די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינגארטן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

הערט א מעשה. איך זיץ מיך אינדערהיים און טוה זיך מיין ארבעט איין אווענט די וואך. פלוצלונג הער איך קלעפ אויף די טיר. צוערשט טראכט איך עה, דאס איז מסתמא ביים שכן אבער ווען די קלעפ ווערן העכער גיי איך צום פענצטער, פארריק דעם פירהאנג און איך כאפ א בליק אינדערויסן צו זען מה כל הרעש.
איך זע עטליכע קארס געפארקט פארנט פון מיין הויז, האלב שטראנדענדיג די גאס' פארבייפארענדע קארס. איינע פון די קארס קוקט מיר אויס צו זיין א פאליציי קאר - געצייכנט, געסטיקערט און געסטראובט.
כ'האב מיך דערשראקן. מיט וואקעלדיגע טריט עפן איך די טיהר און פארנט פון מיר שטייען דריי הויכע גראבע פארשוינען. אידישע פארשוינען. פעסט-געבויעט אבער העכסט אימפולסיוו און הייפער. איינער פון זיי, לאמיר אים רופן געצי, ווייזט מיר זיין "בעדזש" און הויבט אן מיט קאנפידענץ אין ענגליש בערך אזוי:
אונז זענען שומרים, אונז האבן באקומען אינפארמעישן פון אייערע שכנים אז א נחשד'יגע פערזאן גייט ארום קלאפן אויף טירן אויף דער גאס. דו ווייסט עפעס פון דעם? האסט געזען עפעס פארדעכטיגט?
ניין, צו מיר איז קיינער נישט געקומען.
גארנישט געזעהן סוספישעס? וואס איז דיין נאמען, ווי אזוי הייסטו?
וואס דארפסטו וויסן ווי אזוי איך הייס?
(זיי קוקן זיך אן איינע די אנדערע מיט וואונדער) האסט שוין געהערט פון שומרים, איא?
יא!
אה, אונז האבן געקריגן פאון קאללס זענען מיר געקומען אויסטשעקן. דו וואוינסט שוין לאנג דא? האסט עפעס בכלל געזעהן פאסירן אויף דער גאס?
אהא, נישט זייער לאנג. בערך פינף חדשים. גראדע, האב איך געזען דא נעכטן א היימלאזער פארשוין שלאפן נעבן די מיסט קאנעס ביי די עק פון די גאס פון צופרי ביז ביינאכט אבער גארנישט מער.
אזוי...? קענסטו דעסקרייבן פונקטליך וויאזוי ער האט אויסגעזען? קענסט אונז אפשר ווייזן וואו גענוי דו האסט אים געזעהן? (ווען בשעת מעשה טרייט ער מיט די אויגן צו סנופן אריין צו מיר אינדערהיים אויסצוקוקן די הויז פון אינווענדיג.)
ער איז געווען א טונקל-הויטיגער און כ'האב אים געזען שלאפן דארט (איך פוינט מיט די פינגער) נעבן די ערשטע קאנע אין די רייע פון א שורה מיסט-קאנעס, אויף די לינקע זייט.
(איך זע ווי דער צווייטער און דער דריטער אינגערמאן שושקען זיך צווישן זיך, קוקענדיג און פארגלייכענדיג זייערע טעלעפאנען איינע מיט די אנדערע, ווי כאילו זיי פרובן צו באשטעטיגן א בילד פון דער סוספעקט.)
איך וועל דיר זאגן נאך עפעס, די אינפארמאציע האט אנגעגיבן אז ער האט אויך געהאט צוויי קינדער מיט זיך..
נאא, איך האב קיינעם, אויף דער דיסקרופציע, נישט געזען. (איך קנייטש די ליפן מיט וואונדער, טראכטענדיג, וועלכער רויבער גייט ארום מיט קינדער באגלייט: העי, מושי, הינדי, עטס ווילטס קומען אויף עי ריעל עדווענטושר...?)
נאך עפעס מיט וואס איך קען אייך העלפן?
אה, גוט גוט. נא, גארנישט מער. אויב דו זעסט עפעס מאדנע געב אונז א רוף. איך קען איבערלאזן אונזער קארד מיט דיך?
ניין, ס'פעלט נישט אויס. איך בין זיכער איך קען אייך נאכזוכן און טרעפן אנליין. א גוטע נאכט!
ווען איך האב פארמאכט די טיהר האט עס מיך א זעץ געטאהן. איך האב מיך דערמאט אז די אווענט בעפאר, ווען איך האב אהיימשפאצירט מיט מיינע קינדער פון געשעפט און געשמאק פארברענגט אין א לעבהאפטע שמועס האב איך מיטאמאל באמערקט צוויי אינגע חרדישע מיידלעך פאראויס נעמען בילדער פון אונז מיט זייערע (סמארט) טעלעפאנען. איך האב דעמאלטס אנגעמערקט מיינע קינדער אז ס'קוקט אויס מאדנע און נישט אז ס'דוכט מיר סתם אז זיי נעמען בילדער. מיר זענען שוין דאן געווען נאענט צו מיין הויז, האבן זיי מיר אויך געזען אריינגיין מיט מיינע קינדער אינדערהיים. האב איך מיר יעצט געכאפט אז ווארשיינליך, היות איך האב לאנגע האר און מיין קאפל איז מיר געליגן ביהיינד מיין קאפ און זיי האבן גענומען די בילדער זייענדיג פארנט פון מיר האבן אפשר זייערע בילדער געגיבן דעם פאלשן אנבליק ווי כאילו איך בין א גוי וואס שפאצירט מיט חרדישע קינדער. אפגעזען וואס די כף זכות איז איז דאס אלץ נאר א האלבע עקסקיוז. אחריות'דיגע אינפארסירער עקטן נישט אויף די אנפארמאציע וואס אפאר אינגע מיידלעך (נישט שכנים תרתי משמע! די מיידלעך וואוינען נישט אויף מיין גאס.) שיקן אריין וואס לכל היותר באשטייט עס פון צוויי פרייליכע קינדער וואס שפאצירן, האלטן אן ביי די הענט און פארברענגען לוסטיג מיט א נארמאל געקליידעטע ציווילער מענטש און גייען ווילענדיג אריין מיט אים אין א הויז. כ'מיין אויך אז איך קוק נישט אויס, אויפ'ן פנים, מיילן אנדערש פון מיינע אייגענע קינדער. קיינער האט נישט אנגערופן צו שומרים זיך באקלאגן אויף צוויי פעלנדע קינדער און קיינער האט נישט אריינגעריפן סטראשען מיט'ן פארכאפן צוויי קינדער. ווי אויכעט איז דער געגנט נישט קיין פארברעכערישער געגנט אין די מענטשן וואס וואוינען אויף די גאס געפינען זיך קיינער פון זיי נישט אויף די לאג היסטערי פון די טעלעפאן סיסטעמס ביי די פאליציי. (כ'רעדט שוין נישט פון די משוגעת פון כאפן בילדער פון א פרעמדע מענטש וואס שפאצירט מיט צוויי קינדער און אריינשיקן צו שומרים, נאר ווייל עפעס קלעבט עס נישט מיט וואס מ'האט דיך אויפגעצויגן - טאטעס און קינדער קענען נישט אויסזען אנדערש אין קליידונג)
עס האט נאך גענומען א גוטע האלבע שעה ביז די "פאליציי געמארקטע קארס" זאלן אפפוצן פון מיין הויז..
כאטש כ'האב מצליח געווען צו האלטן זיך קיהל און העפליך דורכאויס די קאנווערזעישן האט מיך די געשעהעניש אויסגענומען פון די כלים. איך האב מיך נאכאמאל דערמאנט פארוואס איך בין מער נישט א טייל פון דער צעדרייטער סאסייעטי וואס ברויך אין אלע הינזיכטן מאכן שבת פאר זיך ווייל גארנישט וואס דער גוי שטעלט צו איז גוט בשעת ווען די בעסיקס וואס מ'דארף האבן, ווי עדיוקעישן, באשיצונג און ארבעטסקראפט זענען נישטא. איך דארף נישט פאליטישאנס וואס וועלן בוסטן עסקנים וואס וועלן פארשטערקערן אזעלכע [נאוזי] בורים, זאלן קענען אפשאטאטן נאכמער רעגולערע באזוכן ביי מיר אינדערהיים.
ווער דארף זיי האבן די שומרים? כ'וואלט זיי געברויכט זאגן אז ס'איז צייט זיי זאלן זיך אויפלעזן ווייל ס'קוקט אויס ווי זיי טרעפן נישט מער ארבעט וואס צוטוהן. איז דאס א גוטע זאך! נישט אזוי? ס'איז מיר געליגן אויף די צונג אבער כ'האב מיך איינגעהאלטן כדי נישט ארויסצוגעבן אז אפילו דער עם ישראל קאמאנאליטי טייל איך מיט זיי. זיי זענען מסתמא אוועק טראכטענדיג, דער איז זיכער א נחשד, וואס האט ער מורא געהאט צוזאגן זיין נאמען און פארוואס האט ער זיך באצויגן צו אונז מיט אזא קאלטקייט?
דער ענטפער איז, נישט יעדער אומשולדיגע מענטש מוז זיך פארענטפערן פאר דיר און דיך לאזן אריינשטופן די נאז אין זיינע פריוואטע געשעפטן ווען אימער ס'שמעקט דיר. נאר ווייל א מענטש האט נישט וואס צובאהאלטן מיינט נישט אז ער ברויך אלצדינג ארויסלייגן פאר דיר צו זעהן. מענטשן, פרייע מענטשן האבן א מושג פון פריוואטקייט און א רעכט אז ער זאל נישט דארפן כסדר זיך פארענטפערן פאר גראבע בני בליעל - בלויז ווייל זיי זענען העכער/שטערקער/גרעבער/שענער פון אים - אויף וואס ער טוהט אין זיין פריוואטע לעבן נאר צוליב די לשון הרע ורכילות וואס מענטשן שמועסן אויף אים אדער ווייל ער גייט מיט א רויטן היטל און "קוקט אויס מאדנע"...
ומעין כמו זה עיין עוד בנושא חברות ישראליות מוכרים אבטחה למדינות באיירופה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בויטשיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
דו האסט פארפאסט די פוינטס. איינס, מענטשן אין די מערב וועלט ווילן נישט וואוינען אין א שטאט וואו די סעקיוריטי איז אלעמאל אנזעהעוודיג און אנוועזנד. ווען די פסוק זאגט איש תחת גפנו ותחת תאנתו מיינט מען נישט דאס. צוויי, איך וויל סעקיורטי לייט וואס זענען געזעצט, מעסיג און טרענירט, און נישט אנגעהערנד צו א געוויסע גרופע, פאליטיש אדער עטניש. בקיצור, מיר איז גוט די סעקיוריטי פון די לאקאלע אלגעמיינע פירערשאפט. אויב זי איז שלעכט, וועל איך מיך אנשליסן אין איר, מעודד זיין אנדערע אויך אזוי און טוהן און זעלבסט טוהן מיין חלק איר צו פארבעסערן. איך דארף נישט ווילדע היצ-קעפ מיט א רייץ פאר פאווער און לעלוס צו מיך צו פראטעקטן און מיך נאכמער איזאלירן פון מיינע ארומיגע שכנים, פינטל. איך באציה מיך טאקע צו שומרים ספעציפיש.
ווען דאס זאלן זיין משה, יענקל און געצל, מיינע אידישע שכנים, נאר אין פאליצייאישע מאנדורן, אהן די גאנצע היימישע שטיק אינדערזייט וואלט איך שטילגעשוויגן און געביסן זיך די ליפן...נאר דא עקא אז ווען זיין קענען ווען און ווילן ווען אנשליסן זיך אין די פאליציי וואלט מען קיין שומרים נישט געהאט און אפשר אויך נישט געברויכט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 158
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
- האט שוין געלייקט: 3964 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
אישתישבי האט געשריבן:ביסטו אפשר א גרוש וואס וואוינט אליין און ברענגט אמאהל די קינדער פין זיווג ראשון וואס גייען אנגעטוהן מער חסידיש ווי אייך?
עפעס אזוי קומט פאר.
מערקט דער חוזק אין זיינע ווערטער. וואס גענוי פון וואס דו פרעגסט איז נישט קלאר געווען אין מיינע ווערטער אז דו ברויכסט איבערפרעגן?
יא, חוץ ווען מיינע קינדער זענען מיט מיך, דורכאויס די וויקענדס, וואוין איך אליין און ס'איז מיר געלויבט גאט זייער געשמאק אזוי. כ'בין נישט אפרעיד אף די דארק. דו פאסט זיך שוין באלד אריין אין שומרים מיט דיין געוואלדיגע נייגעריגקייט און נאוזינעס..
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
@בויטשיק טייערער,
אויב די קענסט יא שיין שרייבן לאנגע ארטיקלען, און דו וואינסט אליין.......
דאן פארוואס האסטו נאר 24 תגובות ווען דיין ניק איז שוין 8 יאר אלט?
אונז דארף מיר צוקומען אז שומרים זאל אייך אויפרעגן, כדי אונז צו מהנה זיין?
חוץ אויב דו האסט נאך א גילגול אין א צווייטע ניק....

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
בויטשיק האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ביסטו אפשר א גרוש וואס וואוינט אליין און ברענגט אמאהל די קינדער פין זיווג ראשון וואס גייען אנגעטוהן מער חסידיש ווי אייך?
עפעס אזוי קומט פאר.
מערקט דער חוזק אין זיינע ווערטער. וואס גענוי פון וואס דו פרעגסט איז נישט קלאר געווען אין מיינע ווערטער אז דו ברויכסט איבערפרעגן?
יא, חוץ ווען מיינע קינדער זענען מיט מיך, דורכאויס די וויקענדס, וואוין איך אליין און ס'איז מיר געלויבט גאט זייער געשמאק אזוי. כ'בין נישט אפרעיד אף די דארק. דו פאסט זיך שוין באלד אריין אין שומרים מיט דיין געוואלדיגע נייגעריגקייט און נאוזינעס..
איך האב נישט געזען קיין חוזק און זיינע ווערטער, אמת אסך איז קלאר פין דיין שרייבן, ער האט סך הכול געוואלט היילייטען-די פאקטען און פענטען די פיקטשער (און געניצט א ריטאריק שאלה דאס ארויסציבערגען)
די פאקט אז דו האסט נישט די קינדער געוונדליך איז נישט געשטאנען, און געט אסך צי
ווען איך האב געליינט וואס דו שרייבסט איז מיר אויך אנגעפאלען ווער ווייסט אפשר איז לייבי קאלעצקי מער נישט מיט אינז ווייל איינער האט געוואלט זיין פאליטיקלי קארעקט
וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, אויב זאל איך גלייבן די מעשה, פארוואס האט נישט שומרים קודם אנגעפרענגט ביי איינע פין דיינע שכנים איידער זיי האבן געקלאפט אויף דיין טיר?!?
איך זעה בכלל נישט וואו זיין נאזי קימט דא אריין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
הקטן האט געשריבן:איך האב נישט געזען קיין חוזק און זיינע ווערטער, אמת אסך איז קלאר פין דיין שרייבן, ער האט סך הכול געוואלט היילייטען-די פאקטען און פענטען די פיקטשער (און געניצט א ריטאריק שאלה דאס ארויסציבערגען)
דריוול און קלישעי. היילייטן ציוואס? פעינטן וועלכע פיקטשער און פארוואס?
געבט צו, וויאזוי? אפשר ביסטו דיך מסביר אביסל, נישט סתם אראפלייגן סטעיטמענטס. דו האסט באקומען ערגעצוואו די איידיע אז זיי אדער די וואס האבן געכאפט די בילדער האבן מיר געקענט געווענליך אהנע קינדער און מיטאמאל בום, פון וואנעט וואקסן ארויס קינדער?הקטן האט געשריבן:די פאקט אז דו האסט נישט די קינדער געוונדליך איז נישט געשטאנען, און געט אסך צי
הקטן האט געשריבן:ווען איך האב געליינט וואס דו שרייבסט איז מיר אויך אנגעפאלען ווער ווייסט אפשר איז לייבי קאלעצקי מער נישט מיט אינז ווייל איינער האט געוואלט זיין פאליטיקלי קארעקט
די אמעריקאנע הערן זיך צו אונזערע טעלעפאן געשפרעכן? נו, נאך 9/11 איז שוין גארנישט קאנטרעווערשל. דאס איז דאך פון די דברים הקשים שבמקדש. צו וויסן מחלק צו זיין אין דעי זאכן קען מען נישט סתם אזוי זיך אנטוהן א פארקלעפטע מאנטל, אנסטיקערן זיך די קאר און ארומיאגן מיט א וואלקי טאלקי. האסטע געהערט, קומען זיך אפאר וויג'ילאנטיס און זענען מחליט זיי וועלן פירן זיך מעשה בעלעבוס מיט די מענטשן אין די נעיבערהוד בלי לחלק בין חרדי ללא חרדי. די שטאט איז נישט קיין הפקר פעטרישקע, לא כל אחד יבוא ויטול. דאס זענען פון פאווער הונגעריקע עלעמענטן וואס עולם גולם, צו פאריאגט על הפרנסה ועל הכלכלה, ערלויבן זיי מחמת התרשלות, צו קלעימען שליחות אויף אונזער ביהעלף. איך זע אין זיי א יודנראט, נישט אנדערש.
א גוטע קשיא. אפשר האבן זיי דאך חושד געווען פונוואס ס'רעדט זיך אבער די נייגער האט איבערגשטיגן... כ'דארף קלארמאכן, ס'איז נישט ווי כאילו איך וואוין צווישן חרדים. נישטא קיין איין חרדי אויף מיין גאס. דאס איז נישט שומרים'ס טעריטאריע בכלל..וואס איך פארשטיי נאר נישט איז, אויב זאל איך גלייבן די מעשה, פארוואס האט נישט שומרים קודם אנגעפרענגט ביי איינע פין דיינע שכנים איידער זיי האבן געקלאפט אויף דיין טיר?!?
הקטן האט געשריבן:איך זעה בכלל נישט וואו זיין נאזי קימט דא אריין
אויב נישט דאס, דאן וואס יא?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בויטשיק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:55 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
קודם, איך בין אן ארנטליכער מענטש. אז מען קלאפט אין טיר, עפן איך. איך האב דאך נישט געוואוסט וואס זיי ווילן ביז נאך איך האב געענדיגט די שמועס מיט זיי און פארמאכט די טיר. ווי אויך, בין איך בטבע א נייגעריקער, ווי מ'זאגט די קוריאסיטי קילד די קעט. אבער, וואס אן אמת, מיט אזלכע בורים קען מען זיך נישט אויסרעכענען וואס זיי קענען טוהן נעקסט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בויטשיק, איר האט עס גענומען זייער פערזענליך..
נניח אז אלע אייערע חששות זענען אמת.. .אין א סיטי מיט שוואכע פאליציי רעספאנס, איז א מעלה צו האבן Neighborhood וואטש גרופס. יכול להיות אז 'שומרים' ספעציפיש איז נישט די סעלושן.. אבער איך ווייס נישט אויב "די מעשה" איז וואס פסל'ט זיי..
ליעב צו וויסן: איך ווילל נאך א ביסל שטערקער מאכן בויטשיק'ס פוינט.
דער גאנצער חשד אויף איהם (בויטשיק) איז געקומען מכח פרע-דזשודיס. לו יצוייר ווען ער וואלט געגאנגען א פלאטשיג'ס מיט א געללן וואלענעם טלית קטן מיט פלעקן פון די אכילה פון די לעצטע 6 חדשים. מיט צולאטשעטע פיאות. און געסרח'ט פון א מייל אוועק. וואלט זיי (די אידישע שיקסעס) נישט בייגעפאללן איהם אפצופאטאגראפיהרן. אט דאס איז דער גרעסטער בראך. און אקעגן דעם דארפן מיר קעמפן. אז די אינשי דלא מעלי זאללן נישט האבן צופיהל פאוער און מאכט. ווייל איך זאג שוין. להוי ידוע. איך גיי בלי"נ נישט אנטון קיין פלאטשיגס. און זיך אפשערן מיט א טריפל זירא. און אנטון א געלן וואלענעם טלית קטן, ווען ס'איז 100 דעגריס אינדרויסן. עטץ (כ'ווייס גאנץ גוט ווער עטץ זענטץ) קענטס מיך רופן שייגעץ ...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
אז דו ביסט אויך א נייגעריגקער, וואס האסטע טענות אויף זיי?בויטשיק האט געשריבן:קודם, איך בין אן ארנטליכער מענטש. אז מען קלאפט אין טיר, עפן איך. איך האב דאך נישט געוואוסט וואס זיי ווילן ביז נאך איך האב געענדיגט די שמועס מיט זיי און פארמאכט די טיר. ווי אויך, בין איך בטבע א נייגעריקער, ווי מ'זאגט די קוריאסיטי קילד די קעט. אבער, וואס אן אמת, מיט אזלכע בורים קען מען זיך נישט אויסרעכענען וואס זיי קענען טוהן נעקסט.
יעצט שטעל זיך פאר אז א פרעמדער אינגערמאן שפאצירט מיט דיינע קינדער און נעמט זיי אריין אין זיין הויז, וואלסטו נישט גערופן פאליציי מברר צו זיין?
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: די אידישע פאליציי (שומרים) קומט סנופן ביי מיר אין וויינג
הרב @בויטשיק שכויעך פאר דיינע ווערטער. ריכטיג צו נישט, יעדעמ׳ס דעה איז אינטערעסאנט.
טאמער ביזט אינטערעסירט אין מיין דעה האלט איך אז איר זענט אביסל צי סענסיטיוו. נישט יעדער וואס האלט אנדערש ווי אייך, אדער האט אפילו א חשד אויף אייך מיינט אז יענער זאגט איר האט עפעס נישט גוט געטוהן. ס׳איז א בענעפיט פאר די סביבה ווען איינוואוינער מאכן אויפמערקזאם פאר שומרים א.ד.ג. ווען עפעס אויפפאלענד פאסירט. צו ס׳איז איינער מיט לאנגע האר און חסידישע קינדער, אדער א פרוי מיט א בורקא ווי לב טהור וואס שלעפט מאדערנע קינדער. קיינער איז נישט אויסן צו אפפרעגן דיין לאנגע האר, ס׳איז פשוט א נישט געווענדליכע ערשיינונג, און אין היינטיגע צייטן זענען מענטשן אויפמערקזאם איבער אזעלכע אינצידענטן. ליידער פאסירט היינט אז קינדער ווערן גע׳גנב׳עט.
אזוי אויך האב איך גארנישט געזעהן שלעכט אין @אישתישבי׳ס ווערטער. ער האט סך הכל געוואלט פארשטיין דיין מצב, קיינער מאכט נישט חוזק.

השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בוטן האט געשריבן:ערנסט גערעדט, נאך די מעשה פון לייבי קלעצקי, איז שוין קיין שום פארדאכט גארנישט קיין קשיא
יא: אבער ביי לייבי קלעצקי ('ס קידנעפער) איז געווען א בארואיגונגס עלעמענט. וועלכער וואלט נישט געטארט זיין. נעמליך. אז ער איז געווען א איד מיט א בארד...!
נאכאמאל. דער שליסל דא איז נישט נאוזינעסס. נאר פרע-דזשודיס. די מיידלעך ביי וועם דער סעט אפ פון א ..."טאטע"... מיט לאנגע האר און חסידיש געקליידטע קינדער, איז געקומען פון פאראורטייל. (די קמ"ץ רפה, מלעיל.)...! און דאס איז א זאך וואס אונז מוזן עוקר מן השורש זיין...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
בויטשיק: דער עפיזאד אין דיין לעבן דערמאנט מיך א מעשה מיט א גוי'אישן באס דרייווער..."לואי"... ער איז באקאנט אין די חסיד'ישע קרייזן אין בארא פארק. ער האט אמאל געארבעט אין קראסנא. ומעשה שהיה. אז 2 קינדער אויף זיין באס האט קיינער נישט אפגעווארט ביי זייער הויז.. און ער, אלס געטרייער דרייווער האט זיי גענומען צו די אפיס פון די ישיבה. ער האט געפארקט זיין באס אויף די נעקסטע בלאק. האט ער אנגעככאפט די 2 קליינע קינדער ביי די הענט און זיי געפיהרט צו די חדר. אויפ'ן וועג האט עפעס א אונגערישע באבע פארדעכטיגט אז ער איז א קידנעפער. זי האט גערופן שומרים. וועלכע האבן איהם געסטאפט און אויסגעפרעגט נאך פאר ער איז אנגעקומען צו די חדר...!
לאמיר זיך פארשטעללן וויאזוי דער גוי האט געפיהלט...! ניין. כ'האב נישט רחמנות אויף עשו'ן. אבער לאמיר זיך פארשטעללן א חסידישער יונגערמאן דרייווט אין אן איטאליענער געגנט. און ס'געשעהט אזא זאך...!