האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

חתן בחור האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:און ב''ה, ביי מיר איז א פרעזידענט נישט קיין ראל מאדעל, האב איך נישט קיין פראבלעם פון זיינע מידות.


זייער גוט געזאגט. ביי אסאך גוים איז דאס די פראבלעם, זיי קוקען ארויף אויפ׳ן פרעזידענט ווי א ראול מאדעל. טאמער זיי לאזן נאך די שנאה צו רעפובליקאנער פאר איין מינוט וואלטן זיי גלייך איינגעזעהן אז דורכאויס די אלע יארן וואס די קאנדידאטן זענען טאקע געוועהן גרויסע דשענטלמענער האבן זיי מיט דעם אלעם גארנישט אויפגעטוהן. פארקערט, אמעריקע איז געגאנגען דאון דע דרעין.

טרומפ איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם, זאגט אפען וואס ער האלט, אנע פארדרייען זיינע ווערטער אויסצוזעהן דיפלאמאטיש, און טוט וואס ער זאגט.

פאר לאנגע יארן האט כינע באראבעוועט אמעריקע מיט פאלשע צוזאגענגן און אלע פרעזידענטס ביז אים האבן זיך געלאזט נער׳ן און מורא געהאט פון כינע. זאל ער רעדן שטותים אגאנצען טאג אויף טוויטער! למעשה וועמען פאלגען יעצט אלע לענדער? נישט נאר האט ער גענומען כינע אויפ׳ן צימבל, נאר אלע לענדער וואס פלעגן נעמען עדווענטעדש פון אונז. ווען ער וואלט געוועהן א דשענטלמאן וואלט כינע ווייטער געלאכט פון אים. דערפאר וואס ער רעדט און סטראשעט אזויפיעל נאר וועגן דעם שרעקען זיי זיך פאר אים.

אלע פרעזידענטס זענען געלאפן אויפ׳ן צוזאג פון פארריכטען די עקאנאמיע, אפשטעלן די אומלעגאלע אימיגראטן, פארריכטן העלטקער (אבאמא׳ס פלאן איז געגאנגען באנקראט), טעקס ריפארם, פריזאן ריפארם, ווער למעשה טוט די אלע זאכן? טרומפ!

יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קורקלענד האט געשריבן:צומאל ווען איך וויל ליינען דברי חיזוק לייען איך דעס איבער.

שוין באהאלטן אונטער א צאָלוואַנט.... איך אין זיין מצב וואלט זיך אויך באהאלטן ערגעץ וואו....

עס קאסט מיר 99 צענט צו ליינען. וואס שטייט דארט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!

משא"כ אבאמא אדער ביידען?
און וואס איז מיט איראן, זיי רעכנסטו נישט פון די "ריכטיגע שונאים"?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קאצקע ציקער האט געשריבן:זיי מסביר וואס איז די פראבלעם יעצט אין אמעריקא אז נאר א מעשוגענער קען העלפן און ברענג נישט די פראבלעמען וואס האט זיך געמאכט ווען דער מעשוגענער איז שוין דא געווען

איך ווייס נישט אויב א משוגענער קען העלפן, אבער איין זאך איז זיכער א א נארמאלער קען נישט. דער גאנצער וואשינגטאן איז איין שטיק פאלשקייט פון פאליטיקאנטן וואס זאגן אגאנצען טאג צו זאכן וואס מענטשן ווילן הערן און טוהן טוען זיי וואס ס'איז גוט פאר זיי און מיט די המון עם שלאגט מען כפרות. ויהי היום ס'איז אויפגעקומען א נייער מענטש, און פלוצים האבן די אלע וואשינגטאן מיטגלידער וואס מוטשען זיך שוין אזויפיל יאר אונז ארויסצוהעלפן מיט אונזערע ווייען זיך האסטיש אקייגן געשטעלט קעגן יענער זקן וחכם..... און וואס האט זיי געבאדערט בעיקר איז געווען אז ער איז א פראבלעם פאר מיר און דיר גארנישט צו טוהן מיט איהם....

אין פאליטיק האב איך אנערקענט מיט די יארן אז 'יעדער' פאליטיקאנט איז א האסטיגע שונא פאר מענטשהייט! אפגעזען פון וועלכע פארטיי, רעכטס אדער לינקס. פון סאמע אנפאנג האב איך אויך אנגעקוקט דעם טראמפּען ווי א משוגענער צודרייטער. אבער ווי נאר איך האב געזעהן אז 'יעדער איינציגער' פאליטיקאנט ציטערט פאר איהם האב איך פארשטאנען אז ער מיז זיין די ריכטיגע קאנדידאט! און ער האט מיר איבערהויפט נישט אנטוישט!
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

שליחה דורך חתן בחור »

קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!
צפון קאריע האט אויפגעהערט שיסן מיסילס טאקע דורך טרומפ׳ס השתדלות. און ווער זאגט ווער אמעריקע׳ס שונאים זענען? אלעס וואס די ליינסט און זעהסט אויפ׳ן נייעס איז curated דורך מענטשן מיט נגיעות.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

געשטימט פאר קלינטאן.
כ'האב געהאט א געפערליכע שנאה פאר טראמפ וואס איז לעצטנס א טראפ אראפגעגאנגען בעיקר צוליב מיין דיסעפוינטמענט אין די לינקע פרעסע אז ווען זיי שרייען וואלף שרעק איך מיך מער נישט אזוי.
די דעמאקראטן פירן א וואנזיניגן קאמף עד כדי שגעון טאקע ווייל טראמפ רעספעקטירט נישט דעם אפיס און זיינע פרעצעדנטן און ווייל ער איז אסאך מאל געפערליך לייכטזיניג און איז בעצם אן אומפארשעמטן פויער, אבער נישט "אלעס" פון טראמפ איז שלעכט און לעצטנס קען איך סימפאטיזירן מיט אים טראץ וואס איך האס אים נאך און איך עקל מיך נאך פון אים, קען איך אבער מער נישט סובל זיין די היסטעריע פון די מידיע יעדע צווייטע מינוט כאילו די הימל איז נארוואס איינגעפאלן.
ס'א ווייטאג אז די דעמקראטן האבן זיך געטראפן מיט דעם אלטן ביידען, וואס נניח ער קאלעכט נישט איז ער אבער נישט געהעריג אריענטירט און זיכער האט ער נישט עכט קיין מאמענטום סיידן אנטי טראמפיזם.
כ'פלאן צו שטימען פאר ביידען און כ'האף בכל לבבי ונפשי אז מ'וועט ארויסוואטן דעם באם פון אפיס.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

שליחה דורך חתן בחור »

קאצקע ציקער האט געשריבן: די ערשטע זאך וואלט נישט קלינטאן איגאנארירט די גאנצע זאך און אויך נישט געמאכט א וויץ דערפון נאר גלייך זיך מטכס עצה געווען וואס מען טוט דא


ס׳איז אלעס שפעקולעריי. ס׳איז קיינמאל נישט געוועהן די מחלה, און די ווייסט נישט וואס טרומפ האט געטוהן פריוואט ממילא. אלעס וואס די זאגסט קומט פון פאליטיקאל פּונדיטס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חתן בחור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!

משא"כ אבאמא אדער ביידען?
און וואס איז מיט איראן, זיי רעכנסטו נישט פון די "ריכטיגע שונאים"?

עקטשולי די איראן דיעל איז זייער פיין געווען . אבער נישט דאס איז געווען מיין פאוינט מיין פאוינט איז דער חתן בחור ברענגט ארויס ווי מורהדיג מעכטיג טראמפ איז אז די פיינט ציטערן פון אונדז די פראבלעם איז נאר אז טראמפ האט פאבריצירט פיינט און אויס געלאזט אונזעערע אמתע שונאים דעטס אלל
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אפשר זענען אונזערע א''ג פריינט גאר אונזערע גרעסטע שונאים? וואס מיינט א פריינט און וואס מיינט א שונא? קודם לאמיר זיך אויסגלייכן אויף די צוויי דעפיניציעס, נאכדעם וועט מען גיין ווייטער.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך חתן בחור »

קאצקע ציקער האט געשריבן:עקטשולי די איראן דיעל איז זייער פיין געווען . אבער נישט דאס איז געווען מיין פאוינט מיין פאוינט איז דער חתן בחור ברענגט ארויס ווי מורהדיג מעכטיג טראמפ איז אז די פיינט ציטערן פון אונדז די פראבלעם איז נאר אז טראמפ האט פאבריצירט פיינט און אויס געלאזט אונזעערע אמתע שונאים דעטס אלל
כ׳האב קיינמאל נישט דערמאנט פיינט. די איינציגסטע וואס האבן פאבריצירט פיינט איז געוועהן אבאמא און ביידען קעגן רוסלאנד. אויכעט די דעמאקראטן וואס זיכען זיך צושלאגן מיט רוסלאנד. (געדענקסט ראשען קאלוזשען).
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יא

שליחה דורך גראף »

איך האב לעצטענס געשריבן דא ערגעץ ווי אזוי איך בין געווארן פארעקלט פון טראמפ בעיקר צוליב דער וועג ער קען נישט זאגן א פארעגרעף אדער אפילו א זאץ אן זאגן ווי גרויס און מעכטיג ס'איז און נאך גרעסער פון די גרעסטער וואס איז אפילו געווען גרעסער פון דער גרעסטער. ווי אויך אז ער קען זיך נישט אויסקומען און ווייזן מער ריספעקט פאר די גענעראל'ס קעלי און מעטיס מיט אנדערע רעספעקטירטע מענטשן וואס האבן עם געדינט און זיין אדמינעסטרעישן. אויף אזוי ווייט אז קורקלענד האט געמיינט אז איך בין ארויס פון דער קלאזעט. יא איך האב זייער הנאה ווען ער געט די לינקע אין פיסק אריין און זאלן זיי שרייען און משוגע ווערן.
ווען נישט די אנארכי אין די גאסן פון אמעריקא און עס איז מיינעך נאר אין שטעט געפירט דורך דעמאקראטן וואלט איך געוואוט פאר ביידן. נאר דא זעהט מען די בראך אז קיין איין דעמאקראט פון די מעיאר ביז אבאמא צי פעלאסי איז נישט ארויס געקומען זאגן עד כאן. אונז ווילן טשעינזש און ווילן טראמפ ארויס אבער די כוליגאנעס זאלן אהיים גיין. איך האב נישט געהערט קיין איינס!! אויב יא דעמאלסט ביטע לינקט אהער.
די גאנצע לינקע ספעקטראם פון אמעריקא כולל דעמס די מידיע און סאשוליסטס מיט קאמיוניסטס האבן געמאכט א בונד קודם אונטער צו ברענגן טראמפ און נעמן די מאכט. נאכדעם קען מען עס אינגאנצן אונטערברענגן.
קיין איין ווארט פון די פאגראם אין לאס אנזשעלעס קעגן שולן און אידישע ביזנעסער אין די לינקע מידיע. די אנטיסעמיטיזים פון בלמ טאר מען נישט דערמאנען ווייל די ענד ציל בארעכטיגט וואס עס דארף געטון ווערן.
איך קען נישט וואוטן פאר א דעמאקראט.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

איך האלט אז דאס איז איז נישט קיין גערעכטע דיסקאשן ווייל אנדערש פון א געהעריגע דיסקאשן און אפיניונס וועלן די אוהבי טראמפ נישט מודה זיין צו גארנישט ווייל זיי האבן ליב טראמפ עכט נישט וועגן זיינע פאליסיס נאר זיי האבן סתם ליב טראמפ וועגן זיין פערסינעליטי "ער דערשרעקט זיך נישט פון קיינעם " ממילה איז נישט קיין חילוק וואס ער טוט איז ער אייביג גערעכט.

וכן להיפך די אנטי טראמפערס האבן עים פיינט און נישט קיין חילוק וואס ער טוט איז ער אייביג ראנג!!
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

האסטו געטוישט דיין מיינונג וועגן טראמפ אין די לעצטע 4 יאר?

שליחה דורך חתן בחור »

איך וואלט קיינמאל נישט געוואלט זיין ארום טראמפ, און זיכער נישט האבן אים אלס מיין באָסס. כ׳קען נישט דערליידען אזעלכע מענטשן וואס באנוצען זיך מיט מאכט און זיינען מטיל אימה יתירה אויף די ארומיגע.

האעווער, לגבי די פארברעכער וואס זיצן ביים שיסל און וואשינגטאן, און אין ארום די וועלט, טויג ער שוין איינמאל. צו ״דרעין דע סוואמפ״ ברויך מען האבן א מענטש מיט אייזענע נערווען און א שטאלענעם בויך וואס קען זיך אן עצה געבן מיט הארטנעקיגע עקשנים וואס ווילן זאכן זאלן בלייבן ביים סטאטוס קוואו.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אויב קען מען יעצט צוריקדרייען די זייגער וואלט איך געוואוט פאר קלינטאן

וואס האט טראמפ דיר שלעכטס געטון און וואס וואלט זי בעסער געווען?


קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...

די ערשטע זאך וואלט נישט קלינטאן איגאנארירט די גאנצע זאך און אויך נישט געמאכט א וויץ דערפון נאר גלייך זיך מטכס עצה געווען וואס מען טוט דא


פון וועם מאכסטו חוזק? די דעמאקראטן זענען נאר ביזי געווען גיין אויף טשיינעטאון..
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליב צו וויסן האט געשריבן:קלינטאן וואלט געלאזט די עראפלאנען פון כינע לאנדן אהער ביז א חודש שפעטער במילא וואלט געווען ווייניגער קאראנע קעיסעס..
ווי אויך וואלט זי געמאכט א לאקדאון אויף גאנץ אמעריקע ווי איידער נאר אין נ"י און נ"דזש במילא וואלט געווען ווייניגער קעיסעס אין נ"י און נ"דזש...


זעלבסט פארשטענדליך געשריבן מיט סארקאזם..
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

טאקע ווייל מיין וואוטן מאכט נישט קיין למעשהדיגע חילוק, וואוט איך פאר טראמפ. איך וואלט נישט געשטימט פאר אים ווען מיין שטימע אנטשיידענט די רעזולטאטן פון די עלעקשאנס
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אינטרעסאנט אז אלע פראבלעמן מיט טראמפ קענע זיין מידיא ספין, אבער די פארקאלעכטקייט פון ביידען איז שוין א באשטעטיגטע פאקט.

ביידען האט א פראבלעם מיט רעדן, אבער מיט די גאנצע פראבלעם איז ער געווען א געלונגענע פאליטישען. ער איז נשיט קיין עקסטרעמע, ער פארשטייט וויאזוי אויפצוטון זאכן און קומן צו א מסקנא. איינער וואס פארשטייט נישט וויאזוי מ'טוט דאס, ער זוכט ענדערש זיך צו שלאגן מיט מענטשן, אדער מאכן איינזייטיגע החלטות מיט אנדערע, וועט נישט צוקומן אין ערגעץ. און ביידען האט געוויזן אז ער קען דאס טון. אווודאי וואלט איך ענדערש געוואלט א פרעזידענט וואס פארטרעט מיין מיינונג, אבער טאמער דאס איז סייווי נישט קיין אפציע, וואלט איך גיכער געוואלט א מעסיגער פראקטישע מענטש ווי א ווילדע דרייקאפ.

מאנכע מגיבים זאגן אז זיי זען ווי די דעמאקראטן זענען אזוי משוגע די לעצטע דריי א האלב יאר. פרעג איך זיי, איז וואס? וואס האט עס מיט דיר און די פירונג פון די לאנד? אסאך הוגי דעות אין אמעריקא האבן זיך געמאכט פאר א ציל אונטער צו ברענגן טראמפ. גראדע האבן זיי א פאוינט, אבער זיי האבן עס נישט געטון מיט שכל, ווייל עס וואלט זיי קיינמאל נישט געלונגן. דער אימפיטשמענט איז לדעתי געווען א גוטע זאך, ווייל טראץ דעם אז קיין עכטע אויסזיכט צו געלונגן האט עס נישט געהאט, אבער אזא שטארקע פארלעצונג פון יעדער נארמע, געזעץ, און האפענונג פון א רעגירונג קען מען נישט פארשווייגן. אבער עכ"פ די שלעגעריי אויף טראמפ פון די אלע הוגי דעות האט נישט אפגעשטעלט די קאנגרעס און סענאט פון טון וואס איז זייער פליכט, די דעמאקראטן פראבירן צו פירן און מאכן געזעצן לויט די פארשטאנד פון זייער פאליטישע שטעלונג, און דאס האבן זיי געטון פונקט ווי פריער. דאס איז א נארמאלע לאנד, ווי פארשידענע דעות דארפן צוזאמן קומן און טרעפן לעזונגן פאר פראבלעמן.
א וואוט פאר ביידען איז א וואוט פאר די סיסטעם פון קאמפראמייס און טרעפן לעזונגן פאר פראבלעמן. א וואוט פאר בוש איז אויך אזוי געווען. נאך דעם קען מען קלערן וועלכע מהלך ארבעט די בעסטע. א וואוט פאר טראמפ איז א וואוט פאר זינלאזע שלעגעריי און אומזיסטע פראבלעמן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]אין 2016 האב איך נישט געוואוט פאר קיינעם אבער שטילערהייט האב איך געקענט באשטיין אז דער נייגעקומענע פאליטיקאנט טראמפ געווינט בדיעבד, כאטש איך בין בעצם א שטיקל ליבעראלע, ווייל קלינטאן האב איך שוין געקענט און געוואוסט אז כ'האב איר נישט ליב, האב איך געוואלט זעהן וואס טראמפ קען טון.

די וועלט זאגט be careful what you wish for, עס זענען אדורך 4 שווערע, ביטערע און שרעקליך כאאטישע יארן אויף אמעריקא און הלוואי ווען מען קען ווען צוריק דרייען די זייגער. די טראמפיסטן האבן תירוצים אויף אלעם, די דעמאקראטן, די מידיע, פעלאוסי, קאומא וכו' וכו'. איך מיין אז די פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס און די לידער פון די פרייע וועלט דארף זיין גוט גענוג צו קענען איבערקליגן די מידיע מיט די דעמאקראטן, און אז ער קען נישט זאל ער אפטרעטן און צולאזן א צווייטן צום רודער.

געהאפט האב איך אז די לאנד וועט האבן שכל און ברענגן עפעס א גוטע קעגנער פאר טראמפ און אזוי וועט מען גרינג פטור ווערן פון אים גרינגערהייט, אבער ליידער איז ביידען דער קאנדידאט. איז וואס טוט מען יעצט? מען טוט אזויווי אין די משל וואס דער דברי חיים מצאנז פלעגט זאגן שבת מברכים אלול מיט דער מענטש וואס האט געזוכט א וועג ארויס פון וואלד. איך ווייס נישט די ריכטיגע וועג ארויס אבער איין זאך ווייס איך יא, אז אויף טראמפס וועג בלאנדזשע איך שוין פאר 4 יאר און עס איז פול מיט ש*ט, דארט גיי זיכער נישט.


(נ.ב. דאס אלעס איז געזאגט געווארן פון א ריין פאליטישע אמעריקאנער פערספעקטיוו. פון אן ארטאדאקסיש אידישע פערספעקטיוו יש מקום לומר שיש כאן ענין של הכרת הטוב וואס איז וויכטיג און קלוג ארויסצואווייזן. וצע"ג.)


.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער וואס שטימט פאר ביידען דארף וויסן אז ער שטימט נישט פאר ביידען, ווייל ער איז לאחר המעשה, ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, טאמער עפעס שטימט ער פאר זיין גבאי. איז טאמער געפעלט דיר זיינע גבאים און דעה זאגערס פאליטיק, גיי פאר ביידען.

ועוד, ווען זיין מוח איז פארקאקט איז א שטיקעל סכנה אים צו מאכן פרעזידענט, יהיה מי שיהיה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

מיר ווייסן, אבער ש'כח פארן זיך זארגן פאר אונז... ;)
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ערשטנס, ביידען'ס 'פארקאקטקייט' איז ווייט פון באשטעטיגט. ווייז איין אמאליגע ווידיאו ווי ער האט גערעדט אנדערש, וועסטו מיר קענען זאגן אז ער איז געווארן ערגער.

און צווייטענס, דער פרעזידענט איז נישט דער מושל בכפה. עס איז אלעמאל אזוי אז ער פירט א גאנצע ווערטשאפט, און די מומחים ארום אים ברענגן די עצות פאר אים מחליט צו זיין. יעדער פרעזידענט אין אמעריקא איידער טראמפ האט אזוי געטון. נאר טראמפ האט אדער אנגעפיפן די עקספערטן, אדער אריין געלייגט נישט עקספערטן אין די אמט פון ברענגן עצות וכדו'. און פון דעם איז געווארן די איצטיגע כאאס. מיט ביידען, צו סיי וועלכע נארמאלע מענטש, וועט דאס ווידער נישט פאסירן, נאר צוריק צום אלטן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אישתישבי האט געשריבן:דער וואס שטימט פאר ביידען דארף וויסן אז ער שטימט נישט פאר ביידען, ווייל ער איז לאחר המעשה, ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, טאמער עפעס שטימט ער פאר זיין גבאי. איז טאמער געפעלט דיר זיינע גבאים און דעה זאגערס פאליטיק, גיי פאר ביידען.

ועוד, ווען זיין מוח איז פארקאקט איז א שטיקעל סכנה אים צו מאכן פרעזידענט, יהיה מי שיהיה.

און דאס ווייסטו פון ווי?? די פארפוילטע פעיק נאז מידיא?
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

איך האב מיר געשוואוירן צו געבן מיין שטימע פאר טראמפ נאך וואס ער האט באויפטראגט די אמעריקאנע מיליטער צו באמבעדירן אין סיריע, אלס ענטפער צו די שרעקליכע כעמישע אטאקעס אויף צווילע.
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
פארשפארט