע פון זיינע לידער] איך רעדט פונעם עצם ניגון, אויב דו האסט עס אויסגעהערט אינגאנצן.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: אינטערסאנטע טעלעגראם טשענעלס
דוראק האט געשריבן: איך בעט אײך זייער, אויב איר ווילט צו'גנב'נען גוי'אישע ניגונים מאַכן אויף זיי לידער – געזונטערהייט, נאָר נעמט ניט קיינע רוסישע לידער, ווײלע ס'איז פאַראַנען צו פיל אידן וואָס קענען אויכעט רוסיש...
דו האלטסט ביי רוסיש, אויף ענגליש זענען זיי אויך נישט חושש.......