די הייליגע טעג - א פרעשור?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שמעקעדיג האט געשריבן:
ע"פ שולחן ערוך דארף מען טאקע דאווענען נאר ביז חצות, נישט לענגער.
נאר די חסידים זענען מחמיר און דאווענען ביז שפעט.

אפשר אידאס א חומרא אין תפלה עס איז אבער א קולא/עבירה אין שמחת יום טוב. דערפאר זאג איך אז וועם סאיז נישט געשמאק די לאנגע דאווענען איז ער מחוייב מדין שמחת יום טוב צו טרעפן א שוהל ווימען ענדיגט פריער.
נאר וועם ס'איז געשמאק דאווענען לאנג, ווי לכאורה איז געווען ביי חסידים הראשונים וואס האבען דאס איינגעפירט, מעג ער דאווענען אזוי.
I have a dream
Martin Luther King ~
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

לעיקוואד האט געשריבן:אפשר אידאס א חומרא אין תפלה עס איז אבער א קולא/עבירה אין שמחת יום טוב.


צו גייט אן שמחת יו"ט אום ר"ה? איז דאס נישט נאר פאר די שלש רגלים, עכ"פ די שמחה פון וואס דו רעדסט?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שו"ת יביע אומר חלק ט - אורח חיים סימן נא

. ועינא דשפיר חזי בשו"ת שאגת אריה (סי' קב) שהאריך להוכיח שיום טוב של ראש השנה, דינו כשאר יום טוב למצות שמחה, וכתב, דלא מבעיא שאסור להתענות בו, אלא גם שיש בו מצות שמחת יום טוב, והביא ג"כ ראיה לזה מהפסוק הנ"ל (בנחמיה ח פסוק י), לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים וכו', כי קדוש היום לאדונינו, ואל תעצבו "כי חדות ה' היא מעוזכם". ודרשינן בביצה (טו ב) מאי כי חדות ה' מעוזכם, אמר הקדוש ברוך הוא לישראל, בני לוו עלי וקדשו קדושת היום והאמינו בי ואני פורע, ומדאמר וקדשו קדושת היום, מוכח דאכילתו מצוה היא, וקדושת היום קרינן ביה, והיינו קדושת היום כשארי יום טוב. וחייב בקידוש היום כשאר יום טוב. ע"כ. וא"כ אין מצות שמחה לחצאין.

[אדאנק בר אילן]
[ער טענהט אז מטאר בכלל נישט ויינען ר""ה, עכ"פ זעהט מען אז סדא ר"ה א מצוות שמחה.
I have a dream
Martin Luther King ~
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

נחמיה פרק ח
ב ויביא עזרא הכוהן את-התורה לפני הקהל, מאיש ועד-אישה, וכול, מבין לשמוע--ביום אחד, לחודש השביעי. ג ויקרא-בו לפני הרחוב אשר לפני שער-המים, מן-האור עד-מחצית היום י ויאמר להם לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים, ושלחו מנות לאין נכון לו--כי-קדוש היום, לאדונינו; ואל-תיעצבו, כי-חדוות י-ה-ו-ה היא מעוזכם
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טעלעפאן האט געשריבן:צו גייט אן שמחת יו"ט אום ר"ה? איז דאס נישט נאר פאר די שלש רגלים, עכ"פ די שמחה פון וואס דו רעדסט?


שמחת יו"ט גייט קלאר אן ראש השנה אויך. ס'איז א אפענע מחבר, סימנים תקצ"ו און תקצ"ז.
איך געדענק נישט אויסענווייניג וואו גענוי עס שטייט וועגן נישט דאווענען שפעטער ווי חצות, אבער איך האב עס זיכער געזעהן לעצטנס ערגעץ אין משנה ברורה.
וירח ה' את ריח הניחוח
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

די רמ"א ברענגט אז מ'מעג גיין נאך חצות אויב מ'איז עוסק אין תפלה (נישט ניגונים), חוץ פון שבת. עס איז אבער קלאר פון די קדמונים (עיין מטה אפרים ועוד) אז זיי פלעגען זיך שטעלען דאווענען ביי די עלות השחר, און געדאווענט לאנג מיט אסאך פיוטים אין ווייניגער הפסקות, זינגען וכו', קומט אויס אז די דאווענען איז געווען מער intense ווי היינטיגע צייטן. (עלות השחר דאהי ר"ה צייט איז בערך 5:30 און חצות איז בערך 1:00 קומט אויס 7.5 שעה, גאנץ נאנט צו די היינטיגע הויפען.)
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

