האנדלען דורך טוישן זאכן (איך געב דיך דאס און דו געב מיך יענץ) איז נישט קיין אפטע ערשיינונג, דאס לעצטע מאל איך האב געהאנדעלט דורך פארשטוישן איז געווען אין חדר צי אין קעמפ ווען מ'האט פארטוישט נאשערייען איינער מיט'ן אנדערן.
אבער א פרוי אויף טיק-טאק האט באקומען ברייטע מידיע דעקונג פאר אן אינטערעסאנטן מיסיע וואס זי האט אונטערגענומען. זי וויל עררייכן איר ציל פון ערהאלטן א הויז דורך אויפטוישן א באבי-פין (אגב, ווייסט איינער פשט פון דעם מאדנעם נאמען?).
און זי האלטן שוין אויפ'ן וועג, זי האט אנגעהויבן מיט'ן "טרעידן" א באבי-פין פאר עפעס מער ווערדפול, און יענץ פארטוישט אזוי צילט זי אנצוקומען צו א הויז.
גאנץ א זיסן חלום, אבער זי איז נישט דער ערשטער, פאר'ן ערשטער איז עס געלונגען. זי איז אינספירירט געווארן דורכ'ן מאן וועלכער האט אויפגעטוישט א רויטן פאפיר-קליפ, ביז ער האט ערהאלטן א הויז.
פון א פאפיר-קליפ צו א הויז
די געשיכטע פונעם "רויטן פעיפער-קליפ ביז א הויז" איז גאר א באקאנטע. מיט עטליכע יאר צוריק האט דער שטערן עס ברייט באשריבן אונטער'ן קעפל "בחינם באקומט מען כינים. נישט אייביג".
א קאנאדישער בלאגער, קייל מאקדאנעלד האט אנגעהויבן מיט א פשוט'ן רויטן פאפיר-קליפ און עס אויפגעטוישט פאר א הויז מיט פערצן טרעידס.
ער האט געטוישט זיין פאפיר-קליפ פאר א פען אין פארעם פון א פיש, ער האט געטוישט די פען פאר א טיר-הענטל, פאר א קעמפינג-אויווען, פאר א דזשענערעיטער, פאר א "פארטי קיט" א ליידיגע פאס פאר ביר מיט א צעטל אז מ'קען עס אנפילן, דאס האט ער געטוישט פאר א עלעקטריק באדווייזער שילד, פאר א סנאו-מאביל, פאר א טיקעט פאר צוויי צו יאק, בריטיש קאלאמביע, דאס האט ער פארטוישט פאר א באקס-טראק, פאר א רעקארדינג-קאנטרעקט אין א באקאנטע סטודיא, פאר א יאר רענט אין א דירה אין פיניקס, אריזאנע, פאר אווענט מיט א קאמידיען, פאר א שניי-גלאוב פאר א ראלע אין א פילם, און יעצט האט ער ענדגילטיג אויפגעטוישט פאר א צוויי שטאקיגע הויז.
נו, אז פון א פאפיר-קליפ קען מען זיכער פון א באבי-פין...
זי האט געטוישט דעם פין פאר אויעררינגלעך, פאר מארגאריטע גלעזלעך, פאר א וועקיום-קלינער, פאר א סנאו-באורד, פאר א עפל טי-ווי, פאר בויס העדפאונס, פאר א עקס-באקס, פאר מעק-בוק, פאר א קענאן קעמרא סעט, פאר טייערע נייקי סניקערס, פאר איי פאון, פאר א דאדזש קאראוואן ווען.
גייט זי עררייכן איר ציל? ימים ידברו
פון א פאפיר-קליפ צו א הויז
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל