הרב עזריאל טויבער - שלהבת

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

הרב עזריאל טויבער - שלהבת

שליחה דורך ידען »

איך זעה עדווערטייזד אז שלהבת גייט מאכען אזא שבתון ממש נאך סוכות.

ר׳ עזריאל און ר׳ בערל טויבער (ברידער?) גייען דארט רעדען און אויך א רעבעצין ניישטאד און מרת (פארוואס נישט רעבעצין?) געלבמאן גייען מאכען עפעס א אינטערעסאנטע פאנעל מוצ״שק.

וואס איז שלהבת?

ווער איז דער טויבער?

כאב איהם געהערט אויף א טעיפ אמאל און ער רעט גוט.

וואסי די ציהל פון די שבת? חיזוק? פאן? ביידע? קיינס נישט?

ווער איז פינקוס וואס שטייט אין פיצי ווערטער?

איינער שוין געווען ביי אזא שבתון? יעדע פאר וואכען זעה איך עדווערטייז וועגען שלהבת שבת?

זיי האבען נאך עפעס אויסער שבת?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

קודם ר'בערל איז זיין זוהן נישט זיין ברידער
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שלהבת

שליחה דורך הרב_שלום »

שלהבת איז געגרינגערט געווארען דורך ר' שמשון פינקס די ציל דערפון איז אריינצוברענגען חוזיק
מיין חבר איז דארט געווען איין מאל יעדע פינף מינוט האלט ר עזריאל טויבער א דרשה און ביז צוויי וואכען ווערן אלע דרשות פארגעסען (פרעג איינער וואס איז דארט געווען זאל דיר עפעס איבערזאגען)
יעדע איינער דארף טאקע חוזיק און אלע הינזיכטען צו דאס איז שלום בית חינוך צו סתם זיין בשמחה פארדעם קען מען גיין צו kolhaloshon.com און דאנלאודען וויפיל שעורים מען וויל בחינם
די בעסטע איז מען הערט אויס איין שיעור א וואך איבער און איבער ביז עס גייט אריין אין די ביינער און נישט צעהן שיעורים דורך א וויקענד
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

zurich האט געשריבן:קודם ר'בערל איז זיין זוהן נישט זיין ברידער

נישט קיין קרוב מיט בערל בעל עגלה.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

הרב_שלום האט געשריבן:שלהבת איז געגרינגערט געווארען דורך ר' שמשון פינקס די ציל דערפון איז אריינצוברענגען חוזיק
מיין חבר איז דארט געווען איין מאל יעדע פינף מינוט האלט ר עזריאל טויבער א דרשה און ביז צוויי וואכען ווערן אלע דרשות פארגעסען (פרעג איינער וואס איז דארט געווען זאל דיר עפעס איבערזאגען)
יעדע איינער דארף טאקע חוזיק און אלע הינזיכטען צו דאס איז שלום בית חינוך צו סתם זיין בשמחה פארדעם קען מען גיין צו kolhaloshon.com און דאנלאודען וויפיל שעורים מען וויל בחינם
די בעסטע איז מען הערט אויס איין שיעור א וואך איבער און איבער ביז עס גייט אריין אין די ביינער און נישט צעהן שיעורים דורך א וויקענד

דאכטזיך מיר אז דא גילט אויך דער כלל פון "על טעם וריח", ס'פארהאן אידן וואס זיי ווערן זייער inspired פון אזא שבתון, איטס מאר די מאמענט, און זיי קוקן ארויס דערויף, איך למשל, האב שוין פארזוכט אזא שבתון פאר עטליכע יאר צירוק, נאך בעפאר זיין ר' בערל איז געווען אינוואלווד, כ'קען נישט זאגן אז כאבעס נישט ליב געהאט, סיז שיין געווען, און כ'שטעל מיר פאר אז היינט ווען ר' בערל נעמט אויך אנטייל אידאס נאך שענער(טובים השנים), אבער איך האב יוצא געווען מיט איינמאל גיין. ווי פריערט געזאגט, סידא אידן וואס זיכענעס, זיי קוקן ארויף דערויף סיי די איינצעלענע דרשות און סיי די שבתון'ס, א שבתון דרינגט אביסל מער אריין אין די ביינער, און מען פארגעסט נישט אזוי שנעל (והא ראיה, כ'דענק נאך גאנץ גוט די שמועסן און די יסודות וואס ער האט געזאגט וועניך בין דארט געווען, כאטש ס'שוין פאריבער א שענע פאר יאר) ער גיבט זיי א מהלך החיים, מהלך המחשבה, און איך ווייס פון מענטשן פערזענליך וואס זיי זענען געווארן דערהויבן (נישט אלץ בעלי מדריגה, נאר אלץ ערליכע בעלי בתים) איך וואלט געזאגט ווי יעדע זאך, פרובירעס אויס, ענד איף יו לייקיט, דען סטעי דער.
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך קאמפיאטער »

אוי ר' עזריאל, מיר בענקען!! יא איך בין שוין געווען ביי אזא שבת, און ווען איך דערמאן מיר כאפט מיר ממש אן א בענקעניש אויף צוריק, עס איז עפעס מורא'דיג.
ער און זיין זון ר' בערל רעדן פאר די מענער, און די צוויי אויבנדערמאנטע פרויען זענען אויך זייער גוט.
מיין ווייב האט אין אנפאנג נישט געוואלט גיין, אבער למעשה איז זי געווען עפעס אויסטערליש צופרידן. ער האלט זייער שטארק פון אזא זאך אז די פרויען אין די מענער זאלן אינאיינעם הערן און צוזאמען ארבעטן.
יעצט אויב זיכסטו א אינדזשויעבל שבת וואלט איך דיר געזאגט אז עס נישט פאר דיר, גראדע איז געווען עפעס מורא'דיג צוגעשטעלט אין איך האב עס זייער ענדזשויט, אבער נישט דאס איז געווען די עיקר. דער עיקר איז זיינע דרשות, און יא, דארפסט זיין רעדי צו הערן אסאך, אבער עס לוינט יעדע פעני, איך געדענק עס נאך ביז היינט..
איך וואלט אפשר איבערגעגאנגען, ידען איך האב מורא מיר וועלן זיך טרעפן דארט..
עס איז נישט אזוי ווייט חיזוק ווי ער רעדט גוט ארום וועגן אמונה און שלום בית..
actually; i'm using my blackberry more than my computer
itsnotme
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך itsnotme »

איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו הערן הרב בערל טויבער
ער איז אנבעליוועבל!!!! ער רעדט בעסיקלי וועגן שמחת הנפש
ער ברענגט זייער גוטע משלים וואס גייט ממש אריין אין הארץ!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאמפיאטער האט געשריבן:אוי ר' עזריאל, מיר בענקען!! יא איך בין שוין געווען ביי אזא שבת, און ווען איך דערמאן מיר כאפט מיר ממש אן א בענקעניש אויף צוריק, עס איז עפעס מורא'דיג.
ער און זיין זון ר' בערל רעדן פאר די מענער, און די צוויי אויבנדערמאנטע פרויען זענען אויך זייער גוט.
מיין ווייב האט אין אנפאנג נישט געוואלט גיין, אבער למעשה איז זי געווען עפעס אויסטערליש צופרידן. ער האלט זייער שטארק פון אזא זאך אז די פרויען אין די מענער זאלן אינאיינעם הערן און צוזאמען ארבעטן.
יעצט אויב זיכסטו א אינדזשויעבל שבת וואלט איך דיר געזאגט אז עס נישט פאר דיר, גראדע איז געווען עפעס מורא'דיג צוגעשטעלט אין איך האב עס זייער ענדזשויט, אבער נישט דאס איז געווען די עיקר. דער עיקר איז זיינע דרשות, און יא, דארפסט זיין רעדי צו הערן אסאך, אבער עס לוינט יעדע פעני, איך געדענק עס נאך ביז היינט..
איך וואלט אפשר איבערגעגאנגען, ידען איך האב מורא מיר וועלן זיך טרעפן דארט..
עס איז נישט אזוי ווייט חיזוק ווי ער רעדט גוט ארום וועגן אמונה און שלום בית..


איך בין אויך געווען אויף א שבת מיט יארן צוריק, און ס'איז אזוי הרב קאמפיוטער זאגט, אויב זוכסטו א שבת צו רילעקסן דאן איז עס נישט פאר דיר, אויב זוכסטו INSPIRATION דאן זאלסטו גיין.
דאנט געט מי ראנג, מען שטעלט צו פיינע סעודות און א געשמאקן האטעל, אבער דער גאנצער שבת דרייעט זיך ארום די דרשות, אנגעהויבן פון קבלת שבת, פאר די סעודה, נאך די סעודה,
שבת צופרי שטעלט מען זיך שוין 8:00 שחרית (און איך האב זיך געוואלט אויסשלאפן... וואט עי מיסטעיק), פאר קריאת התורה איז א קידוש און נאך א דרשה, פארשטייט זיך בעפאר שלש-סעודות איז נאך איינס, און מוצש"ק, זונטאג צופרי, א.א.וו.

איך געדענק נאך אסאך גוטע נקודות פון זיינע דרשות וואס האט מיר געפאלן, זיינע דרשות (ר' עזריאל) לייגט אריין טיפע געדאנקען אין א מענטש..
ער האט אויסגערופן בעפאר די ערשטע דרשה אז ווער עס איז נישט צופרידן, גיט ער צוריק די געלט נאך שבת!..

itsnotme האט געשריבן:איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו הערן הרב בערל טויבער
ער איז אנבעליוועבל!!!! ער רעדט בעסיקלי וועגן שמחת הנפש
ער ברענגט זייער גוטע משלים וואס גייט ממש אריין אין הארץ!!!

וואו קען מען הערן זיינע דרשות?
וירח ה' את ריח הניחוח
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

איך בין מודה אז ר' עזריאל מיט זיין זוהן ר' בערל זענען פון די בעסטע רעדנער'ס אבער פארוואס דארף מען אויסגעבען געלט פארדעם קען מען גיין צו kolhaloshon.com און דאנלאודען וויפיל שעורים מען וויל בחינם
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

רעבעצין ניישטאדט איז הרב טויבער'ס טאכטער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

itsnotme האט געשריבן:איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו הערן הרב בערל טויבער
ער איז אנבעליוועבל!!!! ער רעדט בעסיקלי וועגן שמחת הנפש
ער ברענגט זייער גוטע משלים וואס גייט ממש אריין אין הארץ!!!

נישט אוועק צו מאכן דעם סיפוק הנפש און חיזוק וואס דו האסט דארט געשעפט, אבער איך באקום, בעיסיקלי, סיפוק הנפש און חיזוק ווען ס'פליסט אריין א פאהר אלפים קעש אין מיין אקאונט אין די באנק.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערעלע,
אפאר אלפים איז חיזוק פארן גוף, נישט דעם נפש........
וירח ה' את ריח הניחוח
itsnotme
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך itsnotme »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען הערן זיינע דרשות?

איך האב עס געקויפט ביי קרן שמואל ישעי' אין ק"י
itsnotme
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך itsnotme »

שמעקעדיג האט געשריבן:בערעלע,
אפאר אלפים איז חיזוק פארן גוף, נישט דעם נפש........

פאר די גוף איז עס אויך גארנישט קיין חיזוק, אויב עס איז נישט דא קיין שמחת החיים!!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:בערעלע,
אפאר אלפים איז חיזוק פארן גוף, נישט דעם נפש........

ס'איז דאך נאר א ווערטל. איך האלט באמת זייער שטארק פון הרב טויבער'ס שיעורים נאך פון שנים קדמוניות.
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

הרב_שלום האט געשריבן:איך בין מודה אז ר' עזריאל מיט זיין זוהן ר' בערל זענען פון די בעסטע רעדנער'ס אבער פארוואס דארף מען אויסגעבען געלט פארדעם קען מען גיין צו kolhaloshon.com און דאנלאודען וויפיל שעורים מען וויל בחינם

אויף קול הלשון וועסטו נישט טרעפן פון זיינע ריכטיגע סחורה...

עס איז דא א סעריע פון שיעורים וואס רופט זיך בחור טוה וואס די ווילסט, עס דרייט זיך צווישן די בחורים ער רעדט דארט פון די גאנצע סיסטעם פון די הארץ מיטן מוח וויאזוי דיס ארבייט צוזאמען, מוראדיג שיין... איך מיין אז קרן שמואל ישעי' האט עס שוין היינט צוטאגס...
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

וואו טרעפט מען יא די ריכטיגע סחורה?

און פון וואנעט ווייס איך וועלכע׳ס די ריכטיגע?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

די ריכטיגע סחורה ווערט געזאגט ביי זיינע פריוואטע שיעורים וואס ער געט וועכנטליך אין ק"י ווי ער רעדט ארום פון אלע נושאים ווי אמונה, שלום בית און חינוך וואס די סידי'ס דערפון באקומען נאר די וואס זענען געווען ביי די שיעורים און זיי ווער אנגעזאגט נישט ארויסצוגעבן...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ציגרעטל האט געשריבן:די ריכטיגע סחורה ווערט געזאגט ביי זיינע פריוואטע שיעורים וואס ער געט וועכנטליך אין ק"י ווי ער רעדט ארום פון אלע נושאים ווי אמונה, שלום בית און חינוך וואס די סידי'ס דערפון באקומען נאר די וואס זענען געווען ביי די שיעורים און זיי ווער אנגעזאגט נישט ארויסצוגעבן...


דא האב איך געפרעגט דערוועגן, צי איינער ווייסט מער פרטים.

viewtopic.php?p=37306#p37306
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

איך בין נאך געווען א פרישער יונגערמאן ווען איך האב מיט מיין חשק צו פארברענגען מיט פאפולערע פיגורן אויך אנגעקניפט א קשר מיט הרב טויבער, נאך וואס אלס חתן האב איך הנאה געהאט פון זיין פארשטאנד, אפנקייט, און קלארקייט אין די סוגיא פון שלום בית, האב איך געוואוסט אז איך מוז דעם איד טרעפן. עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער, ווייל ער איז א פארנומענער מענטש, און איז זייער אפט אין אויסלאנד, אבער נאך עטליכע חדשים האב איך זיך געטראפן מיט אים, און מיר האבן געשמועסט איבער פארשידענע ענינים, און מיין פריינטשאפט מיט אים האט זיך אנגעקניפט מיט א שטארקן קשר.

מיט די צייט האב איך אים געהאלפן אין פארשידענע פראיעקטן, און איינמאל ווען איך האב אים געטראפן איז געווען פונקט פאר אזא שבתון און ער האט מיר איינגעלאדנט, און איך האב עפעס נישט געהאט קיין חשק, אבער ווען ער האט מיר נאכאמאל געבעטן און אראפגעלייגט ווי דערהויבן און געשמאק עס איז, האב איך אים געזאגט אז מען וועט עס דורכרעדן אין שטוב, און נאך וואס ער האט מיר געזאגט אז איך וועל קענען צאלן וויפיל איך וויל, האבן מיר באשלאסן אז מיר גייען.

דער שבת איז געווען לעילא מכל ברכתא, און אלעס איז געווען אויפן שענסטן און בעסטן, אנגעהויבן פון די עסן וואס איז צוגעשטעלט מיט א לאווישע ברייטקייט, און אין איינקלאנג מיט ר' עזריאל וואס האלט אז די בעסטע וועג אנצוקומען צום מוח איז דורכן בויך, און געענדיגט מיט די הערליכע דרשות וואס ר' עזריאל האט געהאלטן געשפאנט דעם עולם דורכאויס דעם שבת און טראץ וואס זיין ענגליש איז פון די גאר גרינגע און מיט ווייניג העכערע וואקאבולאר, און א שטארקן היימישן אקצענט איז אבער זיין תוכן געוואלדיג.

איך האב דאך שוין פיל געהערט די דרשות פון ר' עזריאל'ן אבער פאר מיין ווייב וואס ביי איר איז עס געווען א חידוש, איז אוועק פונעם שבת אין א אויפגעהייטערטע שטימונג און געהאט א הנאה רוחני וואס זי האט נישט געקענט אראפלייגן מיט ווערטער.

מיין קשר מיטן גרינדער פון שלהבת האט אנגעהאלטן ווייטער און איך האב דא דארט אויך געהערט זיינע שיעורים, אבער די התלהבות צו זיינע רעדעס האט גענומען אויסוועפן צוליב דעם וואס טראץ זיינע ברייטע ידיעות, האט ער א מנהג זיך נישט פארצוקוקן און אלע זיינע שיעורים זענען פון אויסנווייניג, און איך בין א מענטש וואס גלייכט נייע חידושים האב איך מער נישט געקענט הערן פון אים, ווען זייער אפט האט ער געקענט איבערזאגן די זעלבע געדאנק מיטן זעלבן משל.

א צייט שפעטער, האב איך באשלאסן נאכאמאל צו גיין צו א שלהבת שבתון צוליב מיינע גוטע זכרונות פון יענעם שבת, און איך האב שוין דאן באצאלט דעם פולן פרייז אבער איך בין בעיקר געגאנגען צו פארברענגען א פיינעם שבת מיטן ווייב, און כמעט נישט געגאנגען צו די דרשות, און ער האט מיר טאקע געפרעגט דערוועגן.

אלנפאלס, עס איז ווערד אלע געלטער צו גיין אהין. פארשטייט זיך אז ביי יעדן איז אנדערש. און איך האב אים צו גוט געקענט אז איך זאל אים הערן נאן סטאפ, אבער איך האב דארט געטראפן גאנץ קלוגע אידן וואס זענען שוין געווען דארט מערערע מאל און האבן יעדעס מאל באזונדער זייער הנאה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אךשמח האט געשריבן:מיין קשר מיטן גרינדער פון שלהבת האט אנגעהאלטן ווייטער


מיינסט נישט הרב פינקוס, ריכטיג?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

שמעקעדיג האט געשריבן:
אךשמח האט געשריבן:מיין קשר מיטן גרינדער פון שלהבת האט אנגעהאלטן ווייטער


מיינסט נישט הרב פינקוס, ריכטיג?

הרב פינקוס איז נעבעך אוועק אין אן עקסידענט צוזאמען מיט זיין ווייב ל"ע. איך האב נישט געהאט די געלעגנהייט אים צו קענען.

הרב פינקוס מיט הרב טויבער זענען די צוויי גרינדער פון שלהבת.
itsnotme
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:36 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: הרב עזריאל טויבער - שלהבת

שליחה דורך itsnotme »

איז ווערט 750 פאר שבת שלהבת?
פארשפארט