די עצה איז עס צו מיינען ערנסט מיט הארץ
רחמנא ליבא בעי
מעודי בין איך אויפגעוואקסן צו זיין א מענטש כדי צו קענען דינען דעם אייבערשטען
איין יאר בין איך געווען צו מיד סליחות האט מיין טאטע מיר געהייסן זאגן ביינאכט
אז עס איז געווען לאנג די דאווענען שבת צופרי האב איך געגעסן פארן דאווענען {אפי' טשולנט}
ער"ה האט מען מיר נישט געוועקט בכלל צו סליחות - איך רעד אפי' אלץ בחור.
ביי שמו"ע ר"ה פלעגט מיין טאטע אלץ בחור אהיים גיין מיט מיר/ אדער שיקן אליינס עסן, זיך אראפ לייגען ביי פאזע
אונז פלעגן דאווענען אין א גרויסע ביהמ"ד ווי מען ענדיגט שפעט, אבער מיין טאטע פלעגט מיר קענען לאזן גיין דאווענען אין אנדערע שולן

וועגן דעם פארשטייט זיך אז:
איך האב געוואלט דאווענען לאנג, און אויפשטיין פרי ווייל איך האב נישט געמוזט
נאך עד היום דאווען איך אין א שול ווי איך קען גיין אין קומען איך האבנישט קיין פרעשור פון די אלע טעג איך האב עס אלץ אינדזשויעט
די האלבע טעג האב איך געטרייט צו פאסטן כהאב געזען אז עס איז שווער פאסט איך נישט
און די עיקר אז איך פיל מיר נישט פאר א גוי פארן עס נישט טון ווייל דאן האט עס די פארקערטע השפעה, עס דערווייטערט דיר פון דעם טאטן אין הימל און דער ציל אין די טעג איז
דרשו את ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב, יעדער לפי בחינתו זאל האבן א שפראך און א געפיל צום טאטן
מען דארף אין די טעג שפירן א שמחה אז דער מוחל וסולח האט אונז געגעבן אמנסטיע ווי מיר קענען זיך אויסגלייכן מיט אים.
די פרעשור/צער דארף קומען פון די עבירות נישט פון די תשובה פראצעדור. ליידער ביי אסאך איז עס פונקט פארקערט.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויס מענטש, ווי נעמט מען נאך אזעלכע טאטעס?
ירבו כמותו בישראל!

מעגסט אים באדאנקען, און אפרישיעטן אז ער איז אנדערש ווי רוב טאטעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

איך האב נאך אסאך ביישפילן ווי אזוי מען האט ביי אונז נישט געמאכט קיין פרעשור פון גארנישט.

למשל פסח האט מען געזאגט אז 'דאס און דאס איז אן ענין נישט צו עסן און נישט צו ניצן', אבער געגעסן האט מען וואס מען האט געוואלט, און מיינע געשוויסטער איז דא וואס ניצן אלעס און עס איז דא וואס גארנישט.

עד היום קויף איך מיר איין לעבען, טשאקלאד, אויף פסח, טאמער איך וועל זיין הונגעריג, אבער למעשה עס איך עס נישט. איך טריי מיר צו באגיין אן זיך מישן. אבער אן קיין פרעשור.

כהנה וכהנה. ועוד חזון למועד.

אבער איין פלאץ ווי מיין טאטע איז געווען שארף און גאר שטרענג:
דאס איז ביי מחלוקת און וויי טון אן אנדערן איד. אונז זענען מיר געווען אין א קהילה וואס עס איז געווען דעמאלטס די פריים טיים פון די פייט, און אונז זענען מיר געווען גאר שטארק אויף איין צד.

איז איין טאג אין ישיבה געדארפט פארקומען עפעס פון די צווייטע צד, איך האב מיר אנגעגרייט קונטרסים פון אונזער זייט און אנגעגרייט אינדערהיים אויפן טיש גרייט צו נעמען.

די אנדערע טאג איך שטיי אויף צופרי איך טרעף נישט מיינע תפילין איך זיך עס ארום, נישטא. איך בין שוין געבליבן אינדערהיים און געבארגט מיין חתונה געהאטע ברודער'ס תפילין. איך קום אהיים פון דאוועענען טרעף איך מיין תפילין אויפן פלאץ, מיין טאטע האט עס באהאלטן..

זעענדיג מיינע פלענער צו זיך מישן אקטועל אין א פאליטיק האט ער נישט געוואלט איך זאל גיין אין ישיבה. ער האט מיר געזאגט, קענסט האלטן וואס דו ווילסט אבער ביז למעשה טון עפעס וויי צו טון יענעם.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

אויס מענטש איך קען נאר איבערזאגן וואס שמעקעדיג האט פריער דערמאנט; דאנק דיין טאטן - און דעם אויבערשטן - פארן האבן אזא טאטע.

