א לעסן פאר די עסקנים!!
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
א לעסן פאר די עסקנים!!
אז עס קומט אריין די נייעס אז אויך אין ברוקלין האבן די עסקנים העומדים בראש הסאסייעטי פארלוירן זייער קאנדידאט, וועט דאס אפשר זיין א לעסן פאר די עסקנים צו אויפהערן טארזירען דעם עולם צו זייערע אדזענדעס, ווי א חוצפה אין א טאג פון וואלן ווי זיי לאזן נישט מנוחה, קארס פארן ארים מיט מייקס, שטעלן אפ א ביזי גאס ווי וואלאבאט, ווילסט עפעס גיי אריין אין דיין ביהמ"ד קלאפ אויס פארן ליינען אז ברשות די רב זאלן מען גייען וואוטען, אז עס ארבעט נישט בוי דיר אויף במשך דעם יאר טראסט ביים ציבור אז מען זיך דיך פאלגן.
@בנציון ווידער @יוסי געשטעטנער עס איז נאך דא א גרויסע silent ציבור וואס איז שוין זאט מיט ענקערע אנטיסאמיטישע און פאליטישע פעולות אינז דארפן קלוגע עסקנים לשם שמים וואס ווייסן ווען יא צו טוויטען און ווען זיך צו אנהאלטן וואס זיכען די טובה פון די אידנטום, נישט לטובת די אויפגעבלאזענע סאסייעטי.
[center]אשריכם אנשי עיר מאנסי ואנשי עיר ברוקלין פארן ארויסהעלפן מיט מיין מעסעטש!![/center]
@בנציון ווידער @יוסי געשטעטנער עס איז נאך דא א גרויסע silent ציבור וואס איז שוין זאט מיט ענקערע אנטיסאמיטישע און פאליטישע פעולות אינז דארפן קלוגע עסקנים לשם שמים וואס ווייסן ווען יא צו טוויטען און ווען זיך צו אנהאלטן וואס זיכען די טובה פון די אידנטום, נישט לטובת די אויפגעבלאזענע סאסייעטי.
[center]אשריכם אנשי עיר מאנסי ואנשי עיר ברוקלין פארן ארויסהעלפן מיט מיין מעסעטש!![/center]
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
באר מים האט געשריבן:איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט איז דא א סיבה פארוואס די עסקנים האבן געהייסן וואטן פאר לענטאל אדער זיי האבן סתם געמוזט זאגן א מיינונג?
זיי האבן זיכער א סיבה און די עיקר סיבה איז זיכער נישט וואס זיי שרייבן און זאגן. דאס איז נאך נקודה היינט איז די וועלט אפען די ציבור וויל מיט האלטן און האבן א מיינוג מיט יעדע פעולה וואס אן עסקן טוט, קעסט נישט זאגן יעדער האט אן אנדערער מיינוג מען קען נישט יעדן צופרידן שטעלן, אמת, אבער די עסקן מיט די מענטשען מיט וועם די שמועסט זיך דורך קענען אויך מאכען א טעות אדער האבן נגיעות און געוויסע ענינים. און אז א עסקן קען נישט פארטראגען די אלע דעות און נעמען די היט קעסטו נישט זיין קיין עסקן, ווער יא? לה' הישועה. ענדערש אן עסקנים ווי עסקנים נערנים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
calculator האט געשריבן: @יוסי געשטעטנער עס איז נאך דא א גרויסע silent ציבור וואס איז שוין זאט מיט ענקערע אנטיסאמיטישע און פאליטישע פעולות אינז דארפן קלוגע עסקנים לשם שמים וואס ווייסן ווען יא צו טוויטען און ווען זיך צו אנהאלטן וואס זיכען די טובה פון די אידנטום, נישט לטובת די אויפגעבלאזענע סאסייעטי.
[center]אשריכם אנשי עיר מאנסי ואנשי עיר ברוקלין פארן ארויסהעלפן מיט מיין מעסעטש!![/center]
וואלסט זיך געקענט ביטע בעסער מסביר זיין?
וואס האט ער דיר שלעכט געטוהן?
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
ליב צו וויסן האט געשריבן:calculator האט געשריבן: @יוסי געשטעטנער עס איז נאך דא א גרויסע silent ציבור וואס איז שוין זאט מיט ענקערע אנטיסאמיטישע און פאליטישע פעולות אינז דארפן קלוגע עסקנים לשם שמים וואס ווייסן ווען יא צו טוויטען און ווען זיך צו אנהאלטן וואס זיכען די טובה פון די אידנטום, נישט לטובת די אויפגעבלאזענע סאסייעטי.
[center]אשריכם אנשי עיר מאנסי ואנשי עיר ברוקלין פארן ארויסהעלפן מיט מיין מעסעטש!![/center]
וואלסט זיך געקענט ביטע בעסער מסביר זיין?
וואס האט ער דיר שלעכט געטוהן?
דו ווליסט שוין לאנג וויסן וואס עס באדערט מיך. איין טאג וועסטו אליינס אויסגעפונען.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
מאנכע זענען איינגערעדט אז די אלטע טאקטיקן פון פירן דעם עולם ביי די נאז ארבעט נאך היינט צוטאגס. דערווייל שטעלט זיך ארויס אז די רוב מנין איז סיק ענד טייערד פון די ליידיגע הבטחות און הוילע פראפאגאנדע. צענדליגע יארן וואס א. ג. עסקנים האבן אונז אביוזט און אויסגעניצט אונזערע כוחות פאר פריוואטע אינטערעסן. יא, דא דארטן האט מען אונז צוגעווארפן א ביינדל אז מ'זאל האבן מיט וואס צו טריאומפירן אין די צייטונגן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
calculator האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:calculator האט געשריבן: @יוסי געשטעטנער עס איז נאך דא א גרויסע silent ציבור וואס איז שוין זאט מיט ענקערע אנטיסאמיטישע און פאליטישע פעולות אינז דארפן קלוגע עסקנים לשם שמים וואס ווייסן ווען יא צו טוויטען און ווען זיך צו אנהאלטן וואס זיכען די טובה פון די אידנטום, נישט לטובת די אויפגעבלאזענע סאסייעטי.
[center]אשריכם אנשי עיר מאנסי ואנשי עיר ברוקלין פארן ארויסהעלפן מיט מיין מעסעטש!![/center]
וואלסט זיך געקענט ביטע בעסער מסביר זיין?
וואס האט ער דיר שלעכט געטוהן?
דו ווליסט שוין לאנג וויסן וואס עס באדערט מיך. איין טאג וועסטו אליינס אויסגעפונען.
טאקע א שאד פאר מיין פראגע..
דו האסט שוין אן אלטע שוואכקייט פון ארונטער רייסן אן זיך מסביר זיין.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
די עיקר שאלה איז אויב די עסקנים זענען דא אונז צו העלפען אדער זיי רייטען פשוט אויף א ציבור וואס טראסט יחידים פאר החלטות.
דער מציאות איז אז גאר א גרויסע עולם ביי אונז מאכט נישט קיין החלטות אליין נאר פארלאזן זיך אויף די עסקנים וואס "מען" הייסט דאס טוט מען. דאס גייט זיך לכאורה נישט טוישן, פאר יעדעס בן חמישים וואס אנדעקען אמעריקע און הייבט טוהן וואס ער איז מחליט קומען צו פינף בני אכצען וואס פאלגען נאך די סיסטעם.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
כדי צו האבן אן איינפלוס אלץ א געמיינדע, ברויך מען האבן א פירערשאפט, אז יעדער שטימט ווי ער פארשטייט איז זייער א גוטע זאך, אבער אז מען שמועסט זיך אָפּ פאר וועמען צו שטימען, דאן האט די געמיינדע א כח פון א געמיינדע, אז א געמיינדע זאל זיך צוזאמנעמען און אָפּשמועסן סיי וועלכע זאך, מוז זיין א פירערשאפט וואס איז פאראנטווארטליך צו אנפירן מיט די אָפּשמועסעריי, און אחרי ככלות הכל, דער שטארק פרומער און דער נישט אזוי שטארק פרומער, דער רייכער אדער דער ארעמער, דער מאן אדער די פרוי, האבן אן אינטערעסע און די הצלחה פון די געמיינדע, און ס׳קען זיין א גוטע זאך פאר זיי אז די געמיינדע האט א כח.
יעצט וועגן די פירערשאפט, די עסקנים, איך וואלט געוואלט איינער זאל ברעינגען עפעס באווייזן אז זיי זענען אנדערש פון סיי וועלכע אנדערע פירערשאפט און היסטאריע איבער די גאנצע וועלט, פירערס האבן אינטערעסן, און קיין איין פירער איז נישט פריי פון אינטערעסן, דאס איז וויאזוי פירערשאפט ארבייט, דאס נעמט נישט אוועק דעים באדערפעניש דערפאר, פונקט אזויווי קיינער זאגט נישט מ׳זאל נישט פארן אין קיין אויטאס מיט אלע חסרונות וואס עס האט. (פילייכט קען מען נישט זאגן אויף דעים אז קיינער זאגט נישט, און ס׳איז אויך דא א מהלך פון אנארכיזם, וואס זאגט אז מען קען לעבן אן הערשפט, וצ״ע).
נ.ב. די גאנצע וואלן דא איז אויך אויף אויסוועלן א געגנט פירער, וואס זאל פארשטעלן די געגענט ביי א פארזאמלונג פון אנדערע פירערס, וואס האבן א פירער, וואס האט א פירער וכו׳

However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
בנוגע דאס הייסן פאר וועם צו שטימען, זיי מעגן הייסן און די ברויכסט נישט פאלגן.
דאס מערסטע ווירקזאם וואלט געווען, אז מיר האבן א יוניאנייזד סיבה פארוואס מען ברויך וואטן פאר פלוני.
אויב א זעלבסט דערקלערטער עסקן מאכט אפ, אפי' פאר גוטע סיבות, אז מען מוז שטימען פאר איינעם; איז זאג, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס אין די וועלט איך זאל דיר הארכן? איך וויל דייקא נישט וואטן פאר יענעם, ומה תעשה ומה תפעל, איך פייף דיר אן.
אבער אז איך אליין שלוס מיך אן און א יוניאן, ווי איך וואוט אריין די עסקנים וואס פארטרעטן דעם יוניאן, וועל איך האבן א התחייבות זיי צו פאלגן ווען זיי זאגן מיר גיי וואוט פאר אים.
געב א קוק אויף די פילע יוניאנס איבער'ס לאנד, אויב מאכט מען אפ פאר וועם צו שטימען, לויפט דער עולם שטימען.
פארוואס זאל מען נישט מאכן אזא סיסטעם ביי אונז אויך, די פרומערע סארט עולם, זאל זיך אנשליסן אין א יוניאן וואס וועלן פאר קאנדידאטן וועלכע שטיצן נישט חוקי תועבה, קאמאן קאור, עירוב, מציצה בכלי, 5G, וכו'
און די ברייטערע שיכט וועט זיין אין א יוניאן וועלכע אינדורסירן קאנדיטאטן וואס זענען לפי רוחם.
אויב נישט אויף דעם מהלך, זעה איך נישט ווי אזוי דער עם קשה עורף וועט נאך פאלגן עסקנים.
אמת זיי (די איצטיגע עסקנים) ברענגן טובות פאר'ן כלל, נאו קוועשנס... אבער די בערג טענות זענען מכריע דעם וואגשאל מער ווי די טובות.
דאס מערסטע ווירקזאם וואלט געווען, אז מיר האבן א יוניאנייזד סיבה פארוואס מען ברויך וואטן פאר פלוני.
אויב א זעלבסט דערקלערטער עסקן מאכט אפ, אפי' פאר גוטע סיבות, אז מען מוז שטימען פאר איינעם; איז זאג, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס אין די וועלט איך זאל דיר הארכן? איך וויל דייקא נישט וואטן פאר יענעם, ומה תעשה ומה תפעל, איך פייף דיר אן.
אבער אז איך אליין שלוס מיך אן און א יוניאן, ווי איך וואוט אריין די עסקנים וואס פארטרעטן דעם יוניאן, וועל איך האבן א התחייבות זיי צו פאלגן ווען זיי זאגן מיר גיי וואוט פאר אים.
געב א קוק אויף די פילע יוניאנס איבער'ס לאנד, אויב מאכט מען אפ פאר וועם צו שטימען, לויפט דער עולם שטימען.
פארוואס זאל מען נישט מאכן אזא סיסטעם ביי אונז אויך, די פרומערע סארט עולם, זאל זיך אנשליסן אין א יוניאן וואס וועלן פאר קאנדידאטן וועלכע שטיצן נישט חוקי תועבה, קאמאן קאור, עירוב, מציצה בכלי, 5G, וכו'
און די ברייטערע שיכט וועט זיין אין א יוניאן וועלכע אינדורסירן קאנדיטאטן וואס זענען לפי רוחם.
אויב נישט אויף דעם מהלך, זעה איך נישט ווי אזוי דער עם קשה עורף וועט נאך פאלגן עסקנים.
אמת זיי (די איצטיגע עסקנים) ברענגן טובות פאר'ן כלל, נאו קוועשנס... אבער די בערג טענות זענען מכריע דעם וואגשאל מער ווי די טובות.
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
מנחם ציון, אין וויליאמסבורג איז לעצטענס געוועזן היסטאריע, די ערשטע מאל און אכט און צוואנציק יאר וואס מען האט אויפגענומען אין דעים שטאט א רב, די אלע רבנים פון דער וויען׳ער רב ביזן נייטרא׳ער, האבן זיך אליין אויפגענומען, און על פי רוב האבן זיי אלע פון א מנין ביז אפאר הונדערט מענטשן, ביז אפילו טויזענטער, וואס שטיצן, שוויצן און טריצן זיי / פאר זיי, און קיינער האט נישט קיין פראבלעים מיט זעלבסט געקרוינעריי, עסקנים זענען נישט אנדערש, די עסקנים כאטשיק מוזן עפעס קענען, און בדרך כלל זענען כלל טוער טויגליכע מענטשן.
פילייכט יעצט אז מ׳האט ערוועלט א רב, קען מען פראבירן צו מאכן וואלן פאר עסקנים, אבער איך זעה נישט וויאזוי ציטיילן די שטימען צווישן די שטארק פרומע און די ווייניגער פרומע זאל זיין א גוטע זאך, ווייל אם כן אין לדבר סוף, צווישן די שטארק פרומע אליין איז דא עטליכע שיכטן, און צווישן די ווייניגער פרומע איז די זעלבע, און מיינע אויגן איז דא גענוג צד השווה (בּיִבּער און שׁטאָפענע זענען סוף כל סוף ביידע היטן) און די כח פון א געמיינדע קען זיין זייער א גוטע זאך
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא בערג מיט טענות, ס׳וואלט אפשר געוועזן כדי דאס אויסצושמועסן ווי איידער סותם צו זיין, ווי אויך איז כדי צו אינזין האבן אז אויף א פירער וועט מען אלץ האבן טענות
פילייכט יעצט אז מ׳האט ערוועלט א רב, קען מען פראבירן צו מאכן וואלן פאר עסקנים, אבער איך זעה נישט וויאזוי ציטיילן די שטימען צווישן די שטארק פרומע און די ווייניגער פרומע זאל זיין א גוטע זאך, ווייל אם כן אין לדבר סוף, צווישן די שטארק פרומע אליין איז דא עטליכע שיכטן, און צווישן די ווייניגער פרומע איז די זעלבע, און מיינע אויגן איז דא גענוג צד השווה (בּיִבּער און שׁטאָפענע זענען סוף כל סוף ביידע היטן) און די כח פון א געמיינדע קען זיין זייער א גוטע זאך
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא בערג מיט טענות, ס׳וואלט אפשר געוועזן כדי דאס אויסצושמועסן ווי איידער סותם צו זיין, ווי אויך איז כדי צו אינזין האבן אז אויף א פירער וועט מען אלץ האבן טענות
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך רעד נישט אריין אין די שמועס, נאר להבהיר אז דער וויענ'ער רב איז דוקא יא אנגענומען געווארן, כפי מיטב ידיעתי. הגם אז אסאך האבן דעמאלס (און היינט) שטארקע טענות אויף די וויילונג, ווייל די קהלה איז נישט געבליבן כצביונה. אבער זייט'ס ממשיך וועגן עסקנים, ווייל איך ווייס נישט די מציאות אין ווסמב"ג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
פארוואס זאל איך שטימען פאר אן עסקן זאל מיר זאגן פאר וועם צו שטימען? וואס דארף איך נאך א לעוועל פון פראבלעמען? אנשטאט צו אויפזוכן וועלכע עסקנים זענען גוט, מאך איך גלייך די ריסערטש וועלכע פאליטישענס זענען גוט. אנשטאט צו דילן מיט די פראבלעמען פון די עסקנים + פאליטישענס, וויל איך האבן בלויז די פראבלעמען פון די פאליטישענס. איך מיין יעדער וואס וויל נישט אליין מאכן די ריסערטש, קען א פריינט אדער באקאנטע אויף וועמענס מיינונג ער קען זיך פארלאזן.
אגב, עס איז גוט אז אין די ערשטע שורה פון די אשכול שרייבסטו "אפשר" וועט דאס זיין א לעסן פאר די עסקנים, לויט מיין ערפארונג וועט דאס נאר מאכן שטערקער די טומל. "מען קען פארלירן מיט בלויז עטליכע שטימען", "יעדע שטים איז וויכטיג"...

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך רעד נישט אריין אין די שמועס, נאר להבהיר אז דער וויענ'ער רב איז דוקא יא אנגענומען געווארן, כפי מיטב ידיעתי. הגם אז אסאך האבן דעמאלס (און היינט) שטארקע טענות אויף די וויילונג, ווייל די קהלה איז נישט געבליבן כצביונה. אבער זייט'ס ממשיך וועגן עסקנים, ווייל איך ווייס נישט די מציאות אין ווסמב"ג.
איך האב געשריבן אז פון דער וויען׳ער רב (תשנ״ב) ביזן נייטרא׳ער (תשׁ״פּ) וואס די צוויי זענען ערווועלט געווארן, די אלע יארן אינדערצווישן האבן זיך זעלבסט געקרוינט הונדערטער רבנים
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
מאן דאמר האט געשריבן:מנחם ציון, אין וויליאמסבורג איז לעצטענס געוועזן היסטאריע, די ערשטע מאל און אכט און צוואנציק יאר וואס מען האט אויפגענומען אין דעים שטאט א רב, די אלע רבנים פון דער וויען׳ער רב ביזן נייטרא׳ער, האבן זיך אליין אויפגענומען, און על פי רוב האבן זיי אלע פון א מנין ביז אפאר הונדערט מענטשן, ביז אפילו טויזענטער, וואס שטיצן, שוויצן און טריצן זיי / פאר זיי, און קיינער האט נישט קיין פראבלעים מיט זעלבסט געקרוינעריי, עסקנים זענען נישט אנדערש, די עסקנים כאטשיק מוזן עפעס קענען, און בדרך כלל זענען כלל טוער טויגליכע מענטשן.
פילייכט יעצט אז מ׳האט ערוועלט א רב, קען מען פראבירן צו מאכן וואלן פאר עסקנים, אבער איך זעה נישט וויאזוי ציטיילן די שטימען צווישן די שטארק פרומע און די ווייניגער פרומע זאל זיין א גוטע זאך, ווייל אם כן אין לדבר סוף, צווישן די שטארק פרומע אליין איז דא עטליכע שיכטן, און צווישן די ווייניגער פרומע איז די זעלבע, און מיינע אויגן איז דא גענוג צד השווה (בּיִבּער און שׁטאָפענע זענען סוף כל סוף ביידע היטן) און די כח פון א געמיינדע קען זיין זייער א גוטע זאך
דאס וואס דו זאגסט אז עס איז דא בערג מיט טענות, ס׳וואלט אפשר געוועזן כדי דאס אויסצושמועסן ווי איידער סותם צו זיין, ווי אויך איז כדי צו אינזין האבן אז אויף א פירער וועט מען אלץ האבן טענות
אמת די עסקנים זענען אין רוב געלונגענע מענטשן, און איך פערזענליך האב נישט קיין טענות אויף זיי.
מיין נקודה איז נאר, אז מאנכע שפירן זיך אויסגענוצט פון עסקנים, וועמען "זיי" באטראכטן אלס זעלבסט דערקלערטע מושלים על הציבור.
דאס צו פארעכטן, איז די עצה אז מענטשן זאלן זיך אנשליסן מרצונם הטוב אין א יוניאן, וואס דעקט זייערע אינטערעסן. און עס מוז נישט דווקא זיין "קהילות געשניטן", (אויב די מוסדות וועלן סטראשען צו ווארפן די קינדער קען מען מאכן אז די מעמבערס זאלן זיין קאנפידענשל...)דהיינו מענטשן פון סיי וועלכע קרייז, וואס האבן א געמיינזאמע מיינונג איבער זאכן, זענען אין דעם יוניאן.
מענטשן מיט מער רעכט גענויגטע מיינונגען, זענען אין יוניאן "איחוד ימין מקרבת". מער ליבעראלע דענקער, זענען אין "איחוד משמאלי גבריאל".
די יוניאנס קענען פארטרעטן מאסן פון סיי וועלכע חסידות, בעקראונד, און וואס נישט. הצד השוה שבהן - פון די מעמבער - איז אז זיי טיילן די זעלבע אנשויאונגען צו אישוס, און ווילן זעהן זאכן אין די און די וועג.
יעצט נאכן זיך אנשליסן אין א יוניאן, צו דורך צאלן מעמבערשיפ, צו סתם אזוי זיך מחייב זיין צו גיידליינס פון די יוניאן, וועלט מען אריין יוניאן פארטרעטערס פאר א טערמין, אין די פארטרעטערס רעכענען זיך מיט די יוניאן מעמבערס.
ווען עס קומט צו אן עלעקשאן, אינדורסירן זיי די קאנדידאט וואס וועט אמבעסטן זיך רעכענען מיט די יוניאן'ס געברויכן.
און ניין, מען מוז נישט יעדע עלעקשאן זאגן צו וואוטן פאר א', ווייל די "צד שכנגד" הייסט וואוטן פאר ב'... אויב אין פאקט קומט אויס אז א קאנדידאט דינט די אינטערעסן פון צוויי (צו מערערע) יוניאנס, איז נישט קיין שום בושה צו זאגן אז יוניאנס בלוי, רויט, אין ווייס, הייסט גיין וואוטן פאר א', און גרין, געל, און פינק, וואוט יעצט פאר ב'.
דאס וועט הייבן די טורנאוטס פאר עלעקשאנס, ווייל יעדער וועט פילן אז מען פארטרעט זיינע רעכטן און פארלאנגען, און ער איז נישט סתם עפעס א חומר ביד היוצר.
און אויב מאיזה סיבה נאך אן עלעקשאן ווערט מען געוואר אז מען איז סתם פארפירט געווארן דורך די יוניאן פירער, קיין פראבלעם... ביים נעקסטן טערמין זרק'ט מען זיי ארויס, און מען נעמט אויף פרישע יושר'דיגע פארטרעטערס.
(הארכתי בדברים פשוטים וידועים מאד, דעס גייט פאר אין יעדע פלאץ אין אמעריקע, נאר סאם האו איז דאס אומבאקאנט ביינונז)
דאס וואס די פרעגסט וועגן בערג מיט טענות, איך פערזענליך האב נישט קיין טענות אבער ס'דא וואס האבן יא, וידועים הם, שפיטעלער, קעמפס, ועוד ועוד
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל