אנקעטע: פאר וועם גייט איר וועלן, ראמני אדער אבאמא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

פאר וועם גייט איר וועלן?

הסקר נגמר בתאריך מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:39 am

מיט ראמני און פאול רייען
25
52%
באראק אבאמא און דזשאו ביידען
23
48%
 
וויילער בסך הכל: 48

באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

אנקעטע: פאר וועם גייט איר וועלן, ראמני אדער אבאמא

שליחה דורך יידל »

ישר כוח פאר באריסטא פארן געבן די מעגליכקייט צו מאכן דעם אנקעטע. מ'קען וועלן נאר איין מאל און מ'קען נישט נאכדעם טוישן די אויסוואל. און די תגובות קען מען שרייבן פארוואס און פארווען מ'האט געוועלט וויאזוי מ'האט געוועלט.

פאלגנד א שטיקל ביאגראפיע פון די קאנדידאטן אין איבערבליק אויף די אישוס (מקורות זענען ע"פ רוב וויקיפעדיע, מ'מעג זיך דינגן):

[center]די דעמאקראטישע פארטיי[/center]
[center]בילד[/center]

שטייען פאר ליבעראלע ווירדן:
עקענאמישע אישוס: א העכערע מינימום וועידזש; מער טעקסעס פון די העכערע קלאסן; מער שפענדן פאר סאציאלע פראגראמען ווי פודסטעמפס, מעדיקעיד און וועילפער; זענען פרא אבאמאקעיר; שטיצן דעם געדאנק אזדי רעגירונג זאל געבן געלט צו היטן די ענווייראמענט, אפהיטן פון גלאבאלע ווארעמונג א.ד.ג; שטיצן יוניאנס.
סאציאלע אישוס: טון פעולות צו שטופן די אייניגקייט צווישן אלע מענטשן, אפגעזען פון מין, ראסע, גלויבינג וכו'; "תועבה" רעכט - א מענטש האט רעכט צו לעבן זיין לעבן וויאזוי ער וויל; פארשטערקערן די אפטיילונג צווישן שטאַט (רעגירונג) און קירכע (רעליגיע); רעכטן פאר פרויען איבער זייער גוף (עבארשן, "פרא-טשויס"); שטיצן נישט אזוי שטארק (אדער בכלל נישט) מלחמה (איראק, אפגאניסטאן).
לעגאלע אישוס: זענען אנטקעגן פייניגן טעראריסטן פאר אינפארמאציע; שטיצן שטארק די רעכט פאר פרייוועסי פון א פריוואטער סיטיזען; שטיצן גאן קאנטראל; זענען אנטקעגן טויט שטראף.

קאנדידאט פאר פרעזידענט:
דער יעצטיגער פרעזידענט באראק כוסעין אָבאַמאַ II
בילד

איז אלט 51 יאר. חתונה געהאט מיט מישעל ראבינסאן אין 1991, האט צוויי טעכטער, מאליא און סאשא.
געבוירן געווארן אין 1961 צו זיין ווייסע מאמע און שווארצע טאטע און האווייאי (אחוץ לויט די קאנספיראציע טעאריסטן), ביי די 5 יאר איז ער געפארן וואוינען מיט זיין מאמע און שטיף טאטע אין אינדיאנעזיע ווי ער האט געוויילט ביז די 10. ביי די 10 איז ער געפארן וואוינען אין האנאלולו, האווייאי ביי זיין זיידע און באבע. ביי די 18 יאר אין 1979 האט אבאמא גראדואירט פון היי סקול. אין זיינע הייסקול יארן האט ער באלאנגט צו א גענג פון חברים וואס פלעגן רייכערן דראגס ווי מאריוכאנא און קאקעין. נאך היי סקול איז ער געפארן קיין לאס אנדזשעלעס ווי ער האט שטודירט געזעץ אין אקסידענטעל קאלעדזש. אין 1981 האט ער געטוישט צו קאלאמביע אוניווערזיטעט אין ניו יארק סיטי פון וואו ער האט גראדואירט אין 1983 ביי די 22 יאר מיט א בעטשלאר דעגרי, מעידזשארינג אין פאליטיקעל סייענס מיט א ספעציאליטעט אין אינטערנאציאנאלע באציאונגען. די קומענדיגע צוויי יאר נאכן גראדואירן האט ער געארבעט אין צוויי ניו יארקע ביזנעסער. צוויי יאר נאכן גראדואירן איז ער געהייערט געווארן אלס א קאמיוניטי ארגענייזער דורך א קירכע-באזירטע וואוילטעטיגע גרופע אין שיקאגא. ער האט געארבעט אלס ארגענייזער פון 1985 ביז 1988. ביי די 29 יאר איז ער אריין אין הארוואד געזעץ שולע. ער איז ערוועלט געווארן אלס אן עורך פונעם פרעסטיזשפולען "הארווארד לאו ריוויו" א יאר דערויף, און צוויי יאר דערויף אלס פרעזידענט פונעם זשורנאל. ער האט גראדואירט פון הארווארד אין 1991, און איז נאכדעם צוריק געפארן קיין טשיקאגא. ער האט דאן באקומען א דזשאב אין שיקאגא אוניווערזיטעט געזעץ שולע, און א יאר שפעטער איז ער געווארן א מגי"ש, פארלערנדיג קאנסטאטוציאנאלע געזעץ, און האט אנגעהאלטן דעם דזשאב פאר 12 יאר פון 1992 ביז 2004. אין 1996, איז ער געלאפן פאר און ערפאלגרייך געווינען די פאזיציע פון סטעיט סענעטאר אין אילינואי. ער איז ווידער ערוועלט געווארן אין 1998 און צום דריטן מאל אין 2002. אין 2000 איז ער געלאפן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט פאר קאנגרעסמאן אין אילינואי און האט פארלוירן צו זיין רעפובליקאנער קעגנער. אין 2004, זייענדיג אלט 43 יאר, איז ער געלאפן פאר סענעטאר אין אילינואי און האט געוואונען. ער איז געווארן איינגעשוואוירן אלס סענאטאר אין 2005 און אין פעברואר 7 2010 האט אבאמא אנאנסירט אז ער לויפט צו זיין דער דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט. נאך א ביטערע פארמעסט מיט הילערי קלינטאן האט ער געוואונען דעם פארמעסט, און איז געלאפן אין די גענעראלע פארמעסט אנטקעגן סענאטאר דזשאן מעקעין, וועלכע ער האט אויך געוואונען, ווערנדיג די ערשטע שווארצע פרעזידענט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן ביי די עלטער פון 47 יאר.

קאנדידאט פאר ווייס פרעזידענט:
דער יעצטיגער ווייס פרעזידענט דזשאוסעף ראבינעט "דזשאו" ביידען, דזשוניער
בילד

איז 69 יאר. חתונה געהאט מיט נייעליע האנטער אין 1966. זי איז גע'הרג'ט געווארן אין אן עקסידענט אין 1972. נאכאמאל חתונה געהאט אין 1977 מיט דזשיל דזשעיקאבס. האט פיר קינדער.

[center]די רעפובליקאנע פארטיי[/center]
[center]בילד[/center]

שטיין פאר קאנזערוואטיווע ווירדן:
עקענאמישע אישוס: שטיצן פרייע מארקעט; שטיצן פארמינערונג פון רעגירונג טעק און רעגולאציעס; שטיצן א מינימום פון רעגירונג סאציאלע פראגראמען; זענען אנטי אבאמא-קעיר; ווילן אז די רעגירונג זאל שטופן פאר מארקעט און ביזנעס באזירטע סעלושענס פאר ענווייראמענטעל פראבלעמען; זענען אנטי יוניאנס.
סאציאלע אישוס: זענען אנטקעגן אקטיווע פעולות פאר פרויען און מינאריטעטן, מיטן טענה אז דאס מאכט נאר דיסקרימינאציע ערגער; ווילן אז אמעריקע זאל זיין באזירט אויף רעליעגעזע (הויפזעכטליך קריסטליכע) יסודות; זענען אנטקעגן עבארשן, מער ווייניגער ("פרא-לייף"); ווילן אז מערידזש זאל הייסן בלויז צווישן מאן און ווייב (ד.ה. אנטי "תועבה" געזעצן); שטיצן אמעריקאנע מלחמות (איראק, אפגאניסטאן, און בקרוב מעגליך איראן);
לעגאלע אישוס: זענען פרא טויט שטראף; זענען אנטקעגן גאן קאנטראל; שטיצן פיינוגען כדי ארויסצובאקומען נויטיגע אנטי-טעראר אינפארמאציע; האלטן אז מ'מוז נאכגעבן אויף פרייוועסי פון סיטיזענס במקום ווי ס'דא א חשד טעראר.

קאנדידאט פאר פרעזידענט:
געוועזענער מעסעשוטסעטס גאווערנער וויליארד מיט ראָמני
בילד

איז 65 יאר. געבוירן געווארן מארץ 12, 1947. ער איז געגאנגען צו א פריוואטע הייסקול וואו ער האט זיך געטראפן מיט זיין צוקונפטיגע ווייב, ען. זיין טאטע איז געווען א גאר מאכטפולער גאווערמענט פון מישיגען פון 1963 ביז 1969, און מיט האט געארבעט נאך שולע שטונדען פאר זיין טאטען'ס קאמפיין, טראץ זיין גאר יונגען עלטער. אין 1966 איז מיט געפארן קיין פראנקרייך, וואו ער האט געדינט אלס מיסיאנער פאר זיין מארמאנישע קירכע, פאר צוויי און א האלב יאר. ער האט באקומען זיין בעטשלארס דעגרי אין 1971 פון די מארמאנישע אוניווערזיטעט "בריגהעם יאנג", און אין 1975, ביי די עלטער פון 28 יאר, האט ער באקומען זיין מעסטערס אין ביזנעס אדמיניסטראציע פון הארווארד אוניווערזיטעט. ער איז דערנאך אריין אין די מענעדזשמענט קאנסולטינג אינדוסטרי, און אין 1977 האט ער באקומען א הויך ראנגיקע דזשאב אין בעין ענד קאמפעני, א ביזנעס קאנסולטינג פירמע. ער האט זיך דארט פיין ארויפגעארבעט און אין איז ער געווען גאר סוקסעספול און ביז א יאר האט ער זיך ארויפגעארבעט צום ראנג פון ווייס פרעזידענט פון די קאמפעני. אין 1984 האט ראמני געגרינדעט צוזאמען מיט ביל בעין, גרינדער פון בעין ענד קאמפעני, א ספין-אף מיטן נאמען "בעין קעפיטעל", אן אינוועסטמענט פירמע. די חידוש פון בעין קעפיטעל - א חידוש וועלכע איז פארשריבן געווארן אויף ראמני'ס נאמען - איז געווען אז זיי האבן צוגעשטעלט ביזנעס קאנסולטינג פאר די קאמפעניס אין וועלכע זיי האבן אינוועסטעד. אין 1990 האט בעין ענד קאמפעני גערופן ראמני צוריק צו קומען, ווייל די קאמפעני האט דאן געליטן פון א פינאנציאנאלע קריזיס. אין 1991 איז ראמני אויפגענומען געווארן אלס די סי אי או פונעם קאמפעני, ער האט אבער גענומען אלס וועידזש בלויז איין דאלער, ווייל ער האט דאן סיי ווי געמאכט א מיאנטאק מיט געלט פון בעין קעפיטעל. און א יאר האט ראמני באוויזן ארום צו דרייען די קאמפעני און איר צוריק ארויף פירן אויף די רעלסן. און ביי די ענדע פון 1992, ווען די קאמפעני איז שוין געווען גאר סוקסעספול האט ער אויפגעגעבן זיין אמט און איז צוריק געגאנגען צו בעין קעפיטאל.
אין זיינע פריע יארן איז ראמני געווען רעדזשיסטערד אלס אינדיפענדענט, און האט אפילו געוועלט לכה"פ איינמאל פאר א דעמאקראטישע קאנדידאט. אין 1993 האט ראמני געטוישט זיין פארטי צו רעפובליקען, און ער האט פארלאזט בעין קעפיטעל כדי צו לויפן פאר סענאט אין מעסעושוסעטס. ראמני האט ברייט געוואונען דעם פריימערי פארמעסט, ער האט אבער פארלוירן 41 צו 58 פאר טעד קענענדי וועלכער האט שוין געהאלטן דאן ביים זעקסטן טערמין. עס איז אבער געווען די שמאלסטע געוואונס וואס קענעדי האט נאר אמאל געהאט. נאכן פארלירן איז ראמני צוריקגעגאנגען צו בעין.
אין 1999 האט ראמני צייטווייליג פארלאזט בעין קעפיטעל כדי צו ווערן פרעזידענט אין סי אי או פון די 2002 סאלט לעיק סיטי אלימפיקס שפילן ארגעניזירן קאמיטע, ראמני איז אבער בו בזמן פארבליבן דער סי אי או, פרעזידענט, מענעדזשינג דירעקטאר און איינציגסטער שעירהאלדער פון בעין קעפיטאל. אין אוגוסט 2001 האט ער אנאנסירט אז ער גייט נישט צוריק צו בעין קעפיטעל נאך די אלימפיקס. אין 2002 האט ער איבערגעגעבן זיין פירערשאפט אמט אינעם פירמע פאר אנדערע מענטשן, אונטערן אפמאך אז ער וועט באקומען טיילן פון די רווחים. וויבאלד די ביזנעס איז סוקסעספול עד עצם היום הזה, מאכט ראמני מיליאנען אין ריין רווחים יערליך. בשעת זיינע ביזנעס יארן איז ראמני אויך געווען שטארק אינוואלווד אין זיין מארמאן קירכע, ווי ער האט פון 1981 ביז 1986 געדינט אלס "בישאף" פון זיין לאקאלע אפטיילונג.
אין 2002 האט ראמני אנאנסירט זיין רעפובליקאנער קאנדידאטור פאר גאווערנער אין מעסעשוטסעטס, און איז געלאפן אלס "מאדערעט" און "פראגרעסיווער" קאנדידאט. ער האט געוואונען 50 פראצענט צו בלויז 45 פאר זיין קעגנער. ער איז געווארן איינגעשוואוירן אין 2003 און האט געדינט ביז 2007. במשך זיין גאווערנער אמט האט ער געטוישט זיין מיינונג פון פרא-טשויס (פרא-עבארשן) צו פרא-לייף (אנטי-עבארשן), גיבנדיג נאך א סיבה פאר זיינע פאליטישע קעגנער אים צו רופן "פליפ-פלאפער". א חודש נאכן ענדיגן זיין דזשאב אלס גאווערנער אין 2007 האט ראמני אריינגעטרעטן אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר פרעזידענט. כאטשיג ראמני האט געוואונען אפאר סטעיטס, האט ער אבער צום סוף פארלוירן צו סענעטאר דזשאן מעקעין. מעקעין האט אין די דזשענעראל עלעקשאנס פארלוירן צו באראק אבאמא וועלכער האט געוואונען מיט כמעט א לענדסלייד. אין מארץ 2012 האט ראמני ארויסגעגעבן זיין ניו-יארק-טיימס בעסטסעללער בוך "קיין איבערבעט" (No Apology). די איינקונפט האט ער געגעבן פאר צדקה.

קאנדידאט פאר ווייס פרעזידענט:
וויסקאנסין קאנגרעסמאן פאול דעוויס רייען
בילד

איז 42 יאר. חתונה געהאט מיט דזשענא ליטל. האט דריי קינדער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שטערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 106
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 12:04 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך שטערן »

?By all polls there is also an option for the undecided voter,why not here
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שטערן האט געשריבן:?By all polls there is also an option for the undecided voter,why not here

ג"א מצטרף.
לענ"ד איז אנדיסיידעד אן הכרעה פאר זיך, און עלעקשן דעי טאוסט מען א מטבע און לפי דעם וועלט מען. סנישט קייןם סאך נארישער פון וועלן לויט ווער סהאט געלונגען בעסער די גראפיקס אויפן אד.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך וואלט געשטימט פאר ראמני אויב איך וואלט געוואוינט אין איינע פון די סווינג סטעיטס.
איך וואוט בכלל נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך האב נישט געלייגט קיין אפציע פאר אומבאשלאסענע וויילער, ווייל איך מאך נישט קיין אנקעטע ווער ס'וועט טאקע געווינען, נאר פאר וועם יעדער וואלט געוואלט. די אנקעטע איז סיי ווי אפן ביז עלעקשאנס דעי, מ'קען וועלן ווען אימער מ'מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יידל האט געשריבן:די אנקעטע איז סיי ווי אפן ביז עלעקשאנס דעי, מ'קען וועלן ווען אימער מ'מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס.

טענה איך דאך אז אומאפגעמאכט איז א קטאגאריע וואס איז שייך עלעקזאן דעי אויך, אויב איך וועל וועלן וועט עס זיין פשוט פאר וועמנס נאז סגעפעלט מיר יענעם אינדערפרי, [חוץ אויב איינער פון די צדדים וועט מיר עפעס א טובה טוהן] און דאס איז פונקט אזויווי נישט באשלאסן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לעיקוואד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:די אנקעטע איז סיי ווי אפן ביז עלעקשאנס דעי, מ'קען וועלן ווען אימער מ'מאכט דעם ענדגילטיגן באשלוס.

טענה איך דאך אז אומאפגעמאכט איז א קטאגאריע וואס איז שייך עלעקזאן דעי אויך, אויב איך וועל וועלן וועט עס זיין פשוט פאר וועמנס נאז סגעפעלט מיר יענעם אינדערפרי, [חוץ אויב איינער פון די צדדים וועט מיר עפעס א טובה טוהן] און דאס איז פונקט אזויווי נישט באשלאסן.

נו, וועסטו יענעם אינדערפרי אפגעבן דיין שטימע דא אויך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויסער דעם וואס מיין שטימע וועט ממילא נישט אויסמאכן, בין איך זייער אנדעסיידעד.
ביידע פארטייען האבן מעלות און חסרונות, און די אונטערשטע שורה, איך גלייב נישט אז קיין איינע פון די וועט אפעקטירן מיין טאש און מיין פריוואטע לעבן.

הלואי ווען איך קען "קאסטומייזן" א פארטיי לויט מיינע אנשויאונגען... למשל איך בין אנטקעגן יוניאנ'ס, אבער פרא גאן קאנטראל, איך האלט פון פרייוועסי רעכטן, אבער נישט לגבי טעראריסטן, פרא טויט שטראף אבער נאר אויב ס'איז מיליאן פראצענט אז דער פארברעכער איז באגאנגען די קריים, א.א.וו.

איי געס ווילאנג מ'איז אין גלות וועט נישט זיין קיין שלימות.

יידל, אויסער די שיינע דרשות וואס דו האסט געשריבן דא, איז דא נאך א שאלה. דו האסט געשריבן די פרינציפן פון ביידע פארטייען, די שאלה איז צו מען האלט אז דער קאנדידאט קען עס אהערשטעלן? למשל אויב בין איך בשיטה א דעמאקראט אדער א ליבעראלער, אבער איך האלט אז אבאמא איז נישט דער פאסיגער קאנדידאט צו פארטרעטן די פארטיי, וואלט איך דאך בכלל נישט געשטימט. נישט אזוי?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שמעקעדיג האט געשריבן:יידל, אויסער די שיינע דרשות וואס דו האסט געשריבן דא, איז דא נאך א שאלה. דו האסט געשריבן די פרינציפן פון ביידע פארטייען, די שאלה איז צו מען האלט אז דער קאנדידאט קען עס אהערשטעלן? למשל אויב בין איך בשיטה א דעמאקראט אדער א ליבעראלער, אבער איך האלט אז אבאמא איז נישט דער פאסיגער קאנדידאט צו פארטרעטן די פארטיי, וואלט איך דאך בכלל נישט געשטימט. נישט אזוי?

אמת, און דערפאר האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן די פערזענליכע אנשויאינגען פון די קאנדידאטן, ווייל אין פאל פון אבאמא ווייס איך נישט וואס ער האלט איבער רוב אישוס און אין פאל פון ראמני קען מען נישט וויסן...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך בין נאך אנדיסיידעד, מיר פערזענליך גייט נישט מאכן קיין גרויסע נפקא מינא ווער ס'זיצט אין די אוועל אפיס, מיין טעקסעס וועלן זיין די זעלבע ביי ביידע, העלט אינשורענס וועט מעגליך יא זיין טייערער מיט אבאמא'ס העלט קעיר, איך האב עס נישט דורך געלערענט אבער אזוי זאגט מען, האוזינג און די עקאנאמי? וועלן זיי מאכן א דיפערענס? ווער ווייסט? סא פאר בין אין אנדיסיידעד, אפשר די דיבאטעס וועלן מיר מאכן וואוטען פארן מער קאריזמאטישן קאנדידאט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שקויעך געפילטע פארן וואוטן פאר.. מיר, און מסביר זיין מיין אויבנדערמאנטע השקפה בטוב טעם ודעת!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך בין פאר די פארטיי וואס איז אגעינסט ארעינדזשד מערידזשעס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איך וועל בעזר השם יתברך שמו וועלן נאכאמאל פאר אבאמא, קודם פשוט ראמני און רייען זאגן זיי גייען שניידן פוד סטעפמס מיט שווערע ביליאנען איך האלט נישט ביים האבן א יד אין אויסהונגערן מיליאנען קינדער בתוכם אונזער אייגענע פיצלעך. אויך האלט איך נישט אז מען דארף גיין אין תפיסה אויף דרייסיק יאר פאר צושטעלן א פאלשע אינוואויס פאר א באנק עפעס וואס די רעפובליקאנער האבן ארויפגעצווינגען אויף די ריכטער אין לאנד.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שיטה מקובצת האט געשריבן:איך וועל שטימען בע"ה פאר מיט ראמני צוליב דעם וואס ער איז קעגן די אלע תועבה'ניקעס (און האט עס אפילו אפילו קלאר געזאגט ביי זיין דרשה ביים קאנווענטשאן) און אויך איז ער קעגן די ברוטאלע הריגות דורך אבארשענס.
אפילו אויב זאל איך האלטן אז איך האלט ווי אבאמא לגבי די סאציאלע פראגראמען האלט איך אז ס'איז נאך אלץ וויכטיג ענדערש צו שטימען פאר ראמני, ווייל די צורה פון מדינת אמעריקע (צו ס'וועט פאראומרייניגט ווערן דורך די שמוציאנעס) איז וויכטיגער פאר אונז און אונזערע קינדער ווי די פאר דאלער וואס מיר קענען מעגליך געניסן פון די ליבעראלן.
מיר דארפן געדענקען אז א קריסט מיט פרינציפן איז בעסער ווי א ליבעראלער וואס איז גרייט אויפצוגעבן דעם אייבערשטער, און אפילו די פאטריאטיזם פאר זיין לאנד, פאר זיינע שמוציגע אוואנטורען.


זייט ווען איז עס די ארבעט פון כלל ישראל זארגן איבער גוישע חתונות און זייערע מנהגים? שבע מצות גייט נישט אן מער זאגט די גמרא עמד והתירן. אז צוויי מענער לעבן אינאיינעם איז עס מער תועבה פאר דיינע קינדער ווי למשל סתם פראסיטוטן אין די גאסן? דער גאנצער קאמף קעגן א"ג תועבה איז אריינגעברענגט געווארן במחנינו דורך די וואס איר רופט קריסטן מיט פרינציפן לויט זיי איז יאשקע בנים למקום אין מיר גייען דיין אין שאול תחתית פאר נישט גלייבן אין איהם א בושה צו זיין מיט זיי אויף איין ליניע.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יידל האט געשריבן:שטייען פאר ליבעראלע ווירדן:
עקענאמישע אישוס: א העכערע מינימום וועידזש; מער טעקסעס פון די העכערע קלאסן; מער שפענדן פאר סאציאלע פראגראמען ווי פודסטעמפס, מעדיקעיד און וועילפער; זענען פרא אבאמאקעיר; שטיצן דעם געדאנק אזדי רעגירונג זאל געבן געלט צו היטן די ענווייראמענט, אפהיטן פון גלאבאלע ווארעמונג א.ד.ג; שטיצן יוניאנס.
סאציאלע אישוס: טון פעולות צו שטופן די אייניגקייט צווישן אלע מענטשן, אפגעזען פון מין, ראסע, גלויבינג וכו'; "תועבה" רעכט - א מענטש האט רעכט צו לעבן זיין לעבן וויאזוי ער וויל; פארשטערקערן די אפטיילונג צווישן שטאַט (רעגירונג) און קירכע (רעליגיע); רעכטן פאר פרויען איבער זייער גוף (עבארשן, "פרא-טשויס"); שטיצן נישט אזוי שטארק (אדער בכלל נישט) מלחמה (איראק, אפגאניסטאן).
לעגאלע אישוס: זענען אנטקעגן פייניגן טעראריסטן פאר אינפארמאציע; שטיצן שטארק די רעכט פאר פרייוועסי פון א פריוואטער סיטיזען; שטיצן גאן קאנטראל; זענען אנטקעגן טויט שטראף.


איידער איך גיי געבן מיין שטימע וויל איך ערשט אנצייגן וואס ס'באדערט מיר. ערשטנס, לגבי די אינטערעסן פון ביידע, בין איך געמישט. ביידע האבן נקודות, יעצט וועגן דעם מיינט עס אז איך קען פאר ביידע נישט שטימען?

לדוגמא, איך האלט פון: העכערע מינומום וועידזש (פארשטייטצעך); מער טעקסעס פון העכערע קלאסן; מער שפענדונגען פאר סאציאלע פראגראמען וכו' (איך בין דאך א חסיד); מער פונאנדערטיילן צווישן שטאט און רעליגיע (אין די פוסטריט פון די אבות הענרי דער אכטער); געגן רעכטן פאר פרויען - אבארשן אד"ג, געגן תועבה; (דאך בין איך מסופק צו דער גוי איז אויך מחויב צו זיין באגרעניצט דערמיט. נאכוואס ס'קוקט מיר נאך אלץ אויס ווי א סתירה מיט דעמאקראטיע,וואס רעספעקטירט יעדעמ'ס מיינונג, תאווה נאטור, און לעבנס שטייגער. טאקע נגד התורה, אבער ער איז דאך א גוי??!!) פרא אבאמא קעיר; לאנד זאל טרעפן לעזונגען און טראגן די זארג אפצוהיטן ענווייראמענט, פרא יוניאן'ס. (האסט שוין אמאל באמערקט? יעדע איד וועט טראכטן רוב פון די זאכן, אפילו ער ווייסט קוים וואס דאס איז, פארוואס איז דאס? )

אבער מצד אחר, שטיץ איך מלחמה; פייניגען טראריסטן ווען ס'באדראעט פרייהייט; פרא טויט שטראף (אית דין ואית דיין); געגן פרייע רעוואלווערן אין די גאסן; (מיט מעסערס איז לייכטער, און אזוי וועלן די פאליציי אויך ווייניגער וואפן טראגן)
אבער באמת דארף מען טאקע קוקן וועלכע זייט וויגט איבער מיט בענעפיטן און פארמאגט נאך אלץ מער ריווח, וואס דאס איז לכאורה "דעמאקראטן". דאס ביז אהער אבער האט מסתמא נישט צופיהל שייכות מיט ווער ס'איז פרעזידענט (אזא עם הארץ בין איך טאקע??)

וואס מיך באדערט איז אז יידל האט אראפגעלייגט מיט ראמני אין א פיהל בעסערן פארעם ווי אבאמא. ד.ה. דו בארימסט עם און זיינע אויפטואונגען/דערגרייכונגען אסאך מער ווי אבאמא. כ'פארשטיי אז ער איז עלטער, האט ער מער אויפגעטוהן, אבער ס'איז נאכאלץ וועי מאטש בעטער ווי אבאמא'ס קרעדענטשלס. און ענטפער מיר נישט יעצט: יא, דאס איז ווייל אבאמא האט טאקע גארנישט צו זיין דיספאזיציע, האבענדיג עררייכט דורכאויס זיין קאריערע, ווייל איך בין זיכער אז ער האט זיכער מער. אויסער דעם, האסטו בכלל די וועג אין דזשענערל אראפגעמאלן ראמני'ן אויף א מער פאזיטיווערן און גינסטיגן אופן, און צווישן די שורות כסדר דערמאנט ווי סוקסעספול און מוצלח'דיג ער איז געווען פון שטענדיג אן.. זאג מיר צו איך בין גערעכט.
דוגמאות:

- ווייסע מאמע און שווארצע טאטע
- מיט זיין מאמע און שטיף טאטע אין אינדיאנעזיע ווי ער האט געוויילט ביז די 10
- א גענג פון חברים וואס פלעגן רייכערן דראגס ווי מאריוכאנא און קאקעין.
- די קומענדיגע צוויי יאר נאכן גראדואירן האט ער געארבעט אין צוויי ניו יארקע ביזנעסער.וואס האט ער דארט געטאן און וויאזוי האט ער מצליח געווען?
בקיצור פון דא און ווייטער איז זייער טרוקן. אזוי ווי ביי די אלופי עשו.


קאנדידאט פאר ווייס פרעזידענט:
דער יעצטיגער ווייס פרעזידענט דזשאוסעף ראבינעט "דזשאו" ביידען, דזשוניער
. זי איז גע'הרג'ט געווארן אין אן עקסידענט אין 1972.וואס פעלט דאס אויס?

קאנדידאט פאר פרעזידענט:
געוועזענער מעסעשוטסעטס גאווערנער וויליארד מיט ראָמני


- מיט האט געארבעט נאך שולע שטונדען פאר זיין טאטען'ס קאמפיין, טראץ זיין גאר יונגען עלטער
- ער האט זיך דארט פיין ארויפגעארבעט און אין איז ער געווען גאר סוקסעספול
- די חידוש פון בעין קעפיטעל - א חידוש וועלכע איז פארשריבן געווארן אויף ראמני'ס נאמען.....
- ער האט אבער גענומען אלס וועידזש בלויז איין דאלער.....
- און א יאר האט ראמני באוויזן ארום צו דרייען די קאמפעני...
- ווען די קאמפעני איז שוין געווען גאר סוקסעספול....
- ....אין זיינע פריע יארן איז ראמני געווען רעדזשיסטערד אלס אינדיפענדענט, צו געבן דעם איינדרוק אז ער איז צוגעקומען צום אמת מתוך זיין אייגענע קלוגע פארשטאנד ;)
- און ער האט פארלאזט בעין קעפיטעל "כדי צו לויפן" פאר סענאט אין מעסעושוסעטס
- פאר טעד קענענדי וועלכער האט שוין געהאלטן דאן ביים "זעקסטן טערמין".
- וויבאלד די ביזנעס איז סוקסעספול עד עצם היום הזה,
- גיבנדיג נאך א סיבה פאר זיינע פאליטישע קעגנער אים צו רופן "פליפ-פלאפער"ווען ס'קומט צום אמת דערשרעקט ער זיך נישט פון גארנישט.
- די איינקונפט האט ער געגעבן פאר צדקה. נאך א גוטער הארץ אויכעט.
און אגב, אבאמה האט קיין איין בוך נישט ארויסגעגעבן?


איך פרוביר דיר נאר מסביר צו זיין פארוואס איך האב תיכף נאכן לייענען דעם ארטיקל שיער נישט אינסטינקטיוו געשטימט פאר ראמני..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך וויל קלאר מאכן.
איך מאך דיר חלילה נישט אוועק. כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון, האסט עס זאפטיג אראפגעשריבן אבער דאך איינזייטיג אביסל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שיטה מקובצת האט געשריבן:מיר דארפן געדענקען אז א קריסט מיט פרינציפן איז בעסער ווי א ליבעראלער וואס איז גרייט אויפצוגעבן דעם אייבערשטער, און אפילו די פאטריאטיזם פאר זיין לאנד, פאר זיינע שמוציגע אוואנטורען.

דער פרומער קריסט מיט פרינציפן האט אויסגעהארגעט סאך מער אומשולדיגע מענטשען בכלל, און אידן בפרט ווי דער ליבעראלער וואס איז גרייט אויפצוגעבן דעם אייבישטער...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

טאמבל סאס, ביזט אביסל גערעכט און אביסל נישט. פון איין זייט ליינסטו דאס מיט א טאטע-שיק-מיך-הויזן סטיל געליינאכטס. ווען כ'האב געשריבן אויף ראמני אז ער איז געווען רעדזשיסטערד אלס אינדיפענדענט, א פאקט וואס לייגט אים אין שאטן עד עצם היום הזה, ליינסטו עס אפ ווי כאילו איך וויל אים רימען אז ער איז געקומען צום אמת מדעת עצמו, משא"כ ווען איך זאג אויף אבאמא אז ער האט אין זיין יוגנט גערייכערט דראגס, איז אנשטאט עס אפצוטייטשן אז עס איז געווען א מקימי מעפר דל, ער האט זיך אליין אויסגעארבעט, קוקסטו אויף דעם ווי א שלעכטע פאקט וואס איז אומגינסטיג פאר אים.
פון צווייטען זייט האב איך מיך אנגעשטרענגט צו שרייבן גוטס אויף ראמני ווייל כ'האב נישט געוואלט מ'זאל מיר חושד זיין מיט א בייעס לטובת אבאמא (וועלכע איך האב טאקע!), סוי ס'קען זיין אז דו האסט א פוינט אז איך לייג אראפ ראמני'ן א משהו בעסער.
אבער די אמת'ן אמת איז אזוי ווי דו האסט אליינס געשריבן אז ראמני איז באמת געווען גאר א סוקסעספולער ביזנעסמאן, בעת אבאמא איז געלאפן פון דזשאב צו דזשאב און פון פאליטישע אמט צו פאליטישע אמט.
לגבי אבאמא'ס בוך, איך האב געקלערט אויסצולאזן ראמני'ס בוך פון זיין ביאגראפיע, נאר כ'האב נישט געוואוסט וואס צו שרייבן לגבי וואס ער האט געטון פון 2008 ביז 2012, האב איך געשריבן אז ער האט דעמאלטס מחבר געווען זיין בוך. איך האב געקלערט אז אבאמא'ס ביא איז גענוג קאלירפול אן שרייבן איבער זיין בוך. נאך א נקודה: אבאמא'ס ערשטער בוך "חלומות פון מיין פאטער" איז נישט געווען קיין בעסטסעללער גלייך ביים שרייבן, נאר הערשט אין 2011 איז עס ארויף אויף די ניו יארק טיימס' ליסטע. זיין צוווייטע בוך איז יא געווארן גלייך פאפולער אבער ער האט עס געשריבן הערשט אין 2006 ווען ער האט שוין געהאט פלענער צו לויפן פאר פרעזידענט (אקעי, נישט ממש...)
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שיטה מקובצת האט געשריבן:איך וועל שטימען בע"ה פאר מיט ראמני צוליב דעם וואס ער איז קעגן... די ברוטאלע הריגות דורך אבארשענס.

וואס ביזטו מיר געווארן, אן עקסטרעמער אווענגעליקעל אדער ראמען קאטאליק? זייט ווען האבן אידן א פראבלעם מיט עבארשענס (במקום ווען עס לייגט די מאמע אין א סכנה)?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יעצט קען מען גיין שטימען מיט א רוהיג געוויסן. וויסענדיג אז אפילו דער פותח האשכול האט געוועהלט אבאמ'ען. (מסתמא..)

און גראדע דער מקימי מעפר דל איז א גוטער לעססאן צו ווערן א בעל תשובה, אבער צודען וועל איך וועלן אז דער בעל תשובה (וועלכע איז נאך אלעם פארט געווען אמאל א לייכטזיניגער) זאל זיין מיין רב? ס'איז טאקע אינו דומה לנמשל אבער כאפסט מיין פוינט. יעדער איז מודה אז אבאמא'ס פארגאנגענהייט האט געשאפן א שטיקל פלעק אויף עם, און א פרעזידענט דארף זיין דער אויף וועמען יעדער קוקט ארויף, להבדיל בבחינת ונברכו בך כל גויי הארץ - טאטע צו קינד. (און אויך טאקע געכאפט די יונגע און מיטל קלאס, אלס 'טשעינדזש') - אנדערש ווי מ'קוקט עס אן ווען מ'הערט אז ראמני למשל האט געלערנט שוין פון קינדווייז אן אין א "פריוואטע" שולע, און שוין דאן גענומען שימוש ביים טאטן אין דעם פאליטישן פעלד.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך מיין אז איינער פאר א 'טשעינדזש' האט ער אויך מיט זיין צווייטע (א.א.וו.) געשטימט פאר ראמני.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
in-Kolel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך in-Kolel »

געשטימט פאר אבאמא!

קודם שטעלט ער א שענער פנים ווי ראמני , ראמני גיבט מיר עפעס די פילונג אז ער וויל זיין פרעזידענט פשוט ווייל חוץ זה האט ער שוין אלעס דערגרייכט א מיליאנער איז ער גאוואנער איז ער געווען יעצט איז צייט פאר פרעזידענט

שנית גלייך איך לעצטנס מער די דעמאקראטן אין די לעצטע פיר יאר זענען זיי די וואס האבן ארויף געלייגט פלענער אויפן טיש צי וועגן די עקענאמיע צי העלט קעיר בשעת די רעפאבליקאנער האבן געטוען איין זאך! שטערן די דעמאקראטן...

ואכמ״ל
כשמי כן אני-א כולל אינגערמאן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין כולל, האסט א גוטע פוינט.

פאר די וועלכע זאגן אז אבאמא האט "גארנישט" אויפגעטאן - איך בין זייער העפי מיט וואס ער האט געטאן פאר די קרעדיט קארד קאמפאניס און זיי געלערנט בלק. זיי (די בענק) האבן זיך געשפילט מיט אונזער געלט ווי כאילו די וועלט איז זייערס, און זיך געדרייט ביי מיר אין טאש ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט