ונבנתה העיר האט געשריבן:פרעזידענט רעיגן דערציילט איבער א איד וועלכער האט זיך געמוטשעט מיט שרעקליכע נאכט-קאשמארן. ער פלעגט אלץ חלומ'ען ווי משונה'דיגע מאנסטערס קריכען ארויס פון אונטער זיין בעט, און מאכן אים דאס טויט. ביז ער איז געגאנגען צו זיין ברודער, און איז ארויס א געהאלפענער.
- דיין ברודער איז א פסיכאלאג?
- ניין, ער איז א קארפענטער. ער האט מיר אראפגענומען די פיס פון בעט...
-------------
אמאל דארף מען צוברעכען דעם 'מאלד', דעם פונקטליכען סדום-בעט, פטור צו ווערן פון די מאנסטערס.
עס איז פארהאן אן הלכה למשה מסיני, וואס רופט זיך 'ענטראפי'. די בריאה גייט אלעמאל פון סדר, צו אומ-סדר.
די אין-סוף אטאמען וועלכע פארעמען א שיינע גלאז האבן נאר איין וועג זיך צו טוישן, זיי קענען גיין פון א גאנצע, גלאטע געפארעמטע גלאז - סדר, צו טויזנטער פיצלעך פון אומווערטפולע שטיקלעך - אומ-סדר. עס איז נאך אין היסטאריע נישט געשען, אז די אטאמען פון צובראכענע גלאז, זאלן זיך פונקט געבן א שטעל אויס ווי א שיינע, גאנצע גלאז. די בריאה גייט נישט פון אומ-סדר צו סדר.
טוט זיך א שמועס, צי קען מען דאס מסביר זיין מיט פשוט'ע פראבעביליטי. עס איז נאר דא 'איין' קאנפיגעראציע וויאזוי די טריליאנען אטאמען מוזן זיין אויסגעשטעלט, אז עס זאל זיך פארעמען א שיינע, גאנצע גלאז. לעומת זה, אויף צו האבן א צובראכענע גלאז, איז דא אין-סוף צירופים - יעדע אנדערע צירוף שבעולם עקטשיולי, חוץ דער איינער וואס גיבט דיר א גאנצע גלאז.
אויב אזוי, איז עס פשוט א געים פון שאנסן. אודאי גייט די בריאה פון סדר צו אומ-סדר, 'סדר', ביי דעפענישאן, מיינט איין געוויסע צירוף. 'אומ-סדר', מיינט סיי-וועלכע אנדערע צירוף.
ראיה לדברי, אויב זאלן מיר לשם עקספערימענט אויסקלויבען איינס פון די אין-סוף וועגן וויאזוי א גלאז קען זיין צובראכען, און מיר זאלן אים באשטימען אלס 'סדר', וואס מיינט דען 'סדר' אויב נישט דער צירוף וואס איך וויל יעצט האבן מאיזה סיבה שלא תהי', וועל איך אודאי כמעט נישט האבן א שאנס בעולם אז דער גלאז זאל זיך צוברעכען פונקט אויף דעם וועג.
ווי זאגט דער מהרש"א? נמנו וגמרו אז ס'איז דא מער לא תעשהס, און א מענטש האט מער שאנסן צו זינדיגען ווי צו טון א מצוה.
אן אינטערעסאנטע מעשה, ניין? ער נעמט ארויס בחירה פונעם בילד. א מענטש גייט פשוט ארויס און טוט מעשים אן א חשבון, און פראבעביליטי זאגט אז עס איז ענדערש אן עבירה ווי א מצוה.
------------
הרבה דרכים למקום. פאקטיש איז דא 7.7 ביליאן וועגן, ענד קאונטינג.
למקום. מה זה מקום? גאט ווערט אנגערופען מקום, ווייל ער איז מקומו של עולם, ואין העולם מקומו. גאט איז גרעסער פון די וועלט, די וועלט געפונט זיך אין אים, נישט ער אין די וועלט.
איז גאט דען א פיזישער ענטעטי? ער שטעלט זיך אין א קאנטעסט מיט די וועלט ווער ס'איז לענגער און ברייטער?
די 'איידיע' פון גאט, איז גרעסער/פריער/מער ענקאמפעסינג, ווי די 'איידיע' פון די וועלט.
וועלט מאכט הגבלות, וועלט מאכט מאלדס. גאט איז די אומבאגרעניצטע בעקראונד, וואו די איידיע פון וועלט קען זיך באקוועם מאכן. עס איז דער בלי-הגבלה'דיגער סטעידזש, וואו אפי' א מציאות וואס 'באשטייט' פון הגבלה, האט א רעכט צו פערפארמען זיין טפשות.
הרבה דרכים למקום. סיי וועלכע בראך אינעם איינציגען דרך וואס דער וועלט וויל אויף דיר ארויפצווינגען, איז נאך א דרך צום מקומו של עולם. נאך א טשאנעל צו געטליכקייט.
-----------
כ'האב לעצטענס מחדש געווען א נקודה אינעם דעת בעלי הגלגול.
'זמן' איז דאך א חלק פון די בריאה, עס איז נישט קיין אומאפהענגיקער אמת, אפי' די גוים זענען שוין מודה...
דער משל הנפוץ צו דעם איז א געסלייסטע ברויט. דער גאנצער ברויט שטייט לפניך, און יעדער סלייס איז א תקופה אין זמן. אין דעם סלייס זענען די אידן אין מצרים, אין אן אנדערען ברענען זיי אין אוישוויץ.
מאיזה סיבה איז דער מושכל ראשון אויף גלגול, אז זי גייט אייביג פאראויס אין זמן, א איד פון 2020 קען מגולגל ווערן פון דעם יאר און ווייטער.
אבער וואס עפעס? למעלה איז דאך למעלה מן הזמן, די גאנצע בריאה ליגט דארט ווי געסלייסטע ברויט. אט פאפט ארויף א סלייס פונעם טאסטער, עפעס נישט אזוי וועל-דאן, איז מען אים צוריק מגלגל, זיי-מוחל בראט זיך נאך אביסל. וואו שיקט מען אים צוריק? וואו ס'לאזט זיך. א היינטיגער איד האט פונקט אזא שאנס מגולגל צו ווערן אין אחאב...
השתא דאתית להכי, וועל איך אייך מגלה סוד זיין אז מען איז אים מגלגל צוריק אין זיך אליין... ראובן בן שמעון איז געבוירן געווארן תשמ"ט, ער איז געשטארבן תשצ"ט. אז מען איז נישט צופרידן פון זיין דזשאב, זאגט מען אים זיי מוחל, עודך ראובן בן שמעון שנת תשמ"ט. ענד דיס טיים(?) יו בעטער געט איט רייט.
-----------
יעזוב רשע דרכו, א רשע האט דען א דרך?! האט מען געשריגן אין קאצק.
ואני אומר, טאקע דאס בעט זיך גאט. לאז שוין אפ דעם דרך, דעם פונקטליכען דרך, בואכה סדום. וישוב אל ה', מיט סיי-וועלכע מרידה אינעם מוגבל'דיגען וועג וואס די וועלט צווינגט אויף דיר ארויף, לאזטו אריין די געטליכע ליכטיגקייט וואס ערמעגליכט דאס אלעס. כי ירבה לסלוח, מ'וועט שוין אויסארבעטן א פעימענט פלאן.
דער געטליכער דרך, איז נישט צו האבן א דרך. הנותן בים דרך ובמים עזים נתיבה, א דרך וואס לאזט נישט א צייכן פאר א צווייטן, אט אזוי מוזטו אויך טון. קול קורא במדבר פנו דרך ה'.
------------
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז פארדעם האבן חסידים הראשונים נישט סובל געווען אזויפיל דקדוק הלכה והגבלות שונות, מיראתם אז מרוב ביימער וועט מען נישט זען דעם וואלד. פון אזויפיל דיוקים אין משנה ברורה, פארגעסט זיך וואט דע העלל וויל איך פון די גאנצע מעשה.
אן עם הארץ קען טאקע נישט זיין א חסיד, אבער א חסיד קען דעפעניטלי זיין אן עם הארץ...
-----------
ווען די מענטשהייט האט אין 1969 צום ערשטן מאל פארלאזט דעם קליינעם שטיקל שטיין, וואו זי האט זיך געדרייעט מימות עולם, און געלאנדעט אויף די לבנה, האט זי דארט איבערגעלאזט א קליינעם דיסק, מיקראוסקאפיש איינגעקריצט מיט מעסעדזשעס פון פארשידענע וועלט-פירער.
דער פרעזידענט פון אייווערי קאוסט, כתב לאמר:
"... איך האף ספעציעל אז ער [דער 'פאסאדזשיר אין הימל'] וועט זיך אויסדרייען צו אונזער פלאנעט ערד, און אויסשרייען ווי אומוויכטיג זענען די פראבלעמען וועלכע פייניגען מענטשן, ווען באטראכט פון דארט אויבן."
וואס מער מען זאומט ארויס פון דעם קליינעם, שמאלן מאלד אין וועלכען מיר לייגן זיך אריין, אלץ מער קלארט זיך אויס ווי נישטיג די הגבלות זענען.
ווי קליין און שמאל, איז דער אויסבליק פון אן ערדלינג.
ווען ניעל ארמסטראנג און באזז אלדרין זענען צוריקגעקומען פון די רייזע צו די לבנה, צוריק צום ערד-קוגל, און געהערט ווי זי האט זיך איבערגעדרייעט מיט זייער דערגרייכונג, רופט זיך אלדרין אן: ניעל, מיר האבן פארפאסט די גאנצע זאך...
"והארץ היתה תהו ובהו" מיינט לכאורה אז סאיז נישט געווען "גארנישט" נישט נשמות און נישט זמן, דאס מיינט אז די בריאה פון די נשמות און די בריאה פון זמן איז איין בריאה, איז ווי אזוי איז שייך אז ווען א מענטש שטארבט זאל די נשמה זיין למעלה מן הזמן?? אין וועלכע בריאה איז די נשמה דאמאלט???