שווארצע לעבנס מאכט אויס!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

שווארצע לעבנס מאכט אויס!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן האט געהערט איבער די העכסט גינסטיגע נייעס, אז דער אויסגעפארצטער לץ, דער מאיאר פון ניו יארק, קאמעראד דיבלאזיא, האט אראפגענומען פון זיין העכסט פארנומענע צייט, און זיך גענומען די מיה ארויסצוגיין פון בעט און פערזענליך אנטייל צו נעמען אין די לעבנס וויכטיגע אפאראציע וואס האט ווירקליך אפגעראטעוועט ניו יארק פון א זיכערער אונטערגאנג, מיט דעם וואס ער האט זיך ארויפשארצט זיינע ארבל, און מיט עמאציאנאלע געפילן און אויגן פארפילט מיט טרערן, אנגעחאזערט און אויסגעשמירט דאס אספאלט וואס לויפט פאר דעם טראמפ טורעם אויף די פיפטע עוועניו, מיט די הייליגע ווערטער שווארצע לעבנס מאכט אויס!

דער פרעזידענט האט היינט ענדליך דערהערט דעם זענדונג פון דעם שלאנקען ניו יארקער מאיאר, און ער האט דעקלערט מיט פאטאס, אז ער שיקט ענדליך אריין פעדעראלע אגענטן אין שיקאַגאָ, אפצושטעלן די מאסן רציחות אויף די שווארצע באפעלקערונג אין שטאט. דער פרעזידענט האט דעקלערט מיטן גאנצן שטארקייט אז יא! שווארצע לעבנס מאכט אויס!

דער שריט ווערט אויסטערליש באגריסט דורך די גאנצע שווארצע געמיינדע, ס'איז ערווארטעט אז דער שווארצער אקטיוויסט, דער לעגאנדארער אוהב ישראל, דער חשובער ניו יארקער גלח, זיין הייליגטום על שאַרפּטאָן, וועט פערזענליך אפגעבן זיין דאנק פארן פרעזידענט.

שווארצע לעבנס מאכט אויס![/justify]
רעאגיר