דוראק האט געשריבן:אויב ס'איז דאָ אַ הווא אמינא באַ אימיצן אויכעט נאָך דער גאַנצער קאָראָנע מעשה אַז טראָמפּ פּאַסט צו זײן אַ פירער, איז דאָס די גרעסטע בלינדקײט אויף דער וועלט.
פאסט יא צו פאסט נישט, וואס איז דיין אנדערע אויסוואל לאזן די לינקע קומען צו די מאכט?
האלסט ביים צושטערן די גאנצע עקנאמיע ווייל די וועלט ענדיגט זיך אין צוועלעף יאר (Credit: AOC)?
האלסט אז די רעגירונג אנגעפירטע DMV, VA med system פאבליק סקול סיסטעם וכו איז אזוי גוט אז ווילסט זיי גיבן מער פאוער?
האלסט אז זיי נעמען צו ווייניג אין טעקסעס?
האלסט אז א גרעניץ איז א נערישקייט און מען דארף יעדן אריינלאזן אהער (אויב יא, וואס פונקטליך וועט מאכן מיר זאלן אויסקוקן אנדערש ווי סיי וועלכע לאטיין אמעריקאנע לאנד אין עטליכע יאר פון איצט?)?
האלסט אז ווען אנארכיסטן מזיק'ן אומשולדיגע ציווילע ברויך מען עס צולאזן ווייל Black lives matter?
האלסט אז וויבאלד שווארצע אור עלטערן זענען געווען קנעכט דארף מען זיי זיך לאזן אויסהארגענען אין די איננער סיטיס, און נישט רעדן פונעם נושא ווייל ס'קען זיי פארשעמען?
האלסט אז אנשטאט די רעגירונג זאל זוכן די בעסטע עדוקעישן פאר אירע בירגער זאל זי זיך שלאגן מיט סקול טשאויס אקטיוויסטן?
האלסט מען זאל ענדערש קוקן אויף די גרופע פון ווי דו קומסט ווי איידער דיין אינדיווידועלע מעשים?
האלסט אז די וועג צוצוקומען צו יושר איז אז יעדע גרופע זאלן צוריקגיין אפאר דורות און זיך אפרעכענען איין גרופע מיטן צווייטן לויט די מחלוקת'ער פון זייערער זיידעס? (אויב יא, ווי זאל מען ענדיגן 250 יאר צוריק? 500? אדער אפשר ברויכן די אידן אויסהארגענען די רוימישע איינוואונער?)
בקיצור, איז דען ביידען וו"ס טראמפ די אישו?
די אישו איז צו די לאנד זאל זיך פירן ביי מענטשן וואס זענען פאר Equal opportunity, און געזעץ איז יעדן מחייב + ווען זיי זענען אין מאכט איז דא א גאנצע מידיע אפאראט וואס מאכט זיכער אז סיי וועלכע מינדעסטע אפנויגונג פון געזעץ זאל פאשריגן ווערן מיט א שטארקייט
וו"ס
די וואס זאגן אפן זיי זענען פאר Equal outcome אפילו אויב ס'מיינט אונטערדריקן און דיסקרימינרן אויפן וועג (Affirmative action, Socialism, grants and loans only for minorities not for whites etc etc), געזעץ פאר שווארצע זאל זיין ווייניגער שטרענג ווי פאר אנדערע + ווען זיי זענען אין מאכט קען זיי טוהן וואס זיי ווילן מיט גאר ווייניג קריטיק (אן א שיעור משלים דערויף, נאר לדוגמא: קאומא א העלד, ליבעראלע מאיארן מיט הימל שרייענדע מארד ראטעס ווערן בכלל נישט קריטיקירט)