חתן בחור האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:און ב''ה, ביי מיר איז א פרעזידענט נישט קיין ראל מאדעל, האב איך נישט קיין פראבלעם פון זיינע מידות.
זייער גוט געזאגט. ביי אסאך גוים איז דאס די פראבלעם, זיי קוקען ארויף אויפ׳ן פרעזידענט ווי א ראול מאדעל. טאמער זיי לאזן נאך די שנאה צו רעפובליקאנער פאר איין מינוט וואלטן זיי גלייך איינגעזעהן אז דורכאויס די אלע יארן וואס די קאנדידאטן זענען טאקע געוועהן גרויסע דשענטלמענער האבן זיי מיט דעם אלעם גארנישט אויפגעטוהן. פארקערט, אמעריקע איז געגאנגען דאון דע דרעין.
טרומפ איז די איינציגסטע פרעזידענט וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם, זאגט אפען וואס ער האלט, אנע פארדרייען זיינע ווערטער אויסצוזעהן דיפלאמאטיש, און טוט וואס ער זאגט.
פאר לאנגע יארן האט כינע באראבעוועט אמעריקע מיט פאלשע צוזאגענגן און אלע פרעזידענטס ביז אים האבן זיך געלאזט נער׳ן און מורא געהאט פון כינע. זאל ער רעדן שטותים אגאנצען טאג אויף טוויטער! למעשה וועמען פאלגען יעצט אלע לענדער? נישט נאר האט ער גענומען כינע אויפ׳ן צימבל, נאר אלע לענדער וואס פלעגן נעמען עדווענטעדש פון אונז. ווען ער וואלט געוועהן א דשענטלמאן וואלט כינע ווייטער געלאכט פון אים. דערפאר וואס ער רעדט און סטראשעט אזויפיעל נאר וועגן דעם שרעקען זיי זיך פאר אים.
אלע פרעזידענטס זענען געלאפן אויפ׳ן צוזאג פון פארריכטען די עקאנאמיע, אפשטעלן די אומלעגאלע אימיגראטן, פארריכטן העלטקער (אבאמא׳ס פלאן איז געגאנגען באנקראט), טעקס ריפארם, פריזאן ריפארם, ווער למעשה טוט די אלע זאכן? טרומפ!
יא אבער נאר איין פראבלעם איז דא, די ריכטיגע שונאים אונזערע, ווי רוסלאנד, צפון קארעא, האבן בכלל נישט מורא פון אים און האבן אים טיף טייער!