אין א זייטיגן נאטיץ, איך בין נייגעריג צו דו האסט עפעס טענות אויף דיין טאטע? נישט אין דעם ענין נאר בכלל. ווייל פאר אונז (אויפגעקלערטע?) זאגט מען אייביג אז דיינע קינדער וועלן אויך האבן טענות צו דיר ווי גוט זאלסט נאר נישט זיין צו זיי....
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך קען נאר זאגן איין זאך:
ביי מיר אינדערהיים פרוביר איך צו זיין דער זעלבער סארט טאטע ווי דיין טאטע.
איך האף אז מיינע קינדער וועלן עס אפרישיעטן. אבער אפילו נישט, איך טו מיינס, וואס איך האלט פאר ריכטיג.

ב"ה אז מיינע קינדער לעכצן צו זיין שבת און יו"ט אינדערהיים, עס הערשט א געשמאק אין דעם אידישן לעבן!
זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט הצלחה.
וירח ה' את ריח הניחוח
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אשכנ Because a person ruins begining of day doesnt mean he shall ruin the whole day. 1Pm is time for a mench to be home.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

איך פרוביר אויך צו זיין אזא טאטע פאר מיינע קינדער
אז די רעדסט וועגן טענות איז אינטרעסאנט צו זאגן אז איך כהאב ברודערס וואס זענען אינעם סיסטעם
און זיי האבן אשטיקל פאראיבל אויף מיין פאטער
פארוואס ער איז נישט אזוי ווי זייערע חבירים'ס טאטע שטרענג, קפידא, לאזט נישט עסן פסח, וכו' פירט א סדר טיש מיט טעראר,
ווייל וואלטן אויך געוואלט אין דישמועס קענען רעדן וועגן זייער טאטע אז ער לאזט נישט
עס איז נאר געבליבן צו קאמענטירן : נעבעך
אויף זייערע קינדער דערקענט זיך עס שוין טאקע
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
העי נאו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך העי נאו »

איך האב אויך געפילט אזוי אז ווער האט יעצט נערווען צי די גאנצע זאך אנגעפנגען פין זיצען אין שול אין האבן די פרעשער פון יום הדין אין די גאנצע זאך. סוי איך האב היינט אויסגעהערט די ראש השנה אלבום פון רבי שלמה קרלבאך ער זינגט זייער שיין די נוסך וואס האט מיר שוין אביסל אנגעווארמט צום יום טוב אויך דערציילט ער דארט זייער א שיינע מעשה פונעם הייליגן חוזה פון לובלין וואס דארט האט מען זיך געפירט נאכן אונווינטשן לשנה טובה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ איין יאר פאלט אריין דארט א מתנגד ער איז געווען אינגאנצן דיפרעסט ווער ווייסט צי ער גייט דארכמאכן די יום הדין ער קימט אריין אין ער זעהט דעם עולם טאנצן גייט ער צי צום הייליגן חוזה אין זאגט אים רבי ביז היינט האב נישט געוואלט גלייבן די אלע זאכען וואס מען זאגט אויף אייך אבער יעצט זעה איך אז סאיז אלעס אמת. זאגט אים דער חוזה לאמיר דיך ווייזן עפעס לייגט דער צדיק ארויף זיין הייליגע הענט אויף אויגן פון דעם איד זעהט דער איד ווי ער איז אויבן אין הימל אין ער זעהט ווי די אלע אידן וואס ער האט געזעהן טאנצן זענען שוין אנגעשריבן פאר א גיט יאר אונעם ספר חיים טובים זאגט אים דער חוזה פארשטייסט שוין פארוואס זיי טאנצן זיי טאנצן ווייל זיי זענען שוין ארייגעשריבן אין ספר פון לעבן פרעגט אים דער חוזה וואס נאך האסטו געזעהן דערציילט ער אז ער האט געזעהן איין איד שטייט ביי די זייט אין טאנץ נישט אין ער איז אויך נישט אנגעשריבן צום גיטן. לייגט דער חוזה צוריק ארויף די הענט אויף דעם אידס אויגן זעהט דער איד אז נישט מער נישט ווייניגער אז דער וואס שטייט דארט ביי די זייט איז ער אליין גאר. נעמט ער זיך וויינען צום רבין רבי העלפט מיך אז זאל אויך האבן א גיט יאר זאגט אים דער צדיק אז די וועג וואס איז אים געבליבען זיך צו ראטעווען איז זיך צונעמען מיט טאנצן מיט די חסידים.
זעהט מען פונעם הייליגן חוזה אז די וועג איז נישט צו שרייען אין וויינען אין צו זיין דיפרעסט נאר פארקערט זיך פרייען אז אינז האמיר א באשעפער וואס וויל אינז געבען גיטס אין אז אפילו אונז זעמיר נישט אזוי וואויל אגאנץ יאר דאך ווילער אינז מוחל זיין אין געבען אלעס גיטס
איז די מעשה האט געטוישט אביסל מיין בליק אויף ימים נוראים!
איך בין אן עמיטשור.. מיין ספעלינג איז ווייט פון פערפעקט... א לייק אז איך וועל אמאל בקימען וועליך זיין דאנקבאר (כמנהג המקום צו בעטען פאר לייקס)..
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

ראש השנה זענען מיר ממליך הקב"ה מיט שמחה!!!!!!!

שליחה דורך צדיקל »

מיר שטייען אין די ד' ימי ביקור פארן דעם גרויסן הייליגן יו"ט ראש השנה, דער יום המלוכה פונעם מלך מלכי המלכים, דעם טאג מאכן מיר א גרויסער יו"ט לכבוד אונזער גרויסער מלך.

ס'איז דא אסאך טעמים אויף תקיעת שופר, ר' סעדי' גאון אליין זאגט 10 טעמים, אבער די ערשטע טעם זאגט ואיז וייל די דרך המלכים אין טאג וואס זיי זענען געווארן קעניג איז א גרויסער יו"ט און מען מאכט פראדן און מ'בלאזט פאר זיי מיט פייפערס, מיר בלאזן מיר שופר ווייל ראש השנה איז דער יום הממלוכה פונעם ממליך מלכים ולו המלוכה מאכט מען א גרויסן יו"ט און מ'בלאזט פאר אים. די גמ' (ר"ה טז.) ואמרו לפני בראש השנה מלכיות זכרונות ושופרות מלכיות כדי שתמליכוני עליכם זכרונות כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה ובמה בשופר. היוצא לנו מזה מיר בלאזן שופר ממליך צו זיין דעם קעניג, אויסצושרייען כי לה' המלוכה איז דען דא א גרעסערע שמחה פון דעם אז מיר האבן די זכיה ממליך צו זיין אונזער גרויסן מעכטיגער קעניג.

ווי דער פסוק אין נחמיה (ח י) פארציילט אז עזרא הסופר האט געזאגט פאר די אידן ר"ה, לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים ושלחו מנות לאין נכון לו כי קדוש היום לאדוננו "ואל תעצבו כי חדות ה' היא מעוזכם"

ראש השנה טאקע ווייל ס'איז דער יום המלוכה איז עס אויך דער יום הדין, כל באי עולם עוברים לפניו כבני מרון, און מיר זענען מתפלל פאר א כתיבה וחתימה טובה ושנה טובה ומבורכת ושנת גאולה וישועה. און זעכער דארפן מיר זעהן נישט אנצוקומען צום קעניג מיט פארשמירטע קליידער מיר גרייען זיך אויף ראש השנה פארן יום המלוכה מיט תשובה ומעש"ט מיר זאלן נישט מבזה זיין דעם קעניג. אבער אין דעם יום המלוכה וועלן מיר זיין בשמחה און זיך מיט פרייען מיט דער קעניגס שמחה.

דער ספורנו (פ' אמור) זאגט, זכרון תרועה זכרון תרועת מלך בה יגילו במלכם כאמרו הרנינו לאלקים עוזנו הריעו, זוה מפני היותו יושב אז על כסא דין כמו שבא בקבלה כאמרו, תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חק לישראל הוא משפט לאלקי יעקב. וראוי לנו לשמוח אז יותר על שהוא מלכנו ויטה כלפי חסד ויזכה אותנו בשפטו אותנו כאמרו כי ה' שופטנו ה' מחוקקנו ה' מלכנו הוא יושיענו.

ענדליך צו דעם זאגט דער חתם סופר, חדות ה' היא מעוזכם, ואמרו חז"ל אמר הקב"ה המלכוני עליכם כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה, כי הנה יום ר"ה, אפילו ט"ו בשבט שהוא ר"ה לחניטת אילנות מכל מקום הוא יום שמחה ויום טוב, כן כתב הגהות מיימוניות ריש הל' ר"ה ע"ש, והסברא נותן שהוא כעין יום כתר מלוכה, שוב חוזר תחלת הבריאה שחנטו האילנות בפעם הראשון בבריאת עולם, והוא כיום גנוסין של מלכים, ומכל שכן א' בתשרי שהוא יום גנוסין לכל עולם כולו. אך זה לעומת זה הוא יום חרדת הדין ותחלה לימי התשובה, ואם לא עכשיו אימתי, וראוי לכבות ולהתפלל ולבקש רחמים ותחנונים. אך אמור אומרים עם ה' אלו, אנחנו נשליך נפשינו מנגד שלא להתעצב ביום חדות ה' אלקי ישראל ויום גנוסין שלו ונשמח עמו ויעבור עלינו מה, ואמנם זה הוא גופיה גורם רחמים יותר מכמה תעניות, בראות הקב"ה שהם אינם חסים על בקשת חיייהם מפני כבודו ית"ש והיינו המליכוני עליכם ביום תחלת מלכות כדי שיעלה זכרוניכם ע"י זה לפני לטובה, והיינו אל תעצבו כי חדות ה' היא גרום מעוזכם. (דרשות דף שס"ז)

קומט אויס פון דעם אז מיר ווילן א עצה טובה זוכה צו זיין בדין להכתב בספרן של צדיקים לכל מילי דמיטיב, איז די עצה שמחה.

אביסל א אנדערע בחינה וועגן זיין בשמחה ראש השנה, זאגט דער טור (סי' תקפ"א) א"ר סימון כתיב כי מי גוי גדול וגו', ר' חנינא ור' יהושע אומרין איזו אומה כאומה זו שיודעת אופיה של אלהיה, פי' מנהגיו ודיניו, שמנהגו של עולם אדם שיש לו דין לובש שחורים ומתעטף שחורים ומגדל זקנו ואין חותך צפרניו לפי שאינו יודע איך יצא דינו, אבל ישראל אינן כן לובשים לבנים ומתעטפים לבנים ומגלחין זקנם ומחתכין צפרניהם ואוכלין ושותין ושמחים בר"ה לפי שיודעין שהקב"ה יעשה להם נס לפיכך נוהגין לספר ולכבס בער"ה ולהרבות מנות בר"ה.
דער מחבר (סי' תקצ"ז) זאגט אוכלים ושותים ושמחים, ואין מתענין בראש השנה ולא בשבת שובה אמנם לא יאכלו כל שבעם, למען לא יקלו ראשם ותהיה יראת ה' על פניהם.
דער משנה ברורה זאגט דארט, רצונו לומר אף שהוא יום הדין מכל מקום מצוה של 'ושמחת בחגך' שייך גם בו, שגם הוא בכלל יו"ט כדכתיב תקעו בחודש שופר בכסה ליום חגינו, ונאמר בנחמיה ח' י' אכלו משמנים ושתו ממתקים וגו' כי קודש.

הגה״ק רבי משה קאזניץ זי"ע ברענגט אין זיין ספר דעת משה (פ' ראה) אז זיין טאטע הגה"ק בעל עבודת ישראל זי"ע שמח מאוד בראש השנה, און דער שפת אמת זאגט, כפי שמחת היום בר״ה כן מתקיים בכל השנה כולה, בר״ה מקבלים מלכות שמים וצריך להיות בשמחה.

כ'וועל מסיים זיין מיט א מעשה, א איד האט אמאל ערב ראש השנה אנגעקאלט הרה"צ ר' אביגדור מיללער זצ"ל ווינטשען א גוט יאר, זאגט ר' אביגדור אויב דו ווילסט א סגולה אויף ר"ה זיי בשמחה!!!, יענער ווינדערט זיך אזוי, זאגט ער אים יא איר הערט גוט, גיי ארום בשמחה דאס איז די בעסטע סגולה לזכות בדין ר"ה.
איך וועל דיר מסביר זיין מיט א משל, ס'איז דא גרויסער פאבריק מיט טויזנעטער ארבעטער איין מאל א יאר גייען אלע ארבעטער אדורך א דין וחשבון וואס מ'האט אויפגעטאן און ווי אזוי מ'טוט די ארבעט, די ארבעטערס וואס מאכן א גוטן ארבעט זיי באנייט מען זייער קאנטראקט אויף נאך א יאר, אבער די ארבעטערס וואס טוהן א שוואכע ארבעט געט מען א פינק סליפ מ'פארשיקט אים.
אבער ס'איז דא אזאלכע ארבעטער וואס טוהן טאקע א גוטע ארבעט אבער מאיזה סיבה שיהי' פארטרייבן זיי קאסטומערס, אוודאי פארשיקט מען זיי, און לאידך גיסא איז דא אזאנע וואס טוהן טאקע נישט זייער ארבעט הונדערט פראצענט אבער זיי שלעפן אסאך קאסטומערס זיי געט מען אויך א נייעם קאנטראקט, און אפשר אפי' א רעיס, איי ער טוט נישט די ארבעט אזוי הונדערט פראצענט אבער ער ברענגט קאסטומערס איז אים כדי ער זאל אים האלטן.

דער נמשל, הקב"ה איז דן ר"ה אלע זיינע ארבעטער ומי יאמר זכיתי לבי אז אונז טוה מיר אן עבדתא שפירתא, אין צדיק בארץ מ'איז זיך אביסל מתרשל, מיר ווילן דאך אבער באקומען א נייע קאנטראקט וואס איז די עצה זאגט ר' אביגדור מילער, אויב א איד גייט ארום מרה שחורהדיג פארזויערט ווייזט מען פאר אנדערע אידן דער רבש"ע איז נישט פעיר צו מיר ס'קומט זיך מיר נישט די אלע זאכן, ס'איז נישט גוט צו זיין קיין איד צו זיין קרוב צום באשעפער, פארשיקט מען ח"ו קאסטומערס פונעם הייליגן באשעפער.
אבער אויב מ'גייט אריין אויפגעלייגט מיט א שמייכל בשמחה ווייזט מען אז ס'איז יא גוט צו זיין א איד ס'איז גוט צו זיין נאנט צום רבש"ע שלעפסטו קאסטומערס פארן באשעפער, פאר אזא איינער געט מען א ניע קאנטראקט מיט א רעיס. פארדעם דארף מען זיין בשמחה ר"ה.
אזוי האט ר' אביגדור ז"ל געזאגט פאר יענעם איד.

לאמיר טאקע דעם ראש השנה זיך מיט פרייען מיט די גרויסע שמחה פון אונזער קעניג, מיר וועלן בלאזן שופר ממליך זיין דעם גרויסן קעניג, און אזוי זוכה זיין בדין, אוודאי וועל מיר ביים דאווענען פארלאזן אפאר טרערן (ווי ס'שטייט פון אר"י הק' אז איינער וואס וויינט נישט ר"ה און יו"כ אין נשמתו שלימה) און מיר וועלן מתפלל זיין, מלוך על כל העולם כולו בכבודך, והינשא על כל הארץ ביקרך, והופע בהדר גאון עוזך על כל יושבי תבל ארצך, וידע כל פעול כי אתה פעלתו. און מיר וועלן בעטן בספר חיים ברכה ושלום ופרנסה טובה וגזרות טובות ישועות ונחמות נזכר ונכתב לפניך, אנחנו וכל עמך בית ישראל לחיים טובים ולשלום. אבער אלעס וועט זיין בשמחה וטוב לב, ווי צדיקים האבן געזאגט בכי"ה איז ר"ת ב'שמך י'גילון כ'ל ה'יום.

זאלן מיר אלע טאקע זוכה זיין להכתב בספרן של צדיקים, בני חיי ומזוני, וכל מילי דמיטיב, ושנת גאולה וישועה שוין זוכה זיין צו די ריכטיגע ישועה בביאת משיח צדקינו בב"א

נ.ב. שמחה מיינט נישט הללות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער שיין צדיק'ל, הערליך!

לפי זה בלייבט נאר איבער צו פארענטפערן פארוואס אסאך צדיקים האבן יא אוועקגעציטערט בעפאר ר"ה, און פארוואס מיר וויינען זוחלים ורועדים מיום בואך, און פארוואס די פיש אין וואסער און די ווערים אונטער די שטיינער ווארפן זיך פאר שרעק אז ממש ס'איז א נס אז זיי פאראורזאכן נישט קיין ערד ציטערניש און א צונאמי... אקעי, די לעצטע שורה איז געווען א וויץ, אבער איך האף איר באקומט מיין פוינט.
וירח ה' את ריח הניחוח
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

שמעקעדיג, דו האסט געשמעקט דאס וואס איך האב געוואלט זאגן, מ'קען ניט אננעמען מיט קאפ אין וואנט א בארואיגונג, ווען איינער זאגט אויף עפעס אז ס'איז נישט שרעקעדיג בעת אנדערע זאגן אז ס'איז יא שרעקעדיג. ממא נפשך, אדער איז דאס אמת אדער דאס אמת, און אדער גאר ביידע נישט, נאר ס'איז געוואנדן און א קוקק ווינקל. חוץ אויב מ'קען משלב זיין די ביידע אז לא פליגי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ס'איז אודאי לא פליגי, אהבת ה' און יראת ה' טאר נישט זיין קיין סתירה, נאר אונזער חדר צדיקים האבן מער געפאוקעסט אויפן חלק היראה (אפילו סאטמאר רבי וואס פלעגט ווארפן א פחד די טעג, האט אויך געהאט רואיגערע צייטן, ווי נאכן דאווענען מעריב ביים זאגן לשנה טובה, אדער נאכן דאווענען מוסף בפרט דעם צווייטן טאג איז ער געווען מלא שמחה און מיט בטחון אז מיר זענען ארויס זכאי בדין), און אנדערע האבן מער געקוקט אויפן חלק השמחה פון ממליך זיין הקב"ה, און אפילו דער מחבר (ווערט אויבן אראפגעברענגט) וואס זאגט אז מען איז מחוייב מיט מצוות שמחת היום, שרייבט אויך "אוכלים ושותים ושמחים, ואין מתענין בראש השנה ולא בשבת שובה. אמנם לא יאכלו כל שבעם, למען לא יקלו ראשם ותהיה יראת ה' על פניהם".

איך פארשטיי אז היינטיגע צייטן איז געווארן א שוואכקייט צו די הייליגע טעג, מען וויל נישט רעדן פון גיהנם, נישט פון יום הדין, נישט פון תשובה, נישט קיין התחייבות צו קבלות טובות (אפשר פורים, אבער נישט תשרי...), לאמיך אפ, לאז געמאך, לאמיר לעבן רואיג און פארדריי מיר נישט מיין קאפ, א.א.וו. איך וועל זיך שוין אויסקומען מיטן באשעפער, מיר פארשטייען זיך.... עס איז אביסל שולדיג די מענטאליטעט פונעם היינטיגן דור, בנוסף צו די שוואכערע נערוון, צוליב וואס מען האט מתיר געווען אן א שיעור זאכן (ווי הערן מוזיק), און ועל כולם קומט צו דעם אופן ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן פרובירט אריינצולייגן דעם פחד צום יום הדין מיט אלע וועגן, סיי מיט בייזן און סיי מיט בייזן (נישט קיין טעות).

מיר דארפן אלע נעגאטיווע חלקים ארויסשניידן, און עס ערזעצן מיט אן אנדערן בליק.

מען גייט פשוט מאכן מיט אונז א קאר וואש. מיר זענען שמוציג, פארזינקען, מגושם. פסח קלינט מען אויס די הויז בגשמיות, א ספרינג קלינינג. ראש השנה קלינט מען ברוחניות, א הערבסט (Fall) קלינינג!
וירח ה' את ריח הניחוח
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ס'באמת נישט דא פארוואס צו זיין נערוועז, ביי גאט איז נישטא קיין היינט נעכטן מארגן. ס'איז נישט שייך זמן און שינוי.
די גאנצע זאך איז נאר אונז מענטשן מעורר צו זיין און קובע זיין א זמן איינמאל א יאר זיך צו באטראכטן ווי האלט מען אויף די וועלט, וואס קען/דארף איך מיך פארבעסערן.

דער אייבערשטער זיצט נישט אויפן קעניגליכער שטיל און משפט. ס'איז נישט שייך זיצן שטול וכו'. מיר גייען נישט דורך כבני מרון. אלעס איז נאר כדי לשבר את האוזן (אונז צו דערשרעקן). ווען חז''ל רעדן ווען נישט די שפראך צו אונז וואלטען מיר געבליבן פארפוילטע מענטשן, קיינמאל נישט זיך מתבונן געווען אין אונזערע מעשים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נולד מאוחר האט געשריבן:ס'באמת נישט דא פארוואס צו זיין נערוועז.



נולד מאוחר האט געשריבן:אלעס איז נאר כדי לשבר את האוזן (אונז צו דערשרעקן).


דארף מען יא זיין נערוועז און דערשראקן אדער נישט? ביסט זיך סותר.
וירח ה' את ריח הניחוח
צדיקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך צדיקל »

נולד מאוחר האט געשריבן:ס'באמת נישט דא פארוואס צו זיין נערוועז.


ח"ו צו זאגן אז מ'דארף נישט זיין נערוועז, ס'איז דער יום הדין ומלאכים יחפזון וחיל ורעדה יאחזון ויאמרו הנה יום הדין לפקד על צבא מרום בדין כי לא יזכו בעיניך בדין וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון, מ'דארף האבן גרויסע זכותים ארוין צו גיין זכאי בדין כי לא יזכו בעיניך בדין.


שמעקעדיג האט געשריבן:לפי זה בלייבט נאר איבער צו פארענטפערן פארוואס אסאך צדיקים האבן יא אוועקגעציטערט בעפאר ר"ה, און פארוואס מיר וויינען זוחלים ורועדים מיום בואך.


זייט ווען מיינט שמחה אז מ'איז נישט באימה ויראה פונעם יום הדין? עבדו את ה´בשמחה וגילו ברעדה.

האסט עס שפעטער פיין ארויסגעברענגט יראה ואהבה גייט צוזאמען און כ'האב טאקע דווקא געברענגט דער מחבר וועגן יראת ה' על פניהם. ס'שטייט פון בעש"ט הק' (צוואת הריב"ש) יראה בלא שמחה היא מרה שחורה.
(אגב איז ידוע די ווארט ווי עבודת ישראל (פ' בחוקותי) אז מיט אהבה אן יראה וואלט מען נישט געקענט בליין לעבן נאר אויס געגאנגן פאר אהבת ה', און דער נועם מגדים די וואך (פ' נצבים) זאגט פארקערט אויך אז יראה אן אהבה וואלט מען אויס געגאנגן פאר יראת ה') בקיצור דאס איז תרין ריעין דלא מתפרשין).
די ספה"ק זאגן אז תקיעה איז אהבה און תרועה איז יראה, די גמ' זאגט זאגט אז א תרועה דארף האבן א תקיעה לפניה ותקיעה לאחריה צו ווייזו אז מ'דארף זיין ארומגענומען מיט אהבה אבער אוודאי דארף עס זיין משולב מיט יראה. יא ס'איז זוחלים ורעדים מיום בואך ווי אזוי קוקן מיר ליידער אויס?! קענען מיט צוגיין צום מלך?! האמער מתקן געווען וואס אונז האבן מצער געווען דעם מלך?! און מיר מאכן אן הכנה דרבה פראבירן אבער בהאי פחדא יתיב כי לא יצדק לפניך חי.

אבער דאך ווען הקב"ה איז דא און ס'איז זיין יו"ט ומי איכא בכיה קמיה הקב"ה נאר אוודאי הא בבתי גוואי איז מען בשמחה מיר פרייען זיך מיט מיטן יום המלוכה, אבער בבתי בראי איז מען צובראכן במסתרים תבכה נפשי, (אבינו מלכנו חטאנו לפניך זאגט מען שטיל ר"ה) ווי אזוי קוקן מיר נעבעך אויס, וועלן מיר זוכה זיין בדין, און בעיקר דאס וויינען ר"ה אין אונזער חדר ווי דער רביה"ק מסאטמאר ז"ל, איז דאס געווען פאר שכינתא בגלותא, אויך מלוך על כל העולם כולו, דער ויבין כל יציר דער יתגדל ויתקדש שמיא רבה, ווי ער פלעגט נאכזאגן פונעם ישמח משה אז מ'איז דן הקב"ה אויך צו מ'זאל שיקן דעם גואל צדק. און יא מ'האט מתפלל געווען פאר צרכי עמך ישראל בני חי ומזוני וכל מילי דמיטיב אבער דאס איז געווען דער טפל.

אין ספרים שטייט אפי' אז מצות תשובה דארף מען אויך טאן בשמחה, ס'איז א מצוות עשה און ס'איז בכלל פון תחת אשר לא עבדת את ה' אלהיך בשמחה ובטוב לבב.

כ'וועל ענדיגן מיט א ווארט פונעם סניגורן של ישראל קדושת לוי וואס ער זאגט אין די ר"ה תורות, דער נביא זאגט כל תשא עון וקח טוב, א טאטע ווען ער שפילט זיך מיט זיין קליינע באליבטע קינד האט ער תענוג אפי' פון א זאך וואס ער טוט נגד רצונו אויב דאס קינד שלעפט דעם טאטענס בארד אדער שלעפט אראפ זיין היט וכדומה, כי זעלבע איז ראש השנה ס'איז אן עת רצון און ווען די זדונות ווערן זכיות האט הקב"ה א נחת רוח דאס זאגט דער נביא כל תשא עון מיינט דער כל יכול תשא עון און מעלה זיין ס'זאל ווערן זכיות דעמאלס וקח טוב וועט הקב"ה מקבל זיין תענוג גדול.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען נאר זאגן איין זאך:
ביי מיר אינדערהיים פרוביר איך צו זיין דער זעלבער סארט טאטע ווי דיין טאטע.
איך האף אז מיינע קינדער וועלן עס אפרישיעטן. אבער אפילו נישט, איך טו מיינס, וואס איך האלט פאר ריכטיג.

ב"ה אז מיינע קינדער לעכצן צו זיין שבת און יו"ט אינדערהיים, עס הערשט א געשמאק אין דעם אידישן לעבן!
זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט הצלחה.

אמן. כה יתן ה' וכה יוסיף. ווייל איך קען משפחות וואו ס'איז ליידער נישט אזוי. ס'האט מיר געזאגט א יונגערמאן אז ווען ער איז אויפגעוואקסן איז שבת ויו"ט געווען די ווייניגסטע געשמאקע טעג. פול מיט פרעשור. דער טאטע האט געהאלטן אין איין קריטיקירן. דאוון הויך, מיט התלהבות, זינג זמירות העכער, בענטש הויך. אלעס מיט א מין שטרענגקייט. קוק אריין אין א ספר, צווישן סערווירן איין מאכל און דער צווייטער. מען האט נישט געטארט רעדן א ווארט מיט א ברודער אדער שוועסטער. היינט האט ער א גאנץ קאלטן בליק אויף די אלע עניינים. ס'איז באמת נישט קיין תירוץ אויף אפ צופארן. אבער אין חינוך העלפט עס זיכער נישט. נאר בדרכי נועם, אן פרעשור.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטייט אין די ספרים אז מה-דאך מען עסט נישט קיין זויערע זאכן אלס גוטער סימן פאר די נייע יאר, איז אודאי אז דער מענטש אליין טאר נישט זיין אנגעצויגן אדער נערוועז.

דא האט איר עס אין אלף המגן (פי' אויף מטה אפרים)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט