האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי ווי [tag]הקטן[/tag] איז "נייגעריג אויב צווישען די שרייבער דא איז דא איינער וואס האט געטוישט זיין מיינאנג אויף טראמפ, איין וועג אדער די אנדערע די לעצטע 4 יאר" האב איך געטראכט אז איך בין אויך נייגעריג, וועט מען עפענען די אשכול וועגן דעם.

איך אליין האב נישט געוואוט אין 2016 ווייל איך האב געהאלטען אז ביידע זענען געפערליך. אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן, און אוודאי וועל איך יעצט וואוטען פאר ביידן.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

כאב געוואוט פאר טראמפ אין 2016 מיט א אנגעכאפטע נאז. כוואלט קיינמאל געוואוט פאר קלינטאן. דאס מאל העליך וואוטן פאר ביידן אי"ה.
יוחנן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2020 5:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך יוחנן »

4 יאר צוריק האט מען געשטיצט קלינטאן, אבער יעצט מיט די אנארכיע און געזעצלאזיגקייט וואס די ראדיקאל לינקע זייען אן וועט מען מוזן שטומען טראמפ מיט א פארשטאפטע נאז
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס גייט ממש פארקערט. ביידאן איז נישט דער ראדיקאלער, ער איז דער מעסיגע אין די פארמעסט. צווישן סאנדערס און ביידאן וואלט איך דיר פארשטאנן, אבער יעצט האט איינס נישט מיט די צווייטע.

און בכלל, מיינסט טאקע אז טאמער קלינטאן וואלט געוואנן וואלטן געווען אזעלכע ראיאטן? טאמער די ראיאטן שטערן דיר, וואלטסטו געדארפט ערשט וואוטן פאר סיי וועלכע דעמאקראט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

אט אזוי....
דער קאץ איז אינדרויסן פון זאק...
די ראיאטן זענען נאר ווייל טראמפ רעגירט איצט
יוחנן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2020 5:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך יוחנן »

למעשה זעט מען אז די גאר לינק געפירטע שטעט לאזן עמטליך צו אנארכיע און פארברעכן, פשט איז אז די דעמאקראטן קען מער נישט געטרויען מיט די ריכטונג וואס זיי האבן גענומען. און ביידען איז נישט גענוג שטארק זיי אפצושטעלן
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

יא. איך בין אסאך מער פאר טראמפּ היינט ווי פיר יאר צוריק.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

איך פלעג זיין אסאך מער פאר טראמפ אמאל ווי היינט, איך האב געוואוט פאר אים לעצטע מאל, און וועל איצט אויך וואוטן פאר אים, פאר צוויי סיבות. איינס אלס איד האב איך די מדה פון הכרות הטוב, און צווייטענס איך פארנעם נישט ביידן.
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

שליחה דורך אמת וצדק »

דער עולם קען אפשר מסביר זיין וואס זיי האבן ליב פון ביידען, ווי שטעקט זיין גרויסקייט, אדער אפשר איז ער נאר ״בעסער״ פון טראמפ ווייל ער איז מער איידל צו וואס.
ביידען קוקט מיר אויס ווי איינער וואס מען האט ארויסגעשלעפט פון א מושב זקנים צו לויפן פאר פרעזידענט.. דער קען נישט קומען צום ווארט און מאכט כסדר שאנדפולע טעותים וכו׳, עס שמעקט מיר נישט צו האבן אזא איינער אינעם ווייסען הויז.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

פאר 4 יאר צוריק בין איך געוווען גוט צומישט צווישן דער צוחישטער טראמפ און די קארופטירטע קלינטאן.

איך האב מיר איבערצייגט אז טראמפ קען יא פירן אזא צודרייטע לאנד ווי אמעריקע און אז די אלטגעזעצענע קאנגרעסלייט און סענעטארן זענען מיליאן מאל מער משוגע ווי ער.

אלזא, צווישן ביידען און טראמפ, איז דער ענטפער קלאר אז טראמפ!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אמת וצדק האט געשריבן:דער עולם קען אפשר מסביר זיין וואס זיי האבן ליב פון ביידען, ווי שטעקט זיין גרויסקייט, אדער אפשר איז ער נאר ״בעסער״ פון טראמפ ווייל ער איז מער איידל צו וואס.
ביידען קוקט מיר אויס ווי איינער וואס מען האט ארויסגעשלעפט פון א מושב זקנים צו לויפן פאר פרעזידענט.. דער קען נישט קומען צום ווארט און מאכט כסדר שאנדפולע טעותים וכו׳, עס שמעקט מיר נישט צו האבן אזא איינער אינעם ווייסען הויז.

ענדישער א איידעלע זיידע ווי א מעשוגענער זיידע....
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

איך גיי נישט וואוטן פאר טראמפ, פשוט ווייל איך וואוין אין א דעמעקראטישע סטעיט, מילא מאכט עס סיי ווי נישט אויס. אבער אויב רעד מען וועם איך ''וויל'' פאר פרעזעדענט איז עס זיכער דניאל איבער ביידען.
און ניין איך האב נישט געטוישט מיין מיינונג פון פיר יאר צוריק, דאן איז עס געווען אז בעסער טראמפ ווי קלינטאן, און יעצט איז עס אויך בעסער טראמפ איבער ביידען.

און ב''ה, ביי מיר איז א פרעזידענט נישט קיין ראל מאדעל, האב איך נישט קיין פראבלעם פון זיינע מידות.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן

וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געשטימט פאר קלינטאן אין 2016, אלץ הכרת הטוב וואס זי האט אינזין געהאט אונזער קאמיוניטי ווען מען האט דאס געברויכט.

אין פלאן צו שטימען פאר טראמפ אין 2020 מהאי טעמא.

בנוגע כרם זית'ס טענה אז עס מאכט נישט אויס אין א דעמאקראטישע סטעיט, דאס איז לענ"ד אומריכטיג. ס'איז מיר וויכטיג אז ווען א לאקאלע פאלאטישן ברויך אונזערע וואלן זאל ער זעהן אז די מאפע אין אונזערע געגנטער זאל האבן געווען בלוי אין 2016 (ס'האט מיר זייער וויי געטוהן אז בלויז שיכון סקווירא איז טאקע אזוי געווען, קודאס פאר סקווירא פארן טוהן דאס ריכטיגע) און זאל בעז"ה זיין רויט אין 2020, זאל ער פארשן פארוואס און ער זאל דאס גוט פארשטיין און דערהערן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליב צו וויסן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן

וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?


קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...


אין אנדערע ווערטער: קלינטאן וואלט אינטערגעברענגט די עקענאמיע אין די גאנצע לאנד, נישט נאר אין נ''י און אי נ''ז. נא, וואוט טאקע פאר אירע קאלעגע דזאו ביידען הכ''מ.

און פאר די וואס רעדן זיך איין אז די רוצחים פון די עקאנאמיע מיינען עס כאטש ערנסט

#פוי פאליטיק
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
אמת וצדק האט געשריבן:דער עולם קען אפשר מסביר זיין וואס זיי האבן ליב פון ביידען, ווי שטעקט זיין גרויסקייט, אדער אפשר איז ער נאר ״בעסער״ פון טראמפ ווייל ער איז מער איידל צו וואס.
ביידען קוקט מיר אויס ווי איינער וואס מען האט ארויסגעשלעפט פון א מושב זקנים צו לויפן פאר פרעזידענט.. דער קען נישט קומען צום ווארט און מאכט כסדר שאנדפולע טעותים וכו׳, עס שמעקט מיר נישט צו האבן אזא איינער אינעם ווייסען הויז.

ענדישער א איידעלע זיידע ווי א מעשוגענער זיידע....

אין א משוגענע פלאץ דארף מען א משוגענע נישט קיין איידעלע, און נישט סתם א משוגענער נאר א געזונטע משוגענער!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב נישט ליב ליבעראלן האב איך דעמאלטס געשטומט טראמפ כאטש ער זעט מיר אויס צו זיין מש*** און איך האב אים נישט געגעבן קיין טשענס.
יעצט אפרישיאייט איך זיין לידערשיפ און איך האף ער זאל ווייטער מצליח זיין וועל איך ווידער וועלן פאר אים כאטש ער וועט קיינמאל נישט געווינען מיין סטעיט.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

איך בין געווען א שטארקע קרוז שטיצער און נאך זיין פארלוסט בין איך געווען א "נעווער מיענס נעווער" טראמפער.

נענטער צום עלעקשאנס האב איך אביסל געטוישט מיין בליק אבער זיך נאכאלס נישט געקענט ברענגן צו שטימן פאר איהם.

אויף 2020 באקומט ער מיין שטימע.

ס'דא א געשיכטע וואס מ'פארציילט, ביי איינע פין די חרדישע מערכות וועגן כשר'ע באסעס איז געווען אן אסיפת רבנים וועגן מאכן אייגענע באסעס. האט איינע פין די רבנים געפרעגט די אנוועזנדע: ווער איז דער משוגענער?

אלע רבנים און עסקנים האבן געהויבן ברעמען נישט פארשטייענדיג וואו ער צילט אבער קיינער האט נישט מגיב געווען. נאך א מינוט שטילקייט רופט זיך דער רב אהן "דער מערכה וועט נישט מצליח זיין!" און ער האט מסביר געווען: כדאי א מערכה זאל מצליח זיין פעלט זיך אויס איינער זאל זיך דערקלערן משוגענער און יעבור עליו מה וועט ער אריינארבייטן לטובת המערכה.

רבותי! אונזער לאנד איז טיף טיף אין די אדמה! אונז האב מיר א משוגענער אינעם ווייסן הויז. אבער אונז דארפן א משוגענער! נאר א משוגענער קען און וועט טוהן וואס טראמפייטער האט אויפגעטוהן אין די לעצטע פיר יאר.

און מיט דעם כוונה גיי איך מיר צושטאפען די נאז און וועלן טראמפ.

-דיס איז אינגערמאנטשיקל ענד איי עפראוו די מעסעדזש

קורקלענד האקט ענליך
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

צומאל ווען איך וויל ליינען דברי חיזוק לייען איך דעס איבער.

שוין באהאלטן אונטער א צאָלוואַנט.... איך אין זיין מצב וואלט זיך אויך באהאלטן ערגעץ וואו....
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

זיי מסביר וואס איז די פראבלעם יעצט אין אמעריקא אז נאר א מעשוגענער קען העלפן און ברענג נישט די פראבלעמען וואס האט זיך געמאכט ווען דער מעשוגענער איז שוין דא געווען
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך חתן בחור »

כרם זית האט געשריבן:און ב''ה, ביי מיר איז א פרעזידענט נישט קיין ראל מאדעל, האב איך נישט קיין פראבלעם פון זיינע מידות.


זייער גוט געזאגט. ביי אסאך גוים איז דאס די פראבלעם, זיי קוקען ארויף אויפ׳ן פרעזידענט ווי א ראול מאדעל. טאמער זיי לאזן נאך די שנאה צו רעפובליקאנער פאר איין מינוט וואלטן זיי גלייך איינגעזעהן אז דורכאויס די אלע יארן וואס די קאנדידאטן זענען טאקע געוועהן גרויסע דשענטלמענער האבן זיי מיט דעם אלעם גארנישט אויפגעטוהן. פארקערט, אמעריקע איז געגאנגען דאון דע דרעין.

טרומפ איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם, זאגט אפען וואס ער האלט, אנע פארדרייען זיינע ווערטער אויסצוזעהן דיפלאמאטיש, און טוט וואס ער זאגט.

פאר לאנגע יארן האט כינע באראבעוועט אמעריקע מיט פאלשע צוזאגענגן און אלע פרעזידענטס ביז אים האבן זיך געלאזט נער׳ן און מורא געהאט פון כינע. זאל ער רעדן שטותים אגאנצען טאג אויף טוויטער! למעשה וועמען פאלגען יעצט אלע לענדער? נישט נאר האט ער גענומען כינע אויפ׳ן צימבל, נאר אלע לענדער וואס פלעגן נעמען עדווענטעדש פון אונז. ווען ער וואלט געוועהן א דשענטלמאן וואלט כינע ווייטער געלאכט פון אים. דערפאר וואס ער רעדט און סטראשעט אזויפיעל נאר וועגן דעם שרעקען זיי זיך פאר אים.

אלע פרעזידענטס זענען געלאפן אויפ׳ן צוזאג פון פארריכטען די עקאנאמיע, אפשטעלן די אומלעגאלע אימיגראטן, פארריכטן העלטקער (אבאמא׳ס פלאן איז געגאנגען באנקראט), טעקס ריפארם, פריזאן ריפארם, ווער למעשה טוט די אלע זאכן? טרומפ!
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן

וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?


קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...

די ערשטע זאך וואלט נישט קלינטאן איגאנארירט די גאנצע זאך און אויך נישט געמאכט א וויץ דערפון נאר גלייך זיך מטכס עצה געווען וואס מען טוט דא
פארשפארט