האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינד?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: האט טראמפ געבארגט זיין עראפלאן צו פירן א קראנק אידיש קינ

שליחה דורך פאליטיקאנט »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי


און אויך ווייל די דעמאקראטן האבן נישט ארויסגעשטעלט קיין שטארקע קאנדידאט, כ'מיין זיי האבן געהאט אזא גוטע אויסוואל, אבער האבן בוחר געווען אין איינער פון די שוואכסטע.

און איך רעד נישט ממש פון די בושה'דיגה קליפס וואס פארן ארום ווי ער האלט זיך אין איין פארהאנקערט ביין רעדן, נאר בעצם פון זיין כאראקטער און פאליסיס (הגם איך ווייס נישט עכט זיינע פאליסיס).
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס דארף איך רעדן פון קאומא? וואס האב איך מיט אים? ער האט עפעס מיט מיין לעבן? איך וואוין אין אמעריקא, און טראמפ איז דער פרעזידענט פון אמעריקא, ממילא איז ער מיין ביזנעס.

טאמער טאקע ביי דיר איז א פרעזידענט נישט געוויילט געווארן צו פירן די לאנד, נאר זיך צו שלאגן מיט האלב די לאנד, פארשטיי איך גוט פארוואס דו שטיצסט טראמפ.


ערעב ליטוואק, בעפאר מען דעבאטירט אן אישו (טראמפ'ס קאראונע באהאנדלונג) איז וויכטיג צו פארשטיין:
איז "די אישו" די נושא? אדער איז די אישו גאר ווייניג אין צענטער ווייל איך זוך בלויז צו באשמיצן איינעם מיט סיי וואס איך קען, און צו די שמוץ איז ריכטיג אדער נישט איז נישט אזוי וויכטיג..

איצטערט, אויב די "שלעכטע קאראונע באהאנדלונג" איז די אישו, דאן וואלסטו דאך געדארפט זיין ביזי מיט קאומא און מורפי פיל מער ווי מיט טראמפ, ווייל די סטעיט רעגירונגען האבן א פיל דירעקטערע תוצאה אויף די סטעיט איינוואונער ווי די פעדעראלע רעגירונג, און זיי האבן דאך געבוטשערד די רעספאנס, אלא מאי אז דו ביסט נאר ביזי מיט טראמפ כסדר איז פשט אז די אישו איז נישט "די נושא" נאר דו זוכסט בלויז צו באשמוצן "טראמפ"..
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

די וואס האלטן נישט ביים ווערן אונטערדריקט פון די ביוקראטיע פון וואשינגטאן וואס האלט אין גרעסער ווערן, זענען נישט קיין טיפשים.
די וואס האלטן אז Identity politics איז א משוגעת וואס וועט אונז בסך הכל צוריקפירן צום מיטל אלטער, זענען נישט קיין בהמות.
די וואס ווילן זיך האלטן מיט פרייהייט פון ווארט, זענען נישט קיין נערנים.
די וואס האלטן אז רעגירונג זאל נישט קענען אוועקנעמען וויפיל געלט זיי ווילן פון די איינוואונער בלויז מיט א סימפל Majority וואוט, זענען ווייט פון משוגעים..

טיפשים און בהמות זענען די וואס קלאפן קאפ אין וואנט און וועלן אונטער רייסן יעדע גוטע רעזולטאט פון א פרעזידענט בלויז ווייל כ'האב נישט ליב זיין כאראקטער..
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

דוראק האט געשריבן:אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.

כאפ א בליק אין מיין אשכול
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי

מעג איך אייך אינטערוויוען?

וואס האלט איר איז די סיבה פארוואס דער בוכ"ע האט אייך באשאפן קלוגער פון גאנץ אמעריקע?

אייערע נאנטע ארומיגע ווי ווייב און קינדער זעען איין אייער שטוינענדע קלוגשאפט?

און צום לעצט, עפעס א דבר חכמה פאר אונז בהמות?

נעמט עס נישט פערזענליך, אבער אויב פירט איר דעם דיאלאגיע אלס חכם קעגן בהמות, וויל איך הערן מער פרטים מאחורי הפרגוד.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

דוראק האט געשריבן:אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.


פאסט יא צו פאסט נישט, וואס איז דיין אנדערע אויסוואל לאזן די לינקע קומען צו די מאכט?

האלסט ביים צושטערן די גאנצע עקנאמיע ווייל די וועלט ענדיגט זיך אין צוועלעף יאר (Credit: AOC)?

האלסט אז די רעגירונג אנגעפירטע DMV, VA med system פאבליק סקול סיסטעם וכו איז אזוי גוט אז ווילסט זיי גיבן מער פאוער?

האלסט אז זיי נעמען צו ווייניג אין טעקסעס?

האלסט אז א גרעניץ איז א נערישקייט און מען דארף יעדן אריינלאזן אהער (אויב יא, וואס פונקטליך וועט מאכן מיר זאלן אויסקוקן אנדערש ווי סיי וועלכע לאטיין אמעריקאנע לאנד אין עטליכע יאר פון איצט?)?

האלסט אז ווען אנארכיסטן מזיק'ן אומשולדיגע ציווילע ברויך מען עס צולאזן ווייל Black lives matter?

האלסט אז וויבאלד שווארצע אור עלטערן זענען געווען קנעכט דארף מען זיי זיך לאזן אויסהארגענען אין די איננער סיטיס, און נישט רעדן פונעם נושא ווייל ס'קען זיי פארשעמען?

האלסט אז אנשטאט די רעגירונג זאל זוכן די בעסטע עדוקעישן פאר אירע בירגער זאל זי זיך שלאגן מיט סקול טשאויס אקטיוויסטן?

האלסט מען זאל ענדערש קוקן אויף די גרופע פון ווי דו קומסט ווי איידער דיין אינדיווידועלע מעשים?

האלסט אז די וועג צוצוקומען צו יושר איז אז יעדע גרופע זאלן צוריקגיין אפאר דורות און זיך אפרעכענען איין גרופע מיטן צווייטן לויט די מחלוקת'ער פון זייערער זיידעס? (אויב יא, ווי זאל מען ענדיגן 250 יאר צוריק? 500? אדער אפשר ברויכן די אידן אויסהארגענען די רוימישע איינוואונער?)

בקיצור, איז דען ביידען וו"ס טראמפ די אישו?
די אישו איז צו די לאנד זאל זיך פירן ביי מענטשן וואס זענען פאר Equal opportunity, און געזעץ איז יעדן מחייב + ווען זיי זענען אין מאכט איז דא א גאנצע מידיע אפאראט וואס מאכט זיכער אז סיי וועלכע מינדעסטע אפנויגונג פון געזעץ זאל פאשריגן ווערן מיט א שטארקייט
וו"ס
די וואס זאגן אפן זיי זענען פאר Equal outcome אפילו אויב ס'מיינט אונטערדריקן און דיסקרימינרן אויפן וועג (Affirmative action, Socialism, grants and loans only for minorities not for whites etc etc), געזעץ פאר שווארצע זאל זיין ווייניגער שטרענג ווי פאר אנדערע + ווען זיי זענען אין מאכט קען זיי טוהן וואס זיי ווילן מיט גאר ווייניג קריטיק (אן א שיעור משלים דערויף, נאר לדוגמא: קאומא א העלד, ליבעראלע מאיארן מיט הימל שרייענדע מארד ראטעס ווערן בכלל נישט קריטיקירט)
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

ווער לינקע וואָס לינקע? ווען האָב איך דערמאָנט דאָ לינקע? איך האָב סך הכל געשריבן אַז טראָמפּ טויג ניט. איר האַלט אַז קיין בעסערער קאַנדידאַט איז ניטאָ? מעגליך, איך בין ניט קיין מבין אויף פּאָליטיק. נאָר אַז אָך און וויי צו אַזאַ לאַנד וואו קיין בעסערס ווי טראָמפּ קאָן מען ניט אַרויסגעבן.

בנוגע צו די אַלע קשיות וואָס איר האָט מיר געשטעלט, האָב איך שוין געזאָגט אַז איך בין אַ קנאַפּער מבין אויף פּאָליטיק. איין זאַך ווייס איך אָבער אויף זיכער – פּוסטע לאָזונגען קאָנען שרײען די לינקע פּונקט אַזוי גוט ווי די רעכטע.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מפיל קינד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר איז גאנץ מסתבר אז טראמפ גייט נאכאמאל געוואונן, ווייל די אמעריקאנער פאלק איז א פאלק פון בהמות וואס פארשטיין אליינס נישט צופיל מער ווי טראמפ, און זיי ווילן גארנישט פארשטיין. דאס איז דער פרעזידענט וואס קומט זיך זיי

מעג איך אייך אינטערוויוען?

וואס האלט איר איז די סיבה פארוואס דער בוכ"ע האט אייך באשאפן קלוגער פון גאנץ אמעריקע?

אייערע נאנטע ארומיגע ווי ווייב און קינדער זעען איין אייער שטוינענדע קלוגשאפט?

און צום לעצט, עפעס א דבר חכמה פאר אונז בהמות?

נעמט עס נישט פערזענליך, אבער אויב פירט איר דעם דיאלאגיע אלס חכם קעגן בהמות, וויל איך הערן מער פרטים מאחורי הפרגוד.

עס איז דא א וועלט אחוץ אמעריקא, און ב"ה אז איך האב ניטש חתונה געהאט מיט אן אמעריקאנער
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דוראק האט געשריבן:ווער לינקע וואָס לינקע? ווען האָב איך דערמאָנט דאָ לינקע? איך האָב סך הכל געשריבן אַז טראָמפּ טויג ניט. איר האַלט אַז קיין בעסערער קאַנדידאַט איז ניטאָ? מעגליך, איך בין ניט קיין מבין אויף פּאָליטיק. נאָר אַז אָך און וויי צו אַזאַ לאַנד וואו קיין בעסערס ווי טראָמפּ קאָן מען ניט אַרויסגעבן.

בנוגע צו די אַלע קשיות וואָס איר האָט מיר געשטעלט, האָב איך שוין געזאָגט אַז איך בין אַ קנאַפּער מבין אויף פּאָליטיק. איין זאַך ווייס איך אָבער אויף זיכער – פּוסטע לאָזונגען קאָנען שרײען די לינקע פּונקט אַזוי גוט ווי די רעכטע.

קענט איר מיר טרעפן א וועלט פירער וואס האט יא אויסגעמיטן אדער אויסגעראטן קאראנא?

אמעריקע איז די לאנד מיט די גרעסטע פאפולאציע וואס האט דורכגעפירט אזויפיל טעסטן. מער טעסטן מיינט מער קעיסעס. כינע, אינדיע און רוסלאנד וואלט איך נישט געגלייבט זייערע נומערן, פאקיסטאן און בענגלאדעש אויך נישט.

דארף מען אנקומען ביז דייטשלאנד און ענגלאנד וואס האבן 80 צי 60 מיליאן בירגער צו פארגלייכן צו אמעריקע'ס 300 מיליאן... בראזיל וואס האט טאקע איבער 200 מיליאן בירגער ליידט אויך שרעקליך פון קאראנא.

אלזא, איידער מען קוקט אויף סטאטיסטיקס און ציפערן, דארף מען קוקן אויף די פאקטן ארום אויך.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

וועל איך חזרן ווידער אַמאָל: דאָס וואָס אַנדערע טאָן/האָבן געטאָן גייט מיר אָן אין מײן לינקער פּיאַטע! טראָמפּ האָט קלאָר פאַרערגערט דעם מצב דאָ צענדליקער מאָל אַזויפיל ווי עס וואָלט קאָנען זײן, דאָס איז אַ פאַקט וואָס יעדערער וואָָס לעבט דאָ קאָן ניט פאַרלייקענען.

בנוגע לעצם הטענה: ס'האָט זיך דיר אויסגעאַרבעט מוראדיק, די אַלע מדינות וואָס פּאַסן ניט לויט דײן טעאָריע „קאָן מען ניט גלויבן זייערע ציפערן”, און די איין מדינה וואָס איר פּרעזידענט האָט זיך אויפגעפירט פּונקט ווי אונזער טראָמפּ (איך האָב קרובים אין בראַזיל) פּאַסט יע...

אָבער אדרבא, ווילסט קוקן אויף אַלע פאַקטן, לאָמיר אַ קוק טאָן (איך בין ניט קיין עקספּערט, די אַלע פאַקטן זײנען פשוטע וואָס יעדער קינד ווייס אפילו אָן קוקן אויף סטאַטיסטיק): ארץ ישראל איז אַ בפירושע ראיה אַז דער רעגירונגס אויפפירונג קאָן פאַרהאַלטן אַן אויסברוך; אין אייראָפּע האַלט מען שוין איצט דערנאָכדעם, בשעת דאָ אין אַמעריקע נאָך ניט; די באַפעלקערונג אין אייראָפּע איז אַ סך ענגער קאָנצענטרירט ווי אין אַמעריקע; אין אייראָפּע זײנען די גרויסע אויסברוכן געוועזן אַ סך פרייער ווי דאָ, האָט מען געהאַט ווייניקער צײט זיך צו ריכטן.

איך פאַרשטיי ניט די וואָס שרײען עקאָנאָמיע. מילא אַ גוי זאָל אַזוי ריידן, אָבער איז דאָס דער קוק פון אונזער הייליקער תורה? (מלבד זאת – טויטע, קראַנקע און דערשראָקענע מענטשן העלפן זיכער ניט דער עקאָנאָמיע).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אייראפע האלט דערנאך? קוקט נאך די נומערן. בעלגיע צוימט יעצט איין פון פריש.

די ישראלים וויינען יעצט אז זיי וואלטן יא געדארפט נאכמאכן טראמפ'ס מהלך, ווייל נאך אביסל שטארבן זיי אויס פון הונגער. ארץ ישראל האט געזען מער פראצענט פון מענטשן וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן ווי אמעריקע.

קוקט נאך דאטא אליין, גלייבט נישט די מידיע וואס גייט אייביג האבן אויף וואס צו קלאגן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

מפיל קינד האט געשריבן:אייראפע האלט דערנאך? קוקט נאך די נומערן. בעלגיע צוימט יעצט איין פון פריש.

די ישראלים וויינען יעצט אז זיי וואלטן יא געדארפט נאכמאכן טראמפ'ס מהלך, ווייל נאך אביסל שטארבן זיי אויס פון הונגער. ארץ ישראל האט געזען מער פראצענט פון מענטשן וואס האבן זיך גענומען דאס לעבן ווי אמעריקע.

קוקט נאך דאטא אליין, גלייבט נישט די מידיע וואס גייט אייביג האבן אויף וואס צו קלאגן.

טראמפס מהלך :lol: :lol: וועלכע מהלך האט טראמפ ער האטבכלל א מהלך?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס עפעס בלינד? מיט אפענע אויגן זעט מען וואס פאסירט ווען מ'לאזט אז איינער פירן האקעלע זאכן. מיט אפענע אויגן זעט מען ווי דער National IQ גייט אראפ און אראפ. גארנישט בלינד


כולי עלמא מודיע, אפילו די לינקע, אז ווען נישט פאר די מידיא וואס רייסט טראמפ אהן אויפהער, וואלט ער געהאט אכציג פראצענט שטיצע פין די בירגער. דאס איז פאר קאראנא. נישט געוועהן פאר א לאנגע צייט א פרעזידענט וואס האט אזוי פיל אויפגעטוהן פאר דער מדינה.

אוודאי איז ער א משוגענע, באט וועלכע פרעזידענט איז נישט? א נארמאלע מענטש קען נישט אויסהאלטן און זיין א פרעזידענט. הוא הדין רוב פאליטישע אמטן.

טראמפ איז אבער א יחיד וואס האט באוויזן צו געבן גוטע פראסקעס פאר דער מידיא דורך זיין צודרייטע טוויטס, און דורך נישט זיין פאליטיקלי קארעקט, און די מידיא קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אים.

הגם איך האלט (אויף וויפיל איך קען ווייסן) אז ער גייט פארלירן דער קומענדיקער מאל, און דאס איז ווייל ער קען נישט הייבן דער מאראל פין זיין בעיס ווען זיינע שטעט זענען פארמאכט צוליב קאראנא. און די מידיא האקט כדרכם, און ער קען נישט ווייזען פאזיטיווע אויפטוהